זויבערקייט אין די היימישע גאסן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

משה בער
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 02, 2013 10:31 pm

זויבערקייט אין די היימישע גאסן

תגובהדורך משה בער » מוצ"ש ינואר 13, 2018 10:38 pm

ניייין כ'רעד נישט פין חזעריי שמיץ.... כ'רעד פין עכטע שמיץ.

פארוואס ווען איך גיי אין שוהל פרייטיג צינאכטס דארף איך מיר באגעגענען מיט מיין שכנ'ס ניי געבוירענע בעביס איינגעמאכטע פעמפער ציזאמען מיט שיריים פין זייער נעכטיגע נאכטמאל? כ'מיין פארוואס קענען אינז נישט לעבן ווי נארמאלע מענטשן? ביי אונז איז דא אזא נאשען אז אינדערהיים מיז טאקע שפיגלען, מקראצט אין מרייבט אין מ'קליענט, אבער אינעם האלוועי אדער אויפן גאס קעיר איך נישט... ס'איז א מין סעלפישנעס.... כזעה אמאהל איינעם קלינען זיין קאר פין אלטע פלעסטיג בעגס מיט האט קאפס סטרעיט ארויס אויפן גאדער. כהאב נישט געהאט קיין גאטס עהם צי זאגען, אבער רעב יוד, וואס מיינט דאס?

סקומט מיר אויס צי דרייען אין אנדערע (גויאישע) געגנטער, ביי זיי איז פינקט קאפויער, אינדערהיים איז חאזעריי אבער אינדערויסן קענסטו נישט טרעפן קיין שמוץ. למען האמת האבען אינז קע"ה גרויסע משפחות אין דאס איז זיכער א מעין פעקטאר אין דע פראבלעם, אבער איך מיין אז סאיז א זאך וואס מדארף אין מקען עפעס טיען דערינען, די שאלה איז נאר אויב איינער איז בכלל אינטרעסירט צי טיען אדער סבאדערט קיינעם נישט בכלל.... אפשר בעלאנגט דע נושא אין דע "בין איך דער איינציגסטער" אשכול....

רבותם, בין איך דער איינציגסטער וואס סבאדערט בכלל?????

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1235
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » מוצ"ש ינואר 13, 2018 10:42 pm

ניין ביזט נישט דער איינציגער, גם אני בחלומי.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
שמאטע
שר האלפיים
תגובות: 2887
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » מוצ"ש ינואר 13, 2018 10:46 pm

אפשר זענט איר די איינציגסטע צוויי.... :wink:

די פראבלעם איז איבעראל וואו עס געפונען זיך אסאך נפשות אין איין בנין. זעה די איסט סייד, לאוער מאנהעטען וכדו'. אין די סיבה איז גאר פשוט, עי' ברש"י פרשת וישב, אנה יכנס כל הפשתן הזה....

אפשר וואו עס איז פארהאן סינגל פעמעלי דירות איז עס נישט אזוי, פשוט ווייל ס'איז נישט פארהאן אזוי פיל 'באסאארא'.....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2574
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:00 pm

שמאטע האט געשריבן: עי' ברש"י פרשת וישב, אנה יכנס כל הפשתן הזה....

פשוט ווייל ס'איז נישט פארהאן אזוי פיל 'באסאארא'.....

:lol:

אוועטאר
זינגער
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:01 pm

קוק וויפיל גארבידז די אידעלעך לייגן ארויס און וויפיל די גוים לייגען ארויס אז א גוי לייגט ארויס א שאפינג בעג איז עס שוין אסאך.

אידן האבען אסאך קינדער אינדערהיים, מען עסט אלעס אונדערהיים, משא"כ גוים גייען אסאך צו רעסטאוראנטן.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

פראהביטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 330
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:03 pm

זינגער האט געשריבן:קוק וויפיל גארבידז די אידעלעך לייגן ארויס און וויפיל די גוים לייגען ארויס אז א גוי לייגט ארויס א שאפינג בעג איז עס שוין אסאך.

אידן האבען אסאך קינדער אינדערהיים, מען עסט אלעס אונדערהיים, משא"כ גוים גייען אסאך צו רעסטאוראנטן.

אין אסאך ווייניגער פעמפערס

משהלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:05 pm

א גוי ניצט פלעסטיק געשיר און נאר דאס?

משה בער
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 02, 2013 10:31 pm

תגובהדורך משה בער » מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:41 pm

אלעס שיינע תירוצים... למעשה אינדערהיים ביי רובא דרובא
מענטשן קיקט נישט אזוי אויס. סנישט נארמאל צי לעבן ווי ....
איך מיין סהאט מער מיט סעלפישנעס אדער מיט דעם אז סאינטרעסירט נישט פאר רוב מענטשן

אוועטאר
נישט פשוט
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » מוצ"ש ינואר 13, 2018 11:44 pm

לויט ווי אזוי איך האב געשריבן האט עס מיט די מענטשען גארנישט.
איך בין נייגעריג וואס די האסט צו זאגן.

ווערעצקי
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 14, 2017 3:17 pm

תגובהדורך ווערעצקי » זונטאג ינואר 14, 2018 12:48 am

ס'הייסט? כ'צאל דאך מעינטענעס יעדע חודש, דארף איך נאך צובינדען מיינע גארביזש בעגס? ס'דאך דא א גוי!! ער'יז דאך פאר דעם באשאפען געווארן...

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 447
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » זונטאג ינואר 14, 2018 2:18 am

די זאך קען ווערן צוטיילט אין עטליכע חלקים
1. די גארבידזש/פעמפער בעג וואס די אשת חיל איז מכבד די מאן אראפצוטראגען ווערט גיט צוגעמאכט? ווערט ער אריינגעשליידערט אינעם קאסטען ווי ער באלאנגט?
2. די שליחים וואס נעמען אפ די סחורה היטן אויף די ריינקייט פון שטאט? (די מרקחת וואס זיי לאזן ארויס.... העמיר לאזן פאר א צווייטע מאל...)
3. ווען איהר טרעפט זיך אינמיטן טאג אין קאר אז ס'געבליבן פון אייער קאווע אין ס'שוין לוילעך די טעמפוטער אדער מיט די ליידיגע קאנטעינערס פון פרישטאג/מיטאג. וועט איהר ווארטן ביזן נעקסטן גארביטש קען? אדער תןך כדי דיבור עפענען די ווינדוי אין נעמען א חלק אין די ריינקייט פון אייער שטאט אין ארויס שליידערן אין גאס (שעפשענדיג א תפלה אז די קאר אינטער דיר ווי די סחורה וועט לאנדען זאל נישט זיין א חבר/קרוב. ער וועט נאך באלד צוריק שפריצען...)

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג ינואר 14, 2018 10:09 am

די דאזיגע נושא קומט ארויף יערליך אין א צייט ווען די שניי צולאזט זיך, און די גארבידזש ווערט אנפלעקט.
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.

ראספשע
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 10, 2016 11:43 am

תגובהדורך ראספשע » זונטאג ינואר 14, 2018 10:12 am

די דאגי'ס פון אונזערע גויאישע שכינים דאאאסן אן אויף די שניי, אן פעמעפעס,
און ווען די שניי צילאזט זיך, ווערט נתגלה חמרים חמרים דערפון, ותבאש הארץ

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19285
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג ינואר 14, 2018 10:18 am

ווען עס שנייט און מ'נעמט נישט די מיסט פאר איין וואך פלאס און די זעקלעך ליגן איבעראל ווערן זיי צוטרעטן צוקוועטשט און צעפליקט אונטער די אייז און ווען ס'איז ישלח דברו וימסם ווערט א שמוץ.

פערצופאל מיין גוי'שע שכן'ס גארביטש איז נישט מער מסודר ווי די פון די אידישע הייזער.

אויסער וואס זיי וועלן ענדערש פארפאסן ארויסצולייגן בכלל, שטעלן מיסט ביים שכן, סתם אויסליידיגן א האלבע דירה אין מיסט אריין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5704
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » זונטאג ינואר 14, 2018 10:26 am

בדרך כלל (ס'איז דא יוצא מן הכלל) האט עס מיט ווי אזוי מ'לייגט די גארביטש אין גארביטש הויז, איך וואוין זייט ביי זייט מיט א אנדערע קאנדאו, ביי מיין קאנדאו איז כמעט אלעמאל קלין, און ביי יענע איז 'אלעמאל' גיסט זיך שמיץ מיט פעמפערס אז ס'איז א גרויל, פשוט קערלעס, ס'קען זיין ס'איז ניט מער ווי איין איינוואוינער פון די גאנצע בילדינג, אבער דאס איז די מציאות
זומער קען זיך אמאל מאכן אז פון ווען די חברה נעמען ארויס די גארביטש פון די גארביטש הויז ביז מ'נעמט עס אפ כאפט א קעצל אריין א פיינע סעודה און רייסט אויף דעם בעג, אבער בדרך כלל אויב גיסט זיך, איז אדער האט מען נישט קיין נארמאלע גארביטש הויז, אדער מאכט מען נישט גוט צו די גארביטש
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

דריידל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג ינואר 14, 2018 10:27 am

ס'נישט נאר אין גאס. קוק וואס טוט זיך אין בית המדרש, ביים קאווע שטיבל און ארום. בית כסא'ס זענען זייער אסאך מאל אנגע'חזר'ט, די מקוה איז אנגעווארפן מיט שמוציגע האטוכער, און אנדערע איבערבלייבענישן. און ברענג מיר נישט קיין ראי' פון די איסט סייד צו אנדערע פלעצער ווי אסאך גוים וואינען ווייל זיי וואינען עמטליך ווי חזרים. אונז, אלץ בעסערע מענטשן, וואלטן געמעקט אויסקוקן מער נארמאל.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג ינואר 14, 2018 10:35 am

דריידל האט געשריבן:ס'נישט נאר אין גאס. קוק וואס טוט זיך אין בית המדרש, ביים קאווע שטיבל און ארום. בית כסא'ס זענען זייער אסאך מאל אנגע'חזר'ט, די מקוה איז אנגעווארפן מיט שמוציגע האטוכער, און אנדערע איבערבלייבענישן. און ברענג מיר נישט קיין ראי' פון די איסט סייד צו אנדערע פלעצער ווי אסאך גוים וואינען ווייל זיי וואינען עמטליך ווי חזרים. אונז, אלץ בעסערע מענטשן, וואלטן געמעקט אויסקוקן מער נארמאל.

גיב איבער פארן שמש, ער זאל באצייטנס ריפלעיסן דעם ערל וואס דארף עס קלינען

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג ינואר 14, 2018 10:41 am

מיהר האבן ב"ה גרעסערע משפחות בליעה"ר. דאס איז א "חלק" (קטן מאוד) פון אונזער פראבלעהם.

א גרויסער פראבלעם איז פשוט וואס ריפט זיך מענטשליכקייט, נקיות וכו'. והא ראי': אין רוב היימישע שטובער איז ציכטיג זויבער. ספעציעל ביי אונז יוצאי אונגארן. איהר וועט נישט טרעפן קיין צוויבעל מיט פאטעיטויס אין איין האלטער. מען גייט אריין און סיי וועלכע חסידישע שטוב (על פי רוב) און עס שפוגעלט פון ציכטיקייט. וואס דאס איז אויך א אידישע זאך. נקיות און מסודר איז א אידישע זאך. רוב גוים that are raising a family זענען אזוי overwhelmed! נעבעך! זיי האבן על פי רוב צוויי מיט א האלב קינדער און קענען שוין נישט מענעדשען. און א חסידישע מאמע קען בליעה"ר מיט א סאך מער. זעהן מען דאך אז מען קען. נאר אין גאס? בשבילי נברא העולם. דער אינגערמאן אין ישיבה האט געקענט זיך אויפירען חאניאקיש און ער ברענגט דאס מיט אין מקווה, ביהמ"ד וכו'. אינדערהיים וואלסטו זיך געוואגט אראפ ווארפן א האנטוך אויפן פלאהר? ניין! א טישא? ניין! נו פארוואס אין א ביהמ"ד א מקום קדוש יא! עס איז קלאהר אז דאס איז אן ענין וואס דארף א גרויסן תיקון גדול. ווער עס זאגט אנדערשט פארלייקענט א מציאות.

לגבי גארבידזש: וויפיהל מענטשען קענען שכינים ווי מען טאר נישט גיין אינדערהיים מיט שיך! מען מוז אהנטוהן קראקס ביים טיהר. אבער ווען מען שיקט ארויס גארבידזש, קען מען שיקן מיט א קינד צו קליין, די בעג איז נישט גיט פארמאכט. די קערידש אין האלל גייט מיך נישט אהן אויב עס שטערט מיינע שכינים. רבותי, אביסל מענטשליכקייט. די גארבידז בעגס זאל נישט זיין איבערגעפיהלט און גיט צוגעמאכט. און עס זאל נישט רינען. גיס אויס די פיש זאפט אין ביה"כ פאר מען ווארפט אריין א בעקעלע מיט 3 טאגיגקע פיש שריים.

ובזה יצאתי ידי חובת מחאה.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

דריידל
שר האלף
תגובות: 1999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג ינואר 14, 2018 10:56 am

יהיה כן האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ס'נישט נאר אין גאס. קוק וואס טוט זיך אין בית המדרש, ביים קאווע שטיבל און ארום. בית כסא'ס זענען זייער אסאך מאל אנגע'חזר'ט, די מקוה איז אנגעווארפן מיט שמוציגע האטוכער, און אנדערע איבערבלייבענישן. און ברענג מיר נישט קיין ראי' פון די איסט סייד צו אנדערע פלעצער ווי אסאך גוים וואינען ווייל זיי וואינען עמטליך ווי חזרים. אונז, אלץ בעסערע מענטשן, וואלטן געמעקט אויסקוקן מער נארמאל.

גיב איבער פארן שמש, ער זאל באצייטנס ריפלעיסן דעם ערל וואס דארף עס קלינען


יא יא. דאס איז די פראבלעם. מענטשן ווי דיר וואס מיינען אז א גוי דארף אריינווארפן דיין גענוצטע מקוה האנטוך אין קאנטעינער. אסאך מאל טרעף איך אויסגעבלאזענע טישוס אויפ'ן טיש אלץ ווייל דער אום-מענטש וויל נישט איבערשטרענגן זיינע פיסעלעך צו וואקן ביז'ן גארבעזש

משה בער
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 02, 2013 10:31 pm

תגובהדורך משה בער » זונטאג ינואר 14, 2018 11:39 am

Kosher Travel האט געשריבן:מיהר האבן ב"ה גרעסערע משפחות בליעה"ר. דאס איז א "חלק" (קטן מאוד) פון אונזער פראבלעהם.

א גרויסער פראבלעם איז פשוט וואס ריפט זיך מענטשליכקייט, נקיות וכו'. והא ראי': אין רוב היימישע שטובער איז ציכטיג זויבער. ספעציעל ביי אונז יוצאי אונגארן. איהר וועט נישט טרעפן קיין צוויבעל מיט פאטעיטויס אין איין האלטער. מען גייט אריין און סיי וועלכע חסידישע שטוב (על פי רוב) און עס שפוגעלט פון ציכטיקייט. וואס דאס איז אויך א אידישע זאך. נקיות און מסודר איז א אידישע זאך. רוב גוים that are raising a family זענען אזוי overwhelmed! נעבעך! זיי האבן על פי רוב צוויי מיט א האלב קינדער און קענען שוין נישט מענעדשען. און א חסידישע מאמע קען בליעה"ר מיט א סאך מער. זעהן מען דאך אז מען קען. נאר אין גאס? בשבילי נברא העולם. דער אינגערמאן אין ישיבה האט געקענט זיך אויפירען חאניאקיש און ער ברענגט דאס מיט אין מקווה, ביהמ"ד וכו'. אינדערהיים וואלסטו זיך געוואגט אראפ ווארפן א האנטוך אויפן פלאהר? ניין! א טישא? ניין! נו פארוואס אין א ביהמ"ד א מקום קדוש יא! עס איז קלאהר אז דאס איז אן ענין וואס דארף א גרויסן תיקון גדול. ווער עס זאגט אנדערשט פארלייקענט א מציאות.

לגבי גארבידזש: וויפיהל מענטשען קענען שכינים ווי מען טאר נישט גיין אינדערהיים מיט שיך! מען מוז אהנטוהן קראקס ביים טיהר. אבער ווען מען שיקט ארויס גארבידזש, קען מען שיקן מיט א קינד צו קליין, די בעג איז נישט גיט פארמאכט. די קערידש אין האלל גייט מיך נישט אהן אויב עס שטערט מיינע שכינים. רבותי, אביסל מענטשליכקייט. די גארבידז בעגס זאל נישט זיין איבערגעפיהלט און גיט צוגעמאכט. און עס זאל נישט רינען. גיס אויס די פיש זאפט אין ביה"כ פאר מען ווארפט אריין א בעקעלע מיט 3 טאגיגקע פיש שריים.

ובזה יצאתי ידי חובת מחאה.


האסט עס גיט גיט ארויסגעברענגט. דאס איז בעיסיקלי וואס איך האב געשריבן, נאר נישט אזוי קלאר ארויסגעברענגט .

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9194
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג ינואר 14, 2018 12:17 pm

דריידל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ס'נישט נאר אין גאס. קוק וואס טוט זיך אין בית המדרש, ביים קאווע שטיבל און ארום. בית כסא'ס זענען זייער אסאך מאל אנגע'חזר'ט, די מקוה איז אנגעווארפן מיט שמוציגע האטוכער, און אנדערע איבערבלייבענישן. און ברענג מיר נישט קיין ראי' פון די איסט סייד צו אנדערע פלעצער ווי אסאך גוים וואינען ווייל זיי וואינען עמטליך ווי חזרים. אונז, אלץ בעסערע מענטשן, וואלטן געמעקט אויסקוקן מער נארמאל.

גיב איבער פארן שמש, ער זאל באצייטנס ריפלעיסן דעם ערל וואס דארף עס קלינען


יא יא. דאס איז די פראבלעם. מענטשן ווי דיר וואס מיינען אז א גוי דארף אריינווארפן דיין גענוצטע מקוה האנטוך אין קאנטעינער. אסאך מאל טרעף איך אויסגעבלאזענע טישוס אויפ'ן טיש אלץ ווייל דער אום-מענטש וויל נישט איבערשטרענגן זיינע פיסעלעך צו וואקן ביז'ן גארבעזש

האלאו, בארואיג דיך, איך האב דיר נישט געטשעפעט, און בכלל איך נוץ נישט קיין פאבליק ביה"כ, וד"ל.....

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג ינואר 14, 2018 12:17 pm

משה בער האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:מיהר האבן ב"ה גרעסערע משפחות בליעה"ר. דאס איז א "חלק" (קטן מאוד) פון אונזער פראבלעהם.

א גרויסער פראבלעם איז פשוט וואס ריפט זיך מענטשליכקייט, נקיות וכו'. והא ראי': אין רוב היימישע שטובער איז ציכטיג זויבער. ספעציעל ביי אונז יוצאי אונגארן. איהר וועט נישט טרעפן קיין צוויבעל מיט פאטעיטויס אין איין האלטער. מען גייט אריין און סיי וועלכע חסידישע שטוב (על פי רוב) און עס שפוגעלט פון ציכטיקייט. וואס דאס איז אויך א אידישע זאך. נקיות און מסודר איז א אידישע זאך. רוב גוים that are raising a family זענען אזוי overwhelmed! נעבעך! זיי האבן על פי רוב צוויי מיט א האלב קינדער און קענען שוין נישט מענעדשען. און א חסידישע מאמע קען בליעה"ר מיט א סאך מער. זעהן מען דאך אז מען קען. נאר אין גאס? בשבילי נברא העולם. דער אינגערמאן אין ישיבה האט געקענט זיך אויפירען חאניאקיש און ער ברענגט דאס מיט אין מקווה, ביהמ"ד וכו'. אינדערהיים וואלסטו זיך געוואגט אראפ ווארפן א האנטוך אויפן פלאהר? ניין! א טישא? ניין! נו פארוואס אין א ביהמ"ד א מקום קדוש יא! עס איז קלאהר אז דאס איז אן ענין וואס דארף א גרויסן תיקון גדול. ווער עס זאגט אנדערשט פארלייקענט א מציאות.

לגבי גארבידזש: וויפיהל מענטשען קענען שכינים ווי מען טאר נישט גיין אינדערהיים מיט שיך! מען מוז אהנטוהן קראקס ביים טיהר. אבער ווען מען שיקט ארויס גארבידזש, קען מען שיקן מיט א קינד צו קליין, די בעג איז נישט גיט פארמאכט. די קערידש אין האלל גייט מיך נישט אהן אויב עס שטערט מיינע שכינים. רבותי, אביסל מענטשליכקייט. די גארבידז בעגס זאל נישט זיין איבערגעפיהלט און גיט צוגעמאכט. און עס זאל נישט רינען. גיס אויס די פיש זאפט אין ביה"כ פאר מען ווארפט אריין א בעקעלע מיט 3 טאגיגקע פיש שריים.

ובזה יצאתי ידי חובת מחאה.


האסט עס גיט גיט ארויסגעברענגט. דאס איז בעיסיקלי וואס איך האב געשריבן, נאר נישט אזוי קלאר ארויסגעברענגט .

משה בער,
דאס האב איך געוואלט. מאכן שטערקער דיין פוינט. נישט ח"ו צו קריגן זיך.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

מחנך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » זונטאג ינואר 14, 2018 12:29 pm

Kosher Travel האט געשריבן:מיהר האבן ב"ה גרעסערע משפחות בליעה"ר. דאס איז א "חלק" (קטן מאוד) פון אונזער פראבלעהם.

א גרויסער פראבלעם איז פשוט וואס ריפט זיך מענטשליכקייט, נקיות וכו'. והא ראי': אין רוב היימישע שטובער איז ציכטיג זויבער. ספעציעל ביי אונז יוצאי אונגארן. איהר וועט נישט טרעפן קיין צוויבעל מיט פאטעיטויס אין איין האלטער. מען גייט אריין און סיי וועלכע חסידישע שטוב (על פי רוב) און עס שפוגעלט פון ציכטיקייט. וואס דאס איז אויך א אידישע זאך. נקיות און מסודר איז א אידישע זאך. רוב גוים that are raising a family זענען אזוי overwhelmed! נעבעך! זיי האבן על פי רוב צוויי מיט א האלב קינדער און קענען שוין נישט מענעדשען. און א חסידישע מאמע קען בליעה"ר מיט א סאך מער. זעהן מען דאך אז מען קען. נאר אין גאס? בשבילי נברא העולם. דער אינגערמאן אין ישיבה האט געקענט זיך אויפירען חאניאקיש און ער ברענגט דאס מיט אין מקווה, ביהמ"ד וכו'. אינדערהיים וואלסטו זיך געוואגט אראפ ווארפן א האנטוך אויפן פלאהר? ניין! א טישא? ניין! נו פארוואס אין א ביהמ"ד א מקום קדוש יא! עס איז קלאהר אז דאס איז אן ענין וואס דארף א גרויסן תיקון גדול. ווער עס זאגט אנדערשט פארלייקענט א מציאות.

לגבי גארבידזש: וויפיהל מענטשען קענען שכינים ווי מען טאר נישט גיין אינדערהיים מיט שיך! מען מוז אהנטוהן קראקס ביים טיהר. אבער ווען מען שיקט ארויס גארבידזש, קען מען שיקן מיט א קינד צו קליין, די בעג איז נישט גיט פארמאכט. די קערידש אין האלל גייט מיך נישט אהן אויב עס שטערט מיינע שכינים. רבותי, אביסל מענטשליכקייט. די גארבידז בעגס זאל נישט זיין איבערגעפיהלט און גיט צוגעמאכט. און עס זאל נישט רינען. גיס אויס די פיש זאפט אין ביה"כ פאר מען ווארפט אריין א בעקעלע מיט 3 טאגיגקע פיש שריים.

ובזה יצאתי ידי חובת מחאה.


פיין געזאגט! און צוגאבע קומט זיך פעטש פאר די רעקלעס און קעירלעס סאניטעישען ארבעטערס, זיי לאזן סאך מאך איבער אזוי מין טרעיל פון שמיץ נאך וואס זיי שלעפן די בעגס אויף די פלאר און אוודאי רייסט זיך עס אויף, אז ס'איז א עקל!

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1846
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג ינואר 14, 2018 12:45 pm

איך מיין אז מען דארף פארטרייבן די באשעפענישן
מיט די גרויסע שנאצן
וועלן זאכן בעסער ווערן....

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 930
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג ינואר 14, 2018 12:48 pm

מחנך האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:מיהר האבן ב"ה גרעסערע משפחות בליעה"ר. דאס איז א "חלק" (קטן מאוד) פון אונזער פראבלעהם.

א גרויסער פראבלעם איז פשוט וואס ריפט זיך מענטשליכקייט, נקיות וכו'. והא ראי': אין רוב היימישע שטובער איז ציכטיג זויבער. ספעציעל ביי אונז יוצאי אונגארן. איהר וועט נישט טרעפן קיין צוויבעל מיט פאטעיטויס אין איין האלטער. מען גייט אריין און סיי וועלכע חסידישע שטוב (על פי רוב) און עס שפוגעלט פון ציכטיקייט. וואס דאס איז אויך א אידישע זאך. נקיות און מסודר איז א אידישע זאך. רוב גוים that are raising a family זענען אזוי overwhelmed! נעבעך! זיי האבן על פי רוב צוויי מיט א האלב קינדער און קענען שוין נישט מענעדשען. און א חסידישע מאמע קען בליעה"ר מיט א סאך מער. זעהן מען דאך אז מען קען. נאר אין גאס? בשבילי נברא העולם. דער אינגערמאן אין ישיבה האט געקענט זיך אויפירען חאניאקיש און ער ברענגט דאס מיט אין מקווה, ביהמ"ד וכו'. אינדערהיים וואלסטו זיך געוואגט אראפ ווארפן א האנטוך אויפן פלאהר? ניין! א טישא? ניין! נו פארוואס אין א ביהמ"ד א מקום קדוש יא! עס איז קלאהר אז דאס איז אן ענין וואס דארף א גרויסן תיקון גדול. ווער עס זאגט אנדערשט פארלייקענט א מציאות.

לגבי גארבידזש: וויפיהל מענטשען קענען שכינים ווי מען טאר נישט גיין אינדערהיים מיט שיך! מען מוז אהנטוהן קראקס ביים טיהר. אבער ווען מען שיקט ארויס גארבידזש, קען מען שיקן מיט א קינד צו קליין, די בעג איז נישט גיט פארמאכט. די קערידש אין האלל גייט מיך נישט אהן אויב עס שטערט מיינע שכינים. רבותי, אביסל מענטשליכקייט. די גארבידז בעגס זאל נישט זיין איבערגעפיהלט און גיט צוגעמאכט. און עס זאל נישט רינען. גיס אויס די פיש זאפט אין ביה"כ פאר מען ווארפט אריין א בעקעלע מיט 3 טאגיגקע פיש שריים.

ובזה יצאתי ידי חובת מחאה.


פיין געזאגט! און צוגאבע קומט זיך פעטש פאר די רעקלעס און קעירלעס סאניטעישען ארבעטערס, זיי לאזן סאך מאך איבער אזוי מין טרעיל פון שמיץ נאך וואס זיי שלעפן די בעגס אויף די פלאר און אוודאי רייסט זיך עס אויף, אז ס'איז א עקל!

איך גיי זיך דא נישט אהנעמען פאר די סעניטעישען ארבייטער. וואס אגב, זענען זיי גאר גוט באצאלט (פאר די מין ארבייט פארשטייט זיך).
אבער אוב וועט נישט זיין געפילטע פיש זאפט אין די בעגס, וועט נישט שטינקען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט