אנקעטע: טירחא דציבורא ביי א וואכענדיגע שחרית

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויב שחרית נעמט מער ווי:

האלבע שעה
88
43%
דריי פערטל שעה
76
37%
א שעה און מער
31
15%
האסט נישט קיין מיינונג
12
6%
 
סך הכול שטימען: 207

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג יוני 16, 2019 8:36 pm

פון ברכות ביז הודו געהעריגע טאג מיט תחנון וואלט איך געוואלט א 40-45 מינוט, איבער פופציג נערווירט שוין.

כ'שטעל מיך פאר רוב עולם דא האט נישט פארשטאנען די שאלה, איבער א האלבע שעה *נערווירט* שוין?

ס'דא א חילוק פון ווילאנג מ'וויל ס'זאל נעמען, ביז ווען ס'נערווירט, לענ"ד מעג עס זיין א פינף מינוט לכה"פ.
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2059
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » זונטאג יוני 16, 2019 9:06 pm

yidusa האט געשריבן:I would say 35 minutes is the right way, but since you don't have this option so I voted 1/2 hour


דערעוילם פארשטייט נישט די אנקעטע...
נישט ווי לאנג ווילסטו די דאווענען זאל נעמען? פון ווען ווערן דיינע נערווען צופלאצט...


פארוואס לייגט מען נישט קיין אויסוואל אז "איך ווער ב"ה נישט צופלאצט פון דאווענען"
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » זונטאג יוני 16, 2019 9:06 pm

מיין אפיניען.
הודו מוז זיך שטעלן 'פונקטליך' ביים זמן
דאס העלפט אז די מתפללים איילן זיך אונטער, און זענען גרייט אנצוהייבן אינאיינעם.
אויב ס'איז אזוי, דאן קען מען דאווענען מלה במלה, און עס דויערט 11 מינוט ביז ברכו, און יעדער האלט מיט

דערנאך נעמט בערך 7 מינוט ביז שמונה עשרה (עיין או"ח סי' סח לגבי תפלת ותיקין, אז קרי"ש וברכותי' דויערט 6 מינוט)

ביי הויעכע שמו"ע קען מען טוישן תפלין דר"ת, און פון דארט און ווייטער מאכט שוין נישט קיין סאך אויס ווי שטאט אדער שנעל מען דאווענט, ווייל איינער וואס יאגט זיך באמת קען שוין דאן אליין ענדיגן דאס דאווענען שנעלער.

-

איך פלעג מיטהאלטן ביי שטאטע בעלי תפלות, אז זיי פלעגן קענען דאווענען בערך 20-22 מינוט ביז שמונה עשרה, און מיט דעם אלעם נישט האבן קיין 'ששה' ביי שמו"ע. ווייל מענטשן האבן געוויסט אז ביי דעם מנין קען מען אנקומען שפעט ווייל ער קריכט.
סוי ביי שמו"ע האט מען ווייטער געווארט אויף ששה, און נאכדעם א לאנגע שטילע שמו"ע, און ביי קדיש תתקבל האט מען שוין געדארפט אריינרופן אפאר אידן צו משלים זיין....

אבער די גאנצע מעשה הייבט זיך אן ביי די שטאטע פסוקי דזמרה, ווען מען הייבט אבער אן צייטליך און געשיקט דאן האלט יעדער מיט, און עס פארט א מחי'

וואס טוט זיך
שר האלפיים
תגובות: 2173
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm

תגובהדורך וואס טוט זיך » זונטאג יוני 16, 2019 10:50 pm

בענאק האט געשריבן:מיין אפיניען.
הודו מוז זיך שטעלן 'פונקטליך' ביים זמן
דאס העלפט אז די מתפללים איילן זיך אונטער, און זענען גרייט אנצוהייבן אינאיינעם.
אויב ס'איז אזוי, דאן קען מען דאווענען מלה במלה, און עס דויערט 11 מינוט ביז ברכו, און יעדער האלט מיט

דערנאך נעמט בערך 7 מינוט ביז שמונה עשרה (עיין או"ח סי' סח לגבי תפלת ותיקין, אז קרי"ש וברכותי' דויערט 6 מינוט)

ביי הויעכע שמו"ע קען מען טוישן תפלין דר"ת, און פון דארט און ווייטער מאכט שוין נישט קיין סאך אויס ווי שטאט אדער שנעל מען דאווענט, ווייל איינער וואס יאגט זיך באמת קען שוין דאן אליין ענדיגן דאס דאווענען שנעלער.

אפשר איז דא די פלאץ מעורר צו זיין, אז ע"פ הלכה איז נישט אויסגעהאלטן דאס צו טאן, ווייל לחיתחילה מעג מען נישט אויסטאן די תפילין דרש"י פאר קדיש נאך ובא לציון. איך מיין די סיבה איז מ'זאל זאגן דריי מאל קדוש קדוש קדוש מיטן תפילין, ווי אויך פיר קדישים.
אימפיטשמענט האט נישט מיט א קריים, עס איז געמאכט ווען א פרעזידענט נוצט זיין אפיס צו טוען זאכן וואס hurt מענטשן
~גרעהעם אלס מענעזשער ביים קלינטאן אימפיטשמענט טרייעל

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2334
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » זונטאג יוני 16, 2019 11:02 pm

איצל פיצל האט געשריבן:איך קען נישט ענפערן ווייל ביי מיר דויערט פון ברכות ביז נאך אדון עולם (נישט שני וחמישי) 45 מינוט.

פון אדון עולם ביז ברכות :smile:

נתן בן ופסי
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 04, 2019 8:34 am

תגובהדורך נתן בן ופסי » מאנטאג יוני 17, 2019 12:32 am

דאס ערגסטע פון אלעס איז אז די בעל תפילה איז א מוראדיגע בעל דרך ארץ און ביי א פארשטיפטע מנין וואס האט זיך געמאכט ערגעץ ווי און פאליש ווארט ער נאך שמונה עשרה אויף עפעס א כלי קודש.. יא עפעס א שואל ומישיב און כיתה ט'!! דאס איז ריכטיג טירחא דציבירא! אויב עס איז דא תשעה עונים געגאנגען וויטער מענשטען דארפען גיין ארבעטען יענע כלי קודש נישט.. בכלל האלט איך אז און דערוואכן טארמען נישט ווארטען אויף קיינעם ביי א זייטיגע מנין

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלפיים
תגובות: 2059
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » מאנטאג יוני 17, 2019 12:37 am

וואס טוט זיך האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:מיין אפיניען.
הודו מוז זיך שטעלן 'פונקטליך' ביים זמן
דאס העלפט אז די מתפללים איילן זיך אונטער, און זענען גרייט אנצוהייבן אינאיינעם.
אויב ס'איז אזוי, דאן קען מען דאווענען מלה במלה, און עס דויערט 11 מינוט ביז ברכו, און יעדער האלט מיט

דערנאך נעמט בערך 7 מינוט ביז שמונה עשרה (עיין או"ח סי' סח לגבי תפלת ותיקין, אז קרי"ש וברכותי' דויערט 6 מינוט)

ביי הויעכע שמו"ע קען מען טוישן תפלין דר"ת, און פון דארט און ווייטער מאכט שוין נישט קיין סאך אויס ווי שטאט אדער שנעל מען דאווענט, ווייל איינער וואס יאגט זיך באמת קען שוין דאן אליין ענדיגן דאס דאווענען שנעלער.

אפשר איז דא די פלאץ מעורר צו זיין, אז ע"פ הלכה איז נישט אויסגעהאלטן דאס צו טאן, ווייל לחיתחילה מעג מען נישט אויסטאן די תפילין דרש"י פאר קדיש נאך ובא לציון. איך מיין די סיבה איז מ'זאל זאגן דריי מאל קדוש קדוש קדוש מיטן תפילין, ווי אויך פיר קדישים.


די ווילסט מיר זאגן אז איך טוה נישט גוט?
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

יאצמעך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3095
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » מאנטאג יוני 17, 2019 1:24 am

IMG_20190617_012250.jpg
IMG_20190617_012250.jpg (453.81 KiB) געזעהן 1593 מאל
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
בן פדהצור
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 2:40 pm

תגובהדורך בן פדהצור » מאנטאג יוני 17, 2019 8:22 am

יאצמעך האט געשריבן:
IMG_20190617_012250.jpg


ש׳כח!!
ס׳דא ווער ס׳וואונדערט זיך וויאזוי מען זאגט WOW אויף אידיש, איך וואונדער מיך וויאזוי מען זאגט: פפפששיהאאא.... אויף ענגליש.
צו לייזן דעם פראגע און אפגעבן אייער ענטפער, שיקט אן אימעיל צו gambenp@gmail.com, דאנקע שיין,

אייער פריינט גמליאל׳ן

סאטמארע ווארטזאגער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 04, 2015 3:08 pm

תגובהדורך סאטמארע ווארטזאגער » מאנטאג יוני 17, 2019 11:13 am

דער עולם האט נישט קיין אהההנונג וואס מיינט דאווענען...
זאג נאר, ווער האטעך געשטעלט פאר ווארטזאגער???

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר חמש מאות
תגובות: 949
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » מאנטאג יוני 17, 2019 11:40 am

שכל'דיג האט געשריבן:
וואס טוט זיך האט געשריבן:
בענאק האט געשריבן:מיין אפיניען.
הודו מוז זיך שטעלן 'פונקטליך' ביים זמן
דאס העלפט אז די מתפללים איילן זיך אונטער, און זענען גרייט אנצוהייבן אינאיינעם.
אויב ס'איז אזוי, דאן קען מען דאווענען מלה במלה, און עס דויערט 11 מינוט ביז ברכו, און יעדער האלט מיט

דערנאך נעמט בערך 7 מינוט ביז שמונה עשרה (עיין או"ח סי' סח לגבי תפלת ותיקין, אז קרי"ש וברכותי' דויערט 6 מינוט)

ביי הויעכע שמו"ע קען מען טוישן תפלין דר"ת, און פון דארט און ווייטער מאכט שוין נישט קיין סאך אויס ווי שטאט אדער שנעל מען דאווענט, ווייל איינער וואס יאגט זיך באמת קען שוין דאן אליין ענדיגן דאס דאווענען שנעלער.

אפשר איז דא די פלאץ מעורר צו זיין, אז ע"פ הלכה איז נישט אויסגעהאלטן דאס צו טאן, ווייל לחיתחילה מעג מען נישט אויסטאן די תפילין דרש"י פאר קדיש נאך ובא לציון. איך מיין די סיבה איז מ'זאל זאגן דריי מאל קדוש קדוש קדוש מיטן תפילין, ווי אויך פיר קדישים.


די ווילסט מיר זאגן אז איך טוה נישט גוט?


ס'איז אסאך א הארבערע הלכה שאלה די עצם לייגן ר"ת תפילין אינמיטן הויעכע שמו"ע, ווי דאס אז מ'זאל זאגן דריי מאל קדוש קדוש.

כמים שאין להם סוף
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 18, 2019 4:30 pm

תגובהדורך כמים שאין להם סוף » מאנטאג יוני 17, 2019 11:51 am

בענאק האט געשריבן:מיין אפיניען.
הודו מוז זיך שטעלן 'פונקטליך' ביים זמן
דאס העלפט אז די מתפללים איילן זיך אונטער, און זענען גרייט אנצוהייבן אינאיינעם.
אויב ס'איז אזוי, דאן קען מען דאווענען מלה במלה, און עס דויערט 11 מינוט ביז ברכו, און יעדער האלט מיט

דערנאך נעמט בערך 7 מינוט ביז שמונה עשרה (עיין או"ח סי' סח לגבי תפלת ותיקין, אז קרי"ש וברכותי' דויערט 6 מינוט)

ביי הויעכע שמו"ע קען מען טוישן תפלין דר"ת, און פון דארט און ווייטער מאכט שוין נישט קיין סאך אויס ווי שטאט אדער שנעל מען דאווענט, ווייל איינער וואס יאגט זיך באמת קען שוין דאן אליין ענדיגן דאס דאווענען שנעלער.

-

איך פלעג מיטהאלטן ביי שטאטע בעלי תפלות, אז זיי פלעגן קענען דאווענען בערך 20-22 מינוט ביז שמונה עשרה, און מיט דעם אלעם נישט האבן קיין 'ששה' ביי שמו"ע. ווייל מענטשן האבן געוויסט אז ביי דעם מנין קען מען אנקומען שפעט ווייל ער קריכט.
סוי ביי שמו"ע האט מען ווייטער געווארט אויף ששה, און נאכדעם א לאנגע שטילע שמו"ע, און ביי קדיש תתקבל האט מען שוין געדארפט אריינרופן אפאר אידן צו משלים זיין....

אבער די גאנצע מעשה הייבט זיך אן ביי די שטאטע פסוקי דזמרה, ווען מען הייבט אבער אן צייטליך און געשיקט דאן האלט יעדער מיט, און עס פארט א מחי'

אוואדי מאכט עס אויס אויב די בעל תפילה דאווענט שנעל נאך שמו"ע, וועט כאטש די וואס יאגען זיך ארויס נאך שמו"ע אריינכאפן נאך אפאר קדישים.

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מאנטאג יוני 17, 2019 12:18 pm

ביי מיר נעמט דאס דאווענען פון הודו ביז 9:15.

אוועטאר
ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3974
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג יוני 17, 2019 2:10 pm

געגעבן א סניז אינמיטן דאווענען, שיעור נישט געברויכט גיין צום נעקסטן מנין
די מנין איז געווען פארטיג אנא תחנון, אין 25-26 מינוטן
אויב האסטו עס קלאר געזען אויף וואטסעפ דאן ברענג ביטע א קראנטע מקור צו די נייעס

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » מאנטאג יוני 17, 2019 2:42 pm

לדעתי האט געשריבן:ביי מיר נעמט דאס דאווענען פון הודו ביז 9:15.

;l;p- :grin:
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

abeg
שר האלפיים
תגובות: 2988
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג יוני 17, 2019 2:53 pm

מ׳דערצײלט פון הרה״ק בעל נועם אליעזר מ׳סקולען אז אמאהל איז זײן זין (הערשעלע) ציגעגאנגען צום עומד אין זיך זײער געיאגט אין זיך גענימען דאװענען שנעל ידיד נפש וכו׳ האט אים די רבי ציגעריפען אין געזאגט ידיד נפש די ביסט דאך מײן ידיד נפש אב הרחמן דײן טאטע בעהט האב רחמנות משוך צי אביסל אױס דער דאװענען, האט דער זין גענטפערט אז ער יאגט זיך צי די ארבעט אין אי״ה װען משיח װעט קימען װעט שױן זיך קײנער נישט יאגן האט די רבי זצ״ל ג׳ענטפערט "אז מ׳יאגט זיך נישט װעט משיח קימען"

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1554
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג יוני 17, 2019 3:14 pm

נעגלוואסער האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:ביי מיר נעמט דאס דאווענען פון הודו ביז 9:15.

;l;p- :grin:

ווי זאגט יענער, פון הודו ביז וואשינגטאון בריטש געדויערט אים א האלבע שעה.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מאנטאג יוני 17, 2019 3:16 pm

און יאך האב געהערט אז און א א ביתמעדרעש פון א געוויסע חסידות איז דא א מנין וואס דאס דאווענען איז כות גירי קשתא, איז מען אריין קאמפלעינען צום אדמו"ר, רופט ער אריין דעם אנפירער פונעם מנין היתכן די דאווענען נעמט א האלבע שעה פון אדון עולם ביז אדון עולם, זאגט דער יעניגער "רעבע, א האלבע שעה? ס'קאן נישט זיין...........



.......אה מתסם איז עס געווען ראש חדש".

איך פארשטיי עניוועי נישט די גאנצע אנקעטע, אוואו קען מען דאווענען אויף א זייגער? דו גייסט מיר זאגן אן אבל וואס דאווענט א גאנץ יאר, האט א יעדען טאג דאס זעלבע געפיל, איין טאג פארלירט ער א מיליאן דאללאר אינוועסטמענט דער אנדערע טאג ווערט געבוירן ביי אים דרילינג אייניקלעך, און א דריטע טאג האט איינער צוגענומען זיין מקוה האנטיך וואס ער האט ארום געדרייט 7.5 מאל (סארי כאב דאס געמוזט אריין ווארפן, שוין לאנג נישט געווען א מקוה ארטיקל דא). אפשר זאל מען מאכן א תקנה אז נאר איינער וואס איז פארחמארעט זאל מעגן צוגיין? אפשר גייט דאס אריין אין די גדר פון אל תעש תפלתך קבע.

בקיצור ווילסט וויסן
דארפן די מנינים פאר... אזייגער זיין שנעלער אדער נישט. איין מינוט איינער רופט מיך דא אריין.

אוועטאר
קוימען קערער
שר מאה
תגובות: 118
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 25, 2008 6:20 pm

תגובהדורך קוימען קערער » מאנטאג יוני 17, 2019 3:17 pm

איך ווייס נישט אויב דא איז די ריכטיגע פלאץ דאס אראפצוברענגן
אבער איך מיין אז היבשער חלק עולם ווערט דער עיקר נערוועז מיטן דאווענען ווייל מ'קוקט עס אן ווי נאך אזאך וואס לאזט מיך נאכנישט גיין אין די ארבעט, און איך דערלייג געלט ווייל דער בעל תפילה וויל נישט זיך אונטעריאגן, די זענען עפ"ר די זעלבע וואס לייגן טו"ת ביי ברוך שאמר און זענען אינדרויסן נאך תתקבל
דער אבודרהם שרייבט אז ווער אז איז זהיר צו דאווענען וואו עס דארף צו זיין, זאל ער וויסן אז איך דעם זכות באקומט ער פרנסה, (נישט פון זיין בעה"ב אדער קאסטומערס), ער לייגט צו אן הבטחה אז דער באשעפער וועט צוהערן זיינע תפילות
פון אן אלטער ליינער און א אינגער שרייבער
דער קוימען קערער

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מאנטאג יוני 17, 2019 5:55 pm

יענקל פאטאש האט געשריבן:און יאך האב געהערט אז און א א ביתמעדרעש פון א געוויסע חסידות איז דא א מנין וואס דאס דאווענען איז כות גירי קשתא, איז מען אריין קאמפלעינען צום אדמו"ר, רופט ער אריין דעם אנפירער פונעם מנין היתכן די דאווענען נעמט א האלבע שעה פון אדון עולם ביז אדון עולם, זאגט דער יעניגער "רעבע, א האלבע שעה? ס'קאן נישט זיין...........



.......אה מתסם איז עס געווען ראש חדש".

איך פארשטיי עניוועי נישט די גאנצע אנקעטע, אוואו קען מען דאווענען אויף א זייגער? דו גייסט מיר זאגן אן אבל וואס דאווענט א גאנץ יאר, האט א יעדען טאג דאס זעלבע געפיל, איין טאג פארלירט ער א מיליאן דאללאר אינוועסטמענט דער אנדערע טאג ווערט געבוירן ביי אים דרילינג אייניקלעך, און א דריטע טאג האט איינער צוגענומען זיין מקוה האנטיך וואס ער האט ארום געדרייט 7.5 מאל (סארי כאב דאס געמוזט אריין ווארפן, שוין לאנג נישט געווען א מקוה ארטיקל דא). אפשר זאל מען מאכן א תקנה אז נאר איינער וואס איז פארחמארעט זאל מעגן צוגיין? אפשר גייט דאס אריין אין די גדר פון אל תעש תפלתך קבע.

בקיצור ווילסט וויסן
דארפן די מנינים פאר... אזייגער זיין שנעלער אדער נישט. איין מינוט איינער רופט מיך דא אריין.

ווער האט דיר אריינגערופן?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

קאטאגאריש
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 18, 2019 6:28 pm

תגובהדורך קאטאגאריש » מאנטאג יוני 17, 2019 8:03 pm

עס איז דא טעג וואס איך ווער נערוועז נאך 5 מינוט אין אנדערע טעג וואס איך ווער נישט נערוועז נאך א שעה,
סמיינט נישט אז איך האלט פארקערט
I just like playing devils advocate

אוועטאר
shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2086
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מאנטאג יוני 17, 2019 8:16 pm

איך ווער נישט נערוועז פון די צייט (מער ווייניגער), דער עיקר וואס נערווירט איז דער וועג ווי אזוי מען דאווענט אפט מאל דער שטייטערע בעלי תפילות האבן אנדערע זאכען וואס נערווירט אויך

אוועטאר
מארבלס
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 31, 2019 11:24 am

תגובהדורך מארבלס » מאנטאג יוני 17, 2019 8:27 pm

איך זעה איין זאך ווען די דאווענען נעמט לאנג פארקלאץ איך מיר און איך פארגעס אז איך דאווען אגם איך וואלט אפשר געוועלט קענען דאווענען לאנג און יא אינזין האבן
איך ווער צופלאצט ווען איך זעה אז עס נעמט מער ווי 10 מינוט פון הודו ביז ברכו דעמלץ הייב איך אהן טראכטן אז יאפ'ס דא גייט די דאווענען נעמען לאנג!!
ביזדערווייל טראכט איך נאך פון עפעס אן אינטערשריפט

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » מאנטאג יוני 17, 2019 8:40 pm

יהלום האט געשריבן:דער שאלה איז זייער נישט קלאר
וואס מיינט א האלבע שעה עס קען מיינען פון הודו ביז נאך קדיש נאך ןבא לציון און עס קען מיינען פון ברכות ביז נאך קדיש יתום נאך תהילים!


איך מיין אז די זייגער איז נאר אלס שם דבר,

איך זעה אז איך בין נישט דער איינציגסטער מיט דעם מיינונג אז עס ווענדט זיך אינעם בעך תפלה זעלבסט מער ווי אין די צייט,

אין אנדערע ווערטער;
ס'דא א האלבע שעה'יגע בעל תפלה, און ס'דא א דריי-פערטל שעה'יגע בעל תפלה,
אפגעזען ווי לאנג עס נעמט אין פאקט,
ודו"ק

אוועטאר
מומחה יוחס
שר האלפיים
תגובות: 2248
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובהדורך מומחה יוחס » מאנטאג יוני 17, 2019 10:51 pm

נישט שנעל אין נישט שטייט
נאר נארמאל ווי א ערליכע יוד דארף דאווענען
参考专家


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שתקן און 17 געסט