תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 12:56 pm
אפאר ווערטער איבער עסקנים און בחירות
האב מיר כמה פעמים געהערט פון מרן בעל ברך משה זצ"ל אז מען מאכט א מי שברך פאר עוסקים בצרכי ציבור באמונה אז הקב"ה ישלם שכרם, ווייל ווער עס איז נישט עוסק באמונה דער נעמט זיך אליינס, ודפח"ח
שטענדיג ווען עס קומט צו וואלען שפראצט ארויס עפעס א קריטישע סיבה פארוואס מען מוז גיין וועלן, ווייל אויב חלילה די צד שכנגד געווינט וועט חלילה זיין כנגד, און בין גברא לגברא זעה מיר גארנישט, מפטירין כדאתמול. און ווען עס קומט די הייליג וואל טאג, דעמאלטס ווען די טעלעפאן הערט נישט אויף קלינגען, און מען הערט פארשידענע שטומעס וואס טוען אויפ-פאדערן צו גיין שטימען, יא אט די זעלבע וואס די רופסט זיי במשך דעם יאר האסטו 'אפשר' די זכיה צו הערן די שטומע אין די וואיס-מעיל, וואס מען קען נישט לאזן א מעסעדש ווייל עס איז פול.
עס איז דא אן אלטע מעשה פון ר' ליפא פריעדמאן ע"ה איבער שטיצן די אינקאמבענט קאנדידאט, וואס האט געטוען טובות, און אפילו אויב ער פארלירט וועט די נייע קאנדידאט פארשטיין אז ווען מען טוט פאר אונז טובות באקומט מען אלץ הכרת הטוב אינזער שטימע. אט די מעשה'לע איז די קלאפערשטע וועגווייזער פאר עסקנים, די פראבלעם איז אז זיי שיסן זיך אין די פיס, ווען מען שטיצט אן אינקאמבענט וואס האט זיך נישט ארויסגעשטעלט פאר אונז, אנגעהויבן האט זיך עס ווען מען האט געשטיצט בלומבערג'ס דריטע טערמין, דערנאך ביי מארטי קאנאר, און ביי טשארלס היינס ימ"ש. אדרבה מען שטעלט פאר א פרעצעדענט אז מען קען אויף אונז טרעטן בשתי ידים ורגלים, און ביי די וואלן וועט מען פארקויפן אז די צד שכנגד איז ערגער, און אזוי אונז פירן ווי קעלבער צו די שחיטה.
און יעצט א ווארט צו די עסקנים וואס ערלעדיגן זאכן שטילערהייט, והיה במחשך מעשיהם ויאמרו מי ראנו ומי יודענו, די הסברים פון ערלעדיגן זאכן שטיל גלייבט קיינער נישט, ניטאמאל פאר א וויץ, והא ראי' קיינער שפירט נישט די גרויסע חסדים, דיוועלאפערס און מוסד אדמיניסטראטארן באקומען מוצא'ס מיט האניג, עס טריקלט נישט אראפ צו פשוטע מענטשן, דירות ווערן טייערער און שכר לימוד גייט ארויף, און ממילא די קראקאדייל טרערען אין טאג פון די וואלן טריקלט אויך נישט אראפ צו אינז, אדרבה די עסקנים זענען די וואס האבן געשטערט טרעפיק פאריכטונגען אויף וואלעבאוט, און די עסקנים האבן געשטערט אז טעפ פאנדינג זאל נישט גיין צו עלטערן נאר צו די מוסד'ס טאש, אין די זעלבע צייט וואס דיוועלאפערס קענען באקומען וואס זיי ווילן נאר, קענען זיי נישט דארכקוועטשן א טעקס קרעדיט פאר טואישאן.
האב מיר אמאל געהערט פון ווינער רב שליט"א ביי א דרשה, ולא יהיה עדת ה' כצאן אשר אין להם רועה, ווייל די רועה פאשעט זיך אן, און די צאן בלייבן בלי רועה, ניין נישטא קיין עסקנים, לאמיר האפן עס וועט נאך אמאל זיין, באט ווי מיר שטיי מיר יעצט איז דאס א דיסקאנטיניוד אייטעם.
הא! האסט נישט קיין רעכט צו ליינען די תגובה.