אנקעטע: צפון קאריע נוקליער דיעל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

וועט אמעריקא גרייכן א צפון קאריע דיעל?

יא
68
74%
ניין
24
26%
 
סך הכול שטימען: 92

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8758
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

אנקעטע: צפון קאריע נוקליער דיעל

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך מאי 23, 2018 1:18 pm

די וועלט ערווארט א גרויסארטיגע סאמיט צווישן דעם אמעריקאנעם פרעזידענט דאנעלד טראמפ און דעם צפון קאריער דיקטאטור קים יאנג איבער שליסן א דיעל פאר דענוקלעריזאציע אויפן קאריער פענינסולע, און איז געסקעדזשועלט פאר 3 וואכן ארום און יוני 12 אין סינגאפור.

אין צוגרייטונג צום זיצונג האט צפון קאריע אין א צייכן פון גוטסקייט באפרייט עטליכע אמעריקאנע ארעסטאנטן, און איינגעלאדענט געוויסע אמעריקאנע,רוסישע און טשייניזע זשורנאליסטן צו א צערעמאניע ווי זיי צעווארפן א נוקליער טעסט סייט, (וואס דערוויף טענהן מאנכע אז ס'איז שוין חרוב עניוועי).

אמעריקא האט אין א צייכן פון גוטסקייט געלאזט גיסן מטבעות מיט די אמעריקאנע/צפון קאריע פירער (מיטן אויפשריפט "סופריעם ליעדער"), אפגעשטעלט מיליטערישע ערעפלאנען עקסערסייז מיט דרום קאריע (נאך סטראשערייען פון צפון), און פארשפראכן די פארזיכערונג קים יאנג און'ס בלייבן אויפן בענקל.

אין די לעצטע וואך האט די גאנצע סאמיט אנגעהויבן עטוואס אונטערצעהינקענען, קים האט געמאלדן אז דענוקליריזאציע האט נישט קיין פשט, די אמעריקאנער זייען אן אומרוען, די סאוט קאריער זענען אומקאמפעטענט, וכו' וכו'...

פון אמעריקאס זייט האט טראמפ געמאלדן אז ער איז געוואיר געווארן פון די נייע נארט קאריע טאן בלויז דורך די מידיע און ער גייט ווייטער מיטן פלענער פארן סאמיט ווי ביז יעצט.

וואלט געווען אינטערסאנט צו הערן וואס אונזער עולם דא האלט: וועט אמעריקא טאקע מצליח זיין צו גרייכן א דיעל מיט נארט קאריע איבער דענוקלירעזאציע?
לעצט פאראכטן דורך כאפצעם אום מיטוואך מאי 23, 2018 1:22 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2164
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך מאי 23, 2018 1:20 pm

פון די אנקעטע וועט מען סאך הכל זעהן וויפיל R און D ניקס עס זענען דא.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך מאי 23, 2018 1:31 pm

עס איז שייך צו געבן געוויסע פראצענטן
אבער פאראויס צו זאגן א קלארע יא אדער ניין קען נאר איינער וואס האלט מיט דאס ערשטע מאל די וועלטליכע פאליטיק.

(אנדערש ווי ביי וואלן וואס עס איז שוין בעצם דא אן אויסגאנג, ד. ה. א דעת הציבור, פאר די וואלן -מער ווייניגער- און די שאלה איז ווער עס איז גענוג קלוג עס אויפצוכאפן.
משא''כ דא קען מען בשום אופן נישט פאראויסזאגן וויאזוי זאכן גייען זיך קוילערן. ספעציעל אז קיינער פון די זייטן ווערן נישט פארטרעטן דורך סטאבילע מענטשן, שיין גערעדט.
כנלענ''ד)
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך מאי 23, 2018 1:42 pm

Present.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מאי 23, 2018 1:44 pm

עס וואלט געווען כדאי אז די וואס שטימען אויף יא אדער אויף ניין זאלן אריינקומען מסביר זיין אויף וואס זיי בעיסן זייער אפיניען.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2985
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מיטוואך מאי 23, 2018 1:44 pm

די ריכטיגע אויסלייג פון די שאלה ברויך זיין "וועט נארט קאריע גרייכן א דיעל?"

אמעריקא איז נישט דער וועלכע האט פארלאנגט אדער געמאלדן אז זי שטעלט אהער א סאמיט. נארט קאריע האט געמאלדן אז זיי זיכן א דיעל. די שאלה איז צו זיי וועלן עס באקומען.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלף
תגובות: 1326
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך מאי 23, 2018 2:09 pm

געשטימט יא. דאס אז דער הארטער איזאלירטער צפון איז מסכים צו קומען צום טיש, איז א געוואלדיגע דערגרייכונג. די פארהאנדלונגען גייען שוין אן פאר א וויילע, און איך גלייב נישט אז די זייטן וועלן עס לאזן גיין קראכן.

נאך פונדערהיים
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 10:59 am

תגובהדורך נאך פונדערהיים » מיטוואך מאי 23, 2018 2:13 pm

מונאוויטש האט געשריבן:דאס אז דער הארטער איזאלירטער צפון איז מסכים צו קומען צום טיש, איז א געוואלדיגע דערגרייכונג.

אין היסטאריע מיינט דאס אליין "גארנישט"
קענסט זאגן אז דאסמאל איז אנדערש. הערעך.
מילא ווען די קומסט מיט א סברא, שוין, וואס איז שייך זיך צו דינגען... אבער אז די קומסט מיט א פאקט, איז וואס? איך האלט אז די פאקט איז אנדערש!

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4432
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך מאי 23, 2018 6:58 pm

פארוואס נישטא קיין אפשען איך ווייס נישט ?
וואס זא איך טוען כ'ווייס באמת נישט מיט אזוינע פירער ווער ווייסט וואס ס'גייט זיין די נעקסטע סקונדע ....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 533
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » מיטוואך מאי 23, 2018 7:40 pm

נישט געשטומט ווייל מען קען נישט פארויס זאגן גארנישט.

נארט קאריע האט שוין מער ווי איין מאל געזאגט אז זיי ווילן פארהאנדלען, און עס איז קיינמאל גארנישט געווארן דערפון, איך זע נישט פארוואס יעצט זאל זיין עפעס אנדערש, קים יאנג אן גייט נישט אן צו זיינע בירגער הינגערען, ווי לאנג ער האט זיינע פאלאצן איז אלעס אקעי.
למעשה איז ער יעצט יא קעגן געקומען אז ער וויל מאכן א דיל, קען זיין ער וויל ארויסקוועטשן עפעס דיל פון טראמפ, און ער האלט אז מיט טראמפ קען ער מאכן די שפיל ווייל טראמפ וועט וועלן א דיל מיט נארט קאריע אויף זיין רעקארד.
אבער איך מיין אז טראמפ גייט זיך נישט לאזן שפייען אין די קאשע, און גייט נאר איינגיין אויף א דיל וואס נארט קאריע גייט מוזן אסאך אויפגעבן, דאס מיינט ווייטער אז קים יאנג אן גייט ארויסבעקן דערפון.

איך געב שוואכע 30% אז עס גייט זיין א דיל, 70 שטארקע פראצענטן אז עס גייט למעשה נישט זיין א דיל.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך מאי 23, 2018 8:03 pm

לאמיר עס פרובירען צו צולייגען אביסעל, עס איז דא מענטשען וואס האבען געהאלטען אז צפון איז א סכנה פאר די וועלט בכלל און פאר אמעריקע בפרט און עס איז דא מענטשען וואס האבען געהאלטען אז ער איז טאטאל משוגע, נישט סטאביל אבער נישט קיין סכנה פאר עניטינג אינדרויסען פון צפון קארעא.

פאר די וואס האלטען אז ער איז א סכנה פאר די גאנצע וועלט, אין ארדער פאר אים צו ווערן אויס סכנהדיג איז נישט מעגליך, אויב איז ער געוועהן א סכנה אין יאנאוואר 2018 איז ער היינט אויך א סכנה ווייל די מענטש איז א מסוכנדיגע מענטש.

פאר די וואס האלטען אז ער איז קיינמאל נישט געוועהן קיין עכטע סכנה פאר די וועלט איז עס שוין היינט א סוקסעס צוליב דעם וואס ער האלט ביים זיך זעצן צום טיש און ער גייט אויפהערן נערוועז צו מאכן זיינע שכינים און דאס געט מער סטאביליטעט אויף די וועלט.

נאכמער, אויב האלטסטו אז זיין דיעל איז א דיעל דאן קענסטו שוין היינט זיין רואיג אז א דיעל גייט געשעהן צום סוף ווייל דו קענסט טראסטען זיין נייע פנים! איי ער האט דאך א אלטע פנים, דאס איז נאר געוועהן אדער א טייל פון א שפיעל וואס ער זעהט אז ער האט פארלוירען, אדער פאר אטענשאן אבער נישט פאר עכט.

איי ער מאכט יעצט קינצען דאס איז אבער נאר א טייל פון זיין געים.

די וואס טראסטען אים נישט ביז היינט זיי קענען אויך האלטען אז ער גייט אינטער שרייבען א דיעל און שמייכלען צום קעמרע, די שאלה איז נאר וואס געשעהט נאך דעם דיעל? ער בלייבט זיכער די זעלבע סכנה ווייל ער גייט צום סוף צוברעכן די דיעל ווייל ער איז א סכנה פאר סאסייעטי.



איך האלט (אייביג געהאלטען) אז ער איז נישט קיין עכטע סכנה, נישט פאר אמעריקע און אויך נישט פאר די וועלט, אין נארט קארעא איז ער א רשע און א אכזר אבער ער גייט קיינמאל גארנישט טוהן אינדרויסען פון דארט, על כן איז א דיסקאושען פון א דיעל גענוג גוט צו בארואיגען די ראיאן אז א צייט פון סטאביליטעט איז אויפען וועג, און אפילו אויב די נעגאושיעישאן גייט אן פאר נאך דרייסיג יאר איז עס גענוג פאזיטיוו און אויב שרייבט ער אינטער א דיעל דאן איז עס די הייעך פון סוקסעס ווייל קיין איין לאנד האט זיך נאך נישט אזוי אינטער געגעבען פאר אמעריקע ווי צפון דאס מאל.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8758
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » מיטוואך מאי 23, 2018 9:22 pm

מטעמים האט געשריבן:איך האלט (אייביג געהאלטען) אז ער איז נישט קיין עכטע סכנה, נישט פאר אמעריקע און אויך נישט פאר די וועלט, אין נארט קארעא איז ער א רשע און א אכזר אבער ער גייט קיינמאל גארנישט טוהן אינדרויסען פון דארט, על כן איז א דיסקאושען פון א דיעל גענוג גוט צו בארואיגען די ראיאן אז א צייט פון סטאביליטעט איז אויפען וועג, און אפילו אויב די נעגאושיעישאן גייט אן פאר נאך דרייסיג יאר איז עס גענוג פאזיטיוו און אויב שרייבט ער אינטער א דיעל דאן איז עס די הייעך פון סוקסעס ווייל קיין איין לאנד האט זיך נאך נישט אזוי אינטער געגעבען פאר אמעריקע ווי צפון דאס מאל.

לפי זה וואס פעלט נאך אויס א נוקליער דיעל, זיי האבן דאך שוין שלום געמאכט מיט סאוט קאריע?
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » מיטוואך מאי 23, 2018 9:44 pm

נאכן פארשעמען מייק פענס וועט לכאורה קיין סאמיט שוין נישט זיין.

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך מאי 23, 2018 9:46 pm

כאפצעם האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:איך האלט (אייביג געהאלטען) אז ער איז נישט קיין עכטע סכנה, נישט פאר אמעריקע און אויך נישט פאר די וועלט, אין נארט קארעא איז ער א רשע און א אכזר אבער ער גייט קיינמאל גארנישט טוהן אינדרויסען פון דארט, על כן איז א דיסקאושען פון א דיעל גענוג גוט צו בארואיגען די ראיאן אז א צייט פון סטאביליטעט איז אויפען וועג, און אפילו אויב די נעגאושיעישאן גייט אן פאר נאך דרייסיג יאר איז עס גענוג פאזיטיוו און אויב שרייבט ער אינטער א דיעל דאן איז עס די הייעך פון סוקסעס ווייל קיין איין לאנד האט זיך נאך נישט אזוי אינטער געגעבען פאר אמעריקע ווי צפון דאס מאל.

לפי זה וואס פעלט נאך אויס א נוקליער דיעל, זיי האבן דאך שוין שלום געמאכט מיט סאוט קאריע?

וויכטיג איז עס נישט צו שטארק, מיט סאוט קארעא דארף אמעריקע א נוקלעארע דיעל? עס געט אבער די קאמפארט אז מען זאל אייביג קענען באזיכען זיין לאנד צו זעהן אויב ער פאלגט און עס איז גאר גוט פאר די פיקטשערס.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1488
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » מיטוואך מאי 23, 2018 10:44 pm

מטעמים! מאכט נישט נ"ק קיין וואפן געשעפטן מיט טעראריסטישע גרופעס? איז וואס טוסטו ווען זיי וועלן האבן נוקלער?
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

הענדימען
שר חמש מאות
תגובות: 771
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך מאי 23, 2018 10:54 pm

קאליפארניע האט געשריבן:נאכן פארשעמען מייק פענס וועט לכאורה קיין סאמיט שוין נישט זיין.

כאפארפאסט עפעס?
כ'ווייס נישט אלעס

אוועטאר
צל עובר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מיטוואך מאי 23, 2018 11:13 pm

נאך פונדערהיים האט געשריבן:עס איז שייך צו געבן געוויסע פראצענטן
אבער פאראויס צו זאגן א קלארע יא אדער ניין קען נאר איינער וואס האלט מיט דאס ערשטע מאל די וועלטליכע פאליטיק.

(אנדערש ווי ביי וואלן וואס עס איז שוין בעצם דא אן אויסגאנג, ד. ה. א דעת הציבור, פאר די וואלן -מער ווייניגער- און די שאלה איז ווער עס איז גענוג קלוג עס אויפצוכאפן.
משא''כ דא קען מען בשום אופן נישט פאראויסזאגן וויאזוי זאכן גייען זיך קוילערן. ספעציעל אז קיינער פון די זייטן ווערן נישט פארטרעטן דורך סטאבילע מענטשן, שיין גערעדט.
כנלענ''ד)

RT
פארוואס זאג איך דאס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט דאס וויסן!

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג מאי 24, 2018 12:35 am

פעיק נוז האט געשריבן:מטעמים! מאכט נישט נ"ק קיין וואפן געשעפטן מיט טעראריסטישע גרופעס? איז וואס טוסטו ווען זיי וועלן האבן נוקלער?

רעכן אויס א ליסטע פון צוואנציג לענדער וואס האנדלען מיט טעראריסטישע גרופעס און די וועלט קערט זיך נישט איבער אז זיי גייען מארגען עפעס טוהן פאר קיינעם.

הייב אן ביי רוסלאנד, פאקיסטאן, סאודי אראביע און נאך א סך אנדערע.

פאר אים צו פארקויפען נוקלעארע וואפען דארף ער קודם אליינס האבען און נאכדעם דארף ער טעקניקלי עס קענען ארויסטראגען פון דארט ווען ער האט נישט קיין שום רילעישאנשיפ מיט קיין איין אנדערע לאנד וואס זאל אים וועלן העלפען איז עס זייער זייער שווער און כמעט אוממעגליך.

איראן זיכט אליינס צו מאכען זיי זיכען נישט צו דארפען אנקומען צו דעם צודרייטען.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג מאי 24, 2018 12:52 am

שוין, הערט מען יעצט פון נארט קארעא אז זיי סטראשענן און קרומען שוין צו די סאמיט זאל בכלל געשעהן, אבער ווי די קרוב צו 90% האבן געשטימט אז יא, איז יא, מיר וועלן נישט משנה זיין און זיך נישט לאזן פון די מהרסים.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5316
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דאנארשטאג מאי 24, 2018 7:31 am

זעט אויס אז דער עולם האלט אז מען קען פרעדיקטען משוגעים. איך שטים נישט יא און נישט ניין. אזוי פיל יא, איך האלט אז מען האלט די נענטסטע צו א (עכטע) דיעל ווי מען האט נאר אמאל געהאלטען. פאר מער פון דעם ברויך מען ווארטן 3 וואכן..

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » דאנארשטאג מאי 24, 2018 7:49 am

נאך פונדערהיים האט געשריבן:עס איז שייך צו געבן געוויסע פראצענטן
אבער פאראויס צו זאגן א קלארע יא אדער ניין קען נאר איינער וואס האלט מיט דאס ערשטע מאל די וועלטליכע פאליטיק.

?
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 412
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » דאנארשטאג מאי 24, 2018 7:56 am

.







אנקעטע: ווען דער פותה''א וואלט פאראויסגעזען די רעזאלטס וואלט ער עס נאך אלץ גע'עפנט?
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט

וואשינגטאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 390
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » דאנארשטאג מאי 24, 2018 8:08 am

אחד האט געשריבן:נישט געשטומט ווייל מען קען נישט פארויס זאגן גארנישט.

די אנקעטע נעמערס ווייסן מיר זענען נישט קיין יודעים עתידות אבער דאך ווילן זיי הערן אונזער עניית דעתינו..
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

שמערלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 397
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דאנארשטאג מאי 24, 2018 8:25 am

מטעמים האט געשריבן:
איך האלט (אייביג געהאלטען) אז ער איז נישט קיין עכטע סכנה, נישט פאר אמעריקע און אויך נישט פאר די וועלט, אין נארט קארעא איז ער א רשע און א אכזר אבער ער גייט קיינמאל גארנישט טוהן אינדרויסען פון דארט, על כן איז א דיסקאושען פון א דיעל גענוג גוט צו בארואיגען די ראיאן אז א צייט פון סטאביליטעט איז אויפען וועג, און אפילו אויב די נעגאושיעישאן גייט אן פאר נאך דרייסיג יאר איז עס גענוג פאזיטיוו און אויב שרייבט ער אינטער א דיעל דאן איז עס די הייעך פון סוקסעס ווייל קיין איין לאנד האט זיך נאך נישט אזוי אינטער געגעבען פאר אמעריקע ווי צפון דאס מאל.

ער איז יא א סכנה ער פאקויפט וואפן פאר איראן סיריע

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5294
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג מאי 24, 2018 8:51 am

שמערלער האט געשריבן:
מטעמים האט געשריבן:
איך האלט (אייביג געהאלטען) אז ער איז נישט קיין עכטע סכנה, נישט פאר אמעריקע און אויך נישט פאר די וועלט, אין נארט קארעא איז ער א רשע און א אכזר אבער ער גייט קיינמאל גארנישט טוהן אינדרויסען פון דארט, על כן איז א דיסקאושען פון א דיעל גענוג גוט צו בארואיגען די ראיאן אז א צייט פון סטאביליטעט איז אויפען וועג, און אפילו אויב די נעגאושיעישאן גייט אן פאר נאך דרייסיג יאר איז עס גענוג פאזיטיוו און אויב שרייבט ער אינטער א דיעל דאן איז עס די הייעך פון סוקסעס ווייל קיין איין לאנד האט זיך נאך נישט אזוי אינטער געגעבען פאר אמעריקע ווי צפון דאס מאל.

ער איז יא א סכנה ער פאקויפט וואפן פאר איראן סיריע

נישט דא קיין עווידענס אויף אזא זאך, עס איז דא וואס האבען מורא אז ער וועט.

אפילו אויב יא איז זענען זיי נישט אנדערשט ווי רוסלאנד וואס פארקויפט אויך וואפען קיין איראן.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט