זויבערקייט אין די היימישע גאסן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מחנך
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » זונטאג ינואר 14, 2018 1:01 pm

ניס קראכער האט געשריבן:איך מיין אז מען דארף פארטרייבן די באשעפענישן
מיט די גרויסע שנאצן
וועלן זאכן בעסער ווערן....


בעסער צו האבן די מיט ברייטע שנאלצן ווי צו האבן די מיט די דינע לאנגע שווענצלעך!

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג ינואר 14, 2018 1:06 pm

מחנך האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:איך מיין אז מען דארף פארטרייבן די באשעפענישן
מיט די גרויסע שנאצן
וועלן זאכן בעסער ווערן....


בעסער צו האבן די מיט ברייטע שנאלצן ווי צו האבן די מיט די דינע לאנגע שווענצלעך!

איך האלט נישט אנדערשט
אבער די חברה זענען א חלק אין די שילד אז שמוץ זאל זיך דרייען אויפן גאס

ח"ו איך ווארף נישט אראפ די שילד וואס מען האט ארויף געלייגט אויף מיר.....

דריידל
שר האלפיים
תגובות: 2118
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג ינואר 14, 2018 1:29 pm

יהיה כן האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ס'נישט נאר אין גאס. קוק וואס טוט זיך אין בית המדרש, ביים קאווע שטיבל און ארום. בית כסא'ס זענען זייער אסאך מאל אנגע'חזר'ט, די מקוה איז אנגעווארפן מיט שמוציגע האטוכער, און אנדערע איבערבלייבענישן. און ברענג מיר נישט קיין ראי' פון די איסט סייד צו אנדערע פלעצער ווי אסאך גוים וואינען ווייל זיי וואינען עמטליך ווי חזרים. אונז, אלץ בעסערע מענטשן, וואלטן געמעקט אויסקוקן מער נארמאל.

גיב איבער פארן שמש, ער זאל באצייטנס ריפלעיסן דעם ערל וואס דארף עס קלינען


יא יא. דאס איז די פראבלעם. מענטשן ווי דיר וואס מיינען אז א גוי דארף אריינווארפן דיין גענוצטע מקוה האנטוך אין קאנטעינער. אסאך מאל טרעף איך אויסגעבלאזענע טישוס אויפ'ן טיש אלץ ווייל דער אום-מענטש וויל נישט איבערשטרענגן זיינע פיסעלעך צו וואקן ביז'ן גארבעזש

האלאו, בארואיג דיך, איך האב דיר נישט געטשעפעט, און בכלל איך נוץ נישט קיין פאבליק ביה"כ, וד"ל.....

ח"ו צו טראכטן אז איך פיל די האסט מיך געטשעפעט. נאר די מענטעלעטי אז מ'קען לאזן שמוץ און די גוי וועט שוין קלינען, דאס איז די פראבלעם.

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » זונטאג ינואר 14, 2018 4:50 pm

דריידל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:ס'נישט נאר אין גאס. קוק וואס טוט זיך אין בית המדרש, ביים קאווע שטיבל און ארום. בית כסא'ס זענען זייער אסאך מאל אנגע'חזר'ט, די מקוה איז אנגעווארפן מיט שמוציגע האטוכער, און אנדערע איבערבלייבענישן. און ברענג מיר נישט קיין ראי' פון די איסט סייד צו אנדערע פלעצער ווי אסאך גוים וואינען ווייל זיי וואינען עמטליך ווי חזרים. אונז, אלץ בעסערע מענטשן, וואלטן געמעקט אויסקוקן מער נארמאל.

גיב איבער פארן שמש, ער זאל באצייטנס ריפלעיסן דעם ערל וואס דארף עס קלינען


יא יא. דאס איז די פראבלעם. מענטשן ווי דיר וואס מיינען אז א גוי דארף אריינווארפן דיין גענוצטע מקוה האנטוך אין קאנטעינער. אסאך מאל טרעף איך אויסגעבלאזענע טישוס אויפ'ן טיש אלץ ווייל דער אום-מענטש וויל נישט איבערשטרענגן זיינע פיסעלעך צו וואקן ביז'ן גארבעזש

האלאו, בארואיג דיך, איך האב דיר נישט געטשעפעט, און בכלל איך נוץ נישט קיין פאבליק ביה"כ, וד"ל.....

ח"ו צו טראכטן אז איך פיל די האסט מיך געטשעפעט. נאר די מענטעלעטי אז מ'קען לאזן שמוץ און די גוי וועט שוין קלינען, דאס איז די פראבלעם.

אמת. א תורה אינעגערמאן דארף מאכן א קידוש השם! בשבילי נברא העולם מיינט נישט לאזן טישאס אויפן טיש. וואס, א חוץ דעהם בל תשקצו, טוט עס דאך פארשפרייטן דיינע germs און מאכט אנדערע קראנק. טראכט אביסל פון די דין וחשבון פונעם מאכן אנדערע קראנק. א רייניגער אין ביהמ"ד איז געמאכט צו טוישן די גארבידש און פארשטייט זיך אביסל רייניגן, עס איז דאך אן עמטליכן פלאץ ווערט שמאציג. אבער מיט א מאס. איעדער פאר זיך דארף איבערלאזן כאטש אזוי זויבער ווי געטראפן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » מאנטאג ינואר 15, 2018 1:03 am

איך גלויב אז רוב שרייבער אין דיזן אשכול זענען וויליאמסבורגע איינוואוינער.

אלס איינער וואס האט געוואוינט סיי אין ווילי און סיי אין ב''פ קען איך זאגן בפה מלא ווילי באדט זיך אין שמוץ, און עס דארף נישט זיין אזוי. ב''פ איז סאאאך ריינער ווי ווילי.

און דער הסבר איז פשוט: אין ב''פ אז דו וועסו ארויסלייגן די גארבעדזש פרייטאג מיטאג צייט פאר שבת'דיגע פיקאפ, וועט תיכף ארויסוואקסן א גרינער און אפשרייבן א קוויטל. וואגן זאל זיך איינער צו לייגן א פלאסטיג פלעשל אין די געווענליכע מיסטקאסטן. דער פדיון וועט ער נישט אזוי שנעל פארגעסן. ווער רעדו נאך אויב איינער זאל נישט שארן די שניי? אין ווילי זענען געווען אויף יעדע גאס עטליכע אומגעשארטע הייזער פאריגע וואך מיטוואך, כמעט א וואך נאך די שניי! אין ב''פ וואלטן זיי געכאפט טיקעטס זיבן שעה נאך די שניי!

און נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס ווילי איז פארפעסטעט מיט ראטן. איך האב געזען אין ב''פ קעץ, רעקונס, און אפי' אפאסומס, אבער ראטן האב איך נישט געזען. אין ווילי האב איך שוין געזען עטליכע מאל אויף: ליע ווילסאן, ליע ראטלעדזש, ליע פלאשינג, און אינצווישן. אויף מיין גאס דרייען זיי זיך ווי ביים טאטן אין וויינגארטן, אפי' אינמיטן טאג!

די איינציגסטע וועג צו רייניגן ווילי איז אויב די סאניטאציע וועט נעמען די ארבעטער פון די שוין ריינע ב''פ און פארפלייצן ווילי פאר א חודש צייט, שמייסן טיקעטס פאר יעדע אנגע'חזר'טע סיידוואק, פאר יעדע נישט געשארטע הויז, וכו' וכו'. וועט איר זען אז ביז א חודש וועט ווילי ווערן ציכטיג ריין!
Get your facts first, then you can distort them as you please.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג ינואר 15, 2018 1:24 am

אלע מאל געמיינט אז די פראבלעם איז נאר ביי די היימישע ציבור אין אר"י
גוט צי וויסן אז אין אמעריקא איז אויך אזוי

שוין, די פוסקים זאגן שוין אז גויים זענען מער מקפיד אויף ריינקייט ווי אידן
עכו"ם אנקיותא קפדי טפי מישראל

ניס קראכער
שר האלף
תגובות: 1962
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג ינואר 15, 2018 12:08 pm

שפאצירנדיג היינט פארטאגס אויף די גאסן האב איך מיר דערמאנט פון דעם אשכול.....
איך האב געוואקט אויף א גאס ווי מען וועט ווארשיינדליך היינט אפנעמען די גארביטש
אין דער עולם האט ארויסגעלייגט די מיסט צום בוים
אין בעיני ראיתי ווי די קעץ מאכן דארט יום טוב אינדערוואכן ....

איך מיין אז אויב וועט מען ארויסלייגן די גארביטש מיט די קענס וועט עס עטוואס לינדערן די פראבלעם
עכ"פ די פראבלעם וואס די קעץ מאכן אן

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1563
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג ינואר 15, 2018 1:55 pm

מיין לענדלארד שטעלט צו 4 קענס פאר א בנין מיט 10 גרויסע משפחות קע"ה איר קענט זיך פארשטעלן ווי אזוי סקוקט אויס דארט מוצ"ש א שעה נאכן זמן. די ראטן האבן א פיינע מלווה מלכה
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט