קענסט עס נישט טוישן? מאך עס זיס!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אני מאמין
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 3:38 pm
לאקאציע: אין סידור, נאך תפילת שחרית.

קענסט עס נישט טוישן? מאך עס זיס!

תגובהדורך אני מאמין » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 5:41 pm

איז אזוי, אין די יונגע יארן האב איך זוכה געווען צו לערנען ביי א מגיד שיעור וואס פלעגט יעדע שטיק צייט צוזאמענרופן אלע תלמידים אין כיתה, און ער פלעגט געבן א דרשות התחזקות פאר'ן עולם. פון יענע דרשות איז מיר זייער אסאך "אריין אין די ביינער", און עס קומט מיר נאך צונוץ ביזן היינטיגען טאג.

פארוואס האב איך מיר יעצט דערמאנט דערפון? עלעך אייך זאגן. דער רבש"ע האט מיר די וואך אריינגעלייגט א משוגעת אין קאפ זיך צו לערנען די אידישע קיבאורד, און עס איז א דבר פשוט אז די איינציגסטע וועג עס עכט צו קענען (נאכן זיך צוגעוואוינען וועלכע אות מיט וועלכע פינגער) איז צו טייפן און טייפן, האב איך מיר אראפגעזעצט טייפן. נאכן איבערטייפן צוויי ארטיקלען פון דא (שכח פאר די שרייבערס! און ניין, נישט פארן מיר געבן וואס איבערצוטייפן...) האט מיר בייגעטראסקעט אז אנשטאט איבערצוטייפן ארטיקלען ווי א נאר (אדער ווי א חכם, עס איז נישט משנה....) קען איך אפטייפן מיינע געדאנקען, און ממ"נ, וועט איינער הנאה האבן איז זיכער גוט, און אויב נישט, איז עס נישט ערגער ווי איבערצוטייפן ארטיקלען.

ואתכם הסליחה פאר'ן מטריח זיין צו ליינען פאר די איינע סיבה אז איך וויל יעצט קענען טייפן....


------


שלום - א חשוב בחור וואס לערנט אין א היימישע ישיבה - איז צובראכן און צוקלאפט, זיין מאראל איז אין דער ערד, ער פיהלט אז דאס איז עס מיט אים, ער קען נישט מער אזוי אנגיין.

וואס איז אזאנס געשען אז פון א בחור וואס האט געהאט א טעם אין לעבן, מיטגעהאלטן סדרים, געהאלפן אינדערהיים, איז געווארן א בחור וואס איז אויפן שוועל פון יאוש?

אה, די תירוץ איז אז ער איז שוין צו גוטן איין און צוואנציג יאר, און זיין באשערטער זעהט זיך נאכנישט אן אויפן האריזאנט.

זיינע חברים, זעט ער שפאצירן מיט קעריזשעס, ביי די קופקע שבת נאכן דאווענען רעדט מען פון רענט, זשאבס, און פון קארס, און ווען ער פרובירט זיך צו געבן א רוף אן א נייעסל פון די ישיבה ווענט - וואס פאר דריי יאר צוריק וואלט עס געווען א "הייסע טעמע" - הייבט ער אן פיהלן די סארט בליקן וואס שרייען שטילערהייט "מיינסט אז איינער איז אינטערעסירט אין דעם"?

און לכבוד דעם פיהלט ער - אפשר מיט רעכט - אז זיין לעבן קען אזוי מער נישט אנגיין, ער איז ביטער פארקלעמט, ער ווערט פון טאג צו טאג מער איינגעגעסן אין זיך, אזש עס קען זיך דאכטן אז אויב טרעפט ער נישט קיין כלה ביז אפאר טאג, איז ער אינגאנצן פארטיג.

א ווייטאג, און א גערעכטע, יא? עמער זעהן.

----

משה - א יונגערמאן אין זיינע שענסטע יארן - וואוינט אין וויאמסבורג. זיין לעבן פערצופאל גייט אים זייער גוט, ער האט ב"ה א גוטע פרנסה, א וואוילע אשת חיל, לעכטיגע קינדער, בקיצור, ער האט זיך נישט אויף וואס אפצורעדן.

אבל דא עקא, קפץ עליו רוגזה של "דירות קריזיס", ער וואוינט (וואוינט ער דען? דאס הייסט נישט געוואוינט... ער שלאפט דארט איבער...) אין א לעכל, א ד' על ד', צאמגעדריקט ווי די קדם געפילטע פיש אין די גלאזערנע באטלעך, נישט צום שלינגען און נישט צום שפייען.

קיין הרחבת הדעת האט ער נישט, ער דרייט זיך ארום צובראכן און פארקלעמט, דאס מח שטייט אים נישט גראד, ווען ער קומט אהיים נאך א טאג ארבעט, אנשטאט זיך אביסל אויסטשוכענען די געדאנקען, ווערט ער געלעמט (תרתי משמע, זיך צו רירן איז נישטא קיין פלאץ...) אויפן פלאץ, בקיצור, יא, דאס לעבן גייט אים אויבענאויף גוט, אבער דו קענסט צו אים נישט רעדן דערוועגן, ער איז פשוט נישטא.

ווער רעדט נאך ווען ער גייט אמאל באזוכן זיין שוואגער פון אפסטעיט, דעמאלטס איז ער ממש אויסער זיך. ער זעהט אז אויפן באשעפערס וועלט איז יא דא אזא זאך ווי הרחבת הדעת, ס'איז דא מענטשען וואס האבן וואו צו זיצן אינדערהיים בשעת די קינדער שלאפן אין "שלאף צימערן", און ער צו זיין שלעכט מזל זיצט אין ביהמ"ד ביז עללעווע ביינאכט ווייל ער האט נישט וואו אהיימצוגיין, און עס לייגט אים ציגרינד.

ער קען נישט דאווענען, ער קען נישט לערנען, די ארבעט ווערט אים אומעטיג, זיין לעבן גייט בארג אראפ. און ווען איינער שטעלט אים אפ פרעגן, היתכן ביזט אזוי צוקלאפט, ס"ה רעדט מען פון אביסל פלאץ, עס איז נישט ווערד אוועקצוגעבן דאס לעבן פאר דעם, פארשטייט ער אפילו נישט וויאזוי יענער פארשטייט אים נישט, ער האט דאך באמת נישט קיין מנוחת הנפש!

א ווייטאג, און א גערעכטע, יא? עמער זעהן.

-------

מיר געפינען אין מדרש א דערהער פון וואס עס האט זיך אפגעשפילט ביי די מעשה מיט'ן עגל, וואס מ'קען פון דעם ארויסנעמען א טיפע לימוד אין וויאזוי אנצונעמען זאכן אין לעבן.

די מדרש זאגט: "ויחל משה" ויחל איז א לשון פון זיסקייט, משה רבינו האט זיס געמאכט כביכול די כעס פון הקב"ה. כיצד? פארציילט אונז די מדרש אביסל וואס עס האט זיך אפגעטון "אונטער די קוליסן".

כלל ישראל איז אנגעקומען קיין מרה, אין מרה איז געווען צו באקומען וואסער, עס איז אבער געווען ביטערע וואסער, ממש אוממעגליך צו טרינקען דערפון.
משה רבינו - די רועה נאמן - האט זיך אפגערעדט אין הארצן, צו וואס האט אויסגעפעלט די ביטערע וואסער דא? וואלט נישט סאך בעסער געווען ווען די מציאות וואלט געווען אנדערש?

לכאורה איז עס זייער פארשטענדליך, יא, די אידן זענען אין מרה, און יא, עס איז דא אין מרה נאר ביטערע וואסער, אבער וואס האט דאס א שייכות? דער עולם איז דארשטעריג, איז לאמיר גיין פון דא זעהן וואו מ'קען שאפן אביסעלע וואסער.

האט אים דער בורא געזאגט "ניין", ס'איז נישטא אזא זאך אז עס איז דא וואסער אין מרה פאר גארנישט, "א"ל הקב"ה, לא תאמר כן. ולא מעשי ידי הן? יש דבר בעולם שלא נברא לצורך? אלא אני מלמדך היאך תהא אומר, אמור כך, עשה את המר מתוק" אז דו ביזט יעצט דא אין מרה, און דא איז דא ביטערע וואסער, איז טייטש אז די וואסער איז פאר דיר צו טרינקען. האסט א פראבלעם? ס'איז ביטער? עס איז דא איין עצה, "מאך עס זיס"!
און פארדעם - זאגט די מדרש - האט דער רבש"ע נישט געמאכט א פרישע קוואל, נאר געהייסן אריינווארפן א האלץ אין די וואסער עס זיס צו מאכן.

ווען עס איז געקומען צום חטא העגל, און דער רבש"ע איז - כביכול - געווען אין כעס אויף כלל ישראל, און ער האט געזאגט "אכלה אותם כרגע", דעמאלטס האט משה רבינו ארויסגענומען דעם "טול" וואס ער האט באקומען אין מרה, און גע'טעהנ'ט אז עס איז נישט דא אזא זאך אויפצוגעבן אויף אזאך ווייל עס גייט נישט גוט. אידן האבן געזינדיגט? אמת, אבער כביכול האסט גענומען א פאלק, און דאס איז עס. עס איז ביטער? איין עצה, מאך עס זיס.

-----------

אין אידיש גערעדט, ביי יעדעם איינעם מאכן זיך מצבים וואס עס איז ביטער ווי גאל, מ'זעהט נישט קיין וועג ארויס, און די דרך העולם איז אין א געוויסע וועג "הייבן די הענט", דאס הייסט ווערן אראפגעקלאפט, אויפגעבן, און .... שוין, דאס איז עס. עז לאנג די מצב איז אזוי ווי עס איז, איז אלעס פארטיג. אי"ה ווען זאכן וועלן זיך טוישן, שלום וועט בעזר השם א חתן ווערן, משה וועט זיך אריינציען אין א פראכטפולע דירה, דעמאלטס וועט זיין גוט, מוועט אנהייבן לערנען מיט א פרישקייט, דאס דאווענען וועט בעסער ווערן, מען וועט אנהייבן הנאה האבן פון די וועלט.

אבער וואס זע מיר פון דעם? עס איז נישטא אזא זאך! אז דו ביזט אין דעם מצב, האט דיר איינער דא אריינגעלייגט בכוונה תחילה! דו קענסט פון דעם בשום אופן נישט אנטלויפן! אוודאי בעט מען און מען האפט אז אלעס וועט בעסער ווערן, אבער עס איז נאר בידו פון רבש"ע. ווילאנג דו ביזט דא, וועסטו דיך פון דעם נישט ארויסדרייען. נישט קיין חילוק וויאזוי דו וועסט עס נעמען וועט עס נישט טוישן די מצב. עס איז דא איין זאך וואס דו קענסט טון, און דאס איז נעמען די מצב אין וואס דו ביזט, און עס זיס מאכן!

אין ענגליש זאגט מען "יא העוו טו מעק די בעסט אוט אף איט", דו האסט צוויי ברירות, א דרך קצרה וארוכה, און א דרך ארוכה וקצרה. די "גרינגע" וועג ארויס איז אויפצוגעבן, דאס איז מיין מצב און פארטיג, אבער עס איז ביטער שווער, און נאך אלעם וועסטו אין ערגעץ נישט אנקומען.
די צווייטע וועג איז צו נעמען דיין יעצטיגע מצב, און "מעק די בעסט אוט אף איט". ע ס מ א כ ן ז י ס !

אמת, עס איז נישט קיין גרינגע זאך, עס איז אייגענטליך זייער זייער שווער. אבער עס איז די איינציגסטע זאך וואס דו קענסט טון. און ווען דו מאכסט עס זיס, איז זיסער פון דעם נישטא!

עס איז נישט קיין פשוטע זאך, אבער ווען דו פארשטייסט אז אין דעם מצב ביזטו, דא איז יעצט דיר באשערט צו זיין, און די איינציגסטע זאך עס איז דא פאר דיר צו טוהן איז "טא מעק די בעסט אוט אף איט", רעדט זיך, און טוט זיך גאר אנדערש.

----

שוין, די פינגערס לויפן שוין עטוואס שנעלער אויפ'ן שליסל-טאוועל, אנטשולדיגט פאר'ן אויפהאלטן, און יישר כח פארן אויסהערן.
דיס וואס א פרי לעסאן בראט טו יא ביי עג-ווארלד דאט קאם, טערמס ענד קאנדישענס מעי עפליי. מיט פארשטענדעניש, די קאמיטע.
אני מאמין איך גלייב - אני מאמין איך וויל גלייבן - אני מאמין באשעפער העלף איך זאל קענען גלייבן! (קרעדיט: ר' דוד וועבער)

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 471
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:13 pm

נו קענסט שוין טייפן?
האט איר א איבריגע מיניט? פירט אויס א שידוך דורך לזווג http://lezaveg.com

ראגעלעך
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 8:10 pm

תגובהדורך ראגעלעך » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:28 pm

צי ער קען טייפן אדער נישט, ווייס איך נישט, אבער שרייבן קען ער שוין איינמאל.

הערליכע געדאנק, נאך שענערע שפראך.

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:49 pm

הודו לשם אז ער האט דיר אריינגעלייגט די משוגעת פין קענען טייפן אזוי קומען ארויס פין דיר שיינע זאכן יישר כח

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 7:05 pm

הערליך שיין!

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2308
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 9:08 pm

Haklal האט געשריבן:הודו לשם אז ער האט דיר אריינגעלייגט די משוגעת פין קענען טייפן אזוי קומען ארויס פין דיר שיינע זאכן יישר כח
כשמ"ו כן הוא

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 9:50 pm

נו גוט נו שוין האט געשריבן:הערליך שיין!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

אפטימיסט
שר האלף
תגובות: 1167
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 15, 2012 10:51 pm

תגובהדורך אפטימיסט » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:43 pm

קעניינעהארע! פיין זאגסטו אני מאמין, זיס זאגסטו! גוט געשריבן און געשמאק צו ליינען

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5403
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:47 pm

שטארק הנאה געהאט. שרייב נאך
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6796
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 10:54 pm

זע צו דיר נישט אויסלערנען טייפן אזוי וועסטע מער זיך לאזן הערן....

זייער גוט געשריבן תרתי משמע.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1298
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 10:26 am

זייער שיין - אייוועלט בתפארתו...
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
קענדי'ס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 10:37 am

זייער שיין לערן דיר טייפן נאך אסאך
פארשטייט דא ביי אונז אויף'ן וועלטל

אוועטאר
פריטלעך
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 3:00 pm

תגובהדורך פריטלעך » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 12:46 pm

שלעפשיץ האט געשריבן:זייער שיין - אייוועלט בתפארתו...


אגב, ווער איז ר' דוד וועבער וועם דו דערמאנסט אין דיין חתימה?

לדעתי
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:12 pm

פריטלעך האט געשריבן:
שלעפשיץ האט געשריבן:זייער שיין - אייוועלט בתפארתו...


אגב, ווער איז ר' דוד וועבער וועם דו דערמאנסט אין דיין חתימה?


אהה דער ר' דוד א איד געמאכט פון פייער א מלמד דרדקי אין וומס"ב ויואל משה (א אייניקל פון ... שזורי - (וועבער בלע"ז), איינע פון די רב הראשי אין די מדינה, דארף צו זיין א פעטער פאר ר' פינקי וועבער אדער א קוזין)

ער פלעגט רעדן פאר די קינדער וואס ווערן שוין בר מצוה, עניני קדושה, וכו'.
ער פלעגט שרייען אז די דאך איז אראפגעפאלן, איך פלעג מיר צווויינען פון די קולות, "ער איז א מערדער, א רויבער, א רוצח, נאכדעם מיט אן אתנחתא, זאלט עטץ וויסן...)

ער פלעג אויך שרייען מיט א מורא'דיגע נעומות, בשם צדיקים:
אני מאמין איך גלעעעיב............ אני מאמין איך וויל גלעעעיבן............... אני מאמין אעעעלף מעך צו גלעעבן.
זאלט עטץ וויסן....

אוי ס'צרינט זיך אין די ביינער יעדעס מאל ביים זאגן אני מאמין

לדעתי
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

תגובהדורך לדעתי » מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 1:21 pm

זייער שיינע געדאנק!

אגב זעה איך סוף פון דיין תגובה אז ענגליש קענסטו שוין גוט טייפן.

אני מאמין
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 21, 2014 3:38 pm
לאקאציע: אין סידור, נאך תפילת שחרית.

תגובהדורך אני מאמין » דאנארשטאג סעפטעמבער 06, 2018 12:06 pm

יישר כח אלע באדאנקערס, איי ריעללי עפרישיעט איט.


פריטלעך האט געשריבן:
שלעפשיץ האט געשריבן:זייער שיין - אייוועלט בתפארתו...


אגב, ווער איז ר' דוד וועבער וועם דו דערמאנסט אין דיין חתימה?


איך זעה "לדעתי" האט שוין גענטפערט, יא, אזוינע אידן טרעפט מען שווער היינט. א שטיק דביקות בה', עס עקזיסטירט באמת גארנישט ביי אים חוץ דעם אייבירשטען, און מיט אזא פשטות, ממש צו ערשטוינט ווערן.

יאך האב זוכה געווען אז ער איז געווען מיין מלמד אין קינדערגארטן, הגם רוב יאר געדענק איך נישט, אבער די ביסל וואס איך געדענק איז אזוי אריין אין מיר, אז עס איז על הכלל כולו יצא, אזויפיל אריינגעבראקט. שוין, נאסטאלגיע בתפארתו.

אויך האב איך פאר די בר מצווה געהערט זיינע דרשות אין חדר, אוי איז עס אריין, עס איז פון די זאכן וואס גייען אריין טיף טיף אין הארץ, ריכטיגע דברים היוצאים מן הלב.
אני מאמין איך גלייב - אני מאמין איך וויל גלייבן - אני מאמין באשעפער העלף איך זאל קענען גלייבן! (קרעדיט: ר' דוד וועבער)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: א גוטן, גאפל און 33 געסט