אויב וואלט געווען א טעקס פון 50 אלפים א יעדע צווייטע יאר פון די 40 ביז די 60 ווען וואלט איר אנגעפאנגען פלאנען דערפאר?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

יואל שרייבער
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובהדורך יואל שרייבער » דאנארשטאג מאי 02, 2019 8:43 am

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
יעקב99 האט געשריבן:און וואס איז טאקע חובת ההשתדלות?
וואס דארף מען טאקע טוהן?


עס זעט מיר אויס אז וויפיל השתדלות איך וועל נאר מאכן, וועל איך נישט קענען אנקומען צו 500 אלפים דאלער.

איז פארוואס נישט אפשפארן כאטש א דרייסיג אלפים?

מען לעבט היינט מיט אזא גלייכגילטיגקייט. ביז די 36 פאלט קיינעם נישט איין אויפצוגעבן קאנטרי א זומער ווייל מ'האט נאך גארנישט אפגעשפארט צום חתונה וואס קען קומען ביז דריי יאר...

מ'פארט וואקאציעס יעדן ווינטער, מ'קויפט 16 מאגאזינען יעדן יום טוב, מ'מאכט וואך נאכט'ס ווי עשירים מיט ח"י קוגלן, מ'פארט אין קאנטרי גאנץ זומער, א קאר מוז מען האבן ווייל איין מאל א וואך איז מען מקיים כיבוד אם קיין מאנראו.... וכו' וכו'.

יעדער האט א צווייטע בודזשעט און אסאך קענען טאקע נישט אוועקלייגן קיין געלט. אבער עפעס אן עול מעג מען האבן פון די 25 יאר און נישט זיך פארלאזן אז מ'וועט געווינען א לאטערי און אין ערגסטן פאל וועט שוין א טיי אווענט דעקן די הוצאות...

איך טוב נישט די אלע זאכן וואס דו רעכנסט אויס, אבער עס איז נאכאלץ נארמאלער ווי חתונה מאכן א קינד פאר פופציג טויזנט דאלער.

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג מאי 03, 2019 2:04 am

גאלדענע פעדער האט געשריבן:איך וויל נאר איין זאך מגיב זיין,

כ׳זעה ווי עטליכע זאגן דא און מאכן וחשבונות אז ס׳איז פאר מאנכע נישט שייך צו מאכן עפעס א פלאן און טוהן עפעס השתדלות צו קענען חתונה מאכן.

מיין ריספאנס איז, ס׳איז נישט אמת מען קען יא, און די תרוצים גייט נישט העלפן וועט מען וועט מיזען חתונה מאכן די קינדער.

איין משל, איך האב יעצט 2 חברים וואס האבן געמאווט צו די נייע געגענטער מיט עטליכע קינדער (אשריכם!) מיט א מארגעדזש פון ארום 3-4 אלפים חודש׳לעך ביידע זייערע וויייבער האבן נישט גע׳ארבייט ביזן מאפן, און ביידע ארבייטן יעצט יא (א חלק טאג) און העלפן קאווערען די מארגעדזש. וואס איז געשעהן פון פארן מאפן און נאכן מאפן? אז מען ווייסט אז מען דארף און ס׳איז א מאסט, האבן זיי געטראפן נייע וועגן ווי אזוי צו קענען צאלן די מארגעדזש. וכן לענין חתונה מאכן. כנלע״ד נכון.

אין מציאות זענט איר נישט גערעכט.

איך קען כאטש צוויי אידן וואס ביידע ארבעטן און ביי ביידע ארבעט די שטוב, און זיי ספענדן בכלל נישט אויף איבריג'ס, און דעקן קוים דעם חודש, עס בלייבט זיי גארנישט אויף אוועקצולייגן.

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג מאי 03, 2019 8:36 am

יעדער פארשטייט אז איינער וואס לעבט א שפארזאם לעבן און פארדינט קוים אויף צו דעקן, קען נישט אוועקלייגן אויף חתונה צו מאכן

אזוי אויך קעמעניש זאגן פאר א בשר ודגים אז ער זאל קיינמאל נישט נעמען קיין וועקעישאן און\אדער לעבן ווי א דבר אחר

וואס יא? זאגן אז איך גיב נישט אכטונג אויף מיין געלט ווייל דער אייבערשטער וועט שוין העלפן, איז קעגן די חוקי השתדלות און אזא איינער קען נישט קלעימען אז ער האט בטחון

ווילסט קלאר זאגן אז דו ביסט אומ'אחריות'דיג? גאו עהעד

ווילסטעך פאררופן אלץ א בעל בטחון? זיי מוחל און לערן דורך שער הבטחון און ווער געוואויר וואס בטחון מיינט

הינט. ס'מיינט נישט אז דער אייבישטער איז מחיוב דיר צו געבן אלעס וואס דו וויסט. ס'מיינט אז דער אייבערשטער געט אלעס וואס דו דארפסט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג מאי 03, 2019 8:43 am

יעדער פארשטייט (כ'האף אזוי) אז סוף חודש, אויב וועט איינער ארויסווארפן זיין געלט, וועט ער נישט האבן צו באצאלן זיין רענט

פארוואס קעמעניש קלעימען בטחון?

ווען איינער ווייסט קלאר אז א געוויסע הוצאה גייט קומען און ווארפט ארויס דאס געלט איז ער נישט קיין בעל מטחון
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » פרייטאג מאי 03, 2019 10:59 am

ר' יום טוב האט געשריבן:די חתונה פלאן וואס מיר טוען לעת עתה:

מיר לייגן אוועק די טעקס ריטורן געלט פון יעדע צוויי יאר + נאך 10 אלפים צו א ס"ה פון בערך דרייסיג אלפים. עס גייט אין א CD אקאונט געווידמעט פארן ספעציפישן קינד'ס חתונה, וואס וואקסט משך די קומענדיגע 10 יאר מיט נאך 10 טויזנט צו א ס"ה פון 40 אלפים.

וחוזר חלילה פארן נעקסטן קינד צוויי יאר שפעטער.

אויב עמיצער האט א בעסערע - אבער קראנטע - אפציע ביטע לאזן וויסן. יישר כח.

Explain
מה זה cd
וואס איז מיט לעגאלע זאכן? ווערט פאררעכנט צו צאלן טעקס וכדו׳?

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג מאי 03, 2019 11:51 am

טעם וריח האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:די חתונה פלאן וואס מיר טוען לעת עתה:

מיר לייגן אוועק די טעקס ריטורן געלט פון יעדע צוויי יאר + נאך 10 אלפים צו א ס"ה פון בערך דרייסיג אלפים. עס גייט אין א CD אקאונט געווידמעט פארן ספעציפישן קינד'ס חתונה, וואס וואקסט משך די קומענדיגע 10 יאר מיט נאך 10 טויזנט צו א ס"ה פון 40 אלפים.

וחוזר חלילה פארן נעקסטן קינד צוויי יאר שפעטער.

אויב עמיצער האט א בעסערע - אבער קראנטע - אפציע ביטע לאזן וויסן. יישר כח.

Explain
מה זה cd
וואס איז מיט לעגאלע זאכן? ווערט פאררעכנט צו צאלן טעקס וכדו׳?

דאס איז א געווענליכע באנק סעיווינגס אקאונט וואס ווערט איינגעשפארט און מען קען נישט ארויסנעמען דאס געלט פאר עטליכע יאר.
די ראטע האלט יעצט ביי כמעט דריי פראצענט.
פעדעראלע טעקס דארף מען דוכט זיך נישט צאלן פאר אינטרעסט פארדינסטן אונטער 10 אלפים יערליך.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6181
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » פרייטאג מאי 03, 2019 12:13 pm

פארווייטאגט האט געשריבן:
דברים אלו האט געשריבן:
ר' יום טוב האט געשריבן:די חתונה פלאן וואס מיר טוען לעת עתה:

מיר לייגן אוועק די טעקס ריטורן געלט פון יעדע צוויי יאר + נאך 10 אלפים צו א ס"ה פון בערך דרייסיג אלפים. עס גייט אין א CD אקאונט געווידמעט פארן ספעציפישן קינד'ס חתונה, וואס וואקסט משך די קומענדיגע 10 יאר מיט נאך 10 טויזנט צו א ס"ה פון 40 אלפים.

וחוזר חלילה פארן נעקסטן קינד צוויי יאר שפעטער.

אויב עמיצער האט א בעסערע - אבער קראנטע - אפציע ביטע לאזן וויסן. יישר כח.

פשיהא דאס קוקט אויס גאר גיטער געדאנק וואס יעדער קען טוהן


יעדער? נישט ממש.
עס איז דא אזעלכע וואס באצאלן מיט דעם אין גרוסערי. וד"ל.

יעדער? ווער ס'קומט זיך אויס מיטן חודש קען, און אז ס'קומט אונטער א גרעסערע הוצאה? איך האב איין יאר בר מצוה געמאכט מיט דעם, אפגערעדט אז אין די סיטי איז דאס אפיציעל די קאנטרי געלט
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג מאי 03, 2019 2:22 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:איך וויל נאר איין זאך מגיב זיין,

כ׳זעה ווי עטליכע זאגן דא און מאכן וחשבונות אז ס׳איז פאר מאנכע נישט שייך צו מאכן עפעס א פלאן און טוהן עפעס השתדלות צו קענען חתונה מאכן.

מיין ריספאנס איז, ס׳איז נישט אמת מען קען יא, און די תרוצים גייט נישט העלפן וועט מען וועט מיזען חתונה מאכן די קינדער.

איין משל, איך האב יעצט 2 חברים וואס האבן געמאווט צו די נייע געגענטער מיט עטליכע קינדער (אשריכם!) מיט א מארגעדזש פון ארום 3-4 אלפים חודש׳לעך ביידע זייערע וויייבער האבן נישט גע׳ארבייט ביזן מאפן, און ביידע ארבייטן יעצט יא (א חלק טאג) און העלפן קאווערען די מארגעדזש. וואס איז געשעהן פון פארן מאפן און נאכן מאפן? אז מען ווייסט אז מען דארף און ס׳איז א מאסט, האבן זיי געטראפן נייע וועגן ווי אזוי צו קענען צאלן די מארגעדזש. וכן לענין חתונה מאכן. כנלע״ד נכון.

אין מציאות זענט איר נישט גערעכט.

איך קען כאטש צוויי אידן וואס ביידע ארבעטן און ביי ביידע ארבעט די שטוב, און זיי ספענדן בכלל נישט אויף איבריג'ס, און דעקן קוים דעם חודש, עס בלייבט זיי גארנישט אויף אוועקצולייגן.

און אפשר האבן זיי נישט געטראכט פון אוועק לייגן געניג פרי? שוין ביי צוואנציג יאר נראה לעניות דעתי מען דארף ערענסט פלאנען פאר חתונה מאכן

און אפשר איז חובות השתדלות צו בעטן פאר א רעיז? טוישן דזשאבס? איך ווייס נישט, איך פרעג נאר, אפשר דארף מען פרעגן אזא שאלה פון א ערליכע יוד.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » פרייטאג מאי 03, 2019 4:10 pm

גאלדענע פעדער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:איך וויל נאר איין זאך מגיב זיין,

כ׳זעה ווי עטליכע זאגן דא און מאכן וחשבונות אז ס׳איז פאר מאנכע נישט שייך צו מאכן עפעס א פלאן און טוהן עפעס השתדלות צו קענען חתונה מאכן.

מיין ריספאנס איז, ס׳איז נישט אמת מען קען יא, און די תרוצים גייט נישט העלפן וועט מען וועט מיזען חתונה מאכן די קינדער.

איין משל, איך האב יעצט 2 חברים וואס האבן געמאווט צו די נייע געגענטער מיט עטליכע קינדער (אשריכם!) מיט א מארגעדזש פון ארום 3-4 אלפים חודש׳לעך ביידע זייערע וויייבער האבן נישט גע׳ארבייט ביזן מאפן, און ביידע ארבייטן יעצט יא (א חלק טאג) און העלפן קאווערען די מארגעדזש. וואס איז געשעהן פון פארן מאפן און נאכן מאפן? אז מען ווייסט אז מען דארף און ס׳איז א מאסט, האבן זיי געטראפן נייע וועגן ווי אזוי צו קענען צאלן די מארגעדזש. וכן לענין חתונה מאכן. כנלע״ד נכון.

אין מציאות זענט איר נישט גערעכט.

איך קען כאטש צוויי אידן וואס ביידע ארבעטן און ביי ביידע ארבעט די שטוב, און זיי ספענדן בכלל נישט אויף איבריג'ס, און דעקן קוים דעם חודש, עס בלייבט זיי גארנישט אויף אוועקצולייגן.

און אפשר האבן זיי נישט געטראכט פון אוועק לייגן געניג פרי? שוין ביי צוואנציג יאר נראה לעניות דעתי מען דארף ערענסט פלאנען פאר חתונה מאכן

און אפשר איז חובות השתדלות צו בעטן פאר א רעיז? טוישן דזשאבס? איך ווייס נישט, איך פרעג נאר, אפשר דארף מען פרעגן אזא שאלה פון א ערליכע יוד.

ביי צוואנציג ווען זיי זענען געזעצן אין כולל און באמת פלייסיג געלערנט און די שטוב האט געארבעט, האבן זיי געדארפט ארויס פון כולל נאר כדי "אויב" זיי וועלן האבן "קינדער", זאלן זיי קענען זיי חתונה מאכן? כ'גלייב נישט דער באשעפער פארלאנגט דאס...

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג מאי 03, 2019 4:29 pm

מי יודע האט געשריבן:אין די סיטי איז דאס אפיציעל די קאנטרי געלט

על זה הי' דוה לבנו. דאס איז דער חורבן

דאס דארף זיין חתונה מאכן געלט
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » זונטאג מאי 05, 2019 7:37 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:
גאלדענע פעדער האט געשריבן:איך וויל נאר איין זאך מגיב זיין,

כ׳זעה ווי עטליכע זאגן דא און מאכן וחשבונות אז ס׳איז פאר מאנכע נישט שייך צו מאכן עפעס א פלאן און טוהן עפעס השתדלות צו קענען חתונה מאכן.

מיין ריספאנס איז, ס׳איז נישט אמת מען קען יא, און די תרוצים גייט נישט העלפן וועט מען וועט מיזען חתונה מאכן די קינדער.

איין משל, איך האב יעצט 2 חברים וואס האבן געמאווט צו די נייע געגענטער מיט עטליכע קינדער (אשריכם!) מיט א מארגעדזש פון ארום 3-4 אלפים חודש׳לעך ביידע זייערע וויייבער האבן נישט גע׳ארבייט ביזן מאפן, און ביידע ארבייטן יעצט יא (א חלק טאג) און העלפן קאווערען די מארגעדזש. וואס איז געשעהן פון פארן מאפן און נאכן מאפן? אז מען ווייסט אז מען דארף און ס׳איז א מאסט, האבן זיי געטראפן נייע וועגן ווי אזוי צו קענען צאלן די מארגעדזש. וכן לענין חתונה מאכן. כנלע״ד נכון.

אין מציאות זענט איר נישט גערעכט.

איך קען כאטש צוויי אידן וואס ביידע ארבעטן און ביי ביידע ארבעט די שטוב, און זיי ספענדן בכלל נישט אויף איבריג'ס, און דעקן קוים דעם חודש, עס בלייבט זיי גארנישט אויף אוועקצולייגן.

און אפשר האבן זיי נישט געטראכט פון אוועק לייגן געניג פרי? שוין ביי צוואנציג יאר נראה לעניות דעתי מען דארף ערענסט פלאנען פאר חתונה מאכן

און אפשר איז חובות השתדלות צו בעטן פאר א רעיז? טוישן דזשאבס? איך ווייס נישט, איך פרעג נאר, אפשר דארף מען פרעגן אזא שאלה פון א ערליכע יוד.

ביי צוואנציג ווען זיי זענען געזעצן אין כולל און באמת פלייסיג געלערנט און די שטוב האט געארבעט, האבן זיי געדארפט ארויס פון כולל נאר כדי "אויב" זיי וועלן האבן "קינדער", זאלן זיי קענען זיי חתונה מאכן? כ'גלייב נישט דער באשעפער פארלאנגט דאס...

איך רעד נאך וואס מען האט די ערשטע קינד דארף מען לענ״ד מאכן א פלאן - ״א השתדלות״ א וועג ווי אזוי דעם קינד צו חתונה מאכן. איך האב געפרעגט (פארן עפענען דעם אשכול) א יוד א תלמוד חכם און ער האט מיר געזאגט אז לדעתו בין איך בין גערעכט, און געזאגט אז ער האט אויך אזוי געטוהן. 50 אלפים היינטיגע צייטן חתונה מאכן א יעדע קינד עקסטער, קומט נישט צו פליען דארף מען דערפאר מאכן א פלאן פון ווען די קינד איז געבוירען מחובות השתדלות. כנלע״ד נכון.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג מאי 05, 2019 10:38 pm

עס איז אמת. קיינער ווייסט נישט וואס עס וועט געשען ביז 10-20 יאר ארום און וואס ס'קען אלס אונטערקומען. אבער א פלאן דארף זיין. אז נישט אויף פופציג טויזנט, איז אויף דרייסיג טויזנט, און אז נישט אויף אלע קינדער, זאל זיין אויף א חלק. פראבירן דארף מען. אז מען קען נישט יעצט, זאל מען האבן אין געדאנק א פלאן אויף שפעטער. אבער נישט איגנארירן.

ווען מען זיצט אין כולל איז נאך אפשר שווער, ווייל מ'האט גרעסערע פינאנציעלע געשעענישן פריער, ווי קויפן א דירה, זיין מסודר מיט פרנסה, א.ד.ג. אבער ווען די קינדער הייבן אן אונטערוואקסן איז צייט זיך צו נעמען אין די הענט אריין.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תשובה פון הרב וואזנער זצ״ל איבער די חיוב השתדלות פון אוועק לייגן צו חתונה מאכן די קינדער

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דינסטאג מאי 21, 2019 4:25 pm

זעה די באגלייטע תשובה
צוגעלייגטע
F5D682D2-2496-484F-8831-8B94BC080D51.jpeg
F5D682D2-2496-484F-8831-8B94BC080D51.jpeg (315.76 KiB) געזעהן 502 מאל
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

bony
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 12, 2019 8:59 pm

תגובהדורך bony » דינסטאג מאי 21, 2019 5:20 pm

די אייבערשטער שיקט וויפאל געלט מיר דארפען
מען דארף נאר גלייבן

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מאי 22, 2019 12:49 am

bony האט געשריבן:די אייבערשטער שיקט וויפאל געלט מיר דארפען
מען דארף נאר גלייבן

ריכטיג

נישט אייביג שיקט ער עס ממש ווען מ'דארף עס. צומאל שיקט ער עס אביסל פריער און מ'דארף אכטונג געבן עס נישט אויסצונוצן אויף אנדערע זאכן ווייל דאן באקומט מען נישט נאך

קוק אריין אין ביצה טז עמוד ב' די ערשטע רש"י
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

לאנגזאם
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 2:25 pm

תגובהדורך לאנגזאם » מיטוואך מאי 22, 2019 9:27 am

א הייטיגע סטאנדארד חתונה פון א ביז ת, קאסט בערך זיבעציג אלפים, א בעלבתישע חתונה קאסט קרוב צו הונדערט אלפים.

ווען די רעדסט צו א צוואנציג יעריגער יונגערמאן וואס גייט חתונה מאכען אין 15-20 יאר ארום. איז 50 טויזנט ווייט נישט גענוג פאר א חתונה.

20 יאר צוריק האט א נארמאלע חתונה געקאסט בערך 35-40. נו מאך די חשבון. און 15 יאר ארום א נארמאלע שיינע חתונה גייט קאסטן איבער 100 אלפים זיכער.

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג מאי 27, 2019 8:16 pm

@לאנגזאם קוק אין די תשובה פון הרב וואזנער ער שרייבט אז ס׳איז דא א חיוב השתדלות (פאר די המון עם) צו אוועק לייגן מעט מעט פאר צו חתונה מאכן די קינדער, דאס הייסט אז וויפעל מעם קען זאל מען אוועק לייגן, איי טייל מענטשען דארפן דאך אסאך מער פון וויפעל זיי קענען אוועק לייגן? נוי פאר דעם דארף מען דאך שוין האבן אמונה אין זיך פארלאזן אויפן אייבערשטען, ווילאנג מען טוט די חובת השתדלות.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

נישט פארפאטשקענען די באשעפער׳ס שפע

תגובהדורך גאלדענע פעדער » מאנטאג מאי 27, 2019 8:27 pm

אינטערסאנט כ׳האב די וואך גערעדט מיט א יוד, און איהם דערציילט וועגן די תשובה פון הרב וואזנער, זאגט מיר דער יוד אז ס׳באדערט איהם מורא׳דיג שטארק אז היתכן איך האב איהם נישט דערציילט יארן צוריק וועגן דעם תשובה פון הרב וואזנער (כ׳בין דאך נאר ממש יעצט לעצטענס געוואר געוואר געווארן פון דעם תשובה..) דערציילט מיר דער יוד אז זיין עלטסטע קינד איז יעצט ב״ה 12 יאר צום גוטן, און פאר אפאר יאר צוריק דערציילט ער מיר האט ער געהאט פאר אן ערך פון 5 יאר גאר א שטארקע און גוטע אינקאם און פרנסה מין שמים, און יעצט דערציילט ער מיר אז איר זייער טייט, זאגט ער מיר אז ווען ער האט געהאט די 5 יאר פון שפע האט ער זיך געלאזט וואוילגיין, און פארפאטשעקט די השפעה, און ווען ער ווייסט ווען פון די תשובה פון הרב וואזנער וואלט ער דעמאלטס געסעיווד די געלט. האב איך עס איבערגעזאגט פאר א יוד א תלמוד חכם והודה לדברי אז ס׳דא אזא מוסג אז די באשעפער שענקט צומאל א שפע אז מען זאל עס קענען אוועק לייגן פארן חתונה מאכן דו קינדער וכדו׳ און א יוד קען עס פארפאטשקענען, (איך רעד אוודאי נישט פון די חיובים וואס א יוד האט פון געבן צדקה, מעשר וכדו׳ איך רעד פון אוועק לייגן די רעשט און עס נישט פארפאטשקענען) אוודאי ווינטש איך דעם יוד הנ״ל אז חדש ימינו כקדם אין זיינע שפע פרנסה זאל צוריק קומען און אויך פאר אלע יודן, אבל באתי להאיר.
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דינסטאג מאי 28, 2019 12:31 pm

מ׳דארף פארשפרייטן די תשובה פון הרב וואזנער.

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » דינסטאג מאי 28, 2019 1:04 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:פעדעראלע טעקס דארף מען דוכט זיך נישט צאלן פאר אינטרעסט פארדינסטן אונטער 10 אלפים יערליך.

אוודאי איז עס טעקסעבל!
מ'דארף עס געהעריג רעפארטן ווען מ'פיילט טעקס רעטוירן און צאלן מכס דערפאר.

(אפילו אויב די אינטערעסט איז א נישטיגע פאר גראשן ברויך מען עס אויך רעפארטן)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], געשמאקער און 5 געסט