אנקעטע: צפון קאריע נוקליער דיעל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

וועט אמעריקא גרייכן א צפון קאריע דיעל?

יא
68
74%
ניין
24
26%
 
סך הכול שטימען: 92

אוועטאר
משה כספי
שר האלף
תגובות: 1974
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 19, 2016 12:44 pm
לאקאציע: אינעם יודישען וועלטעל
פארבינד זיך:

תגובהדורך משה כספי » דאנארשטאג מאי 24, 2018 9:42 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:זעט אויס אז דער עולם האלט אז מען קען פרעדיקטען משוגעים. איך שטים נישט יא און נישט ניין. אזוי פיל יא, איך האלט אז מען האלט די נענטסטע צו א (עכטע) דיעל ווי מען האט נאר אמאל געהאלטען. פאר מער פון דעם ברויך מען ווארטן 3 וואכן..

;l;p-
נישט געשטימט פשוט ווייל איך קען נישט פרעדיקטן אזא זאך
וואס איך שפיר אבער איז אז דער טראמפ איז א שטארקע בר מזל ממילא שפיר איך עפעס אז עס איז דא שטארקע שאנסן נאכדערצו אז קיין טאנעל פאר טעסטס האבן זיי צו טראמפ'ס מזל שוין אויך נישט...
כדי א נושא זאל בלייבן אינטערעסאנט איז די שליסל א פוינט פאר א פוינט - עגרימענט אדער דיסעגריעמענט, פארשידענע מיינונגען געבן צו לעבן צו א נושא און ברענגט די שרייבער און ליינער הנאה צו האבן. און דאס פארקערטע איז מיט רעטאריק

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג מאי 24, 2018 9:48 am

איינער האט געטוישט די מיינד נאך די ברעכעדיגע נייעס?

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1071
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג מאי 24, 2018 9:52 am


קאליפארניע
שר האלף
תגובות: 1773
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 11, 2014 12:16 am

תגובהדורך קאליפארניע » דאנארשטאג מאי 24, 2018 9:54 am

קאליפארניע האט געשריבן:נאכן פארשעמען מייק פענס וועט לכאורה קיין סאמיט שוין נישט זיין.

Was obvious

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8554
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » דאנארשטאג מאי 24, 2018 10:07 am

געשטימט ניין, פשוט ווייל מיט צוויי משוגעים וואס יעדער ווערט געטשעפעט פונעם צווייטנס נאז קוועטש איז נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש.

וכך הוה.

#נאובל_פיעס_פרייז
#סטעיבל_זשיניעס
#ארט_אוו_די_דיעל
#טייערד_אוו_ווינינג
!?I REALLY DO CARE, DO YOU

אוועטאר
נו שוין
שר חמש מאות
תגובות: 651
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 13, 2015 12:47 am

תגובהדורך נו שוין » דאנארשטאג מאי 24, 2018 10:30 am

יו איז דער אשכול לאכעדיג, געסקרין קעפטשורט פאר פיוטשער רעפערענס.

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג מאי 24, 2018 2:13 pm

הא הא, נעכטן געשטימט ניין, נישט ווייל איך בין נביא, אבער איך האב געהאלטן אז צופיל זאכן דארפן גיין גוט ארויסצוקומען מיט א דיעל... וכך הוה.....
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
סאדאם חוסעין
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4804
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm

תגובהדורך סאדאם חוסעין » דאנארשטאג מאי 24, 2018 3:52 pm

איך שטים נאך אלץ פאר יא:
ווילאנג טראמפ האט טוויטער וועט זיין נייעס, און ווילאנג טראמפ איז א ריפאבליקען וועט זיין סקאנדאלן! [קרעדיט וויכי]

אוועטאר
פעיק נוז
שר האלף
תגובות: 1378
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

תגובהדורך פעיק נוז » דאנארשטאג מאי 24, 2018 10:27 pm

מטעמים האט געשריבן:
פעיק נוז האט געשריבן:מטעמים! מאכט נישט נ"ק קיין וואפן געשעפטן מיט טעראריסטישע גרופעס? איז וואס טוסטו ווען זיי וועלן האבן נוקלער?

רעכן אויס א ליסטע פון צוואנציג לענדער וואס האנדלען מיט טעראריסטישע גרופעס און די וועלט קערט זיך נישט איבער אז זיי גייען מארגען עפעס טוהן פאר קיינעם.

הייב אן ביי רוסלאנד, פאקיסטאן, סאודי אראביע און נאך א סך אנדערע.

פאר אים צו פארקויפען נוקלעארע וואפען דארף ער קודם אליינס האבען און נאכדעם דארף ער טעקניקלי עס קענען ארויסטראגען פון דארט ווען ער האט נישט קיין שום רילעישאנשיפ מיט קיין איין אנדערע לאנד וואס זאל אים וועלן העלפען איז עס זייער זייער שווער און כמעט אוממעגליך.

איראן זיכט אליינס צו מאכען זיי זיכען נישט צו דארפען אנקומען צו דעם צודרייטען.

עני נארמאלע ראציאנאלע לאנד וואס האט דיפלאמאטישע באצאונגען מיט נארמאלע וועלט לענדער און וויל נאך בלייבן א נארמאלע לאנד אויפן כדור וועט זיך נישט זוכן קיין צרות מיטן צושטעלן נוקלער פאר טעראריסטן און באהאלטן פון אמעריקע'ס אויג וועט ער זיך נישט קענען,

משא"כ נ"ק וואס האט כמעט נישט קיין שעבוד צו די וועלט (חוץ צו טראמפ וואס האט אים צוקוועטשט) און ער קען גרייט זיין אויף סוסייד, קען מען מיט אים נישט אויסרעכענען וואס ער פלאנט צו טון דערמיט איינמאל ער האט עס.
דער שוואכער טראסט אין טראמפ איז גוט פאר אונז, ווייל ער קען אונז נישט זאגען "גלייב מיר", איז האט ער נישט קיין ברירה און מוז נאכאנאנד דעליווערען

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 611
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » דאנארשטאג מאי 24, 2018 10:52 pm

סאדאם חוסעין האט געשריבן:איך שטים נאך אלץ פאר יא:


גא"מ, ער גייט צירוקגעקומן פאר א סאמיט אין אויף טרומפ י"ה טורמס

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » פרייטאג מאי 25, 2018 4:43 pm

קודם כל, א לאנד וואס איז אויף טריץ, איז א סכנה פאר די וועלט, ער קען טון סכנה'דיגע זאכן ווען ער האט נישט וואס צו פארלירן.
מ'האט פון קאדאפי אויך געליטן אסאך צרות, פון קראכן פליגער ביז שטיצן טעראר אא"וו.

והשנית, א צוריק געשטאנען לאנד מיט גרויסע וואפן, קען אויסקוקן ווי טשערנובל, אדער נאך ערגער ח"ו.

און דריטנס, א דיקטאטור וואס זיין לאנד ליידט צרות צרורות, איז אייביג בעסער, נאה להם ונאה לעולם, אים צו שטעלן אין פלאץ, ער זאל אנהייבן אביסל רעפארמען, ווי טשיינע און אפילו רוסלאנד.
במילא אז ס'איז פארשטענדליך א מורא'דיגע דערגרייכונג אז ס'קען פארן אין די ריכטיגע ריכטונג.

לגבי די דיעל, בין איך בשיטה אז עס גייט יא זיין א דיעל, אפשר נישט מיט די פאריגע דעיטס, וויפיל דיעל צוריקציאכטס דארף נאך געשען מ'זאל זיך אויסלערנען טראמפ'ס מהלך, איך האב נישט וואס צו פארלירן, איך וואק אוועק, און איך מאך דיך צרות, זאלסט יא האבן וואס צופארלירן, און זיך זעצן צום טיש, דאס קען נעמען צייט, אבער וועט אי"ה ארבעטן זייער פיין.

ביי די וועי, 99.99 פראצענט מענטשן וואס האבן אויפגעטון עפעס גרויס, זענען אביסל אדער אסאך משוגע, א נארמאלע מענטש זיכט נישט קיין צרות און קיין אוואנטורעס, ער זעט נאר ס'זאל פארן ווייטער, מ'דארף זיין משוגע צו נעמען אויף זיך עפעס גרויס וואס קאסט צרות און בושות, און בלייבן מיט די געדולט אויסצושלאגן ביזן סוף.

אז טראמפ האט צוויי טורם'ס, וועט זיין א דיעל מיט איראן, און מיט נ"ק.
און נאך אסאך אפענע ארויסגעצוגענע דילס וואס זענען אויפן טיש, און די לענדער וועלן איינזען אז נישטא קיין צוויי וועגן.

ארט אוו די דיעל, און ווי כאפצעם זאגט כסדר, סטעבל דשיניעס.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1666
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » מוצ"ש מאי 26, 2018 10:29 pm

;l;p-

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 815
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מוצ"ש מאי 26, 2018 11:33 pm

הער איך אויף קולמע אז עס איז צוריק געסקעדשולט פאר יוני 12
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » זונטאג מאי 27, 2018 12:11 am

כאפצעם האט געשריבן:געשטימט ניין, פשוט ווייל מיט צוויי משוגעים וואס יעדער ווערט געטשעפעט פונעם צווייטנס נאז קוועטש איז נישטא מיט וועם צו גיין צום טיש.

וכך הוה.

#נאובל_פיעס_פרייז
#סטעיבל_זשיניעס
#ארט_אוו_די_דיעל
#טייערד_אוו_ווינינג

וכך היה קענסטע יעצט זאגן, פאר א נאר ווייזט מען נישט קיין האלבע ארבעט, איך מיין חלילה נישט צו זאגן אז דו ביסט א נאר, איך גלייך דיין שרייבן, איך וויל נאר ארויסברעגנגען אז מען האלט אין מיטן א דיל, ווי לאנג עס איז נישט אווער קען קיינער נישט פייערן זיג צו קעגן טראמפ אדער פאר טראמפ.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בן הצעיר, ברזילי, חלה, פייווישעל, פעטער שמואל און 22 געסט