ישועה גדולה זש"ק בזכות הצדיק הרה"ק דער טריסקער מגיד זי"ע

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

גרינע בוים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 16, 2015 5:56 am
לאקאציע: אונטערן שאטן-ה' צלך

ישועה גדולה זש"ק בזכות הצדיק הרה"ק דער טריסקער מגיד זי"ע

תגובהדורך גרינע בוים » זונטאג יוני 10, 2018 12:23 pm

א פריינט האט מיר געבעטן באישי איך זאל מפרסם זיין לתועלת הרבים זיין מעשה, זאל עס זיין לישועה גדולה להמצפים לישועה
איך האב בס"ד חתונה געהאט ווינטער תשע"ג, אלעס האט אויסגעזעהן גינגאלד, אין פאקט איז עס געווען! למעשה איז דורך געגאנגען א האלבע יאר און ס'האט שוין אויסגעקוקט ווי ס'דא נייעס אויפן האריזאנט, אבער גאנץ שנעל האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט... נאך אפאר וויזיטס ביים דאקטאר איז נתברר געווארן אז ס'דא א פראבלעם וואס קען זיין זייער ערענסט ח"ו, אזאנס וואס קומט זייער אסאך מאל אן צו בוני עולם.. און מאנכע מוטשען זיך ארום מיט דעם יארן לאנג ביז זיי זענען זוכה צי האלזן זייער ערשטע קינד, הכלל, ווי פארשטענדליך איז מיין הארץ איינגעפאלן, א אינג קינד קוים ארויס פון ישיבה, ב"ה טאקע חתונה געהאט גליקלעך און צופרידן אבער דא אזא פראבלעם, ביז ווען גייט זיך דאס אזוי ציען, "מ'זעהט נישט נישט די ליכטיגקייט ביים עק טונעל" איז דער פשוט'ע דעסקריפציע וואס מיר האבן דעמאלסט געשפירט, איינער וואס איז דאס דורך געגאנגען פארשטייט זייער גוט דעם געפיל און איינער וואס האט נישט געהאט אזא תקופה וועט קיינמאל פארשטיין.
טו מעיק עי לאנג סטארי שארט, מיר האבן אנגעהויבן געוויסע טריעטמענט (קלארשטעלונג: פאר געוויסע קען זיך דוכטען אז מה כל הרעש, ס"ה אביסל מער פון א יאר און אט לויפט ער שוין צו דאקטוירים און נעמט שוין טריעטמענט, מ'האט שוין געהערט אזאנס וכו' וכו' אזאלכע מחשבות, להוי ידוע אז ווען מ'ווייסט אז ס'דא א פראבלעם איז א שאד צו ווארטן אפי' איין טאג, ביודעי אז בוני עולם וכדו' קענען געבן עצה, הדרכה, טריעטמענט וכדו' פון קורץ נאך די חתונה פאר אזאלכע וואס מ'ווייסט פון פראבלעמען ל"ע וד"ל און איינער וואס פארשטייט נאך אלץ נישט, זאל דאנקען דעם באשעפער) אזוי האט מען געשטופט מיט אנגסט און האפענונג ביז אינמיטען זומער תשע"ד.
ב' תמוז תשע"ד בשעת מנחה מעריב אין ביהמ"ד, קומט צו מיר צו א איד וואס האט מאיזה סיבה שיהיה אביסל מיטגעהאלטן און געוואוסט וואס ס'טוט זיך און פרעגט מיר אויב איך פארמאג דעם ספה"ק מגן אברהם פונעם הייליגן טריסקער מגיד זי"ע אין שטוב, ווי ווייט איך האב געדענקט האב איך עס נישט געהאט דעמאלסט אינדערהיים, זאגט ער מיר היינט איז דער יארצייט פונעם הייליגען טריסקער מגיד זי"ע און ער שרייבט צי בכתי"ק אין די הקדמה אויף זיין הייליג ספר אז ער איז מבטיח אז ווער עס וועט אריין נעמען זיין ספר צו זיך אין שטוב (נישט דוקא אויף צי לערנען דערין) וועט געהאלפן ווערן בכל מיני ישועות בכללות ובפרטות אבער איין געוויסע ענין איז ער מפרט, וואס דאס איז דאס ענין פון זש"ק ווי ער דריקט זיך עקסטער אויס אז ער וועט זוכה זיין צו נחת מבנים ובני בנים וכו', און דער אינגערמאן לייגט מיך צי אז ער האט עס געזאגט פאר צוויי יאר צוריק פאר אן אנדערע אינגערמאן וואס האט זיך געמוטשעט און ער האלט שוין יעצט ביים צווייטען.
איך האב געהערט וואס דער איד פארציילט אבער איך בין געווען סקעפטיש, וואס א נייע סגולה, לאדיך אפ, האב איך איהם געזאגט, דער טריסקער מגיד איז געווען גרויס און הייליג אבער אין די אלע סגולות בין איך א שוואכע מאמין, מארגן וועסטו מיך נאך עצה'ן איך זאל אויפסיינען מעמבערשיפ אין אלע כוללים, דערנאך וועסטו מיר זאגן אז אן אנדערע סגולה איז די זאך, לאמיך אפ מיט די משוגעת'ן און איינרעדענישן וכו' וכו' די סארט שפראך, למעשה האט יענער מיר שטארק געדריקט און מיר געזאגט, וואס קען שוין שאטן, וועסטו העכסטנס פארמאגן אזא הייליג ספר ביי דיר אין שטוב, הכלל, איך האב מיך געלאזט איבעררעדן אבער נאר מיט איין תנאי, איך גיי נישט ארויס אפי' א טראפ פון מיין וועג פאר דעם, יעצט געפינט זיך דא אין ביהמ"ד א איד וואס פארט אפט ארום דער וועלט פארקויפן ספרים, ביכער וכדו', איך גיי איהם פרעגן צי ער האט דעם ספר יעצט מיט זיך, אויב יא קויף איך עס און אויב נישט איז נישט, און איך גיי אפי' נישט ווארטן ער זאל עס ברענגן פון זיין אכסניא, צי דעם פשרה זעמיר ביידע איינגעגאנגען, עודי מדבר עמו, און דער איד, דער ספרים פארקויפער קומט מיר ממש אנטקעגן, איך גיי צו צו איהם און פרעג איהם אויב ער האט דא דעם ספר מגן אברהם, זאגט ער מיר אז ער איז די רגע צוריקגעקומען אין ביהמ"ד מיט א סעט, שוין, האמיר שוין געזעהן אז מאת ה' היתה זאת און מ'האמיר זיך איינגעהאנדלט א סעט.
איין יאר איז פארביי א' תמוז תשע"ה נאכמיטאג והנני חובק בן!! צומארגנס צופרי כאפענדיג א בליק אויף די יארצייטן ליסטע בין איך געבליבן שטיין פארגליווערט! ממש מיום ליום ומשעה לשעה ווען עס איז נשלם געווארן א יאר "צום מינוט" ווען דער הייליג ספר איז אריין אין מיין באזיץ איז מקוים געווארן במלואה די הייליגע הבטחה.
זאלן אלע אידען, אין זכות פון דער גרויסן הייליגן צדיק וואס דעם פרייטאג איז דער יארצייט, געהאלפן ווערן בכל מיני ישועות ובפרט מיט בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות לשמה אכי"ר.

פאר מער פרטים קען מען מיר קאנטאקטן באישי
עץ חיים הוא למחזיקים בה

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 439
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » זונטאג יוני 10, 2018 1:36 pm

Wow

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » זונטאג יוני 10, 2018 2:25 pm

גדולים צדיקים
זכותם יגן עלינו
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » זונטאג יוני 10, 2018 2:30 pm

צו האבן די קאמארנא היכל הברכה חומש אינדערהיים איז אויך א סגולה ווי ער זאגט צו אין די הקדמה
צוגעלייגטע
Screenshot_2018-06-10-14-58-54.png
Screenshot_2018-06-10-14-58-54.png (469.2 KiB) געזעהן 1830 מאל

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » זונטאג יוני 10, 2018 3:20 pm

געוואלדיג! שכח פארן מיטטיילן!
1 + 1 = חלה דעקל...

יצחק ברוך
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

תגובהדורך יצחק ברוך » זונטאג יוני 10, 2018 9:59 pm

Wow מיום ליום זייער שיין און ווייזט אז יש דברים בגו

א קאנאדער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 31, 2014 7:32 pm

תגובהדורך א קאנאדער » זונטאג יוני 10, 2018 10:31 pm

Wow ישר כוח פארן אראפ ברענגען די מעשה תזכו למצוות

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 637
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג יוני 10, 2018 10:41 pm

געוואלדיג, יישר כח פארן מיטטיילן

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3874
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג יוני 11, 2018 4:45 pm

כאפט אייך מיט קיין טריסק צו יומ"ד קדישא פאר 999

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 674
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » מאנטאג יוני 11, 2018 6:23 pm

Haklal האט געשריבן:געוואלדיג, יישר כח פארן מיטטיילן


ווי אויך פאר @לאלתר לחיים בפרט ווי ער שרייט דארט "ובפרט באמונה שלימה"

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דאנארשטאג יוני 14, 2018 8:49 pm

האט מיך איינער געשיקט א אימעיל וואס ער האט געשיקט פאר הרב רייזמאן פון ירושלים


נא למסור הסיפור הנפלא הזה להרב ריזמן שליט"א ולפרסמו לזיכו הרבים


ביום שישי ב' תמוז הבעל"ט יחול הילולת הרה"ק ר"א מטריסק זי"ע
לפני כשמנה שנים בליל ב' תמוז הי' חבורה של אברכים בביתי והי' שם אברך חשוב שכבר עברו כארבע שנים מנשואיו ולא נפקד ל"ע בזש"ק, הצעתי לפניו כאשר בעל הילולא הרה"ק מטריסק כותב בהקדמה לספרו הק' מגן אברהם, בלשונות נפלאים וברכות גדולות למי שיקח את ספרו, וזל"ק: וד' ברך את אברהם בברכת והיה ברכה.ובכח זה הננו מברך את כל אשר יקח הספר הזה, כי יתמשכו עליו חסדים רבים, ואלוקי אברהם יהי' בעזרכם, למלאות כל משאלותיכם, בנים ובני נים שתולים סביב לשלחניכם, למעלה ירים קרניכם, עכלה"ק.
אולי כדאי ליקח הספר ולזכות לברכת הצדיק הק' הלזו, ואכן ממחשבה למעשה האברך הלך ביום מחר וקנה הספר, וראה זה פלא בזמן קריב נפקדה אשתו ולשעת חדשים ילדה בת, ולאחר כשנה הייתי אצלו לשלו' זכר נענה אלי אגיד לך מילתא הברית לבני יהי' ביום ב' תמוז.
לפני כמה שנים ספרתי הסיפור הזאת לאברך אחד מתלמידי הישיבה שאני שם, וגם הוא עמד כשני שנים אחר חתונתו ועדיין לא נפקד, הי' זה ביום ב' תמוז תשע''ד, הוא הלך תיכף וקנה הספר, ולתקופת השנה ביום א' תמוז תשעה נולד לו בן זכר, אתמול ער"ח תמוז מצאתי אותו ואמר לי תדע לך היום עשיתי תגלחת לבני בכורי שיח'.
נא לפרסם הסיפור לזכות הרבים זי"ע ועכי"א
בתודה וברכה

הכו"ח א' תמוז תשע"ח פה יצ"ו

נאמען אויסגעמעקט

תשובה פון הרב רייזמאן


יישר כוחכם ותודה רבה על הדברים

גם אני הק' צפיתי לישועה כשלש ומחצה שנים אחרי חתונתי, ואחרי קנותי את הספר הק' מגן אברהם נושעתי תיכף ומיד בלי הזדקקות לשום השתדלות רפואית.
נרשם אצלי בתוך הספר למזכרת.

זכותו יגן עלינו ועכ"י
מנשה ישראל בן בלומא צירל

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » פרייטאג יוני 15, 2018 1:24 pm

ישר כח.
איך זעה דא 2 ספרים וואס איז א סגילה צי האבן אינדערהיים.

1) ספר מגן אברהם פון טריסקער מגיד זי"ע
2) קאמארנא היכל הברכה חומש.

וואס נאך ספרים איז א סגילה צי האבן אינדערהיים?

לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

תגובהדורך לאלתר לחיים » פרייטאג יוני 15, 2018 1:35 pm

Yoely האט געשריבן:ישר כח.
איך זעה דא 2 ספרים וואס איז א סגילה צי האבן אינדערהיים.

1) ספר מגן אברהם פון טריסקער מגיד זי"ע
2) קאמארנא היכל הברכה חומש.

וואס נאך ספרים איז א סגילה צי האבן אינדערהיים?

יא,
עבודת ישראל
נועם אלימלך
און פארשטייט זיך די הייליג ספר ויואל משה, רביה''ק זי''ע דער מחבר האט געגעבן דעם סימן אויב מ'קען זיך דרייען אין א ביהמ''ד, מ'זאל זעהן אויב זיי ווארפן ארויס די ספר ויואל משה.
די נשמה פון א צדיק איז אין זיינע תורות, יעדע ספר איז מסוגל צו וואס דער בעל מחבר איז געווען מסוגל.

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » זונטאג יוני 17, 2018 1:45 pm

זוהר הקדוש ?

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » מאנטאג יוני 18, 2018 4:50 pm

לאנדאנער האט געשריבן:האט מיך איינער געשיקט א אימעיל וואס ער האט געשיקט פאר הרב רייזמאן פון ירושלים

נאמען אויסגעמעקט

תשובה פון הרב רייזמאן


יישר כוחכם ותודה רבה על הדברים

גם אני הק' צפיתי לישועה כשלש ומחצה שנים אחרי חתונתי, ואחרי קנותי את הספר הק' מגן אברהם נושעתי תיכף ומיד בלי הזדקקות לשום השתדלות רפואית.
נרשם אצלי בתוך הספר למזכרת.

זכותו יגן עלינו ועכ"י
מנשה ישראל בן בלומא צירל


הג"ר מנשה דערציילט איבער דעם בריוו און זיין אייגענע ישועה ביום עש""ק פ' קרח ב' תמוז תשע"ח
מען קען דאס הערן און דאונלאדען אויף קול הלשון:
https://www.kolhalashon.com/new/Media/P ... ShiurNum=5

נתיב: אידיש >> שיעורים בתנ"ך ובפרשת השבוע >> שיעורים ושיחות בפרשת השבוע ומועדים >> הרב מנשה ישראל רייזמן - פרשת השבוע באידיש >> שיעורים מהתקופה האחרונה
שם הרב: הרב מנשה ישראל רייזמן
שפת השיעור: אידיש
כותרת השיעור: יום ו קורח תשעח
אורך השיעור: 65 דקות
תאריך השיעור: ב' תמוז, תשע'ח

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 391
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » מאנטאג יוני 18, 2018 7:36 pm

From: מנשה ישראל רייזמאן [mailto:-@gmail.com]------
Sent: 17 June 2018 12:19
To: ---------------->
Subject: Re: FW: : יום רביעי פרשת קרח | ל' סיון תשע"ח

הייתי שלוחכם לפרסם זכותו הגדול, ויהי רצון לישועות גדולות, קבלתי ידיעות מארה"ב שאזלו הספרים מכל החנויות. גם פה ירושת"ו מכרו החנויות את הספרים שהיה ברשותם.

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » מאנטאג יוני 18, 2018 7:46 pm

אינטערעסאנט אז אין ספר מגן דוד פון הגה"ק ר' דוד'ל טאלנער זי"ע שרייבט דער בעל מחבר זצ"ל (וואס איז געווען א ברודער פון טריסקער מגיד) אין די הקדמה אויך זייער ענליך אז ער וואונטשט אן פאר יעדעם וואס וועט ארייננעמען זיין ספר אין שטוב זייער ווארימע ברכות.

קען מען עס אויך צולייגן צו די ספרים וואס איז א סגולה צו האבן אין שטוב.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר האלפיים
תגובות: 2528
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » מאנטאג יוני 18, 2018 8:37 pm

קען מען יוצא זיין מיט עס האבן אויף אוצרות החכמה?
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג יוני 26, 2018 12:52 pm

געוואלדיגע מעשה!

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מיטוואך יוני 27, 2018 1:36 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:קען מען יוצא זיין מיט עס האבן אויף אוצרות החכמה?

ווילסט דיננע קינדער זאלן זיין אנליין ?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך יוני 27, 2018 1:40 pm

Yoely האט געשריבן:ישר כח.
איך זעה דא 2 ספרים וואס איז א סגילה צי האבן אינדערהיים.

1) ספר מגן אברהם פון טריסקער מגיד זי"ע
2) קאמארנא היכל הברכה חומש.

וואס נאך ספרים איז א סגילה צי האבן אינדערהיים?

ספרי הרמב"ם רזיאל המלאך

(אויב זוכסטו אלע סגולה ספרים, האט הרב מייזליש בעל 'שיחות בעבודת השם' ארויסגעגעבן א דיקן באנד פון אסאך סגולה ספרים, פרעגט אן אין אייער לאקאלן געשעפט)

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1394
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך יוני 27, 2018 1:41 pm

יידישע קהילות האט געשריבן:קען מען יוצא זיין מיט עס האבן אויף אוצרות החכמה?


קודם גיי א סטעפ פארדעם, די נועם אלימלך אויף איין קארטל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט