אין די סעריע: ביי מיר פאסירט עס אויך - פאמיליע פאטאגראפיע אנטוישונג

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5881
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

אין די סעריע: ביי מיר פאסירט עס אויך - פאמיליע פאטאגראפיע אנטוישונג

תגובהדורך יש ברירה » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:50 pm

די וועטער איז שיין יענעם נאכמיטאג, אבער מען זאגט נישט אויס פון פאראויס וואס די פלאן איז. אויסערליך זעהט עס אויס ווי א בלויזע שפאציר צום לעיק אדער צו א שיינע פארק. אבער די קליינע זעקל וואס די מאמע נעמט מיט שרייט עפעס אנדערש.

די טאטע האט זיך זיינע חשדות, אלע קינדער טראגן די זעלבע קליידונג. רחה'לע פארמאגט א ריזיגע באו אויף די האר (איך בין עפעס א בהמה? געקויפט פון אלי-עקספרעס, 10 שטיק פאר א דאלער אלעס אין די זעלבע פיצי פארטעפטע געלע ענוועלאופ!) אבער יעצט גייט ער מיט, נאך אלעם האט ער הנאה פונעם געדאנק צו שפאצירן, מען וועט זיך שפעטער זארגן איבער די סכנה וואס הויערט. ער וועט שוין עפעס מסדר זיין.

אה, ענדליך מען איז שוין אנגעקומען צום שיינעם וואסער. די טאטע קלאצט אויף די קליינע כוואליעס, די קינדער הייבן אן ארומלויפן בשעת ווען די טאטע מוסר'ט זיי איידל אז מען טאר נישט טשעפען די קאטשקעס. אבער די מאמע נעמט זיך גלייך צו דער ארבעט! רחי! מוישי! חיים! יעדער קומט אהער און זעצט זיך ארויף אויף דעם שטיין, חיים האלט מוישי. רחי דו שטיי ביי די זייט, ניין, ביי די זייט, די זייט! פונעם זעקל קריכט ארויס א שווארצע האלטער און פון איר נעמט די מאמע ארויס א קאמערע און אלע קינדער ווערן אויפגעשוידערט, כאפענדיג צום ערשטן מאל וואס קומט אצינד פאר, זיי זענען אריין געפאלן אין פאסטקע פון א פאטא סעסיע!

די טאטע שטייט ביי די זייט מיט די הענט ווי א פרעצל, ווי צו זאגן מיט קלארע ווערטער אז ער איז נישט מסכים צום גאנצן געדאנק! ער וועט נישט לייגן קיין פינגער אין וואסער פעריאד. נישט קיין חילוק ווי הייס אדער קאלט די וואסער זאל נאר נישט זיין. אבער די מאמע גייט ווייטער מיט די ארבעט און הייבט אן קנאקן בילדער "חיים קוק אהער, מוישי זאג טשיעז! א עכטע שמייכל הער אויף צו מאכן פאני פעיסעס! קוק, פונקט יעצט האט די בעיבי אזוי שיין געלאכט אבער די האסט געראאנד די פיקטשער" זאגט זי מיט א בעטענדע מינע

1) מיט שיינעם

די ערשטע שטאפל איז מיט שיינעם, און עס ווערט נאר שענער און שענער. ווער עס וועט שיין זיצן און זאגן טשיעז וועט באקומען א לאלי! אקעי, צוויי לאליס! קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג… ס'איז 2018 די מאכט פון א לאלי האט אויסגעוועפט ערגעץ צווישן 07' און 08' ווען די טאטע פלעגט אפט בעיביסיטען און די קינדער האבן דאן "גע'טשעין לאַלי'ד" פון עלות ביז ווען די מאמע איז אהיים געקומען.

אבער נישט געזארגט די מאמע האט נאך וואפנס אין איר ארסענאל! ווער עס וועט שיין לאכן באקומט א אייסעס. נאטינג. א אייז קרים. א לאלי א אייזקרעם מיט א אייסעס! און דאן הייבן די צוזאגעכצער אנהייבן ארויסגיין פון די גרעניצן. "חיים מוישי רחי יעדער קוקט אהער, איינס צוויי דריי" "אקעי, ווער עס קוקט אהער באקומט צעהן לאליס! מוישי געדענקסט דו האסט געוואלט קויפן א הארסי? אויב קוקסטו אהער באקומסטו עס! מיט א גרויסע קאר?, נאו פראבלעם. א מיני ווען. צוויי מיני ווענס?!

רחי, ווילסט פארן מיט א עראפלאן צו ארעצאישראעל? קוק שיין און אפשר וועט מען דיך נעמען!" "ווער עס לאכט די שענסטע וועט קענען אהיים דרייוון טאטעס קאר" מורמלט זיך שטילערהייט אז די טאטע זאל נישט הערן. טויזנט דאלער ווער דארף?! קעש געלט. דאלערס!!

2) עטוואס בייזן

ווען שטאפל נומער איינס ארבעט נישט גייט מען צום צווייטן מהלך. "חיים גיי אוועק! גיי ארויס פון די פיקטשער!" "מאמע גייט מאכן בילדער נאר פון רחי און די בעיבי! ניין, דו האסט נישט געלאכט, דו קענסט נישט זיין אין די פיקטשער וואס מען גייט אגב אויפהענגען אויף באבי'ס פרידזשידער. יעדער וועט זיין אזוי שיין און קיוט אויף באבי'ס פרידש נאר מוישי וועט נישט זיין ווייל ער לאכט נישט שיין."

די שטאפל האט גראדע א 90% סוקסעס ראטע און חיים קומט צוריק מיט א ערענסטקייט. די פראבלעם איז אבער אז עס האלט געווענליך אן פאר צען סעקונדן און דערנאך האלט מען צוריק ביי אל"ף! חיים, ניין, נעם אריין דיין צינג! לייג אראפ די הענט, לייג אראפ די האלץ פון דיין הענט, אקעי, מעגסט האלטן די האלץ אבער האלט דיין קאפ גראד.

3) מיט בייזן

און דאן קומט די לעצטע מהלך. מוישי!!! שטיי גראד. "אקעי ווער עס שטייט נישט גראד גייט ווערן געפּאנישט!" טוישט די מאמע איר טאן. עס מיז באטאנט ווערן אז די טאטע - וועלכע איז ביז יעצט געשטאנען מיט די מינע וואס אחשוורוש האט פארמאגט אינעם גינת ביתן - ווערט ספאנטאן אריינגעשלעפט אין די עקשען. נאך אלעם ווען עס קומט צו מאכן סדר איז ער אין טשארדזש. עס דערקענט זיך נישט אז ער איז די זעלבע יונגערמאן, ער שוויצט, לויפט ארום פיבערהאפטיג שלעפט בענק, שטיינער "געב אהער די קאמערע" גיבט ער א בעט/באפעל "חיים קוק אהער שנעל! רחי! אהער איינס צוויי דריי קנאק א בילד! אקעי די בעיבי קוקט אויס ווי א זופ גענוצטע סקוואש, גראד אויס די בעיבי, האלט אים אויף ארויף, ק ו ו ע ט ש - נ י ש ט - ז י י ן - ב ו י ך ! ! !

די סעסיע איז פאראיבער. קיין איין נארמאלע בילד. "פארוואס זענען די קינדער אזוי דוקא'דיג" וואונדערט זיך די מאמע הויך בשעת ווען זי גייט דורך די סעסיע רעזולטאטן אויף די קאמערע "מער גיי איך נישט טרייען"

די נעקסטע טאג, אויפן זעלבן ארט: "מוישי! רחי! חיים! יעדער זאגט טשיעז" ווער דארף א לאלי?!

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דאנארשטאג יולי 05, 2018 12:58 pm

שוין לאאאאאאאאאאנג נישט געליינט אזא גוטס!!!!!
אייזן אייזן שטארק!!!!!
5 גרינע נאדיר
;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:06 pm

היימליכמענאווער!! היימליכמענאווער!! כ'קעניש מער...
חחחחחחחחחחחחחחחחחחחח.....!!!
פוףףףף... ארויסגעפלויגן.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1377
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:12 pm

:lol: :lol: :lol: :lol: שוין לאנג נישט אזוי געלאכט..

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1608
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:20 pm

ברירה!!! ;l;p- ;l;p-

איך וואלט ווען געלאכט ווען די נאר איז נישט מיינס!

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:21 pm

יש! אויב די תורה וואלט געלאזט שווערן וואלט איך געשוואוירן אז דו ביסט טאטאל משוגע!!!

איך האב קיינמאל געוואוסט פונקטליך וואו אין די גוף די אינטעסטינס איז פלאצירט,
יעצט האב איך אזוי געלאכט אז די אינטעסטינס האב מיר אנגעהויבן וויי טוהן, ווייסט איך שוין געהעריג וואו ס'איז..

יש!!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

שירה פען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 406
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 06, 2017 9:49 am
לאקאציע: office

תגובהדורך שירה פען » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:23 pm

;l;p- ;l;p-
music helps your mood

אוועטאר
א נייער
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:23 pm

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אייזען
ווען איינער לייגט ארויס זיין איי-קיו, איז מיין וואג נישט קיין פראבלעם...
קרעדיט וויכי

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2307
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:24 pm

אייזן!
שוין לאנג נישט געלעזט דא זא פיינער ארטיקל

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:27 pm

דאס איז מעכטיג ריזיג. וואו

אוי האמיר געלאכט, דאס איז גאר גוט.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:27 pm

ניס קראכער האט געשריבן:אייזן!
שוין לאנג נישט געלעזט דא זא פיינער ארטיקל

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5257
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:33 pm

חחחחחחח סארא געלונגענע בילד פון א בילד-סעסיע!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 897
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דאנארשטאג יולי 05, 2018 1:59 pm

יא יא דענקען מיר גאר גוט די סצענע
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3744
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דאנארשטאג יולי 05, 2018 2:02 pm

צוקאשט!
...

נאך פונדערהיים
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דאנארשטאג יולי 05, 2018 2:03 pm

איש האשכולות האט געשריבן::lol: :lol: :lol: :lol: שוין לאנג נישט אזוי געלאכט..
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » דאנארשטאג יולי 05, 2018 2:22 pm

למעשה, וואס איז געווארן מארגן?

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2487
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג יולי 05, 2018 2:33 pm

יש ברירה, דו ביסט דער יונגערמאן וואס איז געשטאנען דארט ביי די קארנער נעבן די וואסער מיט זיין געזונדל? אכן נודע (נו! גילוי)


גוט געשריבן, שיין געשריבן, און דאס מערסטע, ריכטיג געשריבן
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1135
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » דאנארשטאג יולי 05, 2018 3:18 pm

יש ברירה, א גוט גוט שטיקעל ארטיקל.

איך וואלט דיר געגעבן אן עצה פאר בילדער פון די קינדער, אבער איך ווארט פאר אן אפדעיט ווי אזוי מארגען גייט אויסקוקען.

וואס איך פארשטיי אבער נישט איז, פארוואס נעמסטו נישט די בילדער?

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג יולי 05, 2018 3:30 pm

פיצי קעפעלע האט געשריבן:וואס איך פארשטיי אבער נישט איז, פארוואס נעמסטו נישט די בילדער?

אפשר אז ער'עט עס קענען אויפהענגען אויף די מ. ג. ליכטנשטיין וואנט וואס געפינט זיך צווישן מעקסיקא און אמעריקע וועט ער כאפן...

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג יולי 05, 2018 3:39 pm

ביי מיר האט דאס פאסירט... יעה...

;l;p- ;l;p- :lol: :lol: :lol:
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:31 pm

ס'זאלעכייך זאגן, דו האסט מיר ארויסגענומען די קושקעס... שוין לאנג נישט געווען אזאנס אויפן וועלטל...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:31 pm

:grin: :grin:
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:36 pm

ברירה ;l;p- ;l;p- פיין געלאכט

האב איך עס ארויסגעפרינט פאר מיין ווייב זאל זי עס אויך ליינען, ווייסעך נישט פארוואס ביי איר ברענגט עס טרערן??

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » דאנארשטאג יולי 05, 2018 4:59 pm

:lol: :lol:
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » דאנארשטאג יולי 05, 2018 5:15 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:יש! אויב די תורה וואלט געלאזט שווערן וואלט איך געשוואוירן אז דו ביסט טאטאל משוגע!!!

איך האב קיינמאל געוואוסט פונקטליך וואו אין די גוף די אינטעסטינס איז פלאצירט,
יעצט האב איך אזוי געלאכט אז די אינטעסטינס האב מיר אנגעהויבן וויי טוהן, ווייסט איך שוין געהעריג וואו ס'איז..

יש!!

ביי מיר איז עס געשעהן ליינענדיג דיין קאמענט...
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט