האסט שוין געקופט טיקעטס?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
אלני ממרא
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 22, 2018 11:29 am

האסט שוין געקופט טיקעטס?

תגובהדורך אלני ממרא » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 6:56 pm

.
פארגאנגענע וואך סוף וואך האט מען מיר איינגעמאלדן אין שטוב אז יא! מ'פאר מיר אויף שבת קיין וויליאמסבורג צו די עלטערן. איך קום אהיים אביסעלע פרי פון ארבעט, די קינדער באפאלן מיר מיט די יערליכע קשיא, "האסט שוין געקויפט טיקעטס?" אויף מיין וואונדער קומט א קלארע פסק דין "איך וויל גיין צי די אינטערן, מ'קען שוין קויפן טיקעטס, "האסט שוין געקויפט טיקעטס?" יעדער איינער גייט, עס איז שוין כמעט נישטא קיין טיקעטס, פאר נאר $120 קען איך האבן אזא גיטע סיעט" קינדער, זאג איך זיי, יעצט איז נישטא וואס צו רעדן, וועל מיר זעהן נאך שבת.

הייבט מען אן ארויפצולאדענען די קאר מיט אלע זעק אין פעק, אינדערמיט קומט צו מיין שכן, זאג "האסט שוין געקויפט טיקעטס?" איך קוק אים אן מיט ווינדער, איך פרעג אים "דו גייסט אויך צו די אינטערן? איך האב געמיינט דאס איז פאר קינדער?" זאגט ער "נאא, איך רעד פון די גרויסע מעמד הכנה לפסח מיט אברהם מרדכי שווארטץ און שירה, מ'קען שוין קויפן טיקעטס, יעדער איינער גייט, עס איז שוין כמעט נישטא קיין טיקעטס, פאר נאר $360 קענסטו האבן א VIP טיקעט", זאג איך אים איך יאג מיך יעצט, עמער רעדן נאך שבת.

צוויי שעה שפעטער און ב"ה מיר זענען שוין אין וויליאמסבורג. גיי איך באזוכן מיינע עלטערן. איך קום אריין מיט מיינע קינדער, פרעגט מיין טאטע די ערשטע שאלה, "האסט שוין געקויפט טיקעטס?" פרעג איך גלייך צוריק ווי א גאנצער ידען, "צו די פלעי אדער צו אברהם מרדכי?" זאגט ער מיר "נישט קיין אנונג וואס דו רעדסט, איך רעד פון דעם גרויסן כינוס טהרת הקודש. מ'קען שוין קויפן טיקעטס, יעדער איינער גייט, עס איז שוין כמעט נישטא קיין טיקעטס, פאר נאר $250 קענסטו האבן אזא גוטע סיעט, אויך קענסטו זיך צוזאמשטעלן מיט גרופעס פאר ביליגערע פרייזן". "טאטי" זאג איך, "עמער זעהן נאך שבת".

איך זיץ און שמועס מיט מיין מאמע, אינמיטן קומט אריין מיין ברודער א בחור'ל, "האסט שוין געקויפט טיקעטס?" אוי וויי וואס איז שוין ווייטער? זאגט ער וואס הייסט?! די באבוב'ער פלעי, ס'הייסט 'געשמוגלט דעם גרעניץ', מ'קען שוין קויפן טיקעטס, יעדער איינער גייט, עס איז שוין כמעט נישטא קיין טיקעטס, פאר נאר $30 קען מען האבן אזא גוטע סיעט, זאג איך אים קאל מיך נאך שבת וועל מיר רעדן.

איך זאג גוט שבת, און אונז שלעפן זיך אריבער צו אירע עלטערן וואו אונז וועלן פארברענגן די וואך שבת, ווי נאר איך קום אריין פרעגט מיר מיין שווער, "האסט שוין געקויפט טיקעטס?" איך קיק אים אן ווי פין די לבנה וועלכע פלעי גייט ער?? פרעג איך אים מיט א בלעכן פנים "וועלכע טיקעט רעדט דער שווער?" זאגט ער "וואס הייסט די שמש פארקויפט שוין די טיקעטס פאר די ערב פסח מצות, יעדער איינער גייט, עס איז שוין כמעט נישטא קיין טיקעטס, פאר נאר $80 קענסטו האבן די 3:30 טיקעט", זאג איך שווער לעבן ס'איז נאך דא א וואך, וועל מיר רעדן נאך שבת.

פרייטאג צונאכטס, איך שפאציר אין שוהל ווען נעבן מיר שפאצירט מיין שוואגער א בחור אין די יארן, אינמיטן א טיפע שמועס געט ער מיר א פרעג. זאג, "האסט שוין געקויפט טיקעטס?" וועלכע טיקעט שוין ווייטער???? "וואס הייסט?! שירה גייט מאכן א הערליכע פארברענג חול המועד, שירים ושיעורים, מ'קען שוין קויפן טיקעטס, יעדער איינער גייט, עס איז שוין כמעט נישטא קיין טיקעטס, פאר נאר $200 קען איך האבן אזא גיטע סיעט VIP". זאג איך אים קאל מיך נאך שבת וועל מיר רעדן.

מורים ורבותים, דאס יאר אי"ה קויף איך נישט קיין איין טיקעט בל"נ, אין קימענדיגע יאר וועל איך אויך פארקויפן טיקעטס, אפשר וועל איך האבן אפאר דאלער עקסטער צו קויפן אלע אנדערע טיקעטס פאר די שטוינענדע ביליגע פרייז פון.......

האטס מיר אלע א גוט יו"ט.
די פלוין פון ממרא.

רעבע, וואס מיינט פלוין?

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2020
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 7:06 pm

פיין, פיין.
אגב, פארגאנגע וואך האבן מיר בטעות )-: אריינגעוואנדערט אין א באס לעין, און מיר האבן זיך איינגעקויפט א זאפטיגע ....
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות." — הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל

מפתח

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2619
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 7:08 pm

מצטרף, מ'קויפט נישט קיין טיקעטס!

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1700
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 7:11 pm

;l;p-

יו ביסטו גוט!

און דא האסטו נאכאנדערעס אויכעט...

;l;p-

אוועטאר
Horizontal
שר חמישים ומאתים
תגובות: 326
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 22, 2016 9:20 pm
לאקאציע: אין די ברייט

תגובהדורך Horizontal » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 10:13 pm

פיין פיין
;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:

ווען איינער זאגט ער גייט צו ר' אברהם מרדכי'ס קומזיץ דארף מען שוין היינט פרעגן וועלעכע...
איך טוה וואס איך וויל, ווען איך וויל, און ווי אזוי איך וויל!!
אויב מיין ווייב לאזט

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 10:14 pm

האט מיר געקאסט א שמייכל. ;l;p-
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

Haklal
שר האלף
תגובות: 1034
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 10:25 pm

זייער גיט, קומסט אריין קלאר

אוועטאר
איצל פיצל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2008 1:57 am

תגובהדורך איצל פיצל » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 10:40 pm

זייער זייער גוט. געקאסט א שמייכל. ישר כח.

אוועטאר
צל עובר
שר תשעת אלפים
תגובות: 9145
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 11:19 pm

Haklal האט געשריבן:זייער גיט, קומסט אריין קלאר


RT
;l;p- :lol:
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

וואו ליגט מיין תגובה בנוגע די די קראך אויף די לבנה?

אוועטאר
יעקל אלטמאן
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2018 10:01 pm

תגובהדורך יעקל אלטמאן » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 11:27 pm

:grin: :grin: :grin:

אוועטאר
Belz123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

תגובהדורך Belz123 » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:22 am

;l;p- Wow amazing

אוועטאר
Belz123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 307
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

תגובהדורך Belz123 » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:23 am

;l;p- Wow amazing

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2203
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:30 am

יעקל אלטמאן האט געשריבן::grin: :grin: :grin:
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:31 am

דו ביסט צודרייט? וואסידאס טיקעט געקויפעכץ?

קומענדיגע יאר גייט UJO טיילן ביי זייער חלוקה טיקעטס פאר פרי.
אה, כ'פארגעסן, צו נעמען פארשימלטע קארטאפל מוז מען אויך האבן א טיקעט. פאגעריט
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

תגובהדורך ברעחדך קאפ » פרייטאג אפריל 12, 2019 12:38 am

צולייגער האט געשריבן:דו ביסט צודרייט? וואסידאס טיקעט געקויפעכץ?

קומענדיגע יאר גייט UJO טיילן ביי זייער חלוקה טיקעטס פאר פרי.
אה, כ'פארגעסן, צו נעמען פארשימלטע קארטאפל מוז מען אויך האבן א טיקעט. פאגעריט


יא, מען וועט מוזן קויפן א טיקעט צו באקומען א טיקעט. :wink:

שבת פארטי
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 17, 2019 11:47 am

תגובהדורך שבת פארטי » פרייטאג אפריל 12, 2019 1:33 am

אייזן.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3821
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » פרייטאג אפריל 12, 2019 5:02 am

גוט צעלייגט. ייש"כ. ;l;p-
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
פאקטען
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 9:34 am

תגובהדורך פאקטען » פרייטאג אפריל 12, 2019 5:34 am

פיינע נייעס
במקום שאין איש... איז צוויבל אויך הערינג...
מעמבער קח"א #384

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » פרייטאג אפריל 12, 2019 8:52 am

לייען איך מיר דעם אשכול, קאללט מיר מיינער א ידיד און פרעגט מיר "האסט שוין געקויפט טיקעטס?"
ער ווייסט ביז יעצט נישט פארוואס כ'האב גוט געלאכט... צו אייוועלט קומט ער נישט אן...
שטעלט זיך ארויס, אז ער האט געבוקט טיקעטס פאר זיין משפחה צו חוה"מ האלטן "מיט א 'פּלעין-רייד' קיין טשיקאגא, פאר בלויז $91 א וועג, ווילסט אויך קומען מיטן געזינדל?"
כ'האב שוין געוואוסט וואס צו ענטפערן: "כ'קויף נישט קיין טיקעטס!"...
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

אוועטאר
בריוועלע
שר מאה
תגובות: 247
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 11:34 am

תגובהדורך בריוועלע » פרייטאג אפריל 12, 2019 10:31 am

געוואלדיג
יישר כח
אוי בריוועלע, אוי בריוועלע,
כאילו אמרם הוא בעצמו,
(קרעדיט: מוטי שטיינמעץ)

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1105
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » זונטאג אפריל 14, 2019 11:10 am

;l;p- ;l;p- :lol: :lol: פיין געלאכט. שכוח.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג אפריל 14, 2019 11:14 am

שוין געקויפט?

ניין, אי"ה ערב פסח וועל מיר קויפן.

צו וואו? צום מקוה-איד / שעהרער

===

ישר כחכם.

האסט מיר צושמייכעלט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 704
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » זונטאג אפריל 14, 2019 11:23 am

זייער גוט !


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 18 געסט