אפגענומען וואג

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11802
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

אפגענומען וואג

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 5:08 pm

איך נוץ די לשון אפגענומען ווייל איך האב פון קיינעם נישט ׳צוגענומען׳ נאר פשוט אפגענומען, עס איז נאך געבליבן גענוג פאר יעדן.

באמערקט האב איך עס אפאר וואכן צוריק ווען אלע מיינע העמעד קנעפלעך האבן זיך צוזאמען גענומען שמייכלן אן קיין סיבה. ווי אין א כאר האבן זיי זיך גענומען רייסן פאר געלעכטער יעדעס מאל וואס איך שטופ זיי אריין אינעם לאך. און עס האט זיך נישט אפגעשטעלט ביי דעם, מיין רעקל, מיין בעקיטשע, מיין וועסטל, אלע האבן זיך צוגעשטעלט צום אומבאוויסטן וויץ און זיי קאלערען זיך יעדעס מאל איך בין זיי משדך.
די סיעם פון מיין הויזן האט אויך עפעס מיסטירעיז אנגעפאנגען צו פארלאנגען לופט און ווען איך וואק אטעמט ער מיט צוזאמען מיט מיין ראטע.


איך ווייס באמת נישט ווען דאס אעז געשען, וויאזוי דאס איז אנגעקומען צו אזא מדרגה, ווייל בעצם בין איך א גוטע נעגאשיעטער. דאס הייסט אזוי: איך זעה א גוט שטיקל קוכן ביי א וואכנאכט, איך זאג פאר מיין מאגן ׳הער זיך איין, זעהסט יענע קוכן? איך גיי דאס נישט עסן! איך רור דאס נישט צו! אוטאמאטיש האב איך יעצט קרעדיט, יעצט דאס איז ביי א פשוטע שטיקל קוכן, אויב איז עס א זאפטיגע שטיקל באבקע קריג איך דאפעלט קרעדיט! אויב רונט די טשאקאלאדע פון די זייטן און עס ליגט אין א שיינע אויפגעשניטן איז די קרעדיט איינס און א האלב מאל..׳
יעצט, ווען עס קומט צו גיין א גוט שטיקל קישקע מיט אן עגג ראול מעג איך עס זיכער עסן ווייל איך נוץ פשוט אויס מיין קרעדיט! אבער דאס טאר אויף קיין פאל נישט טוישן מיין וואג לעוועל. ווייל דער איז נאו וועי אז קישקע זאל ביטן א שטיקל קעיק נאו וועי! ווער רעדט נאך אויב לאז איך איבער א שטיקל קוגל און איך פארלענד נישט די גאנצע...? איבערלאזן מיין איך צו זאגן א פיצי שטיקעלע ביי די עק אבער נישט קיין חילוק איבער לאזן איז איבער לאזן, און דאס מיינט אז איך האב נישט אויסגעניצט מיין קרעדיט. ביי אזא וואכנאכט קום איך ארויס מיט א מיינוס! איך האב בעצם פארלוירן וואג!

אויב מאך איך קידוש שבת צופרי אויף הערינג מיט אייער קיכעלעך. איז אזוי, אויב איז דא קעיק אויפן טיש און איך רור דאס נישט צו מיינט עס א מיינוס. ווייל ס׳איז קלאר אז אפאר טרוקענע קיכעלעך קומען נישט צו נאנט צו א שטיקל קעיק. אלזא, נישט קיין חילוק וואס איך גיי צוזאם עסן ווי לאנג איך רור נישט אן די קעיק פארליר איך פונט!

אויב איז עס א קידוש וואס האט נאר קעיק, וועל איך אויך נעגאושיעטן א דיעל. איך נעם קודם נאר א האלבע סלייס, די צווייטע העלפט שטופ איך אוועק ווי איינער זאגט ״ווער ברויך דאס?״ נאך א מינוט צוויי עס איך נאך א שטיקל אבער דאס איז נאר משלים צו זיין א כביצה וואס דאס איז הלכה׳דיג און האט בכלל נישט מיט די וואג פרשה. און דערנאך נאך א קליינע שטיקל קיפעלע אלס קידוש במקום סעודה, ווייטער גארנישט מיט וואג צו טון.

אויב איז עס א קידוש וואס איך האב געדארפט קומען צו וואקן אדער גייט די וועג אהיים זיין אפאר גאסן וועל איך מעגן צועסן א בראוני מארבל און א פינקע קעיק, ווייל איך וואק עס סייווי אפ. אגב, די זעלבע רול עפלייעט אויב ביי א וואכנאכט דארף איך פארקן אפאר גאסן און צו וואקן. איינמאל מ׳וואקט א גאס צוויי האט עס גאנץ אנדערע הלכות.

ווער רעדט נאך ביי א חתונה אויב גיי איך דערנאך טאנצן הורא מעג איך אפרייניגען א גאנצע שמוגעז בארד ווייל מ׳טאנצט עס במילא אראפ. (איינמאל געהאט א פלאפ אז איך האב נישט געקענט מיט טאנצן נאכן כאפן א רוק פון א שתי שערות געוויקס וואס האט געמאכט זיינע יאגע מענאוורס בפומבי... ביי יענע חתונה האב איך טאקע אפגענומען צוויי אונסעס. אבער זה הוא)

נאכדעם איז דא נאך א געדאנק. אויב האב איך אפגעשמועסט אז איך פאנג אן א דייעט נעקסטע וואך, מעג איך די וואך עסן מער ווי סיי ווען ווייל דאס ווערט שוין גערעכט ווי אן הכנה צום דייעט און דאס קלעבט בכלל נישט צום גוף.

עכ״פ. די אלע פארהאנדלונגען זענען פארגעקומען א שיינע פאר חדשים און איך בין געווען זיכער אז מיין מאגן האלט אלעס מיט און ער פארשטייט די קאנצעפט. אבער ערגעץ וואו האט ער זיך פאר׳גולם׳ט און בכלל נישט מיטגעהאלטן דעם שיעור און מיינע קנעפלעך רייסן זיך פאר געלעכטער פונעם ספעקטאל.. מיין הויזן שרייט גיב מיר לופט, מיין פאסיק איז זיך קובע מקום אין א נייע לעכל, מיין טיש בעקיטשע טאש נעמט מער נישט אריין מיין שלש סעודות בילקעלע. אלע ווי אין א כאר זינגען ״צר לי המקום״


רבותי, פאנג מיר אן א דייעט נאך יום טוב?

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1777
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 5:13 pm

אפגענומען
אראפגענומען
אראפגעוואקט


קיפיראפ, געלעגערשי
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

כתמר יפרח
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 07, 2018 8:17 pm

תגובהדורך כתמר יפרח » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 6:02 pm

געלעגער גאד די סי יא בעק
בד"וו האב איך מיר אלעמאל פארגעשטעלט געלעגער אלץ שמאלע דינע איידעלע אינגערמאן מיט א קמץ בערדעל...
טראמפ האט עס קיינמאל געזאגט - עס איז נישט איליגעל דאס צוטוען - אבאמא האט דאס אויכט געטוען - די מידיע איז שילדיג

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 710
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 6:07 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-

El Rushbo
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 6:09 pm

גוט

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 6:47 pm

אוי בין איך אין, פיין געלאכט.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3569
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 8:20 pm

געלעגער, וואס עפעס?.. ניין! עס וויפיל ס׳גייט, זיי מקיים דעם מ״ע פון ואכלת ושבעת מיט אלע מפרשים, אויף יענע וועלט איז קיין הערינג נישטא!.. יעך בין אויך א קליינע גראבער׳ל, אלעס איז בסדר. ס׳פאסיג איז דיר טייט!? מאך עס לויזער.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

blue moon
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 8:22 pm

ווי זאגט די וועלט? ווען די נער איז נישט מיינס לאך אויך!

blue moon
שר מאה
תגובות: 227
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 02, 2016 4:45 pm

תגובהדורך blue moon » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 8:34 pm

נאך אלע וויצען איז די מצב איום ונורא. לעצטענס האט זיך אריין געווירבלט אַ היבשער קאמפעטישען אין די היימישער העמעד מארקעט. עס קוקט מיר אויס אז זיי פאוקעסען אויף געלעגער'ס (ווי אויך מיין) העמעד קנעפל זאל קענען גיין אין קריג מיט די אושפוזין. מה עשה הקב"ה, דאס קנעפעל האלט פעסט ווי ברעט קעווענאו אינעם האַט סיט. אבער דער העמעד זאגט איך וועל דיר ווייזען ווער איז דָא בעה"ב. הרבה דרכים למקום, איך וועל קריעה רייסען מן הצד.
געזאגט און געטאן, געמאכט דאס הילכיגען גרידזשל, עס איז שוין דא פלאץ פאר נאך אַ שפוזין.
העלמער זיך זעהן נאך יו"ט.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6904
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 9:04 pm

זיך געוואונדערט וואס איך האב געהערט דעם עולם ברומען אין סמעדרעש "בכל צר וצר, אני עמהם"...

ווען גיבסטו ארויס די סינגל?



סי יו חנוכה :P
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1011
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 27, 2018 11:53 pm

:lol: :lol: :lol: :lol: :lol: :lol:
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
צל עובר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5842
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 12:00 am

Wow געלעגער בתפארתו.

#וועלקאם בעק

#קיפיראפ
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 720
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 12:26 am

אזאנס צאם געלאכט ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 12:35 am

פון וואו קענסטו מיר אזוי גוט??
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
טשיפקא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

תגובהדורך טשיפקא » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 1:01 am

ווער קען זיך פארשטעלן דעם צער, ווען איך זיץ אזוי שבת נאכמיטאג, זייענדיג מעביר סדרה, און כ'פיל אז דער פאסיק איז מיר צו טייט,
אזוי וועלנדיג עס לויזער מאכן, ווער איך געוואר אז עס איז אפן.

#מות יומת = טייטן זאל ער געטייטעט ווערן, א גענצליכער טייטונג.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2975
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 1:29 am

שמאלציגע זאפטיגע געלעגער ארטיקעל

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 336
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 6:38 am

ישר כוח פארן ארויף ברענגען א שמייכל, לכבוד יום טוב

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: ביים פארהאנדלונגס טיש

תגובהדורך געריבענער סוחר » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 12:53 pm

חס ושלום גיין אויף דייעט, ס'רייסט שטיקער איד.

פיין געלאכט.
....To win a negotiation you have to show you're willing to walk away

אוועטאר
האסט נייעס
שר חמש מאות
תגובות: 635
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

תגובהדורך האסט נייעס » פרייטאג סעפטעמבער 28, 2018 3:00 pm

פיין, ;l;p-

yeah
שר העשר
תגובות: 47
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 28, 2015 12:07 am

תגובהדורך yeah » מוצ"ש אוקטובער 06, 2018 10:18 pm

געלעגער האט געשריבן:איך נוץ די לשון אפגענומען ווייל איך האב פון קיינעם נישט ׳צוגענומען׳ נאר פשוט אפגענומען, עס איז נאך געבליבן גענוג פאר יעדן.

באמערקט האב איך עס אפאר וואכן צוריק ווען אלע מיינע העמעד קנעפלעך האבן זיך צוזאמען גענומען שמייכלן אן קיין סיבה. ווי אין א כאר האבן זיי זיך גענומען רייסן פאר געלעכטער יעדעס מאל וואס איך שטופ זיי אריין אינעם לאך. און עס האט זיך נישט אפגעשטעלט ביי דעם, מיין רעקל, מיין בעקיטשע, מיין וועסטל, אלע האבן זיך צוגעשטעלט צום אומבאוויסטן וויץ און זיי קאלערען זיך יעדעס מאל איך בין זיי משדך.
די סיעם פון מיין הויזן האט אויך עפעס מיסטירעיז אנגעפאנגען צו פארלאנגען לופט און ווען איך וואק אטעמט ער מיט צוזאמען מיט מיין ראטע.


איך ווייס באמת נישט ווען דאס אעז געשען, וויאזוי דאס איז אנגעקומען צו אזא מדרגה, ווייל בעצם בין איך א גוטע נעגאשיעטער. דאס הייסט אזוי: איך זעה א גוט שטיקל קוכן ביי א וואכנאכט, איך זאג פאר מיין מאגן ׳הער זיך איין, זעהסט יענע קוכן? איך גיי דאס נישט עסן! איך רור דאס נישט צו! אוטאמאטיש האב איך יעצט קרעדיט, יעצט דאס איז ביי א פשוטע שטיקל קוכן, אויב איז עס א זאפטיגע שטיקל באבקע קריג איך דאפעלט קרעדיט! אויב רונט די טשאקאלאדע פון די זייטן און עס ליגט אין א שיינע אויפגעשניטן איז די קרעדיט איינס און א האלב מאל..׳
יעצט, ווען עס קומט צו גיין א גוט שטיקל קישקע מיט אן עגג ראול מעג איך עס זיכער עסן ווייל איך נוץ פשוט אויס מיין קרעדיט! אבער דאס טאר אויף קיין פאל נישט טוישן מיין וואג לעוועל. ווייל דער איז נאו וועי אז קישקע זאל ביטן א שטיקל קעיק נאו וועי! ווער רעדט נאך אויב לאז איך איבער א שטיקל קוגל און איך פארלענד נישט די גאנצע...? איבערלאזן מיין איך צו זאגן א פיצי שטיקעלע ביי די עק אבער נישט קיין חילוק איבער לאזן איז איבער לאזן, און דאס מיינט אז איך האב נישט אויסגעניצט מיין קרעדיט. ביי אזא וואכנאכט קום איך ארויס מיט א מיינוס! איך האב בעצם פארלוירן וואג!

אויב מאך איך קידוש שבת צופרי אויף הערינג מיט אייער קיכעלעך. איז אזוי, אויב איז דא קעיק אויפן טיש און איך רור דאס נישט צו מיינט עס א מיינוס. ווייל ס׳איז קלאר אז אפאר טרוקענע קיכעלעך קומען נישט צו נאנט צו א שטיקל קעיק. אלזא, נישט קיין חילוק וואס איך גיי צוזאם עסן ווי לאנג איך רור נישט אן די קעיק פארליר איך פונט!

אויב איז עס א קידוש וואס האט נאר קעיק, וועל איך אויך נעגאושיעטן א דיעל. איך נעם קודם נאר א האלבע סלייס, די צווייטע העלפט שטופ איך אוועק ווי איינער זאגט ״ווער ברויך דאס?״ נאך א מינוט צוויי עס איך נאך א שטיקל אבער דאס איז נאר משלים צו זיין א כביצה וואס דאס איז הלכה׳דיג און האט בכלל נישט מיט די וואג פרשה. און דערנאך נאך א קליינע שטיקל קיפעלע אלס קידוש במקום סעודה, ווייטער גארנישט מיט וואג צו טון.

אויב איז עס א קידוש וואס איך האב געדארפט קומען צו וואקן אדער גייט די וועג אהיים זיין אפאר גאסן וועל איך מעגן צועסן א בראוני מארבל און א פינקע קעיק, ווייל איך וואק עס סייווי אפ. אגב, די זעלבע רול עפלייעט אויב ביי א וואכנאכט דארף איך פארקן אפאר גאסן און צו וואקן. איינמאל מ׳וואקט א גאס צוויי האט עס גאנץ אנדערע הלכות.

ווער רעדט נאך ביי א חתונה אויב גיי איך דערנאך טאנצן הורא מעג איך אפרייניגען א גאנצע שמוגעז בארד ווייל מ׳טאנצט עס במילא אראפ. (איינמאל געהאט א פלאפ אז איך האב נישט געקענט מיט טאנצן נאכן כאפן א רוק פון א שתי שערות געוויקס וואס האט געמאכט זיינע יאגע מענאוורס בפומבי... ביי יענע חתונה האב איך טאקע אפגענומען צוויי אונסעס. אבער זה הוא)

נאכדעם איז דא נאך א געדאנק. אויב האב איך אפגעשמועסט אז איך פאנג אן א דייעט נעקסטע וואך, מעג איך די וואך עסן מער ווי סיי ווען ווייל דאס ווערט שוין גערעכט ווי אן הכנה צום דייעט און דאס קלעבט בכלל נישט צום גוף.

עכ״פ. די אלע פארהאנדלונגען זענען פארגעקומען א שיינע פאר חדשים און איך בין געווען זיכער אז מיין מאגן האלט אלעס מיט און ער פארשטייט די קאנצעפט. אבער ערגעץ וואו האט ער זיך פאר׳גולם׳ט און בכלל נישט מיטגעהאלטן דעם שיעור און מיינע קנעפלעך רייסן זיך פאר געלעכטער פונעם ספעקטאל.. מיין הויזן שרייט גיב מיר לופט, מיין פאסיק איז זיך קובע מקום אין א נייע לעכל, מיין טיש בעקיטשע טאש נעמט מער נישט אריין מיין שלש סעודות בילקעלע. אלע ווי אין א כאר זינגען ״צר לי המקום״


רבותי, פאנג מיר אן א דייעט נאך יום טוב?


;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
וואדקע
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

תגובהדורך וואדקע » זונטאג אוקטובער 07, 2018 12:45 am

דיין פראבלעים ליגט דייקא אין די נעגאשיעישאנס וואס די גלייבסט דארף צו זיין א סיבה צו האלטען די וואג אין טשעק.

דאנט געט מי ראנג, איך האלט אז די נעגאשיעסט זייער גוט און אז דו ביזט א פראפעשאנעל, אבער די עצם איידיע אז די נעגאשיעסט טייטש די קערפער אויס ווי א שוואכקייט און דעריבער איז דיין מלחמה א פארגאנגענהייט. דאס איז אויך די סיבה פארוואס דיינע קנעפלעך לאכן פון דיר ווען דו מאכסט זיי ענק, ווען מען ווייזט שוואכקייט ניצן עס אנדערע אויס צו בוליען.

איך טו פינקט פארקערט, איך נעגאשיעיט נישט קיינמאל! אויב זעה איך א גוט שטיקעל ראגעלע שלינג איך עס אראפ מיט צוויי בייסעס, אויב מיין געוויסען טרייט מיר צו מאכן פיעלן שולדיג וועל איך תיקף אריינריקען נאך איינס! דאס שיקט א שטארקע מעסעדזש פאר אלע אינוואלווד!

און איך דארף נישט זאגען אז מיינע קנעפלעך שמייכלן קיינמאל נישט! אויב עס ווערט זיי ענק פיצן זיי אפ!

די העד פין די קנעפלעך (די העכסטע פון אלע קנעפלעך) וועט טאקע אמאל טרייען צו טעסטען די לימיטס אבער געס וואט? יענע קנעפעל איז אייביג די ערשטע צו קאפוטעלירען און אנטלויפען.
וואדקע דארף נישט קיין הכשר

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 862
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » זונטאג אוקטובער 07, 2018 3:09 am

@געלעגער, אויפן אוועטאר קוקסטו נישט אויס צו זיין אזוי פעש (עד כדי עפענען אזא אשכול אזא)...
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2798
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג אוקטובער 07, 2018 4:04 am

געלעגער האט געשריבן:(איינמאל געהאט א פלאפ אז איך האב נישט געקענט מיט טאנצן נאכן כאפן א רוק פון א שתי שערות געוויקס וואס האט געמאכט זיינע יאגע מענאוורס בפומבי... ביי יענע חתונה האב איך טאקע אפגענומען צוויי אונסעס. אבער זה הוא)


ביז דעם שטיקל האב איך אויסגעהאלטן, אבער דא איז געקומען א אויפשיס אז נישט סתם.

אזוי ווי מ'זעמער שוין ביי פרשת נח, העמער שוין אויסווארטן אויף נאך די פאנקען פאר די ריכטיגע דייעט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1381
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג אוקטובער 07, 2018 4:40 am

;l;p-
:lol:
8.)
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5912
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג אוקטובער 07, 2018 11:43 am

;l;p-

פון דיין דארער חבר פון וועם דו שעמסטעך אין ביהמ"ד
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Bing [Bot], הרב יואל קליין און 17 געסט