צען יאר פונעם פיינענשל קריזיס - 2008

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

צען יאר פונעם פיינענשל קריזיס - 2008

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 5:26 pm

די פארגאנגענע וויקענד איז געווארן אפגעצייכנט צען יאר פונעם טאג SEP 15 2008 אין וואס די פיינענשל ריז "לעהמאן בראדערס", דעמאלטס די פערט גרעסטע אינוועסטמענט קאמפעני אין אמעריקע, איז געגאנגעו באנקראט, און געברענגט די פיינענשל קרייסיס צו איר שפיץ, וועלכע האט געפירט צו די צווייט גרעסטע עקאנאמישע צוזאמבראך אין די אמעריקאנער און וועלטליכע היסטאריע.

מען דארף קיינעם נישט פארציילן וואס דאס איז די פיינענשל קרייסיס אדער די "גרעיט רעסעשן", מיר האבן עס אלע ליידער געשפירט אויף די אייגענע הויט, איינער מער איינער ווייניגער, און גאר אסאך האבן זיך נאכאלץ נישט גענצליך ערהוילט דערפון, אבער נישט יעדער קען די פולע השתלשלות הענינים און די סיבות שונות וואס מען האט אנגעדרייט פון הימל עס זאל אונז ברענגען אזא בראך,
און באמת איז דאס א שטארק קאמפליצירטע ענין וואס מען ברעכט זיך נאך היינט קאפ צו פארשטיין וואס פונקטליך איז פארגעגאנגען, אבער די בעיסיק פאקטן צו וואס יעדער איז מודה וואלט געווען אינטערעסאנט איבערצוגיין, איז לאמיר כאפן א שטיקל בליק אויף צוריק און זען וויפיל מיר קענען אויף איין פוס אראפברענגען דעם ענין אין פשוטע קורצע ווערטער, איך האף דער עולם וועט הנאה האבן.

אפיציעל האט זיך די רעסעשן ערשט אנגעהויבן אין דעצעמבער 2007, אבער די פריע סיבה וואס האט עס געברענגט איז געווען די קראך פון די האוזינג באבל וואס איז געשען אנפאנג 2006.
זינט די יאר 1990 נאכן דעמאלטסדיגן רעסעשן האט די האוזינג מארקעט געוואקסן זייער שיין און צוביסלעך ביז אנפאנג די 2000 יארן וואס דאן האט עס אנגעהויבן ארויפגיין זייער שנעל און אומקאנטראלירט, פארמירנדיג א באבל, וואס מיינט אז די האוזינג פרייזן זענען נישט געווען קיין עכטע פרייזן געבויעט אויף סופליי און דימענד, נאר בלויזע שפעקולאציעס אז ער וועט עס קענען פארקויפן ווייטער פאר טייערער, וועלכע איז איין שיינעם טאג צוזאם געפאלן, און פרייזן האבן אנגעהויבן דראסטיש טראסקען.
אבער געווענליך ווען א געוויסע מארקעט גייט דורך א באבל און דערנאך א קראך דארף עס נישט צו אפעקטירן צופיל מער ווי די מארקעט זעלבסט און זיכער נישט אלץ און אלעמען, אפילו די גאר גרויסע באבלס ווי די דאט קאם אין 2000 און די יאפאנעזער האוזינג אין די ניינצן אכציגער, זענען נישט בדומה וואס עס איז דאן געשען.

וואס איז געשען איז, אז אינוועסטערס האבן צוגעזען ווי שיין די האוזינג מארקעט וואקסט האבן זיי אריבערגעפירט זייערע אינוועסטמענטס אלעס אריין אין די מארקעט, אבער דאס מיינט נישט אז זיי האבן פאקטיש אנגעהויבן קויפן הייזער, (דאס איז גראדע אויך געשען אז פילע מענטשן האבן אנגעהויבן אריין לייגן זייער פריוואטע געלט אין "פליפינג" וועלכע האט אויך ארעם געמאכט מענטשן איבערנאכט, אבער יעצט רעדט מען פון די גרויסע אינוועסטמענט אינסטיטוציעס) נאר האבן אנגעהויבן איינקויפן "מארדגעדזש סעקיוריטיס" וועלכע זענען פאררעכנט געווארן אלס זיכערע און גרויסע פראפיט אינוועסטמענט.

(די אינטערעסט ראטע איז אין יענע צייט געווען גאר נידריג אז אינוועסטערס זענען אוועקגעגאנגען פון די ביליגע טראדישינעל באנדס אדג, און געזוכט עפעס מער פראפיטיבעל)

"מארדגעדזש סעקיוריטיס" אדער MBS ווערט פארמירט ווען בענק געבן ארויס מארדגעדזשעס פאר אינדיווידיאלס און אנשטאטס ציווארטן ביז די מארדגעדזשעס ברענגען פאקטיש די רווחים נאך צענדליגע יארן, וואס דאן מיינט עס אז ביז דעמאלטס קענען זיי גארנישט טון ווייטער מיט זייער געלט, בינדן זיי כאילו צוזאם אסאך קליינע מארדגעדזשעס אויפאמאל און פארקויפן די "סעקיוריטי" פאר אן אינוועסטמענט פירמע וועלכע צאלט זיי עפעס מער ווי די געלט וואס זיי האבן ארויסגעגעבן פאר די יחידים און זיי געבן זיך ווייטער אפ מיט די מארדגעדזשעס און אין די ענדע וועלן זיי פארדינען די גרויסע אינטערעסט דערויף, און פארקויפן שעירס אין די סעקיוריטיס פאר אינוועסטערס, און דאס ערלויבט די ארגינעלע בענק צו האבן פרישע קעש צו פארבארגן, פארמירן מארדגעדזשעס, פארמירן סעקיוריטיס, זיי פארקויפן פאר פראפיט, אאוו.

יעצט אז די האוזינג איז כסדר געשטיגן, האט עס געצויגן די אויג פון אינוועסטערס, ווייל דאס מיינט אז די מארדגעדזשעס זענען פארזיכערט ווייל אין די ווארסט קעיס סינעריא אויב די אינדיווידיאל וועט נישט האבן צו באצאלן און עס וועט גיין צו דיפאלט, דאן וועט די באנק קענען פארקויפן די הייזער פאר גוט געלט און זיך קענען דעקן.

וואס איז געשען נעקסט, אז אינוועסטערס זענען געווען אזוי הונגעריג פאר די סעקיוריטיס, האט עס געשטופט די בענק ארויס צו געבן ווי מער מארדגעדזשעס, האבנדיג דערפאר קליענטן פאר גוט געלט, האבן בענק אנגעהויבן ארויס געבן "סוב פריים מארדגעדזשעס" ד.ה. זיי האבן אנגעהויבן נאכלאזן פון זייערע סטאנדארטן און ארויס געגעבן אפילו פאר שוואכע פארדינער און שוואכע קרעדיט סקאר קליענטן, ווייטער מיטן חשבון אז די הויז איז ווערט אסאך געלט און זיי האבן נישט וואס צו פארלירן, אזוי האבן זיי ערצייגט מער און מער סעקיוריטיס און עס פארקויפט ווייטער.

אלס רעזולטאט פון דעם איז געווארן זייער גרינג פאר רוב מענטשן צו באקומען גרויסע מארדגעדזשעס פון די בענק, און דער עולם האט אנגעהויבן ארויס נעמען מארגעדזשעס און קויפן הייזער אין גרויסן, וואס דאס האט ווייטער ארויפגעשטופט די פרייז פון האוזינג, ד.ה. אז איך האב א הויז קען איך עס פארקויפן פאר אן איבערגעטריבענע פרייז, ווייל דער קונה וועט לייכט באקומען די געלט פון זיין באנק, דאס האט געמאכט אז די אינוועסטערס זענען געווארן מער הונגעריג פאר די סעקיוריטיס, אז פילע גרויסע אינסטיטוציעס האבן אריין געלעגט זיבעציג אכציג פראצענט פון זייער געלט אין די סעקיוריטיס, וואס דאס האט געמאכט די בענק ארויסגעבן מער און מער מארדגעדזשעס, און אזוי ארינגס און ארום.

ווייטער אנדערע פיינענשל אינסטיטושענס האבן פארקויפט אינשורענס אויף די סעקיוריטיס, ד.ה. אז באנק א' צאלט פאר באנק ב' א סומע געלט א חודש אז אויב די סעקיוריטיס פון באנק א' פארלירן זייער ווערד, וועט עס באנק ב' באצאלן, און באנק ב' האט דאס געזען פאר א גוטע אינוועסטמענט ווייל די סעקיוריטיס זענען דאך פארזיכערט, נישט אזוי? ווייטער האבן די אלע אינשורערס פארמירט סעקיוריטיס פון די אינשורענסעס, און עס ווייטער פארקויפט פאר אינוועסטערס און עס זענען געווען פיל קונים, אזוי איז עס געווארן מער און מער קאמפליצירט, און ווי די ניו יארק פעד פארזיצער האט געזאגט: קיינער האט נישט געוויסט ווער עס איז שולדיג געלט פאר וועם, אבער אלעס איז געווען געבויעט אויף די הנחה אז די האוזינג שטייט גוט און וואקסט נאר.

מה עשה הקב"ה, ווען די באבל האט געקראכט, און מענטשן האבן אנגעהויבן זיין אז די האוזינג איז ווייט פון ווערד די פרייזן, האבן די פרייזן אנגעהויבן פאלן און פאלן ביז די קראך איז געשען.
די בענק האבן רילייזד אז זייערע קליענטן האבן נישט צו באצאלן די חובות, און זייערע הייזער זענען קיין סאך נישט ווערט, זיי זענען געבליבן סטאק מיט זייערע שוואכע מארגעדזשעס נישט קענענדיג עס פארקויפן ווייטער, די אינוועסטמענט קאמפעניס האבן אנגעהויבן איינזען אז די אלע מארדגעדזש און אינשורענס סעקיוריטיס זענען קיין סאך נישט ווערט, אלע קאמפאניס און אינדעווידיאולס וועלכע האבן אריין געלייגט זייער האב און גוטס אין די פיינענשל אינסטיטושענס זענען געוואור געווארן אז זייער געלט איז א פארגאנגענהייט, אין צוגאב צו די אלע מענטשן וואס האבן ארויס גענומען די מארדגעדזשעס אויפן חשבון פון די הייזער זענען געבליבן שולדיג שווערע געלטער פאר די בענק.


די יעצטיגע צייט ערלויבט נישט ווייטער צו גיין, אבער איך האף ממשיך צו זיין מער איבער די קאנסקעווענצן פונעם קראך, ווער זענען די שולדיגע, און וואספארא שריט זענען געווארן אינטערגענומען עס צו פארמיידן אונעם פיוטשער.

האטס מיר אלע א גמר חתימה טובה!
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אסדר לסעודתא
שר האלף
תגובות: 1441
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 6:23 pm

הערליך שיין צולייגט!! קלאר און דייטליך.

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 168
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובהדורך רופא נפשות » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 7:48 pm

זייער קלאר און אינטערעסאנט. יישר כח!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 8:28 pm

איך האב פארגעסן א וויכטיגע נקודה.

בנוסף צו דעם אז די האוזינג פרייזן האבן זיך ארויסדערזען פונעם באבל וואס האט געמאכט די פרייזן זאלן אנהייבן פאלן, איז צוגעקומען צו דעם אז די אלע סוב פריים מארגעדזשעס און מען רעדט פון מיליאנען! (אין יאר 2008 האבן ארום פופציג מיליאן אמעריקאנער געהאט מארדגעדזשעס אויף זייערע הייזער) זענען טאקע נישט געווארן באצאלט דורך די הויז איינגעטימער, און די בענק האבן אנגעהויבן ארויסלייגן די הייזער אויף פארקלאוזשער, וואס האט שטארק געהויבן די סופליי אונעם האוזינג מארקעט, און צוגעגעבן צו די טראסקען פון די פרייזן.

בדרך אגב, איך וואלט דאנקבאר געווען פאר קאמענטארן אדער שאלות, איך האב נאר נישט קיין צייט צופיל מאריך צו זיין.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמש מאות
תגובות: 919
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 8:58 pm

איך האב אנגעהויבן ליינען, האב איך געזהן אז סאיז צו א שיין באשריבן עס צוקענען א כאפ אפ, וועלן מיר עס דארפן ליינען ווען די צייט וועט זיין פאסיג.
שכח.
Mistakes Are Proof That You Are Trying -If You Fail to Plan, You Plan to Fail..

שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2016 7:01 pm

תגובהדורך שטאטסמאן » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 9:49 pm

יישר כח! הערליך!

שאלה: פארוואס האבן מענטשן אנגעפאנגען צו זען אז ס'איז נישט ווערט?
מעיקרא מאי קסבר, ולבסוף מאי קסבר?
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 9:53 pm

אפגעליינט און עס איז זייער שיין מסודר, די גאנצע סאבפריים מארגעדזש קריזיס - ווי מען ריפט עס - האט אפאר שטארקע סאבזשעקטס וואס מען קען גרינטליכער דורעך גיין ווען מען האט צייט.

1. די מארגעדזש אינדאסטריע פאר זיך איז היבש קאמפליצירט און די גאווערמענט האט היבש א סך אינוועסטעד אין די איידיע אז יעדע אמעריקאנער זאל קענען קויפען א הויז און עס אויס צאלען דורעך אויס זיינע 40-50 ארבייטס יארען.

2. די מארקעטס קראכען ווען גרויסע אינדאסטריעס גייען אינטער אדער גייען דורעך שווערע צייטען, פארוואס האט די מארקעט נישט געהאט די בויך דורעך צו טראגען די מארגעדזש קריזיס.

3. די פאליטישע חלק פון ווער עס איז שולדיג אין די קראך און וועלכע פארטייס פאליסיס וואלטען עס געהאלפען פארמיידען אדער געהאלפען עס גרינגער דורעך צו קומען.

יעדע חלק איז ארומגענימען מיט קאמפלעצירטע חלקים און עס איז אינטערסאנט צו וויסען וואס דער עולם האלט גייט זיין די קומענדיגע אינדאסטריע וואס וועט זיך צוזאם לייגען.

קוקענדיג אויף צוריק זעהט אויס ווי די בריק ענד מארטער סטארס האבען שוין באקומען זייער מארקעט שעיר, דאס מיינט אז די סכנה וואס די סטארס זענען געוועהן איז פאריבער און זיי קענען בויען אז די מארקעט שעירס וואס זיי האבען געהאט לעצטע יאר וועלן זיי ווייטער האבען די קומענדיגע יארען.

בענק וואס געבן ארויס לאונס פאר קליינע ביזנעסער קענען זיין אין טראבעל ווען די לאונס וואס זיי געבן ארויס איז אויף אינוועטארי אדער אויף טויטע רעסיוועבעלס אבער דאס איז שוין א אלטע זאך וואס האט נישט קיין עכטע סכנה, עס איז נאר די עמעזאן ביזנעסער וואס ענדיגען א יאר מיט צוויי מיליאן דאלער סעילס און נעמען ארויס א מיליאן דאלערדיגע ליין אוף קרעדיט און די עכטע פראפיט פון די קאמפעני איז -200,000 150,000 דאלער איז עני קליינע זאך וואס גייט סאוט מיט די קאמפעני קען די קאמפעני אינטערגיין און די באנק קען זיך טרעפן און גרויסע טראבעל.

אנליין שאפינג דירעקט פון מאניופעקטשערינג קאמפעניס - א זאך וואס ווערט מער און מער פאפיולער און קען זיין די פרישע אנשיקעניש וואס דאס קען אינטערברענגען די ריטעיל און אנליין געשעפטען, עס איז שוין אביסעל פארשפרייט מיט אלי עקספרעס וואס האט נאך אביסעל פראבלעמען ווי למשל קאמיוניקעישאן און זיי רעכענען אראפ א שיין ביסעל שדכנות געלט.

שוין נישט דא קיין צייט מער.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:07 pm

שטאטסמאן האט געשריבן:יישר כח! הערליך!

שאלה: פארוואס האבן מענטשן אנגעפאנגען צו זען אז ס'איז נישט ווערט?
מעיקרא מאי קסבר, ולבסוף מאי קסבר?

די ריכטיגע פרייז פאר א זאך איז ווען עס איז באשטימט דורך סופללי און דימענד, וואס מיינט לענינינו אז לויט די דימענד פאר האוזינג און לויט וויפיל עס איז דא אויף די מארקעט, וועט די קונה פאר א הויז זיין גרייט צו צאלן א געוויסע פרייז "עס צו קענען האבן".
ווען א מארקעט וואקסט נאטירליך צוליב א גרעסערע דימענד אדער קלענערע סופליי, דאן וועלן אריין טאנצן אינוועסטערס/שפעקולאנטן און קויפן הייזער נישט צו נוצן, נאר צו פארקויפן ווייטער ווען די פרייז וועט ווייטער שטייגן.
יעצט ווען א מארקעט וואקסט זייער שטארק און לאנג, זענען אינוועסטערס זייער הייפער, און עס וועט געשען אז זיי וועלן אויסקויפן די מארקעט אדער גענוג א גרויס טייל דערפון, און די אנדערע אינוועסטערס וועלכע האבן נאכנישט זוכה געווען צו האבן פון די פראדוקט, וועט גיין צום ערשטן אינוועסטער און אפפערן א העכערע פרייז עס צו באקומען, (און די פרייז איז באמת העכער פון די ריכטיגע פרייז וואס קאנסומער וואלטן יעצט געצאלט, נאר זיי טוען עס מיטן חשבון אז די פרייזן וועלן וואקסן) דאן קומט די נעקסטע אינוועסטער און אפפערט נאך א העכערע פרייז און אזוי ווייטער און ווייטער, און אזוי הייבט זיך די פרייזן העכער און העכער, נישט ווייל די פראדוקט איז באמת ווערד אזויפיל, נאר ווייל יעדער מאכט א חשבון אז ער וועט עס ווייטער פארקויפן פאר א העכערע פרייז.

די זאך קען אזוי אנגיין פאר יארן, ביז עס קומט אן צו אזא הייעך אז עס איז נישט דא מער ווער עס זאל צאלן אזוי טייער פאר אזא פראדוקט, און דאן פלאצט די באבל, און אלע מענטשן וואס האבן געצאלט טבין ותקלין פאר די פראדוקט האבן נישט ווייטער צו וועם צו פארקויפן, און די קאנסומער האלטן נישט ביים באצאלן האלב אזא פרייז, און... קראך!

די זעלבע קען זיין מיט געוויסע סטאקס וואס די פרייזן האבן נישט קיין עכטע דעקונג, נאר זענען טייער ווייל מען קען עס פארקויפן ווייטער, דאס ווערט גערופן א באבל.

איך האב מאריך געווען, אבער איך האף עס איז פארשטענדליך.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1231
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:14 pm

@מטעמים האסט גוטע נקודות.

בנוגע די רעגירונגס איטערפערענס אין די מארקעטס, אין וואשינגטאן האט מען אנגענומען, מען קען זאגן כמעט בייפארטיזן, אז די רעגירונג דארף מער רעגולירן, אבער אנאליסטן זענען שארף צוטיילט צו די קראך איז געקומען פון צו סאך אדער צו ווייניג, עס איז לאו דוקא א פאליטישע נושא.

וואס עס איז יא נוגע פאליטיקס איז וויאזוי מען האט זיך געדארפט ארויס דערזען דערפון און פרעווענטן פאר נעקסט טיים.

איך האף אי"ה אלעס אויסצושמועסן.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2477
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 10:16 pm

זייער שיין, גיי ווייטער.

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:06 pm

יישר כח
בוקמארקד!

שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 15, 2016 7:01 pm

תגובהדורך שטאטסמאן » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:52 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:
שטאטסמאן האט געשריבן:יישר כח! הערליך!

שאלה: פארוואס האבן מענטשן אנגעפאנגען צו זען אז ס'איז נישט ווערט?
מעיקרא מאי קסבר, ולבסוף מאי קסבר?

די ריכטיגע פרייז פאר א זאך איז ווען עס איז באשטימט דורך סופללי און דימענד, וואס מיינט לענינינו אז לויט די דימענד פאר האוזינג און לויט וויפיל עס איז דא אויף די מארקעט, וועט די קונה פאר א הויז זיין גרייט צו צאלן א געוויסע פרייז "עס צו קענען האבן".
ווען א מארקעט וואקסט נאטירליך צוליב א גרעסערע דימענד אדער קלענערע סופליי, דאן וועלן אריין טאנצן אינוועסטערס/שפעקולאנטן און קויפן הייזער נישט צו נוצן, נאר צו פארקויפן ווייטער ווען די פרייז וועט ווייטער שטייגן.
יעצט ווען א מארקעט וואקסט זייער שטארק און לאנג, זענען אינוועסטערס זייער הייפער, און עס וועט געשען אז זיי וועלן אויסקויפן די מארקעט אדער גענוג א גרויס טייל דערפון, און די אנדערע אינוועסטערס וועלכע האבן נאכנישט זוכה געווען צו האבן פון די פראדוקט, וועט גיין צום ערשטן אינוועסטער און אפפערן א העכערע פרייז עס צו באקומען, (און די פרייז איז באמת העכער פון די ריכטיגע פרייז וואס קאנסומער וואלטן יעצט געצאלט, נאר זיי טוען עס מיטן חשבון אז די פרייזן וועלן וואקסן) דאן קומט די נעקסטע אינוועסטער און אפפערט נאך א העכערע פרייז און אזוי ווייטער און ווייטער, און אזוי הייבט זיך די פרייזן העכער און העכער, נישט ווייל די פראדוקט איז באמת ווערד אזויפיל, נאר ווייל יעדער מאכט א חשבון אז ער וועט עס ווייטער פארקויפן פאר א העכערע פרייז.

די זאך קען אזוי אנגיין פאר יארן, ביז עס קומט אן צו אזא הייעך אז עס איז נישט דא מער ווער עס זאל צאלן אזוי טייער פאר אזא פראדוקט, און דאן פלאצט די באבל, און אלע מענטשן וואס האבן געצאלט טבין ותקלין פאר די פראדוקט האבן נישט ווייטער צו וועם צו פארקויפן, און די קאנסומער האלטן נישט ביים באצאלן האלב אזא פרייז, און... קראך!

די זעלבע קען זיין מיט געוויסע סטאקס וואס די פרייזן האבן נישט קיין עכטע דעקונג, נאר זענען טייער ווייל מען קען עס פארקויפן ווייטער, דאס ווערט גערופן א באבל.

איך האב מאריך געווען, אבער איך האף עס איז פארשטענדליך.


ש'כח! זייער פארשטעדליך!
אויב האסטו גארנישט צו פארלירן, קענסטו נאר געווינען!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 25 געסט