נפלאות הבורא - די מענטשליכע קערפער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

שפת הלב
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:21 pm

נפלאות הבורא - די מענטשליכע קערפער

תגובהדורך שפת הלב » זונטאג אוקטובער 14, 2018 7:56 pm

ברוכים הבאים.

די מענטשליכע קערפער איז וואונדערליך ביז גאר. שוין טויזנטער יארן וואס מען שטודירט און מען פארשט עס, אבער פארשטיין פארשטייט מען נאר טיפה מן הים איבער וואס עס גייט אלץ פאר און ווי עמוק און קאמפלוצירט עס איז.

די חכמות אלקית וואס שרייעט פון יעדע פיצעלע דעטאל איז אין לשער, אשר על כן איז פארשטענדליך אז עס איז אוממעגליך צו פארשטיין און פארשטיין געבן אלעס וואס שפילט זיך אפ אין אונז, אבער דאך, פטור בלא כלום אי אפשר, וועלן מיר בלי נדר אנהייבן א סעריע ארטיקלען באגלייט מיט בילדער, עד שידינו מגעת, צו באקומען א שטיקעלע באגריף איבער וואס איז קומט אלץ פאר אין אונזער מענטשליכען קערפער.

און ווי איוב זאגט, ״מבשרי אחזה אלוקי״, איז אויך אונזער האפענונג אז נאכן ליינען אביסעל און דורך זיך מתבונן זיין אין די געטליכע חכמה און נאכן אנערקענען די ניסים גלייום וואס אונז מענטשעלעך גייען דורך א יעדע איינציגסטע טאג וועט זיך פון זיך אליינס זינגען און לויבן צום הייליגען באשעפער פאר אלע זיינע חסדים, מיר וועלן אנהייבן דאווענען מיט כוונה און מיט אמת׳ע געפיל און אדורך דעם וועלן מיר אראפברענגען נאך און נאך שפע ברוחניות ובגשמיות מעתה ועד עולם. אמן ואמן.

nmi
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג אוקטובער 14, 2018 8:28 pm

די אוירן און די נאז זענען די צוויי איינציגסטע אברים וואס סטאפן נישט צו וואקסן פון ווען די מענטש ווערט געבוירן ביז די 120

nmi
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג אוקטובער 14, 2018 8:31 pm

ווען מ'מאכט א הפטשו (sneeze) קימט עס ארויס אין א שנעלקייט פון 100 מ.פ.ש.

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm
לאקאציע: איך געפין זיך? דער עולם געפינט זיך ביי מיר.

תגובהדורך מחשב » זונטאג אוקטובער 14, 2018 8:37 pm

אהההה...... מחיה! קום אריין קלאר און געשמאק, א 'שפת הלב' וואס זאל זיין 'נכנס ללב'...

אה.. און שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם, און זייט אונז מיט אייך אליין מהנה מיט א פרידליכע אנגענעמע פארברענגען.
ס'איז ביידע, איך זיץ ביים 'מחשב', אבער איך פרוביר אביסעלע צו ניצן דעם קאפ אויכעט...

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג אוקטובער 14, 2018 8:43 pm

Wow געוואלדיג
שוין סובסקרייבד צים אשכול!

שפת הלב
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:21 pm

תגובהדורך שפת הלב » זונטאג אוקטובער 14, 2018 8:45 pm

דיסקלעימער:

די ארטיקלען וואס גייען נאכקומען זענען נישט קאפירט, אדער נאכגעשריבן פון אנדערע אויסגאבעס וכדומה. עס ליגט אין דעם שעות פון ריסערטש, שרייבן, (און מעקן).

מיר ארבעטען על המחיה ועל הכלכלה און מיר זענען באגרעניצט אין צייט, אבער מיר האפן אז צוביסלעך וועט ארויסקומען דערפון א דבר השלום.

חיזוק און קריטיק איז פארשטייט זיך אנגענומען אבער די קריטיק זאל זיין נאר זאכליך און געשריבן מענטשליך.

nmi
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג אוקטובער 14, 2018 8:46 pm

אין אלגעמיין האט א מענטש בערך 100,000 האר אויפן קאפ

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג אוקטובער 14, 2018 9:18 pm

מחשב האט געשריבן:אהההה...... מחיה! קום אריין קלאר און געשמאק, א 'שפת הלב' וואס זאל זיין 'נכנס ללב'...

אה.. און שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם, און זייט אונז מיט אייך אליין מהנה מיט א פרידליכע אנגענעמע פארברענגען.
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

nmi
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג אוקטובער 14, 2018 9:23 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:
מחשב האט געשריבן:אהההה...... מחיה! קום אריין קלאר און געשמאק, א 'שפת הלב' וואס זאל זיין 'נכנס ללב'...

אה.. און שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם, און זייט אונז מיט אייך אליין מהנה מיט א פרידליכע אנגענעמע פארברענגען.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 640
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:00 pm

שוין לאנג געווארט פאר די נושא! שכוח! מיר קוקן ארויס אויף ווייטער

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 545
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:08 pm

פאראויס האט געשריבן:שוין לאנג געווארט פאר די נושא! שכוח! מיר קוקן ארויס אויף ווייטער
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

שפת הלב
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:21 pm

די 12 סיסטעמען - חלק א׳

תגובהדורך שפת הלב » זונטאג אוקטובער 14, 2018 10:57 pm

די מענטשליכע קערפער איז צוטיילט אין עטליכע סיסטעמען און יעדע פון די אלע סיסטעמען האבן באזונדערע אויפגאבעס מיט וואס זיי געבן צו, צו די מולטי-טריליאן צעלן׳דיגע קערפער.
א יעדע סיסטעם נעמט אריין אין זיך און איז פאראנטווארטליך אויף ארגאנען, נערוון, אדערן, און נאך פילע אנדערע חלקים וואס דורך דעם קענען זיי ערפולן זייער חלק און שליחות פונעם באשעפער. די אלע סיסטעמס ארבעטען האנט ביי האנט זיכער צו מאכן אז אונז זענען געזונט, און אז מיר קענען זעהן, הערן, שמעקן, פילן, טעיסטן, זיך באוועגען, עסן, אטעמען, וכו׳ (מיר האבן נאר אויסגערעכנט א טייל פון די זאכן וואס מען קען זעהן מיט די אויגן. נאך פיל פיל מער איז דא וואס מען זעהט נישט און מען ווייסט ניטאמאל אז מיר פארמאגען עס.

באמת איז פארהאן גאר אסאך ארגאנען, נערוון, מוסקולן, אדערן, וכדומה און אויף יעדע סיסטעם און ארגאן קען מען אויסנוצן טויזענטע בלעטער עס פארשטיין צו געבן. מיר וועלן עס אבער צוטיילן אין 12 הויפט סיסטעמען. מיר וועלן צולייגן וואס יעדע סיסטעם טוט און וואספארא ארגאנען זענען א טייל פון איר, דערנאך וועלן מיר אריין גיין אביסעל טיפער אין יעדע ארגאן פאר זיך, מסביר זיין פון וואס עס באשטייט, צולייגן די הלוך ילך און וואס זענען זייערע אויפגאבעס, און צעביסלעך וועט מען ארויסהאבן די גאנצע בילד קלאר.

די מענטשליכע קערפער באשטייט פון 12 הויפט סיסטעמען.

1. די סקעלעטאל סיסטעם (Skeletal System)
2. די מוסקולן סיסטעם ( Muscular System)
3. די נערוון סיסטעם (Nervous System)
4. די פארדייאונגס סיסטעם (Digestive System)
5. די אטעמען סיסטעם (Respiratory System)
6. די צירקולאציע סיסטעם ( Circulatory System)
7. די אימיון סיסטעם (Immune System)
8. די לימפעטיק סיסטעם (Limphpathic System
9. די הויט/האר סיסטעם (Integumentary System)
10. די ענדאקרין סיסטעם (Endocrine System)
11. די רייניגונגס סיסטעם (Excretory System)
12. די ריפרודאקטיוו סיסטעם (Reproductive System) מיר וועלן אין דעם נישט אריינגיין אין קיין דעטאלן צוליב פארשטענדליכע סיבות.


1. די סקעלעטאל סיסטעם

די סקעלעטאל סיסטעם באשטייט בעיקר פון די ביינער, קארטעלידזש, און ליגעמענטס.

ביינער - זייער הויפט אויפגאבעס זענען; 1. צו געבן א געשטעל און א פיזישע אינטערהאלטונג פאר אלע חלקים פונעם קערפער. 2. זיי דינען ווי א פאנצער צו באשיצען די קערפער פון דרויסענדיגע געפארן. 3. עס דינט ווי א סטארעדזש אין ווי די קערפער לייגט אוועק פעטנס און מינעראלן פאר א נויט. 4. זיי האבן אין זיך מארך וואס פראדוצירט די בלוט צעלן וואס העלפן מיט די קערפערליכע פארטיידיגונגס סיסטעם.

קארטעלידזש און ליגעמענטס (Cartilage and Ligaments)
די קארטעלידזש און ליגעמענטס זענען א שטארקע אבער ווייכע מאטריאל וואס באשיצט, און בינדט צוזאם איין ביין צו די אנדערע. זיי דינען ווי א קישן ביי די דזשוינטס (דאס מיינט די פלעצער ווי די ביינער בייגן זיך, ווי למשל, עלנבויגן, קניען, וכדו׳. זיי געפונען זיך אויף אסאך פלעצער אונעם קערפער און מיר וועלן שפעטער אריינגיין טיפער אין זייער אויפגאבע.


2. די מוסקולן סיסטעם

די מוסקולן סיסטעם באשטייט פון פארשידענע מינע מוסקולן וואס מאכן אז די קערפער און אלע אירע ארגאנען זאלן זיך קענען באוועגען.
1. עס מאכט אז די ביינער זאלן זיך קענען באוועגען. 2. ספעציעלע מוסקולן זענען פארהאן וואס מאכט אז די הארץ זאל קלאפן ווי עס דארף צו זיין. 3. דורך די מוסקולן קען די מאגן פארדייען עסן. 4. די לונגען קענען אריינעמען און ארויסשטופן לופט אויך נאר א דאנק מוסקולן.


3. די נערוו סיסטעם

די נערוון סיסטעם איז די עלעקטראנישע סיסטעם וואס קאנטראלירט די גאנצע קערפער.

די נערוו סיסטעם באשטייט הויפטזעכטליך פון די מוח, ספיינעל קארד, און אלע נערוו צעלן.

די מוח - דאס איז די קאנטראל טורעם. עס קאנטראלירט יעדע פיצעלע זאך וואס שפילט זיך אפ אין די קערפער. מיר וועלן שפעטער אריינגיין אין די חלקים פונעם מוח און אין אלע קעלענערע דעטאלן.

די ספיינעל קארד - (Spinal Cord) דאס איז די הויפט קאנאל און פארבינדונגס צענטער פון די מוח צו אלע נערוו צעלן און אדורך איר לויפן דורך די עלעקטראנישע כוואליעס פון די מוח צו אלע נערוו צעלן.

נערוו צעלן (Nerve cells) - די נערוו צעלן כאפן אויף די באפעלן וואס די מוח שיקט זיי און פירן עס למעשה דורך. מיט די נערוו צעלן שפירט מען היץ, קעלט, דורך זיי קען מען שמעקן, שפירן, און נאך טויזנטע זאכן וואס זיי טוען אלץ ערפילן.


4. די פארדייאונגס סיסטעם

די פארדייאונגס סיסטעם איז פאראנטווארטליך אז די קערפער זאל באקומען די נויטיגע נערונג, די עסן זאל גוט ווערן פארדייט, זי מישט עס אויס און ארבעט אויס די עסן מיט די נויטיגע כעמיקאלן אז עס זאל ריכטיג שפייזן די קערפער מיט אלע אירע צעלן, דערנאך טיילט זי אפ די גוטע חלקים וואס דאס גייט אריין אין די בלוט פון די שלעכטע חלקים וואס גייט ארויס פונעם קערפער. די פארדייאונגס סיסטעם באשטייט פון אסאך חלקים אבער די הויפט שפילער זענען די פאלגענדע; די מויל, ושט (esophagus), מאגן (stomach), קליינע קישקע (small intestine ), און גרויסע קישקע (large intestine), פענקריעס (pancreas), לעבער (liver), און גאל בלעדער (gallbladder).

מויל - די פארדייאונגס פראצעדור הייבט זיך אן אין די מויל. ווען מען נעמט אריין דאס עסן, טוט דאס מויל דורך אירע ציינער און שפייעכץ אנגרייטן פאר די מאגן אז עס זאל גוט קענען צונעמען די עסן. די שפייעכץ פארמאגט אין זיך ענזיימס וואס העלפט אז די מאגן זאל שוין נישט דארפן זיך ארבעטען שווער און פון דארט פארט עס אראפ צום:

ושט - די ושט וואס איז בערך 8 אינטשעס לאנג איז די רער דורך ווי די עסן גייט אראפ צו מאגן, און בשעת זי רייזט אראפ טוט זי, דורך זיך איינציען און אויסציען די מוסקולן, פארדייען ווייטער די עסן אז ווען עס קומט אן צום מאגן איז שוין די עסן היפש צענומען און פארדייט.

מאגן - די מאגן איז די ערשטע סטאנציע ווי די האלב צומאלענע עסן קומט אן. די מאגן ציעט זיך איין און אויס אזוי טוט זי צונעמען און צוברעכן די עסן, זי גיבט ארויס ענזיימס (enzymes) וואס העלפט אפצוטיילן די גוטע חלקים, זי גיבט ארויס פארשידענע עסיד׳ס (acids) (דאס מאכט אייך די מאגן ברענען...) און איינמאל די עסן איז גוט פארדייט טוט זי עס טראגן ווייטער צום:

קליינע קישקע - און די קליינע קישקע וואס איז 20 (!) פיס לאנג, געשעהט ארום 90 פראצענט פון די פארדייאונג. זי ענדיגט וואס די מאגן האט נישט געענדיגט און זי נעמט ארויס די מינעראלן, און נוטריענס וואס דאס גייט שפעטער אריין אין די בלוט וואס טראגט עס ארום צו שפייזן די קערפער. די איבריגע נישט גוטע חלקים וואס איז מעורב רע אין די טוב גייט דערנאך צום:

גרויסע קישקע - די גרויסע קישקע, וואס איז 5 פיס לאנג, נעמט די שלעכטע חלקים, זי ציעט ארויס דאס פארבליבענע וואסער וואס די קערפער קען ניצן, און שיקט ארויס די פארבליבענע אפפאל פון די קערפער. די גרויסע קישקע האט אויך א חלק אין פראדוצירן געזונטע באקטעריע און געוויסע וויטעמינען וואס העלפט צו האלטן געזונט די קערפער.

אויפן וועג פונעם מאגן צי די קליינע קישקע פארט עס אדורך די פענקריעס (pancreas), לעבער (Liver), און גאל בלעדדער (gallbladder).

די פענקריעס - דאס איז די מאשין וואס געט ארויס אינסולין (insulin) וואס איז די כעמיקאל וואס קאנטראלירט די צוקער שטאפעל אין די בלוט.

די לעבער - פראדוצירט פארשידענע ענזיימס וואס העלפט מיטן פארדייאונג. זי קאנטראלירט די קאלעסטארעל, די הארמאנען. עס דינט אויך אלץ די סטארעדזש רום פאר פארשידענע מינעראלן, וויטעמינען, און פראטינס. און נאך פארשידענע אויפגאבעס פון וואס מיר וועלן שפעטער רעדן.

די גאל בלעדער - עס געפונען זיך אונטער די קישקע און פראדוצירט בייליג (Bile) דאס איז א ענזיים וואס העלפט פארדייען פעטיגע עסן.


————
המשך יבוא אי״ה.
לעצט פאראכטן דורך שפת הלב אום מאנטאג אוקטובער 15, 2018 12:09 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג אוקטובער 14, 2018 11:39 pm

א מורא׳דיגע אשכול. זייער א קלארע שפראך און גוט געשריבן.
גיי ווייטער

אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלף
תגובות: 1456
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

תגובהדורך אלי' מקוה יוד » זונטאג אוקטובער 14, 2018 11:42 pm

מחשב האט געשריבן:אהההה...... מחיה! קום אריין קלאר און געשמאק, א 'שפת הלב' וואס זאל זיין 'נכנס ללב'...

אה.. און שלום עליכם, מאכט אייך באקוועם, און זייט אונז מיט אייך אליין מהנה מיט א פרידליכע אנגענעמע פארברענגען.
קען איך אייך מיט עפעס בייהילפיג זיין? פילט אייך פריי מיר צו קאנטאקטן אויף הענגאוטס elyemikva@gmail.com, כ'וועל פרובירן דאס בעסטע.

מחנך ב2018
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 26, 2018 12:10 pm

תגובהדורך מחנך ב2018 » זונטאג אוקטובער 14, 2018 11:54 pm

שוין לאנג נישט געווען דא עפעס א לייטישע אשכול...
גוט געשריבען א גאר אינפארמאטיווע נושא!
מיר גלייכן דאס

שפת הלב
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:21 pm

תגובהדורך שפת הלב » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 12:10 am

ישר כח פאר די חיזוק. ספעציעל ווען עס קומט פון די הנהלה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1387
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 1:54 am

קודם יישר כח פאר די הערליכע אינפא'רייכע שיעור.

איך זעה דו האסט צוטיילט די מענטשליכע קערפער אויף 12 חלקים, איז דא נאך א וועג וויאזוי מ'קען אנכאפן די מענטש, אדער דאס איז שוין אלעס כולל אין זיך?

און בכלל ווער איז די מחדש פון די אופן וויאזוי דו האסט עס אוועקגעשטעלט?

ס'זעהט אויס ווי דו ביסט גאר שטארק אויסגעקאכט אין די נושא, איך באלעק מיך די פינגער פון אזעלכע יסודות'דיגע שיעורים, כה לחי מיר ווארטן אויף נאך!
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

שפת הלב
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:21 pm

תגובהדורך שפת הלב » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 8:00 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:קודם יישר כח פאר די הערליכע אינפא'רייכע שיעור.

איך זעה דו האסט צוטיילט די מענטשליכע קערפער אויף 12 חלקים, איז דא נאך א וועג וויאזוי מ'קען אנכאפן די מענטש, אדער דאס איז שוין אלעס כולל אין זיך?

און בכלל ווער איז די מחדש פון די אופן וויאזוי דו האסט עס אוועקגעשטעלט?

ס'זעהט אויס ווי דו ביסט גאר שטארק אויסגעקאכט אין די נושא, איך באלעק מיך די פינגער פון אזעלכע יסודות'דיגע שיעורים, כה לחי מיר ווארטן אויף נאך!


קודם כל, ישר כח פאר די קאמפלימענט.

די אמת איז אז ס׳איז נישט דא א פארגעשריבענע מהלך וויאזוי צו דורכטוהן די נושא. מ׳קען דאס צוטיילן אין צענדליגע סיסטעמען אויך. אבער למעשה די 12 זאכן וואס איך האב אויסגערעכנט איז א מהלך וויאזוי אסאך צוטיילן עס און עס דעקט באופן כללי אלע איברים און זייערע טעגליכע פונקציעס.

פארשטייט זיך אז ס׳איז דא זאכן וואס איז נישט נאר א חלק פון א גרויסע סיסטעם, נאר איז אויך א מסכתא פאר זיך. למשל די מוח וואס איז טאקע א חלק פון די נערוו סיסטעם אבער זי טוט אויך טויזענטע אנדערע זאכן. אזוי אויך די 5 חושים פון זעהן, הערן, שמעקן, פילן, און טעיסטן, וואס איז אויך א נושא פאר זיך וואס מיר וועלן שפעטער מער באשרייבן. מיר וועלן אבער פרובירן קודם אדורכצוגיין באופן כללי אלעס, נאכדעם ווען מען אריינקריכן טיפער אין יעדע זאך באזונדער. מיט׳ן אייבערשטער׳ס הילף.

פארשער
שר חמש מאות
תגובות: 551
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פארשער » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 11:07 am

!WOW! KEEP IT COMING

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1851
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 11:25 am

nmi האט געשריבן:ווען מ'מאכט א הפטשו (sneeze) קימט עס ארויס אין א שנעלקייט פון 100 מ.פ.ש.

אז מען רעדט שוין פון סניזען וויל איך זאגן וואס איך האב אמאל געליינט פון ר' אביגדור מילער און ס'האט מיר זייער געהאלפן ער זאגט אז א סניז ווערט געשאפן דורך אריין אטעמען אסאך ליפט און די פרעשור דערפון מאכט א סניז. עפעס אזוי

סא אסאך מאל האבן מענטשן זיי ווילן סניזן און ס'גייט נישט... און זיי קיקן אויס ווי עוג מלך הבשן פארן חטא. איז די עצה פאר דעם אריינצואטעמען אסאך לופט און בום די האפטשו וועט קימען צו פליען
טעמו וראו כי טוב און אויב ס'האט געהאלפן קען מען זיך קימען באדאנקען פאר "פיינע נייעס"

א דאנק

nmi
שר מאה
תגובות: 186
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 12:39 pm

Wow ס'איז מורא'דיג שיין באשריבן מיט א געוואלדיגע קלארקייט.
די האסט אויסגעלאזט א פאר זאכן אווי די פענדיקס, מילץ און נאך. איך האף אז די פלאנסט נאך צוריק צו קומען דערצו!?!

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1522
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 2:16 pm

שכח שפת הלב פארן הערליכן אשכול, סיי פארן אינפארמאטיוון תוכן, און סיי פאר די קלארקייט אין שריפט. מיר האבן געלייענט מיט אינטערעסע.

איך האב נאר געוואלט צולייגן אפאר שטיקלעך 'הארדוועיר' צום מאגן. די ושט פארמאגט צוויי טירעלעך/וועלווס, גערופען ספינטשערס, איינס געפינט זיך אויבן ביים האלז און צווייטע זיצט ביי די אינטערשטע עק, הארט ביים מאגן. די אויבערשטע טירל שטייט אויף די וואַך אז די חיצוניות פון די גאס זאלן נישט אריינדרינגען אינעם ושט -- עס עפענט זיך בלויז ווען עס שפירט אז עסן פארט אריין אין האלז. די אינטערשטע טירל שפאַרט איין די שארפע עסיד אינעם מאגן און האלט זיי צוריק פון ארויפצוקריכן צום ושט. ווען די דאזיגע טירל איז נישט כהוגן, קען עס שאפן מאגן (ליין: ושט) ברענעריי/האַרטבוּרן/עסיד ריפלאקס אז עס זאל גיין א רויך. (די ווענט פונעם מאגן איז די איינציגסטע חלק פונעם גוף וואס איז באשיצט פון די רויע מאגן עסידס.)

אוועטאר
פארשטיין טיף
שר העשר
תגובות: 34
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 09, 2018 10:30 am

תגובהדורך פארשטיין טיף » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 2:20 pm

ברוך הבא ר' שפת הלב איך האב שטארק הנאה פון די זכלכער אשכול ישר כח אין האלט און

דא קענט איר מיט הלטען א אינטרעסנטער דרשה פון הרב מנשה ישראל רייזמן מצגת נפלאות הבריאה במערכות גוף האדם
https://www.kolhalashon.com/new/Media/P ... ShiurNum=5

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4693
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 2:30 pm

ש'כח, זאל אייך השי"ת געבן חשק צייט און כח צו שרייבן.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

שפת הלב
שר העשר
תגובות: 11
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 07, 2018 1:21 pm

תגובהדורך שפת הלב » מאנטאג אוקטובער 15, 2018 3:01 pm

מונאוויטש האט געשריבן:שכח שפת הלב פארן הערליכן אשכול, סיי פארן אינפארמאטיוון תוכן, און סיי פאר די קלארקייט אין שריפט. מיר האבן געלייענט מיט אינטערעסע.

איך האב נאר געוואלט צולייגן אפאר שטיקלעך 'הארדוועיר' צום מאגן. די ושט פארמאגט צוויי טירעלעך/וועלווס, גערופען ספינטשערס, איינס געפינט זיך אויבן ביים האלז און צווייטע זיצט ביי די אינטערשטע עק, הארט ביים מאגן. די אויבערשטע טירל שטייט אויף די וואַך אז די חיצוניות פון די גאס זאלן נישט אריינדרינגען אינעם ושט -- עס עפענט זיך בלויז ווען עס שפירט אז עסן פארט אריין אין האלז. די אינטערשטע טירל שפאַרט איין די שארפע עסיד אינעם מאגן און האלט זיי צוריק פון ארויפצוקריכן צום ושט. ווען די דאזיגע טירל איז נישט כהוגן, קען עס שאפן מאגן (ליין: ושט) ברענעריי/האַרטבוּרן/עסיד ריפלאקס אז עס זאל גיין א רויך. (די ווענט פונעם מאגן איז די איינציגסטע חלק פונעם גוף וואס איז באשיצט פון די רויע מאגן עסידס.)


ריכטיג. איך וויל קודם מסביר זיין די יסודות פאר די וואס ווייסן נישט, נאכדעם וועט מען קריכן טיפער אין יעדע סיסטעם באזונדער.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט