וואס איז די בעסטע וועג פאר א שידוך?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מארמאראש
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:57 am

תגובהדורך מארמאראש » דינסטאג ינואר 16, 2018 5:29 pm

מצא טוב האט געשריבן:סגולות וואס כ'האב געוהן במשך השנים
שיר השירים 40 טעג
אור החיים הק'
יום תהלים
רבינו תם'ס תפילין
פארנט פארן דאווענען
קרבנות פאר מנחה
מעביר סדרה זיין פאר מוצאי שבת
רימניץ
תפלה
דמעות
וויינען ביי די חנוכה ליכט
ציון ערב ראש חודש
בעטן חמשה עשר בשבט כמובא בבני יששכר
אויסזאגן תהילים: פורים, שובבי"ם, זאת חנוכה, יום הולדת, ראש השנה, וכו' וכו'

ועוד הרבה


די הויפט סגולה איז והייתם לי סגולה מכל העמים, זיין א ערליכע יוד!

נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 5:45 pm

תגובהדורך נעכטיגן טאג » דינסטאג ינואר 16, 2018 6:06 pm

קדוש ונורא האט געשריבן:עס איז געווען אבער צדיקים וואס האבן געטון מער ווי נארמאל השתדלות... אבער טאקע אלעס נאר מיט אמונה..

די הייליגע טאהש רבי זי"ע פלעגט קענען אראפפארן קיין ניו יארק פארן דאווענען א וועג פון 7 שעה נאר אויסצופירן א שידוך, און די צייט וואס ער האט געהאט אנדערע זאכן אויף די קאפ (איין דוגמא) עס איז דא הונדערטע אזעלכע מיני מעשיות וואספארע אויסערגעווענליכע השתדלות דיע צדיק האט געטון (עס ווערט יעצט געדרוקט און א ספר)
אבער דיע הייליגע צדיק האט מיט דעם אלעס גענוצט די אמונה בטחון געדולד........

איך גלייב אז אזא אויסערגעווענליכע השתדלות האט ער געטוהן נאר פאר יענעם, און אויך ווען עס איז געווען מיט א פלאן פון פאראויס

השפעות
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

תגובהדורך השפעות » דינסטאג ינואר 16, 2018 6:07 pm

השפעות האט געשריבן:איך האב א חבר א בחור שוין העכער די 25, נישט די אויסגעשארפסטע, אבער אויך נישט קיין בטלן וכו'.


איך וועל צוזאם נעמען דא די סך הכל פון די ביז יעצטיגע עצות.
און א יישר כח פאר די אלע ענטפערס, רוב זעהט אויס זייער זאכליך, סיי בנוגע די העלפערס, סיי פאר די בחור זעלבסט:


בנוגע לההורים ולעוזרים
1) איינלייגן אן ענוועלאופ מיט 25 אלפים שדכנות געלט ביי א חשוב'ן איד. - צוזאגן גרויס געלט פאר'ן שדכן וואס וועט עס באווייזן.

שיטה ב':
געלט העלפט נישט בכגון דא, בדוק ומנוסה.
כ'האב פאר אסאך צוגעזאגט די נומערס, פאר די וואס כ'האב נישט גערעדט פון קיין געלט, די האבן מער געטוהן - כ'האב למעשה געצאלט 15 אלפים, ווייל דאס איז די נומער וואס כ'האב געהאט צוגעזאגט פארן שדכן וואס איז געווען די ריכטיגע שליח



2) זעצט דיך רופען שדכנים - מאך א ליסטע - און ריף זיי בערך איין מאל א חודש (פארשטייט זיך איידעלערהייט).
"א גיטן דא רעדט .... וועגן מיין חבר ..... איז דאס עפעס נייעס אדער עפעס וואס איך קען העלפן? ניין! א גרויסע יישר כח פאר פראבירן די זכות זאל אייך ביישטיין כל טוב" - בערך אזוי.


3) מאכן אן עקסעל שיט, און מאכן א טעב פון יעדן שדכן וואס מ'פיהלט אז ער איז אינטערסירט צו העלפן ווען ער קען.
אפשרייבן די טאג און זייגער ווען מ'האט אים גערופן, צו ער האט אויפגעהויבן, און וואס די שמועס איז געווען.
און יעדן טאג איבערקוקן, און אזוי זעהן וועם מ'קען שוין רופן נאכאמאל, און וואס צו זאגן.

נ.ב. ער זאל יעצט אנהייבן רופן יעדן שדכן וואס מ'פילסט אז ער קען אפשר העלפן, און זאג אז ער/זי זאל שוין טוהן דערין, נאך פאר ער/זי האט די געלעגענהייט צו ענטפערן רוף מיר נאך פסח.


בנוגע להבחור:
1) אויב איז ער נאך אין ישיבה, זיך צושטעלן צו די סדרי הישיבה מער ווייניגער.
אויב איז ער אין כולל, אנפילן די סדרי הכולל 80 - 90 פראצענט, כדי ער זאל טראגן א נארמאלע צורה, ער זאל האבן א גוטע נאמען ביי די ארומיגע.

אויב צוליב די אומשטענדן ארבעט ער שוין, זאל ער זעהן צו פירן א נארמאלע סדר היום, דאווענען אין ביהמ"ד מיט מנין 3 מאל א טאג, במתינות, נישט געכאפט, מיט א צייטליכע מנין, נישט מיט תרח און נישט מיט חצות.
האבן א שיעור - אין א געהעריגע ביהמ"ד דווקא - צופרי און ביינאכט, עש"ק, מוצש"ק וכו' וכו', כדי ס'זאל זיין שמו הטוב הולך לפניו.

און נישט שפילן ברוגז מיט די ישיבה / כולל / עלטערן / סביבה וכדו', נישט דאווענען אין א ווינקל פון עפעס א מנין, ביי די חצות מנין, ווערן נעלם ביי קוה, מנחה מעריב דאווענען זיי (מסתמא..) ביני עמודי דגרסי...

2) זיך דרייען צווישן מענטשן. ד.מ. סיי צו דו ארבעטסט אדער דו לערנסט - זעה אז מ'זאל וויסן פון דיר - נישט ווער באהאלטן צווישן די שפאלטן.
ווי אויך נעם לכתחילה אזא דזשאב, גיי לכתחילה לערנען אין אזא כולל, זיי זיך משתתף אין אזא שיעור וואו עס זענען פאראן מערערע מענטשן כדי מ'זאל קענען זיך פרעגן אויף דיר, און אפשר וועט איינער גאר זיין אינטערסירט אין זיך אריינלייגן אין דיין מצב דיך צו העלפן.

3) האבן א פול טיים סטעיבל דזשאב צווישן מענטשן, וואס זאלן זאגן סאליד אינפארמעישאן בנוגע די ארבעט און בנוגע דעם בחור זעלבסט.
האבן א מסודרדיגע רעזומעי מיט מינימום 4-6 רעפרענסעס מיט סעל. נומערן פון מענטשן וואס הייבן אויף טעלאפאון'ס און רעדן מיט א פולע מויל, און מאכן א רושם אז זיי זענען גרייט צו העלפן מיט סיי וועלכע אינפארמעישאן אדער הילף וואס איינער וואס אינטערסירט זיך קען זיך נוטיגן דערין.
זיך טרעפן מיט שדכנים פנים אל פנים, און אריין גיין אין א לענגערע שמועס בנוגע זיך און וואס מ'טוט.
האבן א סאליד חברותא ביינאכט (אפילו נאר פאר א האלבע שעה).

השפעות
שר חמישים
תגובות: 77
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

תגובהדורך השפעות » דינסטאג ינואר 16, 2018 6:32 pm

אויב איינער ווייסט א געטרייער שדכן וואס וואלט געטון מיט געטריישאפט - ביטע מיר מעלדן פערזענליך

בעלבאטיש
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 10, 2016 8:39 pm

תגובהדורך בעלבאטיש » דינסטאג ינואר 16, 2018 10:31 pm

מקווה איד האט געשריבן:
בעלבאטיש האט געשריבן:עס איז מיר אויך נוגע צו וויסן מער וויזוי מען קען העלפען

צען טויזענט אדער צוואנציג טויזענט קען נישט העלפן ?

וואס עפעס האסטו זיך געשטעלט בי 25 טויזענט דאלאר ?

די כאפסט נישט מ'רעדט דא נישט פון א 22 יערעגע מ'רעדט פון איינעם עלטער און 25 הייסט שוין א גאר לאטישע נומער.


איך האב נאך קיינמאל געהערט אז עס איז דא אזא זאך ווי צאלן 25 אלפים

איינער ווייסט פון ערשט האנט אז עס איז דא איינער וואס האט געצאלט 25 אלפים
?

איך קען זייער אסאך עלטער פון 25 און די געגענט פון 25 און זיי האבן נישט געצאלט מער פון א געווענליכען שידוך

אבער איך קען אסאך עלטערע וואס האבן באצאלט פון פאראויס אפאר אלפים דא און דארט פאר שדכנים און האבן ניטאמאל אנגעטראגן איין שידוך

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1341
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » מיטוואך ינואר 17, 2018 5:08 am

בעלבאטיש האט געשריבן:
מקווה איד האט געשריבן:
בעלבאטיש האט געשריבן:עס איז מיר אויך נוגע צו וויסן מער וויזוי מען קען העלפען

צען טויזענט אדער צוואנציג טויזענט קען נישט העלפן ?

וואס עפעס האסטו זיך געשטעלט בי 25 טויזענט דאלאר ?

די כאפסט נישט מ'רעדט דא נישט פון א 22 יערעגע מ'רעדט פון איינעם עלטער און 25 הייסט שוין א גאר לאטישע נומער.


איך האב נאך קיינמאל געהערט אז עס איז דא אזא זאך ווי צאלן 25 אלפים

איינער ווייסט פון ערשט האנט אז עס איז דא איינער וואס האט געצאלט 25 אלפים
?

איך קען זייער אסאך עלטער פון 25 און די געגענט פון 25 און זיי האבן נישט געצאלט מער פון א געווענליכען שידוך

אבער איך קען אסאך עלטערע וואס האבן באצאלט פון פאראויס אפאר אלפים דא און דארט פאר שדכנים און האבן ניטאמאל אנגעטראגן איין שידוך

איך פרעזענליך קען איינער וואס איז געווען 28 און זיין כתה האט געזעהן אז עס איז נישט קיין תכלית האבן זיי צאמגעשטעלט 25 אלפים און אפאר וואכן דערנאך איז ער א חתן געווארען
וואס?? נעילה, מנחה, האסט שוין געדאווענט מנחה?
(קרעדיט ארי אבראמאוויטש @מסטעריע)

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מיטוואך ינואר 17, 2018 9:36 am

איך ווייס וואס איינער וואס איז געווען קרוב צו די פערציג ווען ער איז געווארן א חתן, און די חברים האבן יעדע וואך אריין געלייגט געלט וואס מ'האט אוועקגעלייגט פאר א שדכן מ'האט פאר קיינעם נישט געזאגט וויפיל ס'איז שוין דא,

די שדכן האט נאכן שידוך באקומען א סורפרייז פון 37 טויזענט דאלער

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מיטוואך ינואר 17, 2018 9:38 am

כל אשר לו יתן בעד נפשו, ביי איינעם א יז די שידוך מער ווערט, ביי איינעם די געלט,

ביי אזא איינעם וואס איז באו מים עד נפש, איז געווענדליך גרייט צו בעבן סיי וואספארא סכום עס קען ברענגען רעזולטאטן,
פארשטייט זיך ה"מ בדאיכא

שמן זית
שר חמש מאות
תגובות: 909
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 04, 2009 7:54 pm

תגובהדורך שמן זית » מיטוואך ינואר 17, 2018 9:40 am

ר' אברהם הערש לייפער
347-932-8563

ער וואוינט היינט אין מאנסי

איך וואלט געראטן די בחור זאל זיך טרעפן מיט אים,
ער וועט טוהן כל טצדקי אי"ה אים צו העלפן

yoy
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » מיטוואך ינואר 17, 2018 12:16 pm

שמן זית האט געשריבען,
חברים האבן יעדע וואך אריין געלייגט געלט וואס מ'האט אוועקגעלייגט פאר א שדכן מ'האט פאר קיינעם נישט געזאגט וויפיל ס'איז שוין דא,

די שדכן האט נאכן שידוך באקומען א סורפרייז פון 37 טויזענט דאלער.

37 טויזענט דאלער. WOW ! WOW !

אבער סע, געווען געלט, וואס מ'האט אוועקגעלייגט פארן שדכן, און מ'האט "קיינעם" נישט געזאגט וויפיל ס'איז דא ! ! ? ?

בדרך הטבע, ברענגעט רעזולטאטן, אז מען זאגט "יא" וויפיל געלט ס'איז דא..

על כל פנים, איך וואלט אזוי געראטן

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1183
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:05 pm

אלס א נאנטע צו שדכנים, און איך האלט מיט אסאך שידוכים, קען איך אייך זאגן וואס כ'האב שוין פריער דערמאנט, געלט רעדט צום שדכן, אויב ווייסט ער/זי אז אן ענוועלאופ איז גרייט, דערמאנט מען זיך כסדר פון דעם נאמען.

צו דער וואס האט געפרעגט, איך ווייס פון עטליכע שידוכים וואס מ'האט געגעבן מער פון 20 אלפים, און די שדכנים האבן אלע פרובירט.

וואשינגטאן
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » מיטוואך ינואר 17, 2018 1:19 pm

דארפסט עפעס? בעט שיין! דאווענען און בעטן,

מארמאראש
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:57 am

תגובהדורך מארמאראש » דינסטאג ינואר 30, 2018 7:30 pm

שמואל בארג האט געשריבן:איינלייגן אן ענוועלאופ מיט 25 אלפים שדכנות געלט ביי א חשוב'ן איד.

בדוק ומנוסה.


אונז וועל מיר פראבירן צו ארבעטן אויף אייער עצה, אוועקצולייגן אזא סכום ביי א חשובע איד.
לאמיר האפן אז ס'וועט זיך שנעל צוזאמשטעלן און מ'זאל קענען בקרוב שליסן א גוטע שידוך בעזהשי"ת.

קליקט דא זיך משתתף צו זיין!

מארמאראש
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:57 am

תגובהדורך מארמאראש » זונטאג פאברואר 04, 2018 1:28 pm

מארמאראש האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:איינלייגן אן ענוועלאופ מיט 25 אלפים שדכנות געלט ביי א חשוב'ן איד.

בדוק ומנוסה.


אונז וועל מיר פראבירן צו ארבעטן אויף אייער עצה, אוועקצולייגן אזא סכום ביי א חשובע איד.
לאמיר האפן אז ס'וועט זיך שנעל צוזאמשטעלן און מ'זאל קענען בקרוב שליסן א גוטע שידוך בעזהשי"ת.

קליקט דא זיך משתתף צו זיין!

אזוי אויך אויב זענט איר וויליג ארויסצוהעלפן מיט זיכען א שידןך פאר דעם חשובן בחור קענט איר זיך פארבינדן אויף shidechlist@gmail.com

(אבער לעת עתה קענען מיר זיך נאכנישט אינטערנעמען צו צאלן די פרייז הנ"ל, ביז ס'וועט נישט אריינקומען פונעם ציבור.

ס'איז יא אוועקגעלייגט דערווייל $5000 פון די בני המשפחה.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איוואן, חלומות, טשעירמאן, כא כא כא און 27 געסט