ווייניג געלט פאר'ן יו"ט - וואס איז א וויכטיגערע הוצאה

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

איך האב נאר 500 טאללער פאר יו"ט. וואס איז וויכטיגער

די וואלן האבן זיך פארמאכט זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 9:49 pm

א אתרוג א הדר - פרי עץ הדר
11
6%
קליידער פאר די קינדער - ושמחת בחגיך פאר זיי
49
29%
ושמח את אשתו - עפעס שיין פאר די פרוי
78
46%
בשר ויין - כמובא בהלכה
23
14%
נוי סוכה - הידור מצוה
2
1%
עפעס פאר זיך - א אייגענעם שמחת יו"ט
5
3%
א שיינע פאר טאללער פאר'ן דיין - וואס באקוקט דעם אתרוג
2
1%
 
סך הכול שטימען: 170

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

ווייניג געלט פאר'ן יו"ט - וואס איז א וויכטיגערע הוצאה

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 9:49 pm

מען זעהט מענטשן אן געלט, ממש אנע גרייצער צו די נשמה וואס קויפן כאחד הנגידים. ווילן מיר דא זעהן וואס איז וויכטיגער, סיי להלכה, מענטשהייט, א.ד.ג.
לייגט אריין א פראצענט אויב מעגליך, פון די וואס איר וועלט, וויפיל מער פאר וועלכע (אויב האט מען געשטימט פאר מער אוואו איינס)
לייגט צו אויב איז פערהאן נאך עפעס ווי מען קאן נוצן דאס געלט וואס מען האט נישט...
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: אין די ליפטן . . .
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 10:53 pm

מ'קען עס צוטיילן , איך שיה' ס'זאל זיך נישט מאכן

אוועטאר
טשאדעלע באדעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5697
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 5:29 pm
לאקאציע: לי עוועניו קארנער מאנסי בלוד.

תגובהדורך טשאדעלע באדעלע » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:05 pm

צו געזונט האט געשריבן:מען זעהט מענטשן אן געלט, ממש אנע גרייצער צו די נשמה וואס קויפן כאחד הנגידים. ווילן מיר דא זעהן וואס איז וויכטיגער, סיי להלכה, מענטשהייט, א.ד.ג.
לייגט אריין א פראצענט אויב מעגליך, פון די וואס איר וועלט, וויפיל מער פאר וועלכע (אויב האט מען געשטימט פאר מער אוואו איינס)
לייגט צו אויב איז פערהאן נאך עפעס ווי מען קאן נוצן דאס געלט וואס מען האט נישט...

זייער קלוג טוען זיי. חז״ל זאגן, ס׳איז א גמרא. צרכי שבת ויו״ט איז נישט נכלל אונעם באדזשעט. אדרבא, שטיפ אריין וויפיל די קענסט נאר, אלעס קומט צוריק.
!!!...JOBS, JOBS, JOBS

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:18 pm

נישט נכלל מיינט, אז אויב האסטו איצט געלט (נישט געבארגט און יענעמס), דאן קויף עפעס דערמיט פאר שבת ויו"ט און זארג נישט, ווייל עס וועט דיר צוריקקומען און דו וועלסט האבען פאר די אנדערע זאך וואס דו האסט לכתחילה געוואלט קויפן.

און אויך קוק ביי הלכות שבת איבער כסא דהרסנא
בוי זיך זעלבסט

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 437
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:38 pm

איך האב געהאט אמאל פאר יום טוב אז עס נישט געווען געלט אין שטיב האב איך איינגעזען אז פאר מיין ווייב איז וויכטיגער די קינדער זאלען האבען ניי זאכען ספעשיל די בחורים ווי פאר זיך אין איך האב אויפגעגבען די גיטע וויין אין וואדקע סאיז געקומען צי קידוש האט עס מיר זייער וויי געטוין אבער סאיז דרויך אין מיין ווייב האט געשעפט נחת ווי קיאט די קינדער זעען אויס
Sorry for my misspellings

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » זונטאג סעפטעמבער 16, 2018 11:56 pm

פארשטייט זיך דאס ערשטע קומט לכאורה, ושמח את אשתו - עפעס שיין פאר די פרוי.
און דאס צווייטע קומט לכאורה, קליידער פאר די קינדער - ושמחת בחגיך פאר זיי.
לכאורה דאס איז סדר להלכה. אדרבה אויב איינער קען אויסקלארען וואס קומט פריער להלכה זענען מיר גרייט צו הערן.
לעצט פאראכטן דורך משה ישר אום מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:11 am, פאראכטן געווארן 3 מאל סך הכל.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:04 am

איך האב געהאט די חקירה היינט:

זאל איך ענדערש ספענדן 10 דאללער פאר א כפרה פאר יעדן קאפצאל וואס איז נאר א מנהג. אדער זאל איך קויפן איין זכר איין נקבה און ספענדן די געשפארטע געלט פאר א שענערע אתרוג וואס איז א מן התורה אדער מדרבנן (איך ווייס טאקע נישט, עכ"פ, עס איז נישט סתם א מנהג ).
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:18 am

משה ישר האט געשריבן:פארשטייט זיך דאס ערשטע קומט לכאורה, ושמח את אשתו - עפעס שיין פאר די פרוי.
און דאס צווייטע קומט לכאורה, קליידער פאר די קינדער - ושמחת בחגיך פאר זיי.
לכאורה דאס איז סדר להלכה. אדרבה אויב איינער קען אויסקלארען וואס קומט פריער להלכה זענען מיר גרייט צו הערן.

כ'בין נישט קיין דיין אבער דעתי העני' שטימט מיט 100%
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
Think and Thank
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 11:08 pm

תגובהדורך Think and Thank » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:20 am

צו געזונט האט געשריבן:נישט נכלל מיינט, אז אויב האסטו איצט געלט (נישט געבארגט און יענעמס), דאן קויף עפעס דערמיט פאר שבת ויו"ט און זארג נישט, ווייל עס וועט דיר צוריקקומען און דו וועלסט האבען פאר די אנדערע זאך וואס דו האסט לכתחילה געוואלט קויפן.

און אויך קוק ביי הלכות שבת איבער כסא דהרסנא

און וואס איז מיט לוו עלי ואני פורע?
“We choose truth over facts.”

Joe Biden, august 8, 2019

אוועטאר
נפש׳ל
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:01 pm
לאקאציע: איבעראל, אבי נישט אין מיר

תגובהדורך נפש׳ל » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:23 am

לדעתי, איז נישט די שאלה ווען די קינדער דארפן טאקע האבן וויכטיג, די רעדע איז נאר פון עפעס עקסטער, לכבוד די קינדער׳ס ושמחת בחגיך,
טא, ווער זאגט אז די קינדערס ושמחת איז פארן טאטענס??? הלמאי?
למעשה איך וואלט געזאגט אז פאר די ב״ב איז נאמבער איינס,
אין די טיפ פאר אייער גאנץ יאריגער דיין איז נאמבער צוויי

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 1:29 am

Think and Thank האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:נישט נכלל מיינט, אז אויב האסטו איצט געלט (נישט געבארגט און יענעמס), דאן קויף עפעס דערמיט פאר שבת ויו"ט און זארג נישט, ווייל עס וועט דיר צוריקקומען און דו וועלסט האבען פאר די אנדערע זאך וואס דו האסט לכתחילה געוואלט קויפן.

און אויך קוק ביי הלכות שבת איבער כסא דהרסנא

און וואס איז מיט לוו עלי ואני פורע?

ער רעדט פון שולחן ערוך או"ח סימן רמ"ב, און די טורי זהב דארט.

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 2:07 am

נפש׳ל האט געשריבן:לדעתי, איז נישט די שאלה ווען די קינדער דארפן טאקע האבן וויכטיג, די רעדע איז נאר פון עפעס עקסטער, לכבוד די קינדער׳ס ושמחת בחגיך,
טא, ווער זאגט אז די קינדערס ושמחת איז פארן טאטענס??? הלמאי?
למעשה איך וואלט געזאגט אז פאר די ב״ב איז נאמבער איינס,
אין די טיפ פאר אייער גאנץ יאריגער דיין איז נאמבער צוויי

וואס איז די ענין פון געבן פארן פאר סוכות פונקט?

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 9:44 am

אויך גוט צו וויסן


חולין פד.pdf
(211.49 KiB) דאונלאודעד 75 מאל

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 11:00 am

הענדימען האט געשריבן:
משה ישר האט געשריבן:פארשטייט זיך דאס ערשטע קומט לכאורה, ושמח את אשתו - עפעס שיין פאר די פרוי.
און דאס צווייטע קומט לכאורה, קליידער פאר די קינדער - ושמחת בחגיך פאר זיי.
לכאורה דאס איז סדר להלכה. אדרבה אויב איינער קען אויסקלארען וואס קומט פריער להלכה זענען מיר גרייט צו הערן.

כ'בין נישט קיין דיין אבער דעתי העני' שטימט מיט 100%

אמת,
אבער לפעמים איז די ושמח את אשתו מער אז די קינדער זעען אויס יום טוב'דיג ווי זיך (אשתו) אליין.
אבער ביידע פאר זיך, ווי די גמ' וואס יוד אלף האט געברענגט.

אוועטאר
מיסטעריעז
שר שבעת אלפים
תגובות: 7359
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 4:24 pm

רב וואזנער ז"ל
צוגעלייגטע
IMG_2211.JPG
IMG_2211.JPG (105.38 KiB) געזעהן 1627 מאל

אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלף
תגובות: 1330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

תגובהדורך צייט שטיפער » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 4:37 pm

איז אזוי די רעזולטאטן:

דא דרייען זיך 11 אתרוג סוחרים, 34 בחורים, 62!! פרויען... 18 בוטשער געשעפטן, 5 סעלפישע... (חוץ אויב מ'רעכנט צו די 62 נשים), און אחרון חביב: 2 דיינים
לעצט פאראכטן דורך צייט שטיפער אום מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 7:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 4:42 pm

צייט שטיפער האט געשריבן:איז אזוי די רעזולטאטן:

דא דרייען זיך 10 אתרוג סוחרים, 31 בחורים, 55!! פרויען... 18 בוטשער געשעפטן, 5 סעלפישע... (חוץ אויב מ'רעכנט צו די 55 נשים), און אחרון חביב: 2 דיינים

;l;p- :bu:mp: 8-) פלצתי :lol:
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 6:37 pm

מיסטעריעז האט געשריבן:רב וואזנער ז"ל

דאנקע שיין. זייער שטארקע ווערטער!
די שאלה איז נאר וואס האט רב וואזנער זצ"ל געמיינט, וויפיל איז כמה פרוטות?
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלפיים
תגובות: 2518
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 6:52 pm

משה ישר האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:רב וואזנער ז"ל

דאנקע שיין. זייער שטארקע ווערטער!
די שאלה איז נאר וואס האט רב וואזנער זצ"ל געמיינט, וויפיל איז כמה פרוטות?

לכאורה וויפיל סקאסט א אחרוג אויף ליע עוו. ערב יו"ט העכסטענס אז די ווילסט ספענדן גיי צו בינגאו
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5
ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » דינסטאג סעפטעמבער 18, 2018 8:57 am

געשטימט פאר בשר ויין - ווייל דאס גלייך איך.

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 4:00 pm

פערדס מיניסטער האט געשריבן:געשטימט פאר בשר ויין - ווייל דאס גלייך איך.


גראדע גלייך איך אויך בשר ויין - אבער נישט ווען עס זיצט לעבן מיר איינער וואס קרעכצט.

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 774
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

תגובהדורך בעל דמיון » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 4:07 pm

מ'שטעלט זיך אראפ דאווענען פארן בוכ"ע און מ'בעט אויף פשוט יודיש פון טיפן הארץ אזוי ווי א קינד בעט פון א טאטע און...
א'ב'ג' א'מונה און ב'טחון ברענגט ג'עלט!
ס'האט גארנישט מיט ברסלב אדער 2018. ס'שטייט אין אלע ספרים!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

תגובהדורך משה ישר » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 4:10 pm

בעל דמיון האט געשריבן:מ'שטעלט זיך אראפ דאווענען פארן בוכ"ע און מ'בעט אויף פשוט יודיש פון טיפן הארץ אזוי ווי א קינד בעט פון א טאטע און...
א'ב'ג' א'מונה און ב'טחון ברענגט ג'עלט!
ס'האט גארנישט מיט ברסלב אדער 2018. ס'שטייט אין אלע ספרים!

גוט אין אמתדיג!
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.

לדעתי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 4:35 pm

בעל דמיון האט געשריבן:מ'שטעלט זיך אראפ דאווענען פארן בוכ"ע און מ'בעט אויף פשוט יודיש פון טיפן הארץ אזוי ווי א קינד בעט פון א טאטע און...
א'ב'ג' א'מונה און ב'טחון ברענגט ג'עלט!
ס'האט גארנישט מיט ברסלב אדער 2018. ס'שטייט אין אלע ספרים!


זאגסט גוט! און זאלסט ווייטער זאגן גוט!
נעם ביטע ארויס אפארא מאה'לעך און גיב עס פאר דיין שכן.

דיין שכן דאווענט פארן בוכ"ע און דער בוכ"ע גיבט אים נישט - ווייל אזוי איז גוט פאר אים, אדער ווייל דער בוכ"ע ווארט אז "דו" זאלסט אים גיבן.
יעצט - ווי לאנג דו האסט אים נאכנישט געגעבן - וויל ער וויסן וואס צו קויפן ערשט.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 12:21 pm

האט מען שוין ערגעץ דא אויסגעשמועסט די ענין פון "לוו עלי ואני פורע????" ווייל עס איז נישט אזוי פשוט ווי אפאר מענטשן לייגן עס אראפ,
מען האט ארויסגענומען אפאר ווערטער פון חז"ל אז אלע הוצאות שבת ויו"ט קימען אויטאמאטיש צוריק,
איי די סתירה פון "עשה שבתך חול ואל תצטרך לבריות...." פארוואס נישט בארגען??? עס קומט דאך צוריק?????
די מפרשים מוטשען זיך אויף דעם און עס שיילט זיך ארויס אז בפשטות דארף מען האבן א ריזיגע מאס אמונה אז אלעס זאל טאקע צוריקקומען

פארציילט מיר א איד אז ער האט זיך געמוטשעט מיט שכר לימוד און ער האט דאס אדורכגעשמוסט מיט זיין דיין
האט דער דיין געזאגט וואס קארגסטו אויפן באשעפערס חשבון, הוצאות בניו לת"ת קומטעך אלעס צוריק
אזוי ווי מיר זעהען טאקע כסדר קלאהר אויף אלע סיינס וואס די מוסדות שטעלן ארויף ביי יעדע קאמפעין
האט דער איד געזאגט צום דיין, בארג מיר ביטע די 4 אלפים וואס איך דארף צאלן פאר די מוסדות
איי פון ווי וועלעך באצאלן??? נישט געזארגט, עס גייט דאך זיכער צוריקקומען, ווען כעל טרעפן די עקסטערע 4000 אין מיין באנק וועסטו עס גלייך באקומען..
דער דיין האט עם אנגעקוקט מיט אויגן ווי פון די לבנה..............
יא יא ער איז א מאמין אויף יענעמ'ס חשבון אבער זיין אייגענע אמונה איז ליידער שוואך

עס איז גוט פאר א וויץ, א ווערטל,
נישט ח"ו אז איך וויל שוואך מאכן אמונה אין דברי חז"ל, נאר עס דארף זיין געבויעט אויף עכטע יסודות, נישט האבן אמונה אין דמיון.
ווי אסאך מענטשן וואס פאקן אריין אלע מותרות און לוקסוס ערב שבת און מזאגט די קיופאן קאוד "לכבוד שבת" און מבלייבט זיצן אין חובות און מווייסט נישט פארוואס.
אז מ'פאלגט חז"ל דארף מען פאלגן אינגאנצן --- נישט נאר ארויסשניידן די חלקים וואס געפעלט.........


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט