עלעקשאן טאג - גייט ארויס שטימען!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

עלעקשאן טאג - גייט ארויס שטימען!

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:38 pm

רבותי, טייערע אידן:

איך וויל אביסל אויסשמועסן און מסביר זיין פארן עולם די וויכטיגקייט פון ארויסגיין שטימען אין די לאקאלע עלעקשאנס.

איך בין נישט קיין עסקן, און איך קאמפיין נישט פאר קיין ספעציפישער קאנדידאט, נאר פשוט ארויסברענגען די וויכטיגקייט פון ארויסגיין שטימען, וואס ליידער הערשט ביים עולם א שטארקע גלייכגילטיגקייט אין דען הינזיכט, מען ברויך האבן גאנצעטע אחים לדעה'ס, הונדערטער עסקנים מאביליזאציעס, און אינערליכע קעגנערישע אינטערעסן ארויסצוברענגען דעם עולם שטימען, אבער סתם אזוי קומט דער עולם נישט ארויס.

פונקט נומער 1: דער הוה

עס ווייסט יעדער איינער אין וועלכע מצב מיר געפינען זיך, אונזערע ארומיגע האבן אונז נישט צו שטארק ליב -מילד גערעדט-, די שונאי כל טהרה זוכן אונז אינטערצוברענגען, זיי קענען נישט פארנעמען דעם פאקט אז מיר ווילן נאך מחנך זיין אונזערע קינדער צו א לעבן פון מאראל און העכערקייט ווי איידער פראסטקייט, און אז מיר לעבן אפגעזונדערט פון דעם גוי און מישן זיך נישט אויס מיט זייער קולטור. גאווענער קאומא און מעיאר דעבלאזיא קומען כסדר אונטער גרויס דרוק און שארפע קריטיק צו נעמען שריט קעגן אונזער חינוך, פאר צוויי וואכן צוריק האט דער גאווענער -וועלכע שטייט איצט אויס א פריימערי פארמעסט- באזוכט ביי האדמו"ר מסאטמאר (מהרי"י) שליט"א און דער רבי האט ארויפגעברענגט דעם ענין פון די חינוך, און דער גאווענער האט פארשפראכן צו לאזן דעם סטאטוס-קוא, און שפעטער געלאזט פאלן ווערטער אז רעליגיעזע אידן דארפן אליינס קענען אפמאכן וועלכע חינוך זיי ווילן פאר זייערע קינדער, (בערך אזוי) און ער האט אריינגעהויבן א טוץ פון קריטיק פון דעם לינקען לאגער, פארוואס איז ער זיך גרייט מקריב צו זיין פאר אונז? נאר ווייל ער ברויך אונזער שטימע און שטיצע!
ב"ה די עסקנים האבן אנגעקניפט גוטע באציאונגען מיט די הויכע פענסטערס אבער נאר אדאנק דעם וואס דער עולם גייט וועלען, אנדעם זענען עסקנים ווערטלאז. קומט זיך נישט אביסל הכרת הטוב פאר די ערוויילטע באאמטע?
נ.ב. איך בין נישט באקאנט אויב עס קומען פאר עפעס היציגע לאקאלע פארמעסן אין אפסטעיט, ווי מאנסי, קר"י אדער בלומינגבערג, אבער גאווענער קאומא איז אויך דער גובערנאטור איבער אפסטעיט, און דזשעימס וועט אויך זיין די אטירני דזשענעראל פון אפסטעיט, מילא קענט איר אויך גיין שטימען.

פונקט נומער 2: דער עתיד

עסקנים האבן נאר א כח ווען זיי רעפרעזענטירן "שטימען". פאר די פאליטיקאנטן גייט נישט אן ווי דיק די אידישע ביזנעס דיירעקטערי אדער אנשי שלומינו בוך איז... דאס רעדט בכלל נישט צו זיי. אונזער כח רעכנט זיך נישט מיט וויפיל משפחות וואוינען אין וויליאמסבורג, נאר דורך וויפיל "שטימען" מיר ברענגען ארויס! דאס איז נוגע לאו דוקא אין אונזער יעצטיגע מצב, נאר בכלליות ווען עסקנים ווילן פויעלן עפעס א טובת הנאה פארן היימישן ציבור, מוז מען קענען ווייזן וועם מען רעפרעזענטירט, און ווי מער שטימען אלס א גרעסערע כח.

דאס גייט אבער נאך טיפער, א קאמיוניטי וואס שטימט איז נישט נאר גרעסער בכמות, נאר אויך באיכות, זיי טראגן סאך א שטערעקערע געוויכט, דער פאליטיקאנט ווייסט אז מען ברויך זיך רעכענען מיט זיי, ווייל זיי "שטימען"!

פונקט נומער 3: דו!

יא, יעדער גייט סייווי, נו וואס מאכט שוין מיין איין שטימע אויס?... איך מיין איר פארשטייט אליינס דעם תירוץ, פילע יחידים פארעמען דעם ציבור, א ציבור אן יחידים איז קיין ציבור, ווען יעדער זאל ווען טראכטן אז זיין איין שטימע מאכט נישט אויס, קומט דאך קיינער נישט ארויס, יעדער יחיד ויחיד איז וויכטיג.

שנית, עס איז טאקע א פארנומענע זמן, בין כסא לעשור, מען איז פארנומען, אבער וואס בעט מען שוין? קארגע דריי מינוט! אני הקטן וואוין אין בארא פארק, איך גיי ב"ה ארויס שטימען אין "יעדע" עלעקשאנס, אויסצונוצן מיין פריוועליגיע אלס אמעריקאנער בירגער, און איך קען מעיד זיין אז עס געדויערט מיר אייביג נישט מער פון "דריי מינוט"! ווייל דער אמת איז אז דאס רוב פון די באפעלקערונג גייען דאך נישט צו די שטים בודקעס, (דאכצוך די נומערן זענען בערך אז קנאפע האלב אמעריקע שטימט אין די פרעזידענטליכע וואלן, לאקאלע נאך ווייניגער, און פריימעריס נאך ווינציגער) זעלטן וואס איך דארף ווארטן אין ליין, עס גייט טשיק טשאק אריין ארויס, אזויפיל קענט איר נישט אוועקגעבן?

יעצט א נקודה צו דעם אינגערן טראמפ שטיצער וועלכע האסט די ליבעראלן, און רעגעסטרירט זיך אין ניו יארק אלס רעפאבליקאנער... ר' איד טייערע, דיין רעפאבליקאנער שטימע אין ניו יארק מאכט גארנישט אויס, זיי מוחל רעגעסטריר זיך אלס דעמאקראט, ווערסט נאך נישט קיין גוי, יוסי געשטעטנער איז אויך א רעגעסטרירטע דעמאקראט... צווייטענס, ברויכסטו פארשטיין אז אפילו די שטיצט גאר שטארק טראמפ און די האסט פיינט די "פארשטינקענע ליבעראלן" כלשונך, איז לאקאלע פאליטיק גאר עפעס אנדערש פון נאציאנאל. ווילסט אז קאנגרעס און סענעט זאל בלייבן ביי די רעפאבליקאנער? פיין, שטים נישט פאר דזשערי נאדלער. אבער אין לאקאלע פאליטיק קענען מיר עפי"ר נאר מצליח זיין מיט דעמאקראטן, מיר האבן א דעמאקראטישער גאווענער און מעיאר, און און זייער טובת הנאה זענען מיר אנגעוואנדן. (אויך שמחה פעלדער וועלכע איז דער דעצענדירנדן שטימע אין דעם סטעיט סענאט לטובת די 'ריפאבליקאנער', איז אבער אויפן דעמאקראטישער טיקעט, און קען נאר געווינען אלס דעמאקראט, און נאר אדאנק אונזער שטימע.)

ממילא טייערע אידן, נעמט אראפ די פאר מינוט, גייט ארויס מארגען דאנערשטאג, Sept 13 למספ' שטימען, און אויב שייך שיקט דעם בני בית, ווער רעדט נאך ווען די בחורים גייען ליידיג, קענען די 18 יעריגע זיך אביסל אונטערהאלטן ביי די שטים בודקעס, (פארשטייט זיך נאר אויב דעם 'החכם עניו בראשו' איז פארפילט, און ער איז שוין רעגעסטרירט מינימום עטליכע חדשים בעפאר) און אזוי העלפט איר דעם כלל און זיך אליינס.

ביטע טיילט מיט דעם רוף מיט אייער פריינט און באקאנטע.

Have a nice day, and thank you for listening.
לעצט פאראכטן דורך פריילעך אידל אום דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 12:47 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 5:02 pm

ייש"כ, איר האט מיך געשפארט די עטליכע מינוט וואס נעמט צו מאכן אזא שטיקל.. נישט געקענט בעסער ארויסגעברענגט ווערן.
א שטארקע פונקט איז, אז ווילאנג עס איז נישטא קיין זייטיגע פארטייאישע מאטיוו ביים ציבור ארויסצוגיין שטימען, איז גאר שווער צו זען אפילו א מעסיגע טוירנאויט. און דאס איז באזארגענד.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

יכול
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 28, 2008 7:54 pm

תגובהדורך יכול » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 5:05 pm

שכוח פריילעך פאר די וויכטיגע אינפארמאציע, וליתר שאת ברויך ארויסגעברענגט ווערן דער פונקט, אז לענ"ד איז נישט קיין נפקא מינה פאר וועם מ'וואוט, דעמאקראט אדער רעפאבליקען, גרין פארטי אדער רענט איז טו דעםם היי פארטי, די עיקר איז מ'זאל זעהן אז די קאמיוניטי גייט ארויס שטימען און מען מוז זיך רעכענען מיט זיי.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 5:15 pm

יכול האט געשריבן:שכוח פריילעך פאר די וויכטיגע אינפארמאציע, וליתר שאת ברויך ארויסגעברענגט ווערן דער פונקט, אז לענ"ד איז נישט קיין נפקא מינה פאר וועם מ'וואוט, דעמאקראט אדער רעפאבליקען, גרין פארטי אדער רענט איז טו דעםם היי פארטי, די עיקר איז מ'זאל זעהן אז די קאמיוניטי גייט ארויס שטימען און מען מוז זיך רעכענען מיט זיי.

איר זענט גערעכט בנוגע פונקט 2. אבער פונקט 1 איז נאך אלס גילטיג.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 6:57 pm

איך שפיר זיך נישט פארטרעטן אין וויליאמסבורג, די עסקנים ארבעטן נאר פאר די גרעסטע ריעל עסטעיט פירמע (פאר וועם איך צאל אסטראנאמישע רענט)

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 7:00 pm

טרעף מיך האט געשריבן:איך שפיר זיך נישט פארטרעטן אין וויליאמסבורג, די עסקנים ארבעטן נאר פאר די גרעסטע ריעל עסטעיט פירמע (פאר וועם איך צאל אסטראנאמישע רענט)

די ביזט גערעכט. דעבלאזיא און קאומא זענען אויך אויף פעיראל ביי דעם א.ד. פירמע.

זאג, טרענספארטאציע צאלסטו?
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
גרויסע רעדנער
שר מאה
תגובות: 229
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 17, 2018 1:50 am

תגובהדורך גרויסע רעדנער » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 8:26 pm

שוין לאנג געווילט אדרעסירן די נושא. שקויעך פארן עס פאקטיש טוהן!
די פאקט אז דו האלטסט אזוי מאכט עס נאכנישט פאקט

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 9:04 pm

פריילעך אידל האט געשריבן:
טרעף מיך האט געשריבן:איך שפיר זיך נישט פארטרעטן אין וויליאמסבורג, די עסקנים ארבעטן נאר פאר די גרעסטע ריעל עסטעיט פירמע (פאר וועם איך צאל אסטראנאמישע רענט)

די ביזט גערעכט. דעבלאזיא און קאומא זענען אויך אויף פעיראל ביי דעם א.ד. פירמע.

זאג, טרענספארטאציע צאלסטו?

זיי מסביר דיין קשיא.
פאר מיינע קינדער צאל איך פיין טראנספארטאציע דא אין ווילי סאטמאר מהרי''י

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 11:10 pm

ר' מ.ד. נידערמאן האט געפרעגט אין דער איד פארוואס עס קימערט נישט פארן ציבור די סכנה אויפן חינוך. פארוואס איז מען טאקע אזוי קאלט?
לעצט פאראכטן דורך Goodmorning אום דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 9:18 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1600
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 12:47 am

Goodmorning האט געשריבן:ר' מ.ד. נידער אן האט געפרעגט אין דער איד פארוואס עס קימערט נישט פארן ציבור די סכנה אויפן חינוך. פארוואס איז מען טאקע אזוי קאלט?

ווייל די עולם פארשטייט נישט וואס האט שטימען מיט חינוך...
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

אוועטאר
שכל'דיג
שר האלף
תגובות: 1600
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 06, 2016 2:40 pm

תגובהדורך שכל'דיג » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 12:55 am

פאראויס האט געשריבן:
פריילעך אידל האט געשריבן:
טרעף מיך האט געשריבן:איך שפיר זיך נישט פארטרעטן אין וויליאמסבורג, די עסקנים ארבעטן נאר פאר די גרעסטע ריעל עסטעיט פירמע (פאר וועם איך צאל אסטראנאמישע רענט)

די ביזט גערעכט. דעבלאזיא און קאומא זענען אויך אויף פעיראל ביי דעם א.ד. פירמע.

זאג, טרענספארטאציע צאלסטו?

זיי מסביר דיין קשיא.
פאר מיינע קינדער צאל איך פיין טראנספארטאציע דא אין ווילי סאטמאר מהרי''י

פירט ביטע אויס... איך צאל אויך מיין גראסערי נישט נאר טרענספארטאציע
............ נישט אייביג האב איך וואס צו זאגן, נישט אייביג איז מיר וויכטיג צו ענפערן!

מאניש בנבנשתי
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 01, 2015 12:26 pm
לאקאציע: אין מיין גוף

געוואלד! וואס טוט מען?

תגובהדורך מאניש בנבנשתי » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 7:49 am

מיין מיידל קומט היינט אהיים פון סקול, און זי זאגט מיר זי האט היינט געלערנט אין סקול ביי ענגליש איבער עוועלאשען רח''ל, זי זאגט מען האט געלערנט אין סקול אז אונז שטאם מיר פון מאנקיס, געוואלד! פרעכע כפירה ואפיקורסוס לעיני השמש, פארוואס זיצן מיר ליידיג? פארוואס טוט נישט קיינער גארנישט דערוועגן?

מיין אינגעל איז גראדע נעכטן אהיימגעקומען און מיר געזאגט, זיין ענגלישע טיטשער האט היינט געלערנט איבער אלע רעליגיעס וואס איז דא, ער האט געלערנט פון יוזל מיט די קריסטען, מוכאמאד און די מוסלומעמער, די אינדישע עלעפאנטען, מיט אלע זייערע חגאות און וואס עס באדייט פאר זיי, און אויך די ניגונים וואס מען זינגט ביי זיי אין די קירכעס, און פארשטייט זיך די טיטשער האט אויך געלערנט איבער עטיאיזם און זייערע מיינונגען רח''ל הזאת נעמי? פארדעם צאל איך מיינע אויסגעמאגערטע געהאלט פאר שכר לימוד אז מיין אינגעל זאל אויסוואקסן א כופר מדאורייתא?? וואס וועט זיין מיט מיינע קינדער און אייניקלעך?
אמונה איז דאך די ערשטע יסוד ביי כלל ישראל, פארוואס קען מיר נישט גיין אין די גאסן און טראסקענען בענקלעך אויף אלע געשעפטן אויסברעכן אלע פענסטערס א שטייגער ווי אין הארלעם, בלאקן אלע גאסן פון טרעפיק, פראטעסטירן ווי אימער עס קען די מערסטע אפעקטירן די רעגירונג, און טוהן דאס וואס די שווארצע טוען ווען מען באקריוועדעט זיי???


נאך איין קליינע נקודה.
מיין מיידל און אינגעל זעמען נישט ''היינט'' אהיימגעקומען מיט דעם, זיי זענען אבער געסקעדשולט אהיימצוקומען מיט דעם נעקסטע יאר רח''ל אוי ''דו'' בלייבסט אינדערהיים היינט און ''דו'' גייסט נישט שטימען!
והיה כי תמצאינה את צרות רבות, וענתה השורה הזאת לעד!
פארשרייבט אייך אין אייער קאלענדער אט די אויבערדערמאנטע פונקטן, עס וועט אייך צונוצקומען נעקסטע יאר אויב חלילה ''דו'' גייסט נישט היינט ארום אויף דיין בלאק קלאפן אויף אלע טירן און בעטן מען זאל גיין שטימען, מאכן טעלעפאן קאלס צו ''אלע'' דיינע קאנטאקטס און פרעג זיי, בוזטו שוין געגאנגען שטימען היינט?
גיי ארום אין ''דיין'' שול און מאך זיכער אז ''דו'' און ''יעדער'' וועם ''דו'' קענסט גייט היינט ארויס שטימען!

עס ווערט געברענגט אז א מצוה עוברת, און כל שכן א מת מצוה וואס א מת מצוה מיינט נישט דוקא א טויטער מענטש וואס האט נישט ווער עס זאל אים באגראבן, נאר איעדע מצוה וואס האט נישט ווער עס זאל זיך אפגעבן דערמיט איז מען פטור פון אלע אנדערע מצות צו קעמען מקיים זיין די מצוה!
יא האסט גוט געהערט, ארומגיין קלאפן אויף אלע טירן פון ''דיין'' בלאק איז א מת מצוה, דו בוזט נישט מחויב צו טוהן היינט קיין שום אנדערע מצות, עס איז א מצוה עוברת, און איך רעד שוין נישט פון דעם וואס עס איז נוגע פאר די עקרי יסודי הדת פון אונזערע קינדער און אייניקלעך, אמונה איז די גרינדשטיין פון אידישקייט, אן אמונה איז ווערטלאז דיין ביקור חולים, פדיון שבויים, הלוית המת, הכנסת אורחים, תלמוד תורה, כבוד אב ואם, און אלע דיינע מצות.

דו דארפסט נישט היינט דאווענען אדער לערנען אדער זיך באשעפטיגען מיט סיי וואספארא אנדערע מצוה, בוזט באמת נישט מחויב על פי תורה, עס ליגט פאר דיר היינט א מצוה עוברת פון אנריפן ''אלע'' דיינע באקאנטע פון בארא פארק און זיי בעטן צו גיין שטימען.
און נאכאמאל גיי ארום אין ''דיין'' שול און מאך זיכער אז אלע ''דיינע'' נאנטע גייען שטימען.
קלאפ אויף אלע טירן פון ''דיין'' בלאק, און בעט שיינערהייט אז דער אייבערשטער וואלט יעצט מער הנאה געהאט ווען זיי גייען אפגעבן זייער שטימע ווי איידער הענגן די שיינע נוי סוכה, אדער קויפן לולב ואתרוג, אדער סיי וועלעכע אנדערע מצוה מען איז יעצט עוסק.


אויב טרעפסטו א דיין וואס האלט אז דעס איז נישט די גרעסטע מצוה פון די היינטיגע טאג, ביטע געב מיר זיין נאמען און אדרעססע, ווייל ''איך'' וויל אים פארשטיינערען אזוי ווי עס שטייט אין די תורה כי יקום מקרבך.
המגיד מקיטוב

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 8:34 am

ס׳איז שרעקליך וויאזוי היימישע אידן וואס האלטן פיין מיט די מלחמה וואס די חברה פירן אקעגן אונז און נאכאלץ דרייען זיי זיך ארויס פון שטימען מיטן תירוץ אז ״די עסקנים האבן אייגענע אינטערעסן״

די אמת איז אבער אז די האבן די עסקנים האבן טאקע פערזענליכע אינטערעסן...אינטערעסן וואס א יעדע טאטע דארף האבן, זיי ווילן פראטעקטן זייער קאמיוניטי און זייערע קינדער פין די רשעים!

רבותי! גייט ארויס שטימען!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 8:38 am

גיימער שטימען פעלדער.

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 8:44 am

בקיצור, איז מארטין דילאן מיטגעשטאנען מיט שמחה פעלדער?
איך זעה די עסקנים הייסן וואוטען פאר אים.

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 9:20 am

שכל'דיג האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:ר' מ.ד. נידער אן האט געפרעגט אין דער איד פארוואס עס קימערט נישט פארן ציבור די סכנה אויפן חינוך. פארוואס איז מען טאקע אזוי קאלט?

ווייל די עולם פארשטייט נישט וואס האט שטימען מיט חינוך...

פשוט ווייל אן שטימען האבן מיר זערא כח און קאומא און דעבלאזיע וועלן נישט זוכן צו כאפן אזויפיל היעט פאר אונז
שויתי ה' לנגדי תמיד

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 9:55 am

צו די וועלכע האלטן אז מיטן בלייבן אינדערהיים וועלן זיי איינעם אפטוהן, הערט א מעשה'לע.

געווען אמאל א שיינע בליענדע קהילה וועלכע האט געהאט א ראש הקהל אן עושר מיטן נאמען ר' זונדל. דער ר' זונדל האט רעאגירט מיט א שטארקע האנט אויף אלע עניני הקהילה, גשמיות ווי אויך רוחניות. אין די קהילה איז געווען א איד אן איש מכובד ונגיד מיטן נאמען ר' געציל, וואס פלעגט אלץ מנדב זיין גרויסע סכומים און שטיין צוהילף אויף פילע אנגעלעגנהייטן אין די קהילה. הכלל, די גאנצע שיינע קהילה איז געשטאנען אויף הני תרי צנתרי דדהבא, ר' זונדל און ר' געציל.

והיו היום און א שווארצע קאץ איז דורכגעלאפן די צוויי חברה. די קהילה האט באשטעלט א גרויסע ארדער פון קאנסטראקשאן מאטריאל פון ר' געציל'ס קאמפיטישאן, און ווען ר' געציל האט פארגעהאלטן ר' זונדל האט דאס פאראורזאכט א קאנטער-רעאקציע, א ווארט פאר א ווארט און עס האט אויסגעבראכן א מחלוקה. די גבאים פון ביהמ"ד און די בני הקהילה, וויסנדיג אז ר' געציל איז א שטארקע עסעט פאר די קהילה האבן פראבירט מיט אלע וועגן צו פארגלעטן די געמיטער, זיי האבן אזויפיל אויפגעטאן אז די מחלוקה האט זיך טאקע מלפנים אפגעשטילט, אבער א רוגזא צווישן די צוויי איז געבליבן. ר' געציל האט פון דאן און ווייטער געבלאזן אויף אלעס און אלעמען ארום.

מיט א שטיק צייט דערויף האט פאסירט עפעס אן אומאנגענעמע פרשה ביי ר' געציל אין די משפחה אשר אין מקומו להאריך. די גבאי ועסקני הקהילה האבן דאן מטכס עצה געווען וויאזוי זיך אומצוגיין און מ'האט באשלאסן אריינצושטעלן פרישע חברי הנהלת הקהילה אין צוגאב צו ר' זונדלע'ן, אזאך וואס האט נישט געשמעקט פאר ר' זונדלען מילד גערעדט. עס איז געווען א פגיעה בכבודו.

דער אויסגאנג פון דעם אלעם האט נישט געשפעטיגט צו קומען. ווען עס איז געקומען אויסצולייגן די געלט פאר די קומענדיגע גרויסע הוצאה האט ר' זונדל אויסגעניצט די געלעגנהייט סטראשענדיג אז ער גיט מער נישט גארנישט צושטייער. "איך בין דאך שוין מער נישט בעה"ב אין די קהילה". זעענדיג אז ס'נישט דא וואס צו רעדן האבן זיך די גבאים דאן געוואנדן צו ר' געציל, וועלכער האט זיי ארויסגעטראסקעט בבושת פנים זיי פארהאלטנדיג, " יעצט קומט עטס, אוואו זענט איר געווען דאמאלט, פארוואס האט איר זיך נישט אנגענומען פאר מיר?"

און דאס איז געווען די ענדע פון די שיינע קהילה..
לעצט פאראכטן דורך ר' יום טוב אום דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:21 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:15 am

יאפ, דיין משל איז א ריכטיגע משל, ממילא וועל איך לכאורה נישט גיין שטימען פאר די קאנדידאט וואס איך געדענק נישט אז ער זאל האבן דא געווען פאר אונז.

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 958
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:25 am

דממה דקה האט געשריבן:יאפ, דיין משל איז א ריכטיגע משל, ממילא וועל איך לכאורה נישט גיין שטימען פאר די קאנדידאט וואס איך געדענק נישט אז ער זאל האבן דא געווען פאר אונז.

אז זיי ארבעטן אין אלבאני און זיי זאגן דיר נישט אלעס וואס זיי טוען אויף זענען זיי געפסלט? ביסטו צוגעגאנגען צו די עסקנים פרעגן אויב זיי האבען אויף געטוהן? ווער זאגט מען דארף אויפטוען, אפשר נאר ווייל עס לויפן שונאי ישראל דארף מען וואוטן פאר די איד?
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:29 am

זינגער האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:יאפ, דיין משל איז א ריכטיגע משל, ממילא וועל איך לכאורה נישט גיין שטימען פאר די קאנדידאט וואס איך געדענק נישט אז ער זאל האבן דא געווען פאר אונז.

אז זיי ארבעטן אין אלבאני און זיי זאגן דיר נישט אלעס וואס זיי טוען אויף זענען זיי געפסלט? ביסטו צוגעגאנגען צו די עסקנים פרעגן אויב זיי האבען אויף געטוהן? ווער זאגט מען דארף אויפטוען, אפשר נאר ווייל עס לויפן שונאי ישראל דארף מען וואוטן פאר די איד?

מען רעדט דאך פון עדיוקעישן, איז דאס דאך אפענע קארטן, פאר וועם האט דילאן געשטימט, איטס ע יעס אר נאו קוועסטשן.

אויב האט ער געשטימט מיט שמחה איז ער פאר אונזער עדיוקעישן, אויב פארקערט איז פארקערט.

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:31 am

דממה דקה האט געשריבן:
זינגער האט געשריבן:
דממה דקה האט געשריבן:יאפ, דיין משל איז א ריכטיגע משל, ממילא וועל איך לכאורה נישט גיין שטימען פאר די קאנדידאט וואס איך געדענק נישט אז ער זאל האבן דא געווען פאר אונז.

אז זיי ארבעטן אין אלבאני און זיי זאגן דיר נישט אלעס וואס זיי טוען אויף זענען זיי געפסלט? ביסטו צוגעגאנגען צו די עסקנים פרעגן אויב זיי האבען אויף געטוהן? ווער זאגט מען דארף אויפטוען, אפשר נאר ווייל עס לויפן שונאי ישראל דארף מען וואוטן פאר די איד?

מען רעדט דאך פון עדיוקעישן, איז דאס דאך אפענע קארטן, פאר וועם האט דילאן געשטימט, איטס ע יעס אר נאו קוועסטשן.

אויב האט ער געשטימט מיט שמחה איז ער פאר אונזער עדיוקעישן, אויב פארקערט איז פארקערט.


אבער היות ער האט געלעקט מיין טייל פון די קהילה און נישט דיין טייל, זאל מען וועלן פאר אים און נישט פאר פעלדער, אפילו ער האט געוועלט אקעגן אונזער חינוך.

דממה דקה
שר חמש מאות
תגובות: 724
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:33 am

משה'לע, דו מישט וויליאמסבורג מיט בארא פארק

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 891
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:36 am

ווילאנג וויליאמסבורג וועט נישט ארויסקומען מיט די ריכטיגע ציפערן שטימען, איז אירעלעווענט וויאזוי דילאן האט געשטימט אויפן עדיוקעישאן ביל. כ'מיין פארוואס מיינט איר זאל ער שטימען פאר א אומפאפולארע ביל קעגן זיין פארטיי אין די צייט ווען ער האט א ליבעראלע קעגנער אין די פריימעריס.
געשריבן - געמעקט. געשריבן - געמעקט. ---- געשריבן!

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1336
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:39 am

דממה דקה האט געשריבן:מען רעדט דאך פון עדיוקעישן, איז דאס דאך אפענע קארטן, פאר וועם האט דילאן געשטימט, איטס ע יעס אר נאו קוועסטשן.

אויב האט ער געשטימט מיט שמחה איז ער פאר אונזער עדיוקעישן, אויב פארקערט איז פארקערט.

הייסט דאס אז דער קעגנער פון דילאן, וועלכע קאמפיינט אפען אלס א "פראגרעסיווע ליבעראל" און וויל אריינברענגען אלע תועבת "אריינגערעכנט" אויסרייסן אונזער חינוך, איז דיר בעסער... איי געט דע פוינט...
לעצט פאראכטן דורך פריילעך אידל אום דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:39 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » דאנארשטאג סעפטעמבער 13, 2018 10:39 am

ר' יום טוב האט געשריבן:ווילאנג וויליאמסבורג וועט נישט ארויסקומען מיט די ריכטיגע ציפערן שטימען, איז אירעלעווענט וויאזוי דילאן האט געשטימט אויפן עדיוקעישאן ביל. כ'מיין פארוואס מיינט איר זאל ער שטימען פאר א אומפאפולארע ביל קעגן זיין פארטיי אין די צייט ווען ער האט א ליבעראלע קעגנער אין די פריימעריס.


קיינער וואלט נישט געהאט צופיל טענות אויב זיי וואלטן יא געשטיצט פעלדער.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 16 געסט