שידוכים קריזיס, הארטע נאמבערס: רעדוקציע פון 12.5% שידוכים געשלאסן YTD אנטקעגן פאריאר

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

שידוכים קריזיס, הארטע נאמבערס: רעדוקציע פון 12.5% שידוכים געשלאסן YTD אנטקעגן פאריאר

תגובהדורך חדשות » דינסטאג יוני 19, 2018 9:58 am

אז ווי אין אנדערע אשכולות האב איך געזען אז כמה זענען טומן ראשם בחול, און טענהן אז, נע, נישט געפערליך, דער מצב איז נישט ערגער ווי אמאל..... פשוט מער מענטשען איז דא מער אלטע בחורים....ועוד פלפולים של הבל וואס איז פשוט סותר דעם מציאות. על כן שמתי פני כחלמיש, און זיך אריינגעלייגט צו מברר זיין די פאקטישע נומערן, אז יעדער זאל קעען זעען מיט די אייגענע אויגן וואס דא קומט פאר און אז דא גייט פאר אן ערענסטער קריזיס וואס איז נאך נישט גווען די לעצטע 70 יאר.

הקדמה, אווערנעס איז די ערשטער סטעפ אויפצןקומען מיט א סאלושען, סא ביטע נעמט דאס נישט פאר לייכט און קומט נישט מיט קיין ארגומענטען וואס האבן נישט קיין הענט און קיין פוס.

מיר האבן אנגעהויבן מיט די "הארטע נומערן" פון ישיבה הגדולה פון קווינס מחמת שני סיבות, עס איז די גרעסטע חסידישע ישיבה אין אמעריקא, צו דעם האב איך געהאט עקסעס אויפן גוועב צו די נומערן און איך קען לייגן לינקס אז יעדער זאל אליינס קענען זען. די רעזאלטאטען זענען גווען אסך סך סך ערגער ווי איך האב גחלומט. א 12.5% רעדוקציע אין איין יאר שומו שמים. דאס מיינט אז אויב דער מצב גייט אזוי ווייטער איז זייער זייער ביטער.

1) חתנים שיעור ג' תשע"ח 149, עז אף ב' חקת תשע"ח.

https://www.google.com/search?q=oihavim ... e&ie=UTF-8

2) חתנים שיעור ג' תשע"ז 203, עז אף א' חקת תשע"ז

https://docs.wixstatic.com/ugd/3a304e_b ... 735ade.pdf

וועל מיר נאכפאלגען מיט אן אנאליז אויף די נומערן בעז"ה, און בחדא מחתא וויל איך בעטן ווער עס האט די הארטע נאמבערס פון ישיבה הגדולה פון מאנרא און אזוי אויך פון די מיידעך סקולס זאל מיר ביטע אישי'ן.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג יוני 19, 2018 10:08 am

דו ווייסט אפשר די טואטעל בחורים פון די צוויי עידשעס?
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

חדשות
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 5:11 pm

תגובהדורך חדשות » דינסטאג יוני 19, 2018 10:14 am

יאצמעך האט געשריבן:דו ווייסט אפשר די טואטעל בחורים פון די צוויי עידשעס?

יאפס. דאס וועט נאכפאלגען אינעם אנאליז.

רצון טוב
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

תגובהדורך רצון טוב » דינסטאג יוני 19, 2018 10:28 am

פון קווינס איז נישט א ראי'

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג יוני 19, 2018 11:14 am

ס'איז מסתם יא א ראי', איך ווארט נאר אויף די צווייטע האלב..

חדשות האט געשריבן:
יאצמעך האט געשריבן:דו ווייסט אפשר די טואטעל בחורים פון די צוויי עידשעס?

יאפס. דאס וועט נאכפאלגען אינעם אנאליז.


די נומערן וועלן אביסל נאכלאזן דעם קריזיס אי''ה.....
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

מצלמה
שר חמש מאות
תגובות: 937
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 25, 2015 7:37 pm

תגובהדורך מצלמה » דינסטאג יוני 19, 2018 11:33 am

א שטורעם אין א גלאז וואסער. מאכט א פאניק פון גארנישט.
די ציפערן זענען פינקט ווי אלעמאל.


אמאל איז א בחור פון 20 יאר געווען נארמאל. איך געדענק ווען אין די ישיבה גדולה ד'סאטמאר - האבן געלערנט 250 בחורים העכער 20. דער בחור איז בכלל נישט געווען געקלאפט.
די עלטערן זענען נישט געווען היסטעריש. און קיין איי-וועלט איז נישט געווען, אנצומאכן א קאטעסטראפע.

היינט איז איכשר דרי, א בחור פון 20 האט באקומען א נאמען שיעור ג', שיעור ד' וכו'. און דאס שאפט א פאניק.

ביטע פארמאך דעם אשכול, טוסטו מיט דעם א טובה פאר דיר און פאר אלעמען.

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 835
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג יוני 19, 2018 11:41 am

מצלמה האט געשריבן:א שטורעם אין א גלאז וואסער. מאכט א פאניק פון גארנישט.
די ציפערן זענען פינקט ווי אלעמאל.


אמאל איז א בחור פון 20 יאר געווען נארמאל. איך געדענק ווען אין די ישיבה גדולה ד'סאטמאר - האבן געלערנט 250 בחורים העכער 20. דער בחור איז בכלל נישט געווען געקלאפט.
די עלטערן זענען נישט געווען היסטעריש. און קיין איי-וועלט איז נישט געווען, אנצומאכן א קאטעסטראפע.

היינט איז איכשר דרי, א בחור פון 20 האט באקומען א נאמען שיעור ג', שיעור ד' וכו'. און דאס שאפט א פאניק.

ביטע פארמאך דעם אשכול, טוסטו מיט דעם א טובה פאר דיר און פאר אלעמען.

פאניק נישט, לאז אים אויסרעדן...

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג יוני 19, 2018 11:51 am

אלץ איינער וואס וואטשט שוין דער סאשעל אידישע סצענע פאר צענדליעדער יארען, און זיך אמאל אריין געטוהן אין אידישע דעמעגרעפיקס; מוז איך געבען דער פותח האשכול גערעכט איבער רעדען וועגען דער וויכטיגע ענין וואס גייט נישט אוועק גיין נאר קען ח"ו ערגער ווערען.

דער נייער תקופת האינטערנעט "און אלעס וואס קומט מיט עס" האט אויך א סאך צו טוהן דערמיט; אבער וועל לאזען קודם אנדערע עס אנאלאזירען.

מען טאר טאקע נישט פאניקען; אבער וויסען פון דער פראבלעם און פראבירען עס לעזען מוז מען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

שמונה
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 08, 2015 10:38 pm

תגובהדורך שמונה » דינסטאג יוני 19, 2018 11:58 am

אמאל איז א בחור פון 20 יאר געווען נארמאל. איך געדענק ווען אין די ישיבה גדולה ד'סאטמאר - האבן געלערנט 250 בחורים העכער 20. דער בחור איז בכלל נישט געווען געקלאפט.
די עלטערן זענען נישט געווען היסטעריש. און קיין איי-וועלט איז נישט געווען, אנצומאכן א קאטעסטראפע
אפשר קענסטו זאגן וועליכע יאר עס איז געווען "250" בחורים העכער 20 וואס אין בעסעטען פאל געווען ציווישען א דריטעל אין א פערטל ישיבה

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג יוני 19, 2018 12:12 pm

לאמיר שוין אריין ווארפען געדאנקען.

מען ציטערט היינט פון נעמען א בחור וואס מען ווייסט נישט וואס באמת ער איז.

אמאל, אפילו אויב מען האט געמאכט א טעות מיט א בחור איז נאך אלץ געווען גרויסע שאנסען אז מען זאל עס אויס גראדען און טייל זענען היינט גליקלעך און דאנקען דער באשעפער אז זיי האבען געמאכט דער "טעות". היינט איז אבער א טעות "פאטאל".

איך געדענק מייט טאקע זז"ג דערציילען איבער א איד וואס האט גענומען זייער חשוב'ע איידעמער און היינט שוין אין עולם האמת איז ער דער זיידע פון א הערליכע דור; האט מיין טאטע דערציילט אז ער פלעגט זאגען אז "איך פרעג זיך נישט צופיל נאך; ווייל כ'האב מורא אז מען וועט זיך אויף מיר אויך נאך פרעגען". ער פלעגט כאפען א גוטע בחור און "שנעל" טוהן א שידוך. יא, מיט איינס דורך געפאלען אבער אויך נישט קאטאסטראפיש.

היינט פשוט ציטערט מען; און מען פרעגט זיך משוגע נאך.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 11523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג יוני 19, 2018 12:15 pm

אמאל זענען רוב בחורים און מיידלעך געווען א מעטש; היינט אבער, צו טרעפען א מעטש איז זייער שווער.

נאכדעם אפילו ווען מען טרעפט שוין יא וואס זעהט אויס ווי א מעטש; איז דאך אבער דא אזוי פיל חיצוניות'דיגע זאכען וואס יעדער איינס קען דער זאך צו שטערען.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » דינסטאג יוני 19, 2018 12:42 pm

מסתמא איז דער מלאך המכריז 'בת פלוני לפלוני' געווען הייזעריג פאר 18 יאר צוריק.....

מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג יוני 19, 2018 12:44 pm

איך בין א גרויסער מתנגד צו טריקענע סטאדיס און סטאטיסטיקס, ווייל רויע נומערן ווייזן נישט דעם גאנצן בילד.

צווייטנס, פון 203 ביז 149 איז א רעקודציע פון בערך 26%!, נישט 12.5%. איז טאקע געווען אזא שטארקע טראסק אין שידוכים און בלויז איין יארגאנג?! לייגט זיך נישט אויפן שכל; עפעס פעלט דא!

צו פארענפערן די הארבע פראגע קען מען ניצן די פאלגנדע הסברים.

1) יא, א שטארקע רעדוקציע אין שידוכים אין אלגעמיין. עס וואלגערן זיך עלטערע בחורים, מיט 26% מער ווי פאראיאר.
2) יארגאנג שיעור ג' תשע"ח האט ווינציגער בחורים ווי יארגאנג שיעור ג' תשע"ז. ווייניגער בחורים=ווייניגער חתנים.
3) תשע"ח איז א אינגערע כיתה, דהיינו דער אלגעמיינער שיעור ג' תשע"ח בחור איז אינגער ווי דער אלגעמיינער שיעור ג' תשע"ז בחור. אין אנדערע ווערטער, מחמת סיבות שונות האבן עלטערן ארויפגעריקט זייערע קינדער, און דער עווערידזש שיעור ג' בחור היי יאר איז אינגער ווי די זעלבע כתה פאראיאר.
4) א קאמבינאציע פון אלע דריי.
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום דינסטאג יוני 19, 2018 2:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דינסטאג יוני 19, 2018 2:25 pm

נומבער צוויי איז אין פאקט אמת, די ישיבה האט מיט כמעט צוויי הונדערט בחורים ווייניגער ווי פאראיאר.

נומבער דריי קען אויך זיין, ווייל עס האט זיך געטאן א שטיקל מערכה מיט עטליכע יאר צוריק מען זאל אנהייבן צוריק אויסשטעלן אז קינדער וואס זענען געבוירן ביז אב זאלן נאך גיין אין די פריערדיגע כיתה (כ'געדענק נישט פונקטליך וועלכע יאר ס'איז געווען, און ביי וועלכע חודש עס שטעלט זיך אפ, אבער כ'ווייס פאר א פאקט אז דאס איז געווען א שטארקע מדובר און מען האט דאס איינגעפירט)
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דינסטאג יוני 19, 2018 2:47 pm

מר. כוויל אפילו נישט דיך אנרופן ביים ניק, ווארום עס איז אן איווריטישער נאמען, און איך קען דערפון ארויסנעמען אז דו ביזט אן ארץ ישראל'דיגער אדער אן אפשטאמיגער פון דארטן. וואס האקסטו אין קאפ אריין. א בחור פון 20 יאר איז נארמאל. ביזטו געווען א בחור פון 20 יאר, מן הסתם נישט. כ'ווייס נישט אין וועלכן לא לא לאנד דו ביזט. א בחור דארף גיין ביי די 18, פון דארטן און ווייטער איז יעדן טאג א טאג. שוין, לאמיר עס דא לאזן. סאו פליז. הער אויף מיט דיינע שטותים, אדער ביזטו צוכאפט געווארן ביי די אכצן, אדער ביזטו א מלאך פון הימל, וואס פארשטייט נישט מענטשליכע נסיונות, אדער האסטו שוין פשוט פארגעסן. עס טוט וויי צוצוזען וויאזוי בחורים עלטערן זיך. דער באשעפער זאל העלפן אז אלע אידישע קינדער זאלן טאן שידוכים גרינג בריווח ובניקל.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2276
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג יוני 19, 2018 2:54 pm

צולייגער האט געשריבן:נומבער צוויי איז אין פאקט אמת, די ישיבה האט מיט כמעט צוויי הונדערט בחורים ווייניגער ווי פאראיאר.

נומבער דריי קען אויך זיין, ווייל עס האט זיך געטאן א שטיקל מערכה מיט עטליכע יאר צוריק מען זאל אנהייבן צוריק אויסשטעלן אז קינדער וואס זענען געבוירן ביז אב זאלן נאך גיין אין די פריערדיגע כיתה (כ'געדענק נישט פונקטליך וועלכע יאר ס'איז געווען, און ביי וועלכע חודש עס שטעלט זיך אפ, אבער כ'ווייס פאר א פאקט אז דאס איז געווען א שטארקע מדובר און מען האט דאס איינגעפירט)


ריכטיג, דענק איך די מוסדות זאלן שטעלן א פיס אויף דעם. ס'האט געמאכט א געפערליכע צומישעניש, און צוריק צו לייגן איז געווען כמעט אומעגלעך. איך רעד שוין נישט פון דעם וואס עלטערן האבן פארפירט מ'זאל לאזן ארויף לייגן א כתה, ווייל די יאכנע אויף די צווייטע זייט גאס האט באשטעטיגט אז איר זון'ס IQ איז עפעס אויסערגעווענדליך.

לגבי נומער צוויי ווארט מען נאך אויפן פותח האשכול אריין צו קומען מיט די נומערן. אויב איז די נומערן ווי איך געדענק, איז גאר געווען דאס יאר באַלד מער ווי פאראיאר (פראצענטיש)

מ'האקט.
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
לאנדאן שטופער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 06, 2014 3:01 pm

תגובהדורך לאנדאן שטופער » דינסטאג יוני 19, 2018 3:58 pm

ר' אהרן כ"ץ שליט"א משגיח אין סאטמאר מאנטריאל זאגט אז יעדע 2'טע יאר גייט שנעלער ווי דער פריערדיגע און מ'דארף זיך נישט זארגן אלע וועלן בעזהשי"ת ווערן חתנים
שוין גארנישט קיין שטופער...
קרעדיט: משהזוךמיר

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יוני 19, 2018 4:15 pm

ס'איז זייער נאריש צו קאמפערן איין יאר מיט א יאר בעפאר! יעדע יאר איז אנדערש סיי אין ישיבה אין סיי אין סקול
איין מאל גייט שנעל פון אנהייב אין איינמאל נישט ס'ווענד זיך אין די עידזשעס.
דוק ותשכח

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דינסטאג יוני 19, 2018 4:22 pm

SPUSMN האט געשריבן:אמאל זענען רוב בחורים און מיידלעך געווען א מעטש

ויש חולקין וכן נקטינן.
פונדרויסן האט עס אפשר אויסגעזען ווי א מעטש, אבער באמת......?

מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דינסטאג יוני 19, 2018 4:26 pm

ניס קראכער האט געשריבן:ס'איז זייער נאריש צו קאמפערן איין יאר מיט א יאר בעפאר! יעדע יאר איז אנדערש סיי אין ישיבה אין סיי אין סקול
איין מאל גייט שנעל פון אנהייב אין איינמאל נישט ס'ווענד זיך אין די עידזשעס.
דוק ותשכח

אמת, אבער נעם אין באטראכט אז מ'רעדט דא פון א גיל וועלכע האלט שוין ביי איבער צוויי און א האלב יאר אריין אין ישיבע גדולה (שיעור א' תשע"ו, שיעור ב' תשע"ז, און שיעור ג' תשע"ח), און א ירידה פון 25% פון יארגאנג צו יארגאנג איז זייער א גרויסע קארעקשן. נאר וואס דען, עס זענען פילייכט פארהאן נאך אנדערע פאקטארן, ווי אויסגעשמועסט בעפאר.

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 384
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm

תגובהדורך טיכטיגער » דינסטאג יוני 19, 2018 4:41 pm

אז מ'רעדט שוין...
האט איינער געהערט פון די ארגענעזאציע "לשדך" חוץ פון א ראפעל קאמפיין???
ווי לאנג שטייט עס שוין? וואס טוען זיי? וויפיל שידוכים אויסגעפירט? א.א.וו.

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יוני 19, 2018 4:57 pm

וויפיל בחורים לערנען אין שיעור ד' אין קר"י יעצט אין וויפיל האבן געלערנט 3 יאר צוריק?

כהאב נישט קיין ניק
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 19, 2018 11:00 am

תגובהדורך כהאב נישט קיין ניק » דינסטאג יוני 19, 2018 4:58 pm

ראספשע האט געשריבן:מסתמא איז דער מלאך המכריז 'בת פלוני לפלוני' געווען הייזעריג פאר 18 יאר צוריק.....

With all due respect is that something you make fun of.
אז די גמרא זאגט עפעס איז עס נישט אמת.
אין די/איך וויסען נישט וואס א מלאך איז...

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 680
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » דינסטאג יוני 19, 2018 5:11 pm

אקעי , איי גאט איט!

שיעור ג' תשע''ז האט געהאט זייענדיג אין שיעור א' איבער 360 בחורים קעיה''ר.
געווען א היסטארישע (!) גרויסע עידזש וואס מאכט זיך כמעט נישט, די ישיבה איז דאן געווען ביי איר פיעק פון איבער 1100 בחרום

שיעור ג' תשע''ח האט געהאט זייענדיג אין שיעור א' א קנאפע 300 בחורים קעיה''ר.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

משה חיים פנחס
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובהדורך משה חיים פנחס » דינסטאג יוני 19, 2018 5:16 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:אקעי , איי גאט איט!

שיעור ג' תשע''ז האט געהאט זייענדיג אין שיעור א' איבער 360 בחורים קעיה''ר.
געווען א היסטארישע (!) גרויסע עידזש וואס מאכט זיך כמעט נישט, די ישיבה איז דאן געווען ביי איר פיעק פון איבער 1100 בחרום

שיעור ג' תשע''ח האט געהאט זייענדיג אין שיעור א' א קנאפע 300 בחורים קעיה''ר.

נאך אלס א רעדוקציע און חתנים פארצענטועל אפילו אזוי


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: private, וימאןX3, ירח וכוכבים, להודיע, צווייפעל און 25 געסט