מזל טוב טיפשים! ארטעפישעל חכמה עוועליבעל

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 984
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מאנטאג אפריל 09, 2018 6:24 pm

שכויעך פרידען! ליידער האב איך אין די משפחה אזא מאטי, און דו האבסט אים אזוי מין גוט אראפגעלייגט, ער איז אזא שוטה וואס האלט זיך פאר א גאנצעטע חכם, און מ'הערט פון זיין רעדען אז ער בלאבעלט גראד נאך די בעסכיסע וועבזייטעל אין וועלעכע ער איז גאר שטארק פארקניפט, נעבעך

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג אפריל 09, 2018 6:34 pm

לענ"ד איז די שפראך דא שוין אראפ א טראפקעלע צו נידריג, ניסן בפרט האט דאך א שייכות מיט קדושת הדיבור, וואלט געווען מעהר פאסיג א לשון נקי', ואין צו אלא לשון זירוז, להזהיר גדולים על הקטנים.

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12251
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מאנטאג אפריל 09, 2018 6:37 pm

פרידן האט געשריבן:PDF

צו סאמערייזען הרב פרידן'ס ווערטער קען מען מיט דער באוויסטע סעיאינג:
A little knowledge is a dangerous thing

א יישר כח הרב פרידן פאר פיין ארויס ברענגען די שמאלקעפיקייט פון אזוי גערופענע חכמים וואס מיינען אז זיי האבען געכאפט דעם טוטער ווען זיי האבען יעצט צום ערשטע מאל געהערט וואס זיי מיינען איז א "באמבע" קשיא וואס פרעגט אלעס אפ; און בעיקר וועט עס זיי יעצט געבען דער "רעכט" צו טוהן ככל העולה על לבם, ווייל זיי פארשטייען דאך און ווייסען "מער" ווי אונזערע גדולים קדושים וטהורים.

א שאד אז כ'האב שוין נישט דער צייט צו רעאגירען אויף אלע תגיבות דא און אויך אין דער ידעתי אשכול; אבער געשפירט אז לכל הפחות מוז איך ארויס קומען למען השם ותורתו.

לגבי די וואס זאגען אז איר האט געדארפט שרייבען איידעלער, וויל איך זאגען אז מורי ורבי הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט ניצען זייער נידעריגע לשונות קעגען משכילם ואפיקורסים און זיי נישט געשוינט. ער האט געניצט דער שארפסטע לשון וואס איז שייך "וואס מאכט חוזק פון זיי" און נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט.

און לגבי דער קובץ ידעתי וואס איך האב נאך נישט געליינט, נאר געהערט אינעם אנדערן אשכול דא עפעס און דארט עפעס; וויל איך זאגט אז צוויי פון די נעמען וואס זענען דארטען אקטיוו קען איך פערזענליך און פארשטייט זיך שטיץ איך זיי; און אויב גייט דאס זיין דער פלאץ צו שטערקערן די אמונה ביי כלל ישראל; וועל איך בל"נ אויך צו שטעלען א פלייצע אויב עס וועט זיך פאדערען; און פארשטייט זיך אז די אלע מאמרים זענען "נאר" צו פארשטערקערן די אמונה פאר די וואס האבען קשיות; אבער בעסער איז, "דער בעסטע איז", נישט צו האבען קיין קשיות און נישט דארפען קיין תירוצים. און אזוי בין איך טאקע אנגעקומען צו מו"ר הגאון רבי אביגדור מיללער; ווייל איך האב געוואלט הערען די תירוצים פארען האבען קשיות; און טאקע פאר כ'האב גענומען מיין GED האביך קודם אויס געהערט אלע זיינע טעיפס איבער עוועלושען, און נישט נאר נישט געהאט קיין קשיות; נאר עד היום הזה ניטץ איך זיינע שיינע און טיעפע רעיונות ווי ער מאכט דערפון אש און פארעך.
לעצט פאראכטן דורך SPUSMN אום דינסטאג אפריל 10, 2018 10:53 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

קאזאבלאנקא
שר חמש מאות
תגובות: 514
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 02, 2016 11:11 pm

תגובהדורך קאזאבלאנקא » מאנטאג אפריל 09, 2018 6:46 pm

סארקאזי האט געשריבן: אבער סתם אן אומוויסנד קינד וואס ווייסט נישט וועלכע זייט מען עפענט אויף א ספר און ווייסט נישט ווער סאיז געווען פריער דער חפץ חיים אדער דער דברי חיים אדער דער בית יוסף צו הרב עובדי' יוסף (ס'איז נישט קיין וויץ כהאב עס שוין פראבירט) מיט אים ווילסטו דיבעיטען?
,


ווי יענער וואס פארשט נאך די משפחה שייכות פון רבינו תם, ברוך טעם, און דער טעם כעיקר

געקומען איז אמאל א משכיל צום מלבי"ם און זיך אויפגעטון אז ער איז א משכיל און ער האט קשיות וכו', פרעגט אים האסט געלערנט אמאל גמרא, ניין, משנה, ניין, מקרא, ניין
אויב אזוי זאגט אים דער מלבי"ם ביזטו א פשוטער שוטה מיט וועמען ס'איז נישטא וואס צו שטיין אין ווארט

אוועטאר
כא כא כא
שר חמש מאות
תגובות: 921
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 31, 2017 5:28 pm

תגובהדורך כא כא כא » מאנטאג אפריל 09, 2018 7:58 pm

און פאר די וואס שרייען 'שנאת ישראל'...
דערמאנט עס מיר איינע פון די היינטיגע דור געבענטשטע פאפולער פיגורן, וואס דריקט זיך אלץ אויס מיט זיין אויסערגעווענליכע אהבת ישראל.... ''איך האב דיך אזוי ליב''. ''יעדער איד נישט קיין חילוק וויאזוי ער קוקט אויס''. ''יעדעם האב איך אזוי ליב''.
און ווען ער זעט נאר א פרומער כאניאק געט ער כמעט א שפיי.....

לאמיר זען איינע פון די חברה זאלן גיין ביי די אנדערע וועבסייט'ס און שרייען ווען זיי מאכן חוזק פון גאנץ אידישקייט ''נא שנאת ישראל''.....
האסטו שוין אמאל געהערט ווי די רויבערס צילאכן זיך...
לאך פון די וועלט
קח''א קארדינעיטאר

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מאנטאג אפריל 09, 2018 8:36 pm

איך קיק אן די מהלך פון פרידן גאר גוט. אזוי ווי טראמפ טוט מיט די טעראריסטן, ווער מיינט איר אז איר זענט נער'ישע דורכגעפאלענע מענטשן, וואס האבן נישט אין ערגעץ מצליח געווען הרגעט איר מענטשן והוא הדין לגבי אפיקורסים למינהם.
איר זענט נישט הער אפיקורס איר זענט נעבעך אפיקורס, דער וואס האט זיך אין חדר די נאז נישט געקענט אליין מסדר זיין, וויל דא גאר ווערן מיין בר פלוגתא.... וועגן די ביזט נישט צופרידן מיט דיין לעבן מיז איך מיט דיר זיך נאכנישט טענה'ן וועגן מיין אמונה נישט וועגן די האסט געליינט עפעס א בלאג וואס עפעס א צווייטער נעבעך האט געשריבן און די פלאפעלסט יענעם נאך מיז איך זיין דער וואס גיבט אוועק צייט דיר צו ענפערן.
בפרט ווען די פארשטייסט אפילו נישט וואס איך בין דיר מסביר.
איך האב אמאל געזאגט פאר אזא איינעם, פון מיין עלטער וואס איז נאך נישט פארהייראט :cry: אז קודם וועלן מיר זיך טענה'ן צו איינס מיט איינס איז צוויי (מיין כוונה איז געווען אויף יענעמ'ס עלטערן וד"ל) און נאכדעם וועלן מיר זיך צוריקערן צו אינזער שמועס.....
דאס איז די עצה זיי אים מודיע איך ווייס דייין סטאטוס....
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 742
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מאנטאג אפריל 09, 2018 9:19 pm

ערגעץ דא האט 'פרידן' פריער געשריבן איבער די אמאליגע משכילים איך קען עס יעצט נישט טרעפן.
ער האט ארויסגעברענגט בקצרה אז רוב אמאליגע משכילים זענען נישט געווען קיין קלוגע געלערנטע לייט, נאר שוטים בערך ווי די היינטיגע, נאר בלויז די געציילטע ראשי העם פון צווישן זיי זענען געווען חכמים (להרע).

ולענ"ד איז עס בכלל נישט ריכטיג, איינע פון די הויפט נקודות פון די משכילים איז געווען אז ס'נישט קיין שום סתירה צו קענען כל התורה און זיך אויפ'פירן ווי א גוי גמור, און דאס איז געווען געבויט אויף פארשידענע קרומע מהלכים, ראיות פון תנ"ך און פון חז"ל, אויך האבן זיי געפרעדיגט אז היינט איז אנדערש ח"ו ונשתנו העתים רחמנא יצילנו מהאי דעתא.

זיי האבן עס בשיטה אויסגעשטעלט אויף אזא אופן אז אפילו גרויסע תלמידי חכמים זענען אריינגעשלעפט געווארן, און זייער גאנצע כח איז געווען פשוט דורך ליינען טרוקענע בוכער!, נישט פון זיך אנזעהן מיט תועבה בילדער!, ניין! נישט דארט האט געשטעקט דער חורבן פון השכלה. דער חורבן וואס השכלה האט פרובירט אנצודרייען איז געווען מיט א גאנג להשמיד את כל היהודים היראים ושלמים, דורך זיי פארדרייען די מוחות, אנגעהויבן מיט קלייניקייטן, און פון דארט איז עס געגאנגען ווייטער, עד שאומר לו לך עבוד וכו'..... ווי ס'קוקט היינט אויס ביי זייערע נאכפאלגער, השם ירחם.

עכ"פ נישט בלויז וואס זיין א ריכטיגע תלמיד חכם און ידען איז נישט געווען קיין סתירה צו השכלה, נאר טיילמאהל האבן די משכילים געשטופט צו לערנען, פארשטייט זיך אז בכל מקום נגיעתם האבן זיי מטמא געווען, פארדרייט די אמת, פארקרומט די השקפה איבער לימוד התורה וכדו', די רשימה איז לאנג, אבער בכל אופן שיהי' איז לכאורה גאנץ א זיכערער זאך אז די משכילים האבן פיין געקענט, ממש היפוך ווי די שמועס דא, איבער וואס ס'נוגע היינטיגע טעג.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1964
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » מאנטאג אפריל 09, 2018 10:20 pm

מטעמים האט געשריבן:ווען אונזערע בעלי דרשנים וואלטען ווען אזוי גערעדט וואלט ווען געוועהן א בעסערע דור.

דו ביזט גוטע נייעס!


דאס אמאל זיכער עס וואלטן געווען מער מענטשן ביי די דרשות

טענק יא פרידן לייק דיין פעדער
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

dinrap
שר חמישים
תגובות: 73
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 9:36 am

תגובהדורך dinrap » מאנטאג אפריל 09, 2018 10:38 pm

פרידן האט געשריבן:PDF

טענקס א באנטש!
;a-1; ;a-1;

ממש אזוי
שר האלף
תגובות: 1489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובהדורך ממש אזוי » דינסטאג אפריל 10, 2018 8:22 am

איך וואלט צוטיילט די זאך אזוי. רוב פון די חברה האבן א גייסטישע פראבלעם אדער עטליכע פראבלעמען. פאראן אזעלכע וואס ליידן פון שווערע פערסאנעלעטי דיסארדערס אנדערע זענען אספערגערס און זענען איזיאלירט פון אמתע נאנטשאפט. (פאר די גייסט אוועקמאכן וואס איך האב יעצט געשריבן, פרעג דיך נאך ביי מענטשן וואס פארשטיין מענטל העלט).

אנדערע ליידן פון פאוסט טראומא נאכן דורכגיין שווערע יוגנט יארן. ווידער אנדערע ליידן פון שווערע לערנינג דיסעביליטיס.

דער צד השוה ביי זיי אלע איז אז עס פאראן ביי זיי באגראבן א מוראדיגע כעס און פארביטערניש פון יארן לאנג. זיי שפירן נישט א טייל פון די מענטשהייט, זיי שפירן זיך אויסגעשפילט, אומגעלונגען אומאקצעפטירט און באקריוודעט.

ווען א מענטש שפירט די אלע געפילן און קען דאס נישט ארויסגעבן אויף א געזונטע אופן עסט דאס צוביסלעך אויף זיין עצם, און וואס סגעשעט דערנאך מיט זיינע געפילן איז אז ער הייבט עס אן ארויפלייגן אויף די סיסטעים, אידישקייט, מסורה, וכו וכו,. וואס טוט ער נאכדעם? ער גייט און לאזט אפ דעם אידישען וועג און זוכט עפעס גליקן ערגעץ אנדערש. פארשטייט זיך, היות ווי זיין פראבלעם איז נישט די סאסייעטי, נאר ער אליין, לייזט ער נישט זיינע ווייטאגן, און ליידט וואו אימער ער גייט. איי א מענטש קען דאך נישט פארנעמען דעם שרעקליכן געפיל פון נאכנאנדע דורכפאל, וואס טוט ער? ער לייגט עס אן אויף זיין יוגנט יארן; דאס איז שולדיג אויף זיינע נאכנאנדע שוועריקייטן. איי א מענטש קען דאך נישט סובל זיין צו זיין אן אנגייענדע וויקטעם, עס מאכט דאך דעם מענטש שפירן ווי אין א תפיסה, וואס טוט מען? אין דעם פאזע הייבט מען אן זיך איינצורעדן אז די ׳גאנצע׳ זאך איז נישט אמת, און מען דערקלערט זיך אלס אן ׳אינטעלעגנטער דענקער׳ וואס קען פילעזאפירן אויף אלע טיפע בריאה איינלעגנהייטן, אא״וו. וואס טוט ער אויף דערמיט? זייער פשוט, יעצט איז ער שוין מער ווי זיין אלטע סביבה וואס האט אים אזוי צוקלאפט, ער איז אויף א העכערע לעוועל פון זיי. גראדע ביי די אספערגערס מענטשן איז דא א גרויסע פראבלעם וואס מאכט זיי שפירן צומישט אוו דאס איז די ׳געפילן׳ חלק פון אידישקייט. וויבאלד זיי שפירן נישט געווענליכע געפילן און זיי קוקן אן זאכן זייער שווארץ און ווייס דעריבער מאכט זיך ביי זיי קשיות און סתירות וואס זיי הייבן אן זיך איינצירעדן אז סיז ׳געוואלדיגע׳ קשיות. דער פראבלעם איז נאר אז ווי נאר זיי לאזן אפ דעם אידישען וועג און זוכן אנדערע גליקן האבן זיי איבעראל די זעלבע פראבלעמען, ביז זיי הייבן אן אנצוקוקן די וועלט אז די וועלט איז א געפערליכע פלאץ, א פלאץ פון שלעכטע מענטשן ווי ׳קיינער׳ קימערט זיך נישט פאר דיר. הייבן זיי אן צו ווערן מער איזילאאירט און מער איזילאאירט ביז רח״ל... בעסער נישט צו גיין ווייטער. (און פארגעס נישט אז ביזן לעצטע טאג וועלן זיי בלעימען אידישקייט).

דער סך הכל דערפון איז אז זיי זעענען נעבעך גרויסע רחמנות׳ער אויף וועמען דער אייבירשטער האט זייער רחמנות (כי לא ידח ממנו נידח).

זאל קיינער נישט מיינען אז איך בארעכטיג זיי. ח״ו מהאי דעתא. זיי האבן א בחירה, און זיי דארפן היטן תורה ומצוות. וואס איך זאג נאר איז אז זיי זענען גרויסע נעבעך׳ס. און אז מען קוקט עס אן אזוי טראכט מען אנדערש אוו מען ווערט נישט נתפעל פון זייער ׳גרויסע׳ אינטעלעגענץ.
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2316
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דינסטאג אפריל 10, 2018 12:44 pm

געוואלדיגער ארטיקל דאס
יש"כ הרב פרידן
מיט דיין מיסיע צו לצנות מאכן פון די חברה בכל שם וכנוכא דאית להוא..
פון די ארטעפישל WD40 אידן...
חזק ואמץ

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » דינסטאג אפריל 10, 2018 1:04 pm

גאנץ א שארף פעדערל הרב פרידן, די שאלה איז וואס דאס פרובירט אויפצוטאן,

צד א' - אז אנ"ש וועלכע האבן נישט קיין שום נויגונג צו די "ארטעפישל חכמה" זאלן האבן א גוטן לאך אויף זייערע פארפארענע ברודער און פילן גוט מיט זייער וועג און זיך מחזק זיין שהבדילנו מן התועים.

תוצאה - דזשאב וועל דאן, מישען אקאמפלישט.

צד ב' - אז די ארטיפישל חכמים, די WD40 ליידנדע, זאלן דורכליינען די ארטיקל און איינזעהן אז זיי גייען אויף פארדרייטע וועגן וישובו ממחשבתם.

תוצאה - בלויז ארגער געמאכט, דאס איז וואס די חברה טענה'ן אז די פרומע עולם האבן נישט וואס צו ענטפערן אויף זייערע אזויגערופענע 'קשיות' און קענען בלויז אוועקמאכן און שרייען שוטה/אקס/בהמה/בעיבי/מאנקי.

צד ג' - אז די וועלכע וואקלען זיך, זענען נאכנישט משוקע אין ארטעפישועליטי (איז דאס א ווארט בכלל??) אבער האבן שוין ליידער טועם געווען אביסל און זענען האלבוועגס ביים שוועל מיט איין פוס אריין און די צווייטע אינדרויסן, אז די דאזיגע זאלן איינזעהן אין וואספארא פלאנטער זיי לאזן זיך אריין און זיך האלטן אינדרויסן פונעם גרף של רעי.

תוצאה - אפן פאר דעבאטע, לדעתי העניה האט עס ארגער געמאכט פארן רוב און בעסער געמאכט פאר געציילטע, באט איך קען הערן א אנדערע צד.

צד ד' - סתם געשריבן אז דער עולם זאל האבן א גוטע לאך, תוצאות זענען בכלל נישט רעלעוואנט, און וועמען עס געפעלט נישט זאל גיין רייטן אויף צוויי קעפיגע באנאנעס.

תוצאה - יו אר מיי פעיוועריט.
לעצט פאראכטן דורך שטיגליץ אום דינסטאג אפריל 10, 2018 1:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דינסטאג אפריל 10, 2018 1:12 pm

איך האב יעצט דורכגעליינט דעם ארטיקעל, איך האב נאכנישט געליינט די תגובות פונעם ציבור...

אבער אין איין ווארט: קודם א גרויסע דאנק, איך גלייב דו האסט געפענט די קאפ פון אסאך מענטשן צו זעהן אז די שורש פון די אלע זאכן זענען די אייגענע תאוות...

איך קען גלייבן אז געוויסע וועלן אנעמען ראנג דיין 'פוינט' פונקט ווי ביי די שאבאטאן אשכול, אבער ווער ס'וויל הערן די אמת כאפט אז די אלע משלים ארום און ארום איז נאר ארויסצוברענגן א 'נקודה' וואס איז אמת ויציב!

נאכאמאל א גרויסע דאנק! איך לאך נאך יעצט ווי גוט און 'קלוג' דו האסט צולייגט די נושא
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12251
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 10, 2018 1:23 pm

איך האב באקומען עטליכע מעסעדזעס אין אישי און אימעיל (אלע פאזיטיווע אבער האבען געוואלט קלארער וויסען) אויף וואס כ'האב געשריבען בחפזון נעכטען; וויל איך צו לייגען (נישט אראפ נעמען) צו וואס כ'האב נעכטען געזאגט; אז עס איז דא צוויי מהלכים אוועק צו שטיפען דעות כוזבות; איינס איז דורך חוזק און דער צווייטער איז דורך אויס שמועסען א זאך און ארויס ברענגען אלע פונקטען וואס פרעגט אפ די דאזיגע דעה.

פאר דער גרעסערע המון עם וואס גייען זיך נישט זעצען לערענען (און האבען נישט דער קאפ) צו פארשטיין די לעכערליכקייט אין יענער דעה; איז אפשר בעסער צו מאכען שפאט און חוזק כדי יענער זאל נישט נשפע ווערען, און שפעטער ערשט קען מען זיך זעצען יענעם מסביר זיין פארוואס ער איז נישט גערעכט; אבער דאס דארף געטוהן ווערען פריוואט, און נישט בפני כל העולם כולו אז אפילו פאר די וועם עס איז בעסער אז זיי ווייסען נישט און קענען נישט דערהייבען די אלע מושגים זאלען אויך זיין מחותנים צום טיש.

דא אין אייוועלט (א פארברענגען פלאץ על טהרת הקודש) איז נישט דער פלאץ ארויס צו ברענגען אלע קשיות וואס איינער קען האבען (אויף דעם דארף מען גיין צו א רופא נפשות); אבער איז יא דער פלאץ צו צושטעלען אלע תירוצים וואס איינער וואס איז ערליך און זיכט זאל עס טרעפען. און דאס איז טאקע מיין מהלך אינעם דע מה שתשיב צו צושטעלען פאזיטיווע אינפארמאציע וואס וועט ממילא אפפרעגען דעות כוזבת וואס אונזער דור קען זיך אנשטויסען דערמיט. ובזה יצאתי קלאר צו שטעלען ווי מיר שטייען.

א דוגמא פון אזא תגובה איז דא אין הרב מונאוויטש'ס פעסטע אשכול.
viewtopic.php?p=1140126#p1140126
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

פרידן
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג אפריל 10, 2018 1:50 pm

שטיגליץ האט געשריבן:גאנץ א שארף פעדערל הרב פרידן, די שאלה איז וואס דאס פרובירט אויפצוטאן,

צד א' - אז אנ"ש וועלכע האבן נישט קיין שום נויגונג צו די "ארטעפישל חכמה" זאלן האבן א גוטן לאך אויף זייערע פארפארענע ברודער און פילן גוט מיט זייער וועג און זיך מחזק זיין שהבדילנו מן התועים.

תוצאה - דזשאב וועל דאן, מישען אקאמפלישט.

צד ב' - אז די ארטיפישל חכמים, די WD40 ליידנדע, זאלן דורכליינען די ארטיקל און איינזעהן אז זיי גייען אויף פארדרייטע וועגן וישובו ממחשבתם.

תוצאה - בלויז ארגער געמאכט, דאס איז וואס די חברה טענה'ן אז די פרומע עולם האבן נישט וואס צו ענטפערן אויף זייערע אזויגערופענע 'קשיות' און קענען בלויז אוועקמאכן און שרייען שוטה/אקס/בהמה/בעיבי/מאנקי.

צד ג' - אז די וועלכע וואקלען זיך, זענען נאכנישט משוקע אין ארטעפישועליטי (איז דאס א ווארט בכלל??) אבער האבן שוין ליידער טועם געווען אביסל און זענען האלבוועגס ביים שוועל מיט איין פוס אריין און די צווייטע אינדרויסן, אז די דאזיגע זאלן איינזעהן אין וואספארא פלאנטער זיי לאזן זיך אריין און זיך האלטן אינדרויסן פונעם גרף של רעי.

תוצאה - אפן פאר דעבאטע, לדעתי העניה האט עס ארגער געמאכט פארן רוב און בעסער געמאכט פאר געציילטע, באט איך קען הערן א אנדערע צד.

צד ד' - סתם געשריבן אז דער עולם זאל האבן א גוטע לאך, תוצאות זענען בכלל נישט רעלעוואנט, און וועמען עס געפעלט נישט זאל גיין רייטן אויף צוויי קעפיגע באנאנעס.

תוצאה - יו אר מיי פעיוועריט.

די דארפסט צו זיין א גוטע עיון מגיד שיעור די ביזט א גוטע טראכטער
קודם דארף מען חוקר זיין וואס זיי ווילן אויפטון מיט זייער שוטה/אקס/בהמה/בעיבי/מאנקי סטייל ליצנות ווען וועסט ארויס האבן וואס זיי ווילן אויפטון זאלסטו נעמען יענע סיבה אין שטעלן עס אויף דעי ארטיקל אויף פארקערט

פרידן
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג אפריל 10, 2018 1:52 pm

SPUSMN האט געשריבן:איך האב באקומען עטליכע מעסעדזעס אין אישי און אימעיל (אלע פאזיטיווע אבער האבען געוואלט קלארער וויסען) אויף וואס כ'האב געשריבען בחפזון נעכטען; וויל איך צו לייגען (נישט אראפ נעמען) צו וואס כ'האב נעכטען געזאגט; אז עס איז דא צוויי מהלכים אוועק צו שטיפען דעות כוזבות; איינס איז דורך חוזק און דער צווייטער איז דורך אויס שמועסען א זאך און ארויס ברענגען אלע פונקטען וואס פרעגט אפ די דאזיגע דעה.

פאר דער גרעסערע המון עם וואס גייען זיך נישט זעצען לערענען (און האבען נישט דער קאפ) צו פארשטיין די לעכערליכקייט אין יענער דעה; איז אפשר בעסער צו מאכען שפאט און חוזק כדי יענער זאל נישט נשפע ווערען, און שפעטער ערשט קען מען זיך זעצען יענעם מסביר זיין פארוואס ער איז נישט גערעכט; אבער דאס דארף געטוהן ווערען פריוואט, און נישט בפני כל העולם כולו אז אפילו פאר די וועם עס איז בעסער אז זיי ווייסען נישט און קענען נישט דערהייבען די אלע מושגים זאלען אויך זיין מחותנים צום טיש.

דא אין אייוועלט (א פארברענגען פלאץ על טהרת הקודש) איז נישט דער פלאץ ארויס צו ברענגען אלע קשיות וואס איינער קען האבען (אויף דעם דארף מען גיין צו א רופא נפשות); אבער איז יא דער פלאץ צו צושטעלען אלע תירוצים וואס איינער וואס איז ערליך און זיכט זאל עס טרעפען. און דאס איז טאקע מיין מהלך אינעם דע מה שתשיב צו צושטעלען פאזיטיווע אינפארמאציע וואס וועט ממילא אפפרעגען דעות כוזבת וואס אונזער דור קען זיך אנשטויסען דערמיט. ובזה יצאתי קלאר צו שטעלען ווי מיר שטייען.

א דוגמא פון אזא תגובה איז דא אין הרב מונאוויטש'ס פעסטע אשכול.
viewtopic.php?p=1140126#p1140126

אונז רעד מיר פין צוויי אנדערע מענטשען

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12251
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג אפריל 10, 2018 2:17 pm

ריכטיג; און ביידע מהלכים זענען ריכטיג (פאר איינעם איז בעסער דער און פאר א צווייטער איז בעסער דער) און הגאון רבי אביגדור מיללער האט זיי ביידע געניצט.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 910
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » דינסטאג אפריל 10, 2018 2:44 pm

פרידן איז אריינעקומען היפש קלאר, מיט א באקאנטע נקודה וואס ברויך דרינגענד א תיקון...
אבער לענ"ד, מיט אביסל בעסערע גראמאטיק און שפראך וואלט ער געקענט אסאך קלארער אריינקומען און ארויסברענגען די ווייטאג, באגלייט מיט מער ליצנותא דעבודה זרה אויף א העכער שטאפל, און בכלל מיט א שטערקערע כח, חזק ואמץ.
לעצט פאראכטן דורך משה כהן אום דינסטאג אפריל 10, 2018 2:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

פרידן
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » דינסטאג אפריל 10, 2018 2:44 pm

דא איז די פלאטץ אויסצודריקן מיין דאנק פאר די חשובע הנהלה וואס האט אסאך גרייזן געפיקסט אויף זייער אייגענע האנט, אין אזוי אויך ארויס גענומען געוויסע לשונות וואס וואלט באמת לכתחלה נישט געדארפט אריין גיין נאר אגב חורפיה משבשתא
איי ריעלי אעפרישיעיט יאר הארד ווארק

אוועטאר
גארנישט מיט נישט
שר האלפיים
תגובות: 2115
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 15, 2017 4:30 pm

תגובהדורך גארנישט מיט נישט » דינסטאג אפריל 10, 2018 4:53 pm

איך האב יעצט אריינגעוואנדערט דא...יהודא ועוד לקרא....

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך אפריל 11, 2018 1:14 am

שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:פיינע ארטיקל, אבער די שפראך מעג זיין אביסל איידעלער.
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

פרידן
שר האלף
תגובות: 1860
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » מיטוואך אפריל 11, 2018 2:07 am

הענדימען האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:פיינע ארטיקל, אבער די שפראך מעג זיין אביסל איידעלער.



SPUSMN האט געשריבן:לגבי די וואס זאגען אז איר האט געדארפט שרייבען איידעלער, וויל איך זאגען אז מורי ורבי הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט ניצען זייער נידעריגע לשונות קעגען משכילם ואפיקורסים און זיי נישט געשוינט. ער האט געניצט דער שארפסטע לשון וואס איז שייך "וואס מאכט חוזק פון זיי" און נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2298
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך אפריל 11, 2018 2:23 am

יש"כ פרידן, אויסטערליש הנאה געהאט!
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מיטוואך אפריל 11, 2018 2:37 pm

קאזאבלאנקא האט געשריבן:ווי יענער וואס פארשט נאך די משפחה שייכות פון רבינו תם, ברוך טעם, און דער טעם כעיקר

תיקון טעות: רבינו תם, ברוך טעם, און דער 'נותן טעם'.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » מיטוואך אפריל 11, 2018 6:29 pm

קודם כל עלעכמעך באדאנקען פאר אזא רייכע ארטיקל
נאכדעם ווילעכמעך אנטשולדיגן פארן נישט שרייבן קלאר פריער

מיין אישא איז איז נישט אז דו שרייבסט שארף. קענסט ווען שרייבן נאך שארפער און ס'וועט נאכאלץ זיין 100% אמת
ס'באדערטמעך נאר אז דו שרייבסט ווילד וואס דאס קען געבן די אימפרעשן אז דער שרייבער איז א פשוטער היצקאפ

אז כעל האבן צייט (נאט ווערי לייקלי) וועלעך מגי' זיין דיין ארטיקל זאלסט פארשטיין וואסעכמיין

איין ווארט נאך. כעל סאך אנדערש ליינען דיינע ארטיקלען וויאזוי דו שרייבסט אן נעמען מיין (אדער סיי וועמען'ס) מיינונג אין באטראכט ווי איידער דו זאלסטעך אפהאלטן פון שרייבן אפילו איין ארטיקל

פרידן האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
שמעלקא זאפטיגער האט געשריבן:פיינע ארטיקל, אבער די שפראך מעג זיין אביסל איידעלער.



SPUSMN האט געשריבן:לגבי די וואס זאגען אז איר האט געדארפט שרייבען איידעלער, וויל איך זאגען אז מורי ורבי הגאון רבי אביגדור מיללער זצ"ל פלעגט ניצען זייער נידעריגע לשונות קעגען משכילם ואפיקורסים און זיי נישט געשוינט. ער האט געניצט דער שארפסטע לשון וואס איז שייך "וואס מאכט חוזק פון זיי" און נישט געהאט קיין שום פראבלעם דערמיט.
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 22 געסט