וועלטס קריזיס: זון אונטערגאנג, "נאכטאלאגיע" געפאר

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

וועלטס קריזיס: זון אונטערגאנג, "נאכטאלאגיע" געפאר

תגובהדורך ראש העיר » פרייטאג אפריל 20, 2018 3:42 pm

שלום עליכם טייערע קאמעראדן, איך האב שוין פון לאנג נישט אפגעשטאט א רעכטן באזוך דא אין קרעמל, אבער די זארג און אחריות וואס איך שפיר עס ליגט אויף מיינע פלייצעס פאר די וועלטס וואוילזיין האט מיך געשטופט אראפצונעמען פון מיין טייערע צייט צו פרובירן ראטעווען די וועלט פון אזא אומבאמערקבארער אנגייענדן געפאר..

אייגנטליך די "גאר קלוגע" און פעסט "געלערנטע" האבן עס שוין געוויס באמערקט און שטילערהייט געוואוסט פון דעם שרעקליכן מצב, אבער צוליב סיי וועלכע סיבה האבן זיי נאכנישט אויפגעהויבן זייער שטימע און האבן אריינגעלייגט און באהאלטן די הענט אין די "צלחת" אריין, דעריבער וועל איך דא אויפשטיין מיט א געשריי פון א לעמפערט, און אויפרודערן די וועלט פירער וואס זארגן שטענדיג אזוי געטריי אז די וועלט זאל חלילה נישט אונטערגיין, אז זיי זאלן זיך נישט פארמאכן די אויגן, נאר זיך נעמען צו דעם ברענענדיגן פראבלעם מיט די פולסטע ערנסטקייט, ווי עס פאסט פאר אזעלכע חכמים ונבונים וואס זעען זאכן וואס קיינער זעט נישט און פארשטייען זאכן וואס קיינער פארשטייט נישט, אבער קענען מיסטעריעז געווינען די צוטרוי און בלינדע גלויבונג פון צענדליגער מיליאנען מענטשן איבער די וועלט..

נעמליך, די שאקירנדע מציאות אין וואס מיר לעבן, די נייע שרעקעדיגע "נאכטאלאגיע" וועלכע שפאנט פאראויס מיט ריזן טריט, די נאכט טונקלקייט האלט אינמיטן איבערנעמען די הערשאפט, יא, עס הארכט זיך שרעקעדיג, די לבנה רוקט זיך - צוזאמען מיט די פלאנעטן וועלכע האבן א פרידן אפמאך מיט די לבנה און שווארצע שטערנס מיט א שנעלקייט פון 80 מצרי'שע פערד, 30,000 שפריצנוואסער אין איין אויגנבליק, באגלייט מיט די כוחות פון די מזלות און אווענד-שטערן וועלכע טוען יעדע נאכט אויסשפרייטן די ברייטע טונקעלע פליגל איבעראויס די וועלט קוגל און טרעטן מיט א פענאמאלער שטארקקייט אויף די וועלט קושקע, און שטעכן אריין אן קיין רחמנות אין די הארץ פון דער וועלט, און שיסן אריין מאסיווע קוואנטומען פון זענדונגען און טונקלבליץ שטראלן ארום די זון קאלאניע, און ביי די אפשניט פון די מיטלסטע און לעצטע נאכט אפטיילונג קומט אריין א קאלטע פראנט דורך'ן ים התיכון, און ברענגט אן א לא-נינא, א מאקינא און בעלאונינא, , און ווען די מזרח ווינט הייבט אן בלאזן א דרום ברויז, ווערט עס פארוואנדלט אין א "סאוט-וועסטער", און ברענגט א פלייץ פון שטויב שטורעם וועלכע לאזן זיך ארויס אין ריכטונג פון די זון וועלכע ציהט די שטויבלעך, און דאס בויט אויף א וואנט צו העלפן דעם געפארפולן נאכטאלאגיע..

און אלס רעזולטאט ווערט פון טאג צו טאג מער טונקל, די טעג ווערן קורצער און די נעכט לענגער, עס איז פחד און שרעק ווי דאס גייט אן און שפאנט פאראויס אן קיין בארעמהארץ, אזוי ווייט אז די עקספערטן און שטערן זעער זאגן פאראויס אז ביז יארע תשפ"צ לפ"ק וועט מער בכלל נישט זיין אזא זאך ווי טאג! שוין אפגערעדט וואס אלס רעזולטאט וועט מען דארפן זיך באנוצן מיט עלעקטרי דורכאויס די מעת לעת, און דאס וועט פאראורזאכן א ריווערס פאטאלאגיע וואס וועט נאכמער פארשאטן פאר די גרינע זאנע, און וועט נאכמער דורכלעכערן די אזאון לעיער וואס וועט פארשנעלערן די שוואכקייט פון די טאגליכט,

די מעאטרעאלאגן און פילאזאפן מאכן א במזיד'יגן שווייג אין א ערנסטע קאנספיראציע כדי די "טי פארטי" זאל נישט פארדינען פון די קאנסעקווענצן פון די "אינדעפענדענט קאנפעדערעיט" פליגל, וועלכע ווערן אונטערגעשטיצט דורך די עליטע גווארדיע פון די "עסקימאוס", און ווערט פינאנצירט דורך די רויטע אינדיאנער וועלכע באהאלטן זיך צווישן די שווארצע אינזלען ביים דרום שפיץ פון בערמודא און נארט-איסט פון נאגאסאקי, און זענען באהערשט דורך א געניטע פעסטונג פון יו.עף.או.'ס, און די גאמבינאו ברידער..

די אלוועלטליכע פירער און וועלט געזונטהייט ארגאניזאציע וועט זיך מוזן באצייטנס נעמען צו אפשטעלן די אפעקטן פון לבנה און שטערן מיט זייערע זענדונגען און געפארפולע לעיזער ביעמס, איך מיט א גרופע עקספערטן זענען שוין געזיצן מיט פארשער און ווייסער, און מיר האבן אפגעשריבן א ביכל מיט 2,415 בלעטער מיט די איינציגסטע אויפריכטיגע פלאן ואס קען העלפן ראטעווען די וועלט פון א קאטאסטראפע, א פאטענט צו ארום בויען א באשיצונג ארום די זון צוזאמגעשטעלט פון א קאמבינאציע פייבער-אפטיק טערעלין באדעקט מיט היידרא-גליצערין געמישט מיט א קאקטעיל פון כעמישע געווירצן צו קענען דערהייבן די זון שטראלן און מיט זייער קאלטע פראנט און ווארעמע זייטן וועלן זיי אויך קענען בלאקירן צו דער זעלבער צייט די לבנה מיט די נאכט כוחות מיט די שרעקעדיגע שווארצע פליגל, און ארויסשטעקן צו זיי די פייער צונגען מיט העלדישע מוט צו אפווארפן די אינוואזיע..

טראץ וואס מיט די פשוט'ע בלויזע אויגן זעט זיך אויס ווי די זון קומט גאר ארויס אסאך מער און שענער ווי בלויז מיט עטליכע חדשים צוריק, די זון-רייז איז מיט א שעה צוויי פריער ווי אקארשט פאר עטליכע מאנאטן, און די זון אונטערגאנג איז מיט עטליכע שטונדע שפעטער ווי נישט לאנג צוריק, אזוי קוקט טאקע אויס ווען מ'קוקט "אויבערפלעכליך", מיט פרימיטיווע תמימות, דאס איז נאר אן אויגן פארבלענדעניש, אזויווי עס זענען דא "אויבער חכמים" וואס קענען נאך היינט צוטאג האבן ספיקות איבער די שוין גוט פובליצירטע "גלאבאלע אנווארעמונג", ווייל זיי גלייבן די אויגן פארבלענדעניש אז יעצט איז באמת קעלטער ווי אלע יארן אין די צייט, עס קען זיין אפילו אז עס "שפירט זיך" קעלטער, און מאסן מענטשן צינדן נאך אן די הייצונג אינמיטן חודש אייר, אבער אין אמת'ן גלייבט יעדער מיט פארמאכטע אויגן אז אונז לעב מיר יעצט אין גאר הייסע צייט, און די וועטער איז באמת אזוי הייס אז עס איז נישט צום אריבערטראגן די היצן, ווען באמת דארף ווען די עיר קאנדישאן האקן אויף כח, נאר די וואס לאזן זיך פארבלענדן פון די דמיונות אז יעצט איז באמת קאלט, די זענען די וואס גלייבן אז די טאג ווערט גאר מער, א שאד מיט די מענטשן צו רעדן אפילו..

ווי פארשטענדליך לוינט זיך אונז נישט צו נעמען צו דער ארבעט בעפאר עס ווערט אריינגעלייגט אין עסקראו פון אונזער ביזנעס אקאונט איין ביליאן דאללער אמעריקאנער קורענסי פאר די ערשטע חודש צו אנגיין מיט די לעבנס וויכטיגע פארש ארבעט און די סאלושען צו ראטעווען די וועלט, און נאך 8 ביליאן פאר די סייענטיפישע פארשער צו קענען טאקע געפינען אזא פראבלעםאמעריקא - אלס די וועלטס פארזארגער וועט מוזן איינשטעקן די ערשטע חודש, מיר זענען גרייט צו העלפן אונטערהייבן די "סילינג" פון דעבט וועלכע איז שוין סייווי ביי 18 טריליאן און די לעבנס וויכטיגע פראיעקט (וואס וועט אונז בדרך אגב אויפרעכטן, און אזוי שטילערהייט אונז אריינרוקן אין די פארבס מיליאנערן ליסטע), און די אנדערע וועלטס פארזארגער זאלן נאכטון די נאבעלע אקט פון די אמעריקאנער נחשונים..

פאר מער דעטאלן קענט איר באזוכן אונזער וועבזייטל: פתייאמיןלכלדבר.קאם

צו קענען בעסער פארשטיין די שרעקליכע נושא קענט איר אויך באזוכן די אומצאליגע וועבזייטלעך וועלכע רעדן וועגן #גלאבאלע אנווארעמוננג, איר קענט נעמען אלע אומפארשטענדליכע ווערטער, טערמינען און הסברים און מאכן א גזירה שוה און פארגלייך דירעקט אהער..
לעצט פאראכטן דורך ראש העיר אום פרייטאג אפריל 20, 2018 4:29 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

איש האשכולות
שר חמש מאות
תגובות: 629
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » פרייטאג אפריל 20, 2018 4:15 pm

דער ווארפט צוזאם בקיאות מכל קצווי תבל, נאדיר צוויי ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » פרייטאג אפריל 20, 2018 5:07 pm

האהאהאהאההאה . פיין געזאגט
זאג נאר די אלע אומפארשטענדליכע ווערטער האסטע גענומען פון די אלטע צייטונגען, אדער ס׳איז ארויסגעקומען וואס די קיבארד האט געגעבן????
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

אוועטאר
וויי-פיי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 270
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 11:11 am
לאקאציע: jersey city
פארבינד זיך:

תגובהדורך וויי-פיי » פרייטאג אפריל 20, 2018 5:31 pm

כא כא כא האט געשריבן:האהאהאהאההאה . פיין געזאגט

;a-1;
דאס איז א שטיקל מיט ווערטער וואס ווערט צוגעלייגט צו אלע דיינע תגובות, עס איז דא א מאס פון 255 אותיות וואס מען קען שרייבן.

https://db.tt/gbCdEoI27L

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2711
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » זונטאג אפריל 22, 2018 9:19 am

א ווייסע הויז ווארטזאגער האט נארוואס געלייקענט אין נאמען פון פרעזידענט אז די פלטשע מהפכה איז נישט אמת קיין "כי הוא זה" (זיין/איר אויסדריק!).

סקאט פרואיט, דער "עסן פיטשעס אייביג - EPA" פארזיצער האט זיך געזעצט פון הינטען. נאך וואס רא גרויסע אויספארשונג איבער די אנדעקונג אז ער גלייכט שיינע גרויסע שניי היילן וועלכע די עסקימאוס האבן אים משחד געווען כדי ער זאל צושטייער געבען און לאזן אריינלייגן זייער ווערשין פון אפ-ענטפער אויף די אנטדעקונג פון אונזער געטרייע קאלעגא אין ד אפעציעלע וועבזייטן (פוי!) פון די גאווערמענט.

די וואשינגטאן פאוסט ברענגט היינט צופרי א ריפארט אז דשעיס קאומי (פרעזידענט טראמפ גרוש..) האט געווארענט די אטורני דשענעראל שוין צוריק אין 2017 א וואך נאכן איינשווערונג אז "די מצב איז נישט גוט! האלב פונעם פאלק לעבט אין דמיון אדער דינייעל!". צו וועלכע סעשאנס האט אנגעבליך (ריפארטעטלי...) געענטפערט " סעי וואט..... סאן..."

לויט די ריפארט איז דאס דירעקט א שיכות מיט די שוידערליכע אויפדעקונג, און די "סאן" אויסדריק איז לויט CNN'ס "דשעפרי טובין.." א "קלארע הוכחה פון אימקאנסטיפעשענעל קאלוזשען פון העכסטן גראד"!! און ער ווייסט נישט וויאזוי 'אלען דערשאוויץ' קען עס אפילו פארטיידיגן....

די נעשאנעל גארד פון קאליפארניע איז געשטעלט געווארן אויף היי עלערט צו באבאכטען אויב עס כאפט זיך נישט אריין קיין אומלעגאלע שטראלען אין לאנד....

מער דעטאלען נאך די קורצע אדווערטייזמענט:

שיקט איר די קינדער אין קעמפ?
זייער גוט!

מיר נעמען אן צו שיקן פעקלעך יעדען פרייטאג און מאנטאג, פאר א מינימאלע אפצאל פון 13 דאלער (כמנין שניי חיי כולל...). איר ברויכט זיך נישט יאגן, ווייל מיר יאגן זיך אויך נישט. כי כי כי..... רופט ווי אמשנעלסטען - בלויז פאבליק טעלעפאן!

א דאנק. מיט אכט. אייער חבר: יהוכנן בן פאתמאכעווע.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2112
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג אפריל 22, 2018 9:35 am

אינגאנצן פאריקט דא :lol: :lol:

אבער נעווער מיינד די גאנצע גלאובעל ווארמינג זעהט אזוי אויס, מ׳שרייבט אנאליזען מיט ריפארטס פון עטליכע טויזענט זייטן מיט קאמפליצירטע ווערטער, מ׳נעמט אויף אפאר לאביאיסטען, און ס׳ווערט א פאקט (ליין: מ׳הייבט אן מאכן געלט) גיי פרעג עס אפ.

און צו דיר שמאטע, קאמערשעלס זענען דא נישט ערלויבט..
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » זונטאג אפריל 22, 2018 11:19 am

ראש העיר איז ארויסגעקומען פון לאך צו ברענגען א שמייכעל אויף די ליפען, גוט צעלייגט די פארנאיישע גלאובעל ווארמינג דמיונות
:lol:


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט