דורכברוך בעולם הישיבות, ישיבת כוכבי אור מאנסי

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

דורכברוך בעולם הישיבות, ישיבת כוכבי אור מאנסי

תגובהדורך טישטוך » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:21 am

יעצט אנהייב זמן ווען פיל בחורים טרעפן זיך צוליב געוויסע סיבות אן א ישיבה איז מערקעוודיג אנצוצייגן אויף א געווחסע ישיבה אדער בעסער געזאגו חבורה וועלכע פירט זיך אויף גאר אנדערע שינעס ווי די געהעריגע מעינסטרים סיסטעם.
די ישיבה איז געגרינדעט געווארן אין ווינטער שנת תשע"ז ווען עטליכע בחורים האבן זיך געטראפן אן א ישיבה, די בחורים האבן זיך געדרייט אין ביהמ"ד ברסלב מאנסי און זענען געווען גאר וואוילע בחורים ווי איר קענט זיך נאכפרעגן ביי די מתפללי הביהמ"ד.
א חשובער אינגערמאן הרב שמעון לעבאוויטש שליט"א וועלכער פארמאגט א גאלדענעם הארץ האט געזען די בחורים אינמיטן זמן אן א ישיבה האט ער צוזאמגענומען די בחורים און געגרינדעט א חבורה געבנדיג עס א נאמען כוכבי אור כדי עס זאל זיך הערן מער אפיציעל.
אזוי איז אריבער א שטיק צייט און ער האט אריינגעלייגט גרויסע כוחות אין די בחורים ברענגענדיג זיי אינטערסאנטע שיעורים פון באקאנטע פיגורן א שטייגער ווי יונתן יאזשעף און בערי וועבער, די בחורים האבן זייער הנאה געהאט.
ווען ר' שמעון לעבאוויטש האט אנגעהויבן ווערן אביסעלע פארנומען מיט זיינע עניני הפצה פון תורת ברסלב האט ער מער נישט געקענט זיין א גאנצן טאג אין ישיבה דעריבער האט ער געבעטן דעם מגיד שיעור ר' שמואל בער וועבער נ"י אז ער זאל איבערנעמען די ישיבה, בערי האט עס איבערגענומען און עס גענומען צו א נעקסט לעוועל.
ער האט אריבערגעפירט די ישיבה אין א מער רחבות'דיגן פלאץ, ער האט אויסגענוצט זיינע קאנטאקטן בעולם הנגינה צום גוטן אריבערברענגנדיג יעדן זונטאג ריזיגע שטערנס אין עולם הנגינה און ווי אויך האט ער געברענגט גרויסע מוצלחים אין מסחר וועלכע לערמען אויס די בחורים וויאזוי זיך צו באגיין אין האנדל-וואנדל.
די בחורים זענען יונק תורה וחסידות אויף א הויכן פארנעם און בערי האלט אן א נאנטן קשר מיט די בחורים און מאכט זיכער אז זיי זענען מצליח.
אינטערסאנט אז אזא פארנומענער און פאפולערער פערזענליכקייט ווי בערי וועבער האלט אן אזא קשר מיט בחורים, א זאך וואס אפילו סתם מענטשן וואלטן נישט געקענט אויספירן, דעריבער קענען מיר אים נאר וואונטשן עלה והצלח און אז ער זאל האבן אלעס גוטס אין דעם זכות.
דא האט איר א ווידיא איבער די ישיבה.
https://www.dropbox.com/s/z3hhyn2lot9zx ... 7.mp4?dl=0
איך האב אויסגעמעקט מיין אונטערשריפט, האסט אן איידיע פאר מיר? קום אין אישי...

כווייס נישט אלעס
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN
פארבינד זיך:

תגובהדורך כווייס נישט אלעס » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:42 am

זייער חשוב

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:48 am

נישט געוויסט אז בערי איז א ראש ישיבה.

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » מאנטאג אפריל 09, 2018 8:21 am

איך וויל זייער שטארק שרייבען אין דעם אשכול, זייענדיג באקאנט דערמיט. אבער מיין איידענטיטיעט איז אפען אויף דעם פארום.

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:01 pm

פיצי קעפעלע האט געשריבן:איך וויל זייער שטארק שרייבען אין דעם אשכול, זייענדיג באקאנט דערמיט. אבער מיין איידענטיטיעט איז אפען אויף דעם פארום.

קום אריין מיט דיין אנדערע ניק :twisted:

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1046
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:17 pm

איש האשכולות האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:איך וויל זייער שטארק שרייבען אין דעם אשכול, זייענדיג באקאנט דערמיט. אבער מיין איידענטיטיעט איז אפען אויף דעם פארום.

קום אריין מיט דיין אנדערע ניק :twisted:

ווען איך האב ווען אן אנדערע וואלט איך גענוצט די דאזיגע אין די סארט פעלער.

נעמט אייך אריין אין קאפ, נישט יעדער דא האט מער ווי איין ניק

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:20 pm

כ'פארשטיי נישט צו אסטראנאמיע, דעריבער קען איך נישט שרייבן דא באשכול המיוחד לכוכבים

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:29 pm

כוכבים האט דוקא מיט מלמדי תינקות, די באקאנטע גמרא ומצדיקי הרבים ככוכבים אלו מלמדי תינוקת וכו', האט דאך שטערנ'ס עפעס צו טוהן מיט לערנען מיט תלמידים.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9192
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:32 pm

סידיראם האט געשריבן:כוכבים האט דוקא מיט מלמדי תינקות, די באקאנטע גמרא ומצדיקי הרבים ככוכבים אלו מלמדי תינוקת וכו', האט דאך שטערנ'ס עפעס צו טוהן מיט לערנען מיט תלמידים.

נו שוין, כ'פארשטיי נישט צו מלומדות אויך ניט

אגב, זינגערס זענען היינט שטערנ'ס, זענען זיי אויך מלמדים??, אדער מלמדים זענען זינגער'ס??

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מאנטאג אפריל 09, 2018 1:49 pm

יהיה כן האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:כוכבים האט דוקא מיט מלמדי תינקות, די באקאנטע גמרא ומצדיקי הרבים ככוכבים אלו מלמדי תינוקת וכו', האט דאך שטערנ'ס עפעס צו טוהן מיט לערנען מיט תלמידים.

נו שוין, כ'פארשטיי נישט צו מלומדות אויך ניט

אגב, זינגערס זענען היינט שטערנ'ס, זענען זיי אויך מלמדים??, אדער מלמדים זענען זינגער'ס??


אוודאי זענען מלמדים זינגערס. א מלמד מיז קענען גיט זינגען, די גמרא זאגט דאך כל הקורא בלא זמרה עליו הכתוב אומר וכו'.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג אפריל 09, 2018 3:26 pm

טאקע א חשוב'ע זאך דאס שטיצן דעם ישיבה, איך קען די ישיבה פון די נאנט מאז הווסדה [דורך הרב שמעון לעבאוויטש, יו"ר מכון הלב והמעין], ס'איז געגרינדעט געווארן מיט ריינע שאיפות און ס'האט שוין מצליח געווען אויפצוטוען שיינע זאכן...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1314
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » מאנטאג אפריל 09, 2018 3:30 pm

אגב די אלע אידן וואס ארבעטן אין די ישיבה זענען וואלונטיר'ס וואס ארבעטן לשם מצוה, אן ווערן באצאהלט א פיאסטער,
און דא דארף ארויסגעברענגט ווערן לתהילה בערי וועבער אז א תקופה צוריק ווען די ישיבה איז געשטאנען זייער שמאל פינאנציעל און געהאלטן בעפארן זיך פארמאכן האט ער עס גענומען אויף זוך לשם מצוה...
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

וויל זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 756
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 17, 2016 3:40 pm

תגובהדורך וויל זיין גוט » מאנטאג אפריל 09, 2018 4:24 pm

דאכט זיך עס איז נישט קיין דורכברוך בעולם הישיבות, פון אלע רייד ביז אהער, ווערט נישט ארויסגעברענגט כמעט אז מ'לערנט אויך, ס'איז נישט קיין 'ישיבה', ס'איז א פלאץ וואו ארויסגעפאלענע פון ישיבות קענען זיך צוזאמען האלטן אויף א געשמאקן אופן, א 'דורכברוך בעולם הבחורים' דאס יא.

אדער אפשר מיינט מען צוזאגן א דורכברוך אין עולם הישיבות אז דאס ברעכט אויף די ישיבה וועלט, אז מער בחורים זאלן ארויספאלן פון ישיבות, וויסנדיג אז ס'איז דא ערגעץ א פלאץ צו זיך אונטערהאלטן וכו', אבער איך האלט נישט אז וועגן דעם דארף מען אזוי פארשעמען אזא מקום, און ארויסגעבן אין די גאס דעם פראבלעם, וויבאלד נאך אלעם איז עס זיכער א ישועה פאר געוויסע בחורים.
ער איז אזוי 'ביזי' אין זיין ביזנעס, אז ער האט נישט קיין צייט צו מאכן געלט

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2026
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » מאנטאג אפריל 09, 2018 4:51 pm

די בחורים אין כוכבי אור לערנען מער צייט ווי אסאך בחורים אין אנדערע ישיבות... ס'איז צוגעשטעלט זייער שיינע שיעורים אין גמ' און אנדערע לימודים וואס אלע האלטן מיט.

ס'איז א דבר גדול און א דבר נחוץ תחזקנה ידיכם.

אוועטאר
טישטוך
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בכלל נישט דאהי...

תגובהדורך טישטוך » דינסטאג אפריל 10, 2018 12:18 am

צו דער וואס האט קאמענטירט אז די כוכבי אור בחורים לערנען נישט וויל איל מודיע זיין אז עס איז בכלל נישט אזוי וד"ל
איך האב אויסגעמעקט מיין אונטערשריפט, האסט אן איידיע פאר מיר? קום אין אישי...

אוועטאר
moishy56
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4243
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » מאנטאג יוני 18, 2018 7:45 am

חנוכת הבית לבנין החדש של ישיבת 'כוכבי אור' במאנסי

https://www.jdn.co.il/gallery/1012923


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט