אנקעטע - תשע"ח חתונה תקנות וואלן - קאפלס פול סעודה מעניו

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

פאר וויפיל זאל מען אנגרייטן פול סעודה מעניו (קאפלס)?

1) נאר פאר פעטערס און געשוויסטער פון מחותנים און פאר זייערע גרעסערע קינדער פון שטוב 100 קאפלס
33
52%
2) אויף פאר די אינגערע חתונה געהאטע נעפיוס/ניסעס - ביז 2-3 יאר נאך די חתונה 125 קאפלס
14
22%
3) אויף פאר 'אלע' חתונה געהאטע נעפיוס/ניסעס 150 קאפעלס
17
27%
 
סך הכול שטימען: 64

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 10975
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

אנקעטע - תשע"ח חתונה תקנות וואלן - קאפלס פול סעודה מעניו

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג יולי 19, 2018 5:49 pm

פרשת ואתחנן תשע"ח - חתונה תקנות וואלן - די וואך איז מען דאן איבער די חתונה נאכט
פארקלענערן די קאסטן, פארגרעסערן די שמחה
די אשכול איז איבער

פראגע: פאר וויפיל זאל מען אנגרייטן פול סעודה מעניו (קאפלס)?
דריי אפציעס
1) נאר פאר פעטערס און געשוויסטער פון מחותנים און פאר זייערע גרעסערע קינדער פון שטוב (בערך 100 קאפלס)
2) אויף פאר די אינגערע חתונה געהאטע נעפיוס/ניסעס - ביז 2-3 יאר נאך די חתונה (בערך 125 קאפלס)
3) אויף פאר 'אלע' חתונה געהאטע נעפיוס/ניסעס (בערך 150 קאפעלס)


אנקעטע - תשע"ח חתונה תקנות וואלן - מצוה טאנץ

אנקעטע - תשע"ח חתונה תקנות וואלן - סעודת החתונה

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דאנארשטאג יולי 19, 2018 5:59 pm

ישר כח פאר @פאטאקי08 פאר זיין עסקנות איבערן פראבלעם פון די טייערע חתנה מאכן און איבער די נייע חתנה תקנות
זאלן די אלע וואס טיהן און דעם האבן אסאך הצלחה און זייער ארבעט
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1217
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג יולי 19, 2018 6:21 pm

איך מיין אז אין דעם איז נישט דא קיין כלל. אלעס ווענדט זיך אין די גרויסקייט און נאנטשאפט אין די משפחה.

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1564
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » פרייטאג יולי 20, 2018 12:14 am

מונאוויטש האט געשריבן:איך מיין אז אין דעם איז נישט דא קיין כלל. אלעס ווענדט זיך אין די גרויסקייט און נאנטשאפט אין די משפחה.

אין אויך אין די שוויגער פון די נעפיוס. איך דערמאן זיך פון שנה ראשונה נישט מער געדאכט ווען מיין שוויגערס פוירסט קאזין האט חתונה געמאכט אין די היינטיגע פאלם טרי האב איך געדארפט נעמען די 5 אזייגער חתונה באס. ווייל מיין שוויגער האלט זיך נאנט מיט זיי אזוי ווי א שוועסטער אין בלייבט ביז נאך מצווה טאנץ. איי איך האב נישט געהאט מיט וועם צו רעדן דארט ני כפרת עוונות. נאך 2 מאל האב איך געזאגט אינדרהיים די קענסט גיין אינדזשוינען איך גיי צים שיעור פארשטייט זיך די שוויגער האט געבלאזן אין סהאט זיך געסטאפט
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19475
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 20, 2018 9:10 am

אנטשולדיגט, די איצטיגע איינציגע אפציע אין וויליאמסבורג [פאר חסידי מהר"א] איז 175 קאפל, 100 פאר אייערע געלאדענטע געסט און די איבריגע 75 פאר ווער עס וויל עס קומען אפנעמען. ודו"ק

ווער עס קען עס אויסרייסן בין איך מקנא זיין חלק לעולם הבא.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג יולי 20, 2018 11:20 am

דאס איז דאך די שרעקלעכע גזירת המינימים וואס מען האט שוין אזויפיל גערעדט דערוועגען
דא דארף מען אריינמישן די האללס זיי זענען אסאך שולדיג אין דעם. זיי קענען נישט זאגו ידינו לא שפכו את הדם הזה און זענען עתיד ליתן את הדין
אבער דאך איז עס וויכטיג אויצישמועסן כדי יעדער זאל וויסן וויפיל איז די סטענדערד און אפשר קען מען LOWER'N די סטענדערד

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » פרייטאג יולי 20, 2018 11:33 am

דניאל אויערבאך האט געשריבן:דאס איז דאך די שרעקלעכע גזירת המינימים וואס מען האט שוין אזויפיל גערעדט דערוועגען
דא דארף מען אריינמישן די האללס זיי זענען אסאך שולדיג אין דעם. זיי קענען נישט זאגו ידינו לא שפכו את הדם הזה און זענען עתיד ליתן את הדין
אבער דאך איז עס וויכטיג אויצישמועסן כדי יעדער זאל וויסן וויפיל איז די סטענדערד און אפשר קען מען LOWER'N די סטענדערד

לאז שוין, זיי זענען נישט דא לשם מצווה, ס'איז א פרנסה פונקט וואו אלע אנדערע פרנסות, מן יימר אז ער קען זיך שיין דעקן (יא איך זאג שיין, ער איז נישט דא דיר צו סערווירן און קוים מאכן ברויט אויף הויזן) אנא דעם וואס ער זאל מאכן א מינימום?

ביי די זאכן וואס איז אונז אומבאקוועם/שווער צו טוישן דארט שטיפט מען דורך, ווען ס'קומט צו שניידן די מינימום - וואס דאס גייט נישט אראפברענגען אונזער בעל באתישע נאמען ווייל ווער ווייסט דען וויפיל איך האב באשטעלט - דארט ווערט דער קעיטערער א שופך דמים.....

לאמיר זעהן אונז זאל מיר חתונה מאכן אין א זאל וואס פארלאנגט נישט אזוי פיל מעינטענעס און פיטשעווקעס, א נידעריגערע סטענדערט האל (נישט א שיינע האל וואס איז גראדע ביליג ווייל ס'איז דא א נדבן) און נאכדעם העמער רעדן פון שניידן די מינימום,

ח"ו, איך מאך נישט אוועק די גאנצע זאך, הלוואי ווען מ'קען עס ווען אויספירן, ולמצוה גדולה יחשב, אבער טענות קען מען נישט ציפיל האבן.


פ.ס.
נישט איך און נישט מיין טאטע און נישט מיין זיידע און נישט מיין פלאמבער האבן א קעיטערינג ביזנעס, ס'איז געשריבן אן קיין נגיעות.

פ.ס.ס.
מ'וואלט שוין לאנג געמעגט איינפירן צו סערווירן ראפקפקפקפקאט קראמפלי ביי די שמחות.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » פרייטאג יולי 20, 2018 12:53 pm

farshlufen האט געשריבן:אנטשולדיגט, די איצטיגע איינציגע אפציע אין וויליאמסבורג [פאר חסידי מהר"א] איז 175 קאפל, 100 פאר אייערע געלאדענטע געסט און די איבריגע 75 פאר ווער עס וויל עס קומען אפנעמען. ודו"ק

ווער עס קען עס אויסרייסן בין איך מקנא זיין חלק לעולם הבא.

:)
זאגט מיר א עסקן די וואך, אז ס'איז דא זאלן אין ווילי וואס גיבן נישט ארויס פאר ווער עס קומט אפנעמען אויך נישט.. ווי עס גייט יא, ווייסט איין באשעפער.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג יולי 20, 2018 1:13 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:דאס איז דאך די שרעקלעכע גזירת המינימים וואס מען האט שוין אזויפיל גערעדט דערוועגען
דא דארף מען אריינמישן די האללס זיי זענען אסאך שולדיג אין דעם. זיי קענען נישט זאגו ידינו לא שפכו את הדם הזה און זענען עתיד ליתן את הדין
אבער דאך איז עס וויכטיג אויצישמועסן כדי יעדער זאל וויסן וויפיל איז די סטענדערד און אפשר קען מען LOWER'N די סטענדערד

לאז שוין, זיי זענען נישט דא לשם מצווה, ס'איז א פרנסה פונקט וואו אלע אנדערע פרנסות, מן יימר אז ער קען זיך שיין דעקן (יא איך זאג שיין, ער איז נישט דא דיר צו סערווירן און קוים מאכן ברויט אויף הויזן) אנא דעם וואס ער זאל מאכן א מינימום?

ממש איך פארשטיי נישט
איך בין עפעס דא עם צו געבן פרנסה??? איך דינג דעם זאל, צאל פאר דעם, און נאכדעם צאלעך פאר די צאהל פארציעס, ותו לא מידי!!!!!
שטעל דיר פאר איך גיי אריין אין בעקעריי קויפן א ברויט און ער זאגט מיר דו קענסט נישט האבן נאר מינימיום 20 ברויטלעך, ווייל ער דארף מאכען פרנסה....

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » פרייטאג יולי 20, 2018 1:15 pm

דער קוטשער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אנטשולדיגט, די איצטיגע איינציגע אפציע אין וויליאמסבורג [פאר חסידי מהר"א] איז 175 קאפל, 100 פאר אייערע געלאדענטע געסט און די איבריגע 75 פאר ווער עס וויל עס קומען אפנעמען. ודו"ק

ווער עס קען עס אויסרייסן בין איך מקנא זיין חלק לעולם הבא.

:)
זאגט מיר א עסקן די וואך, אז ס'איז דא זאלן אין ווילי וואס גיבן נישט ארויס פאר ווער עס קומט אפנעמען אויך נישט.. ווי עס גייט יא, ווייסט איין באשעפער.

דאס האב איך שוין געהערט פון עטלעכע מחותנים !!
זיי טשארזשען פאר 175 קאפעל אבער שטעלן נאר צו פאר 100 ווייל זיי ווייסן אז אפילו פון די 100 גייט אויך גיין אסאך אין מיסט........
ווי געזאגט זיי זענען גנבים און עתיד ליתן את הדין. אבער מיר רעדן יעצט וועגען אונז, נישט וועגען די האללס

דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 14, 2009 9:47 pm

תגובהדורך דער קוטשער » פרייטאג יולי 20, 2018 1:22 pm

ביטע איך קען נישט פארטראגן דאס מין גערעדעכט'ס אויף אידן.

דאנקע.

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » פרייטאג יולי 20, 2018 3:50 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
דער קוטשער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:אנטשולדיגט, די איצטיגע איינציגע אפציע אין וויליאמסבורג [פאר חסידי מהר"א] איז 175 קאפל, 100 פאר אייערע געלאדענטע געסט און די איבריגע 75 פאר ווער עס וויל עס קומען אפנעמען. ודו"ק

ווער עס קען עס אויסרייסן בין איך מקנא זיין חלק לעולם הבא.

:)
זאגט מיר א עסקן די וואך, אז ס'איז דא זאלן אין ווילי וואס גיבן נישט ארויס פאר ווער עס קומט אפנעמען אויך נישט.. ווי עס גייט יא, ווייסט איין באשעפער.

דאס האב איך שוין געהערט פון עטלעכע מחותנים !!
זיי טשארזשען פאר 175 קאפעל אבער שטעלן נאר צו פאר 100 ווייל זיי ווייסן אז אפילו פון די 100 גייט אויך גיין אסאך אין מיסט........
ווי געזאגט זיי זענען גנבים און עתיד ליתן את הדין. אבער מיר רעדן יעצט וועגען אונז, נישט וועגען די האללס

סאיז א עוולה נורא אזוי צובאגאנבענען מענטשן וואס בלוטיגן פאר יעדע פעני

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2800
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » זונטאג יולי 22, 2018 11:21 pm

דער קוטשער האט געשריבן:ביטע איך קען נישט פארטראגן דאס מין גערעדעכט'ס אויף אידן.

דאנקע.


און דאס געטועכטס פון אידן (די קעיטערערס) קענסטו יא פארטראגן?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19475
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 22, 2018 11:25 pm

היינט האט מען גראדע געזאגט "גזילת העני"
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

השפעות
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

תגובהדורך השפעות » זונטאג יולי 22, 2018 11:59 pm

1) וויפיל קאפעלס פלעגן עסן אין דער אלטער היים?
2) מ'קען אראפברענגן די פרייז פאר א קאפל צו כמעט קאסט פרייז (פארשטייט זיך אויב מ'מיינט עס אמת'דיג צו העלפן דעם ציבור)
3) לייגן א קרעדיט קארד מאשין & פישקע, יעדער זאל איינצאלן פאר זיין פארציע! (דאס וואלט געווען די בעסטע אפציע אויבן אויף, און דעמאלט וועט מען אויך קענען צולייגן א שענערן סכום בדרך כבוד פאר די בעלי שמחה והבן)

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג יולי 23, 2018 12:52 am

די ערשטע מחשבה וואס שווימט ארויף איז מהיכי תיתי אז מען מיז בכלל געבן א פול מעניו פאר קאפל'ס. זייט ווען מיז מען געבן סאפער פאר'ן עולם, זאל מען געבן טעצער קוגל און שוין.

אז מען מאכט תקנות, פארוואס זאל מען דאס נישט מאכן כמו שכתוב, פארוואס מיז מען בלייבן געבינדען צו די רייסערישע מעניו'ס וואס קאסט ממון ודמים, אלעס כדי די זאל זאל קענען מאכן אפאר דאלער, (יא מען מיינט טאקע די הכנסה פאר די מוסדות, די מוסדות מיזן דאך מאכן געלט דורך די זאלן, אבער זאג מיר נישט אז מען קומט דא מאכן תקנות, ווען אין די זעלבע צייט בינדט מען ווייטער דעם ציבור)
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג יולי 23, 2018 11:13 am

סידיראם האט געשריבן:די ערשטע מחשבה וואס שווימט ארויף איז מהיכי תיתי אז מען מיז בכלל געבן א פול מעניו פאר קאפל'ס. זייט ווען מיז מען געבן סאפער פאר'ן עולם, זאל מען געבן טעצער קוגל און שוין.)

בפרט אז א ריזיגע חלק פון די פול מעניא'ס גייט ליידער אין מיסט דוק ותשכח
(ווער דארף בכלל 10 ביינאכט א פילע פארציע פלייש)

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מאנטאג יולי 23, 2018 1:07 pm

איך וואלט ענדערשער געוואלט האבען פאטעיטא קיגל, סעסימי טשיקן, טשיקן נאגעטס מיט קראוט לאקשן, ווער דארף די גאנצע מעניו?

און נאכדערצו ווען מען קומט צו א זאל וואס די מעניו איז האלבע רויע טשיקן אדער גאנצע רויע טשיקן, רחמנא יצילנו... ממש א בל תשחית.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג יולי 23, 2018 1:13 pm

איך עס רוב מאל אפיציעל סאפער אינדערהיים, איך בין מחויב צו הונגערן ביז 9ע ווייל מיין קאזין שטעלט היינט אויף א בית נאמן בישראל?
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » דינסטאג יולי 24, 2018 12:13 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:דאס איז דאך די שרעקלעכע גזירת המינימים וואס מען האט שוין אזויפיל גערעדט דערוועגען
דא דארף מען אריינמישן די האללס זיי זענען אסאך שולדיג אין דעם. זיי קענען נישט זאגו ידינו לא שפכו את הדם הזה און זענען עתיד ליתן את הדין
אבער דאך איז עס וויכטיג אויצישמועסן כדי יעדער זאל וויסן וויפיל איז די סטענדערד און אפשר קען מען LOWER'N די סטענדערד

ברם זכור הרב החסיד ר' שמואל ווידער ע"ה וואס האט אסאך אריינגעארבעט יארן צריק ביי די זאלן צי אראפלאזן די מנימוימםס פון 200-225 צי ווי סהאלט היינט 150-175

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2100
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » זונטאג יולי 29, 2018 11:13 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:איך עס רוב מאל אפיציעל סאפער אינדערהיים, איך בין מחויב צו הונגערן ביז 9ע ווייל מיין קאזין שטעלט היינט אויף א בית נאמן בישראל?


דער אמת איז אז אסאך מענטשן עסן צוויי מאל סאפער, איינמאל אינדערהיים 7-8, און נאכדעים קומט מען אין זאל, און מען עסט נאכאמאל סאפער. איי מען האט דאך שוין געגעסן? יא, אבער מען דארף פשוט האבן וואס צו טוהן מיט דער צייט, כדי די צייט זאל אדורכגיין און מען זאל נישט זיין "באורד" צושניידט מען די פלייש מיט די מעסער און מען ריקט פלייש מיט פאטעיטא'ס.

ווען מען וואלט עכט שוין געמעגט זיין משוגע (=נערמאל) וואלט מען געקענט לייזן דעים פראבלעים מיט געבן פאפקארן פאר'ן עולם, דאס קען מען ריקן און ריקן און מען ווערט נישט פארטיג, און עס קאסט נאך ביליג.

עס וועט זיין א מינומום פון 200 פארציעס פאפקארן.... ווער עס דארף נאך וועט מיזן צוצאלן א קוואדער.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
שלומה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 09, 2017 8:16 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלומה » זונטאג יולי 29, 2018 11:27 pm

סידיראם האט געשריבן:ווען מען וואלט עכט שוין געמעגט זיין משוגע (=נערמאל) וואלט מען געקענט לייזן דעים פראבלעים מיט געבן פאפקארן פאר'ן עולם, דאס קען מען ריקן און ריקן און מען ווערט נישט פארטיג, און עס קאסט נאך ביליג.

עס וועט זיין א מינומום פון 200 פארציעס פאפקארן.... ווער עס דארף נאך וועט מיזן צוצאלן א קוואדער.
;l;p-
איר קאנט נאכזאגן מיינע אין אייער נאמען, נאר זאגט נישט אייערס אין מיין נאמען!

האלט אייך געזינט!

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 573
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » מאנטאג יולי 30, 2018 10:54 am

סידיראם :lol:

בארואיגט-אייך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מאנטאג יולי 30, 2018 11:45 am

אלץ איינער וואס האט אסאך באקאנשאפט אין קאך ווערטשאפט וואלט איך געוואלט זאגן א פוינט.
פון אינטער 100 פארשענ'ס מאכט מען נישט קיין גלעט!.
סע לוינט נישט אופציהאלטן א גאנצע זאל מיט סטעף, אפלייענסעס, קעיטערער. אין נאך.

אוועטאר
ישלהוסיף
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובהדורך ישלהוסיף » מאנטאג יולי 30, 2018 11:57 am

מ'דארף צוריק גיין צו מאכן חתונות אויף ערב שבת קודש!

א שעה און האלב איידער דער זמן שטעלט מען די חופה
דערנאך מנחה / קבלת שבת
סעודה (נאר די וועלעכע מען וואלט איינגעלאדענט צו א שבת שבע ברכות).

ס'איז א קלענערע זאל, נישט דא קיין שפילער, זינגער, פוטוגראפיסט, בדחן.

מ'דינגט דער כלה קלייד פאר א קארגע 3 שעה, מ'דארף נישט (זעלבע) קליידער פאר אלע געשוויסטער.

דער עולם קומט געבן מזל טוב און מ'שטעלט צו אביסל בעסער ווי ביים שלום זכור.

דו האסט א אנונג וויפיל געלט דו האסט יעצט דא געשניטן?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: כא כא כא און 31 געסט