ספיריטשול אינספירעישענעל נשמה'לעלעלע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:41 pm

אויב איז דא א נאטורליכע געשמאק, ווי אזוי מאכט מען דען דעם 'געשמאק' פאר אן עול?....
אלא מאי איז 'קיין געשמאק נישטא'!!

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:46 pm

שמחה ונחת האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:פונקט די וואך האב איך געקלערט אזוי
ס'יבאקאנט 'געז' האט נישט קיין גערויך [קארבאן מאנאקסייד] די גערוך וואס מען שמעקט לייגט די קאמפעני אריין כדי מען זאל זיך קענען היטן דערפון, און נישט חלילה געשעדיגט ווערן
מדה טובה מרובה אויף פארקערט
עבודת השי"ת קומט נישט עכט ס'זאל האבן א 'געשמאקן טעם', לעול על צאורינו ניתנו, ושכר מצוה בהאי עלמא ליכא, היום לעשותם ומחר לקבל שכרם, דער רבוש"ע דער ק-ל רחום וחנון, וויל דאך פארט אז אונז מגושמ'דיגע בשר ודם'ניקעס שוכני בתי חומר, זאלן פארט האבן א נטייה עם צו דינען, האט ער 'אריינגעלייגט' עטוואס א רוחניות'דיגן געשמאק דערינען מען זאל 'אביסל' שפירן, כדי עס זאל עם אביסל ציען דערצי
וואס זאגט איר צו דעם געדאנק?


יתכן..
אבער אפשר גאר פארקערט!
וויבאלד עבודת השם / רוחניות איז "אמת"!
איז ווען א מענטשט איז פארנומען מיט אמת - נישט קיין שקר און פאלשע אויגעבלאזענע זאכן - פילט ער אן אמת'ע טעם און סיפוק.
אמת'קייט ברענגט אמת'ע תענוג / צופרידענקייט/ סיפוק.

יכול להיות?

איך קען דא הערן ביידע צדדים.
לאמיר עס צולייגען.
יעדער איז דאך מודה, אפילו דער גוי קען דאס זען, אז ס'דא אזא זאך ווי א רוחנות'דיגע געשמאק. אז ס'קומט למשל יום כיפור נאך נעילה און מ'האלט נאכ'ן פאסטן אויסבעטן אלדאס גוטס, שפירט זיך אפילו דער מגושמ'דיגסטע איד דערהויבען. צו ס'קומט די ערשטע נאכט חנוכה, און מ'צינדט א לעכטל און מ'פראוועט מיט די משפחה און מ'זינגט שירות ותושבחות. וכו' וכו' יעדער לויט זיין שורש נשמה.
איז האמיר דא מחלוקת פון וואנעט דאס קומט.
דאס אמאל איז כו"ע מודי אז ס'האט נישט קיין זיז כל שהוא מיט די פאלשע אויפגעבלאזענע כמו רוחניות הנקרא ספיריטשולעיטי בלע"ז (בלשון עבודה זרה).
פון וואנען ווייסען מיר צו פינאנדערשיידען? איז דער תרוץ, קוק צו יענץ קומט אן 'געשמאק' און גרינג און אן קיין שום פרעשר. אויב מ'קען אריינהאקן שטיקער בשר און זויפן וויינען און א גרינעם מיטוואך, און לצ'עווען און לאכן און מאכן וויצן און ארומרעדן כל מיני לשן הרעס אויף ערליכע אידן, און נאכדעם גייט מען וויינען אויף די ניגון אין די קאמזעץ, זאלט איר מיר אלע מוחל זיין איז דאס גארנישט מיט אידישקייט און ווער וייס צו ס'קומט נישט פון די כוחות הטומאה ר"ל
איז די אמת'ע רוחניות'גע הייליגע תענוג. די סארט וואס מ'שפירט ביים זיך אויסוויינען כבן המתחנן לפני אביו יום הקדוש ביי נעילה, צו ווען מ'טאנצט אויף די פרענטשעס שמחת תורה און מ'דאנקט אין מ'לויבט די בוכ"ע "טאטע איך דאנק דיר טאטע איך לויב דיר, אז איך בין א איד", צי אז מ'הערט דעם דורעכשניידענדנן קול שופר און אלע גלידער טיען צוגייען מרוב פחד ורתת וזיע און מ'שפירט ווי מ'שטיי מיר פאר'ן מלך מלכי המלכים הקב"ה.
בקיצור, ס'אנישט אינטרעסאנט מער מעריך צו זיין און ווער ס'פארשטייט פארשטייט.
יעצ איז די שאלה פון וואו ס'קומט אט די רוחנית'דיגע תענוג. צי איז דאס אזוי אז א מצוה איז בהכרח א געשמאקע זאך צו דאס האט דער אייבערשטער אריינגעלייגט כדי אינז אינעם עולם השפל זאלן 'אויך קענען פארזיכן אביסעלע תענוג רוחני אויף אונזער וועלטעלע?
כ'בין נישט אזוי באהאווענט אין די ספרי מחשבה אבער כ'גלייב ס'דא אידען וואס ווייסען ענטפערס אויף די שאלות

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:48 pm

ראספשע האט געשריבן:אויב איז דא א נאטורליכע געשמאק, ווי אזוי מאכט מען דען דעם 'געשמאק' פאר אן עול?....
אלא מאי איז 'קיין געשמאק נישטא'!!


די קאנסט דיך נישט קריגן מיטן פסוק....
תורת ה' תמימה "משיבת נפש", פקודי ה' ישרים "משמחי לב"
אלס א פשוטע פאקט
"אמת" ברענגט תענוג לנפש

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:51 pm

שמחה ונחת האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:אויב איז דא א נאטורליכע געשמאק, ווי אזוי מאכט מען דען דעם 'געשמאק' פאר אן עול?....
אלא מאי איז 'קיין געשמאק נישטא'!!


די קאנסט דיך נישט קריגן מיטן פסוק....
תורת ה' תמימה "משיבת נפש", פקודי ה' ישרים "משמחי לב"
אלס א פשוטע פאקט

תורה איז אן אנדערע מייסע,
נעוואדע לערנסט א געשמאק שטיקל סוגי' ווער רעדט נאך ווען ס'קומט נאך צו די שמחה פון התרת הספיקות...

אבער סתם מצות מעשיות, לעול על צאורינו נתנה, רחמנא אמר תקעו, אן קיין ספירטשועליטי
דער רבוש"ע האט אריינגעלייגט דערינען עפעס א געשמאקע גערוך כנ"ל...

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:53 pm

שמחה ונחת האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:אויב איז דא א נאטורליכע געשמאק, ווי אזוי מאכט מען דען דעם 'געשמאק' פאר אן עול?....
אלא מאי איז 'קיין געשמאק נישטא'!!


די קאנסט דיך נישט קריגן מיטן פסוק....
תורת ה' תמימה "משיבת נפש", פקודי ה' ישרים "משמחי לב"
אלס א פשוטע פאקט

טייערע אידען קריגט אייך נישט....
איך האב א מהלך אין דעם
בקיצור נמרץ ארבעט עס אזוי:
אידישקייט איז א עול.
אידישקייט איז אויך געשמאק (בפנימיות, נישט די נארישע חיצניות'דיגע 'געשמאק' הנקרא גרינג)
ווי אזוי שטימען די צוויי?
איז דער כלל אין סייענס אין אזא פאל (ב"ה האב איך אביסעלע באהאוונט אין דעם פעלד אויכעט) אז מ'ברויך טוישן איינע פון די צווי הנחות, ווארים ביידע אינאיינעם זענען א סתירה. אדער... קען מען טוישן א דריטע הנחה, והוא:
א עול איז נישט געשמאק.
אטא דא ליגט דער הינטעלע באגראבן. א עול איז יא געשמאק! טוב לגבר כי ישא עול מנעוריו! ס'איז גיט פאר א מענטש צי טראגען א יאך, דאס ראפינירט עים אין מאכט עם פאר א אויסגעשליפענע מענטש וואס וועט זיך נישט צושרעקן פון יעדע ביימעלע וואס בלאזט אין א פארקערטע ריכטונג...
איר מיינט אז מיט'ן אראפנעמען דעם עול וועט מען מאכן אידישיקייט מער 'געשמאק' האט איר א גרויסן טעות. יעדע וואס האט דאס פרובירט האט מיאס אפגעשניטען, אפילו די מיט באמת גיטע כוונות. אדרבה! אויב איר וועט לערנען אייער זין אז איר זענט א פעסטע מענטש וואס האלט זיך צו זיינע פרינצפין, איז דער מציאות אז אייער קינד וועט אייך ארויפקיקען אין רעספעקטירען און אטאמאטיש אויך ארויפקיקען און שעצן תורה ועבודה. א פאקט איז א פאקט אין איר קענט זיך דאס גרינג איבערצייגען אויב קיקט איר זיך ארים ביי אייערע ידידים אין שכנים.

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:54 pm

איי די פרעגסט וויאזוי מאכט מען דעם "געשמאק" פאר א "עול"?
פשוט! די "עול" קומט קודם.. די "געשמאק" קומט נאכדעם כפועל יוצא..
די יצר הרע פרובירט צו קומען ווען מען האלט נאך אנהויב ביים עול (יום הקדוש ביי שחרית....) אבער דערנאך איז א פאקטישע תענוג הנפש (קוק ווי פרייליך און צופרידן אן ערליכן יוד קוקט אויס - לעומת די "פארפרעשערטע" אויפגעקלערטע....)
לעצט פאראכטן דורך שמחה ונחת אום דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:56 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:55 pm

גולם פון פראג האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:אויב איז דא א נאטורליכע געשמאק, ווי אזוי מאכט מען דען דעם 'געשמאק' פאר אן עול?....
אלא מאי איז 'קיין געשמאק נישטא'!!


די קאנסט דיך נישט קריגן מיטן פסוק....
תורת ה' תמימה "משיבת נפש", פקודי ה' ישרים "משמחי לב"
אלס א פשוטע פאקט

טייערע אידען קריגט אייך נישט....
איך האב א מהלך אין דעם
בקיצור נמרץ ארבעט עס אזוי:
אידישקייט איז א עול.
אידישקייט איז אויך געשמאק (בפנימיות, נישט די נארישע חיצניות'דיגע 'געשמאק' הנקרא גרינג)
ווי אזוי שטימען די צוויי?
איז דער כלל אין סייענס אין אזא פאל (ב"ה האב איך אביסעלע באהאוונט אין דעם פעלד אויכעט) אז מ'ברויך טוישן איינע פון די צווי הנחות, ווארים ביידע אינאיינעם זענען א סתירה. אדער... קען מען טוישן א דריטע הנחה, והוא:
א עול איז נישט געשמאק.
אטא דא ליגט דער הינטעלע באגראבן. א עול איז יא געשמאק! טוב לגבר כי ישא עול מנעוריו! ס'איז גיט פאר א מענטש צי טראגען א יאך, דאס ראפינירט עים אין מאכט עם פאר א אויסגעשליפענע מענטש וואס וועט זיך נישט צושרעקן פון יעדע ביימעלע וואס בלאזט אין א פארקערטע ריכטונג...
איר מיינט אז מיט'ן אראפנעמען דעם עול וועט מען מאכן אידישיקייט מער 'געשמאק' האט איר א גרויסן טעות. יעדע וואס האט דאס פרובירט האט מיאס אפגעשניטען, אפילו די מיט באמת גיטע כוונות. אדרבה! אויב איר וועט לערנען אייער זין אז איר זענט א פעסטע מענטש וואס האלט זיך צו זיינע פרינצפין, איז דער מציאות אז אייער קינד וועט אייך ארויפקיקען אין רעספעקטירען און אטאמאטיש אויך ארויפקיקען און שעצן תורה ועבודה. א פאקט איז א פאקט אין איר קענט זיך דאס גרינג איבערצייגען אויב קיקט איר זיך ארים ביי אייערע ידידים אין שכנים.


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:56 pm

שמחה ונחת האט געשריבן:איי די פרעגסט וויאזוי מאכט מען דעם "געשמאק" פאר א "עול"?
פשוט! די "עול" קומט קודש.. די "געשמאק" קומט נאכדעם כפועל יוצא..
די יצר הרע ברובירט צו קומען ווען מען האלט נאך אנהויב ביים עול (יום הקדוש ביי שחרית....) אבער דערנאך איז א פאקטישע תענוג הנפש (קוק ווי פרייליך און צופרידן אן ערליכן יוד קוקט אויס - לעומת די "פארפרעשערטע" אויפגעקלערטע....)

בקיצור, זאגסט דאך ממש ווי איך...

שמחה ונחת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 29, 2014 3:21 pm

תגובהדורך שמחה ונחת » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 3:57 pm

שלום על ישראל!
(יעך קריג מיר נאר מיט דיר, אז עס איז נישט עפעס א מתן שכרה בצדה.. ס'איז א אמתע פועל יוצא)
שוין, נעקסט...

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 4:12 pm

אלעס גערעכט, פיין און וואויל, אין א פערפעקט עולם התיקון ברויך ווען אויסקוקן אזוי.

אבער רעאליסטיש גערעדט, די טבע פון א מענטש איז אז עס ציט צו געשמאקקייט, צו הנאה, צו פארברענגען אא"ו, די גאס פונדרויסן שטעלט אן א בילד כאילו זיי אפערן טאקע דאס. איז וואס איז די פראקטישע עצה אז מיינע קינדער זאלן דאס נישט זוכן?

אוועטאר
כא כא כא
שר האלף
תגובות: 1113
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:08 pm

רעדן און רעדן,
יעדע וואך ביים שבת טיש לייגט מען אראפ מיט געשמאקייט מיט א מעשה ווי גוט עס איז צו זיין א איד זיין א חלק אלוקי ממעל, און דער אייבערשטער האט אונז אראפ געשיקט אויף די וועלט עם צו דינען,
און אז מ'וויל נאר הנאה פון די וועלט אן ארבעטען מ'וויל זיין א בהמה, איז מען.......

זיין א פרייליכע טאטע, מקבל זיין עול מלכות שמים ''באהבה'' ביי יעדע מצב, כאפן א טענצל מיט די קינדער ביים שבת טיש, אא''וו
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
גולם פון פראג
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm

תגובהדורך גולם פון פראג » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:11 pm

כא כא כא האט געשריבן:רעדן און רעדן,
יעדע וואך ביים שבת טיש לייגט מען אראפ מיט געשמאקייט מיט א מעשה ווי גוט עס איז צו זיין א איד זיין א חלק אלוקי ממעל, און דער אייבערשטער האט אונז אראפ געשיקט אויף די וועלט עם צו דינען,
און אז מ'וויל נאר הנאה פון די וועלט אן ארבעטען מ'וויל זיין א בהמה, איז מען.......

זיין א פרייליכע טאטע, מקבל זיין עול מלכות שמים ''באהבה'' ביי יעדע מצב, כאפן א טענצל מיט די קינדער ביים שבת טיש, אא''וו

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
Goodmorning
שר האלף
תגובות: 1746
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:20 pm

איך זאג נישט אויף למעשה, אבער געהערט אן אינטערעסאנטע מעשה פון אן עלטערע פרוי א מלחמה איבערלעבערין. געהאט האט זי זייער א שטרענגער פרומער טאטן. נאך די מלחמה ווען זי איז געבליבן אליין, און די רב און דיין'ס טאכטער האבן איר געוואלט שלעפן צו די מואוויס אין שבת, און עס איז געווען שווער נישט מיטצוגיין מיט די איינציגסטע איבערגעבליבענע נאנטע, האט זי שוין ווילנדיג גיין זיך פארגעשטעלט איר טאטן'ס רעאקציע. זי דערציילט אז זי האט ממש געציטערט צו גליטשען, די שרעק פון אמאל האט איר געהאלטן.... און זי האט אויפגעשטעלט א הערליך דור
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:25 pm

ראספשע האט געשריבן:פונקט די וואך האב איך געקלערט אזוי
ס'יבאקאנט 'געז' האט נישט קיין גערויך [קארבאן מאנאקסייד] די גערוך וואס מען שמעקט לייגט די קאמפעני אריין כדי מען זאל זיך קענען היטן דערפון, און נישט חלילה געשעדיגט ווערן
מדה טובה מרובה אויף פארקערט
עבודת השי"ת קומט נישט עכט ס'זאל האבן א 'געשמאקן טעם', לעול על צאורינו ניתנו, ושכר מצוה בהאי עלמא ליכא, היום לעשותם ומחר לקבל שכרם, דער רבוש"ע דער ק-ל רחום וחנון, וויל דאך פארט אז אונז מגושמ'דיגע בשר ודם'ניקעס שוכני בתי חומר, זאלן פארט האבן א נטייה עם צו דינען, האט ער 'אריינגעלייגט' עטוואס א רוחניות'דיגן געשמאק דערינען מען זאל 'אביסל' שפירן, כדי עס זאל עם אביסל ציען דערצי
וואס זאגט איר צו דעם געדאנק?


און וואס זאגסטו צום מסילת ישרים וואס זאגט אז די תכלית הבריאה איז ״להתענג על השם?״
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:29 pm

שמחה ונחת האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:אויב איז דא א נאטורליכע געשמאק, ווי אזוי מאכט מען דען דעם 'געשמאק' פאר אן עול?....
אלא מאי איז 'קיין געשמאק נישטא'!!


די קאנסט דיך נישט קריגן מיטן פסוק....
תורת ה' תמימה "משיבת נפש", פקודי ה' ישרים "משמחי לב"
אלס א פשוטע פאקט
"אמת" ברענגט תענוג לנפש

מען דארף מחלק זיין צווישען די גוף און די נפש\נשמה,
די אלע ספירעטשעל תאוות עוה"ז זענען געשמאק פאר די גוף אבער מען פילט נישט קיין סיפוק
נאכן לערנען א בלאט גמרא אדער נאך נעילה איז דער גוף הונגעריג און אויסגעמוטשעט (תורה מתשת כו') אבער די סיפוק פון די נפש איז גאר הויך
און דאס איז דער גאנצער חילוק
די אלע פוסטע תענוגים פון דער וועלט איז טאקע גאר געשמאק פאר די גוף בשעת מעשה אבער מען פילט נישט קיין דערהויבנקייט אין לעבן
א איד מיט תורה און דביקות בה' לעבט פשוט א זיסערע לעבן פיל מיט סיפיק החיים

ועוד יש להוסיף אז נגינה אפילו ס'פראסט האט עס א שטיקל שורש מיט די נשמה נאר א שאד אז מפארפאטשקעט עס, ווי צדיקים האבן געטייטשט חזנים זענען נאראנים ווייל ס'איז לעבן עולם התשובה

און דאס איז אויך א תשובה צו אלצווייסער
לעצט פאראכטן דורך דניאל אויערבאך אום דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:30 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1410
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:29 pm

די רואיגקייט און פרייהייט פון עול
שיינע ארטיקל ברייט אויסגעשמועסט אונזער ענין
. . . . . . .

אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 505
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:30 pm

Goodmorning האט געשריבן:איך זאג נישט אויף למעשה, אבער געהערט אן אינטערעסאנטע מעשה פון אן עלטערע פרוי א מלחמה איבערלעבערין. געהאט האט זי זייער א שטרענגער פרומער טאטן. נאך די מלחמה ווען זי איז געבליבן אליין, און די רב און דיין'ס טאכטער האבן איר געוואלט שלעפן צו די מואוויס אין שבת, און עס איז געווען שווער נישט מיטצוגיין מיט די איינציגסטע איבערגעבליבענע נאנטע, האט זי שוין ווילנדיג גיין זיך פארגעשטעלט איר טאטן'ס רעאקציע. זי דערציילט אז זי האט ממש געציטערט צו גליטשען, די שרעק פון אמאל האט איר געהאלטן.... און זי האט אויפגעשטעלט א הערליך דור

איך ווייס נישט פינקטליך פארוואס, אבער אונז האבן נישט מער דער כח פון אמאל... בדרך כלל אז מ׳פראבירט היינט ׳דאס׳ נאכצומאכן לאזט זיך עס אויס נישט גיט....
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

ראספשע
שר האלפיים
תגובות: 2038
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:35 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:פונקט די וואך האב איך געקלערט אזוי
ס'יבאקאנט 'געז' האט נישט קיין גערויך [קארבאן מאנאקסייד] די גערוך וואס מען שמעקט לייגט די קאמפעני אריין כדי מען זאל זיך קענען היטן דערפון, און נישט חלילה געשעדיגט ווערן
מדה טובה מרובה אויף פארקערט
עבודת השי"ת קומט נישט עכט ס'זאל האבן א 'געשמאקן טעם', לעול על צאורינו ניתנו, ושכר מצוה בהאי עלמא ליכא, היום לעשותם ומחר לקבל שכרם, דער רבוש"ע דער ק-ל רחום וחנון, וויל דאך פארט אז אונז מגושמ'דיגע בשר ודם'ניקעס שוכני בתי חומר, זאלן פארט האבן א נטייה עם צו דינען, האט ער 'אריינגעלייגט' עטוואס א רוחניות'דיגן געשמאק דערינען מען זאל 'אביסל' שפירן, כדי עס זאל עם אביסל ציען דערצי
וואס זאגט איר צו דעם געדאנק?


און וואס זאגסטו צום מסילת ישרים וואס זאגט אז די תכלית הבריאה איז ״להתענג על השם?״

בעולם הזה אדער בעולם הבא?
תענוג גשמי או תענוג רוחני?

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:46 pm

דער תכלית הבריאה איז אז אפילו אויף דער וועלט
מען זעהט ווי צדיקים זענען אויסגעגאנגען פאר מתיקות פאר א מצוה
זאל עס זיין חנוכה לעכט אדער אתרוג בענטשען,
אדער עבודת התפילה ווי ביים צאנזער רב
אבער מיר זענען דאך אזוי ווייט פון דעם.............

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:49 pm

ראספשע האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:פונקט די וואך האב איך געקלערט אזוי
ס'יבאקאנט 'געז' האט נישט קיין גערויך [קארבאן מאנאקסייד] די גערוך וואס מען שמעקט לייגט די קאמפעני אריין כדי מען זאל זיך קענען היטן דערפון, און נישט חלילה געשעדיגט ווערן
מדה טובה מרובה אויף פארקערט
עבודת השי"ת קומט נישט עכט ס'זאל האבן א 'געשמאקן טעם', לעול על צאורינו ניתנו, ושכר מצוה בהאי עלמא ליכא, היום לעשותם ומחר לקבל שכרם, דער רבוש"ע דער ק-ל רחום וחנון, וויל דאך פארט אז אונז מגושמ'דיגע בשר ודם'ניקעס שוכני בתי חומר, זאלן פארט האבן א נטייה עם צו דינען, האט ער 'אריינגעלייגט' עטוואס א רוחניות'דיגן געשמאק דערינען מען זאל 'אביסל' שפירן, כדי עס זאל עם אביסל ציען דערצי
וואס זאגט איר צו דעם געדאנק?


און וואס זאגסטו צום מסילת ישרים וואס זאגט אז די תכלית הבריאה איז ״להתענג על השם?״

בעולם הזה אדער בעולם הבא?
תענוג גשמי או תענוג רוחני?


ביידע. צדיקים האבן געהאט תענוגים גשמיים פין תורה ומצוות.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:50 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:דער תכלית הבריאה איז אז אפילו אויף דער וועלט
מען זעהט ווי צדיקים זענען אויסגעגאנגען פאר מתיקות פאר א מצוה
זאל עס זיין חנוכה לעכט אדער אתרוג בענטשען,
אדער עבודת התפילה ווי ביים צאנזער רב
אבער מיר זענען דאך אזוי ווייט פון דעם.............


ווייל מיר זענען ווייט פון דעם ווערט עס יעצט נישט אויס ״תכלית הבריאה״ דארפסט נאכאלץ שטרעבן אנצוקומען אהין.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:54 pm

ראספשע האט געשריבן:
שמחה ונחת האט געשריבן:
ראספשע האט געשריבן:אויב איז דא א נאטורליכע געשמאק, ווי אזוי מאכט מען דען דעם 'געשמאק' פאר אן עול?....
אלא מאי איז 'קיין געשמאק נישטא'!!


די קאנסט דיך נישט קריגן מיטן פסוק....
תורת ה' תמימה "משיבת נפש", פקודי ה' ישרים "משמחי לב"
אלס א פשוטע פאקט

תורה איז אן אנדערע מייסע,
נעוואדע לערנסט א געשמאק שטיקל סוגי' ווער רעדט נאך ווען ס'קומט נאך צו די שמחה פון התרת הספיקות...

אבער סתם מצות מעשיות, לעול על צאורינו נתנה, רחמנא אמר תקעו, אן קיין ספירטשועליטי
דער רבוש"ע האט אריינגעלייגט דערינען עפעס א געשמאקע גערוך כנ"ל...


תחת אשר לא עבדת את השם אלקיך בשמחה ובטוב לבב.

די תוכחה קען קומען פון דיינע כנ״ל׳ס...
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1107
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 5:58 pm

״ואהבת את השם אלקיך בכל לבבך.״

קען איינער מסביר זיין וויאזוי מען איז מקיים די מצות עשה אן די ׳גשמיות׳דיגע׳ מציאות וואס הייסט ״געפיל?״

איך פרעג ווייל איך וויל באמת וויסן.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
אורח הכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 903
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2016 10:21 am
לאקאציע: פרוזדור (עולם הזה)

תגובהדורך אורח הכבוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 6:02 pm

הודו לה' די ציבור דא איז נאך ב''ה וואך און נאך נישט אינגאנצען מיטגעכאפט מיט די איטערשטע פונעם שטייסעל וואס ווילען אז זייער שוידערליכע נידריגקייטען זאל ווערען עקסעפטעט אלץ אויך א מהלך כאילו ס'עקזעסטירט חלילה צוויי מהלכים און אידישקייט, איינס איז וואס מיר האבען אלע מקבל געווען פון אבותינו ורבותינו הק' מאז היתה ישראל לגוי (וואס די נידריגע בעלי תאווה האבען עס א נאמען געגעבען "סיסטעם" צו קענען קאווערען די גילטי קאנטשעס וואס דער רחום וחנון שיקט זיי אריין כסדר במתנה)
די צווייטע איז כביכול וואס אנגעפראסענע בעלי תאווה וואס זענען נישט גרייט מוותר זיין א משהו פון תענגי עוה''ז פארן טאטען און הימעל, און זיי ווילען גאר פארשטעלען א מהלך צו "פיקסען די חורבן וואס די פפריערדיגע האבעןן געמאכט" עפ''ל (פון די אייגענע חורבן איז מאן דכר שמיא בכלל)

זייער פאסיג וואס רביה''ק זי''ע טייטשט כמ''פ זדים הלצינו עד מאוד ומתורתך לא נטיתי, ווען איז זלעפה אחזתנו? מרשעים עוזבי תורתיך, ווען די רשעים ווילען העלפען די תורה..

והבן כי קצרתי
כללו של דבר: האדם לא נברא בעבור מצבו בעולם הזה אלא בעבור מצבו בעולם הבא, אלא שמצבו בעולם הזה הוא אמצעי למצבו בעולם הבא שהוא תכליתו.
(מסילת ישרים פרק א')



orechhakuved@gmail.com

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 6:10 pm

אורח הכבוד לאמיר נישט נאכאמאל אנהייבן מען האט עס שוין 500 מאל איבערגעשמוסט אין אנדערע אשכולות
סאיז נישט אזוי פשוט ווי די מאכסט עס, דו מאכסט עס ווייס און שווארץ, סאיז דא אסאך אסאך גרעי אינצווישן ודו"ק


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מענטשאלע, שטיגליץ און 35 געסט