די גע'גנב'עטע פארהאנג, וואס מען האט נישט גע'גנב'עט...

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

די גע'גנב'עטע פארהאנג, וואס מען האט נישט גע'גנב'עט...

תגובהדורך חזון-איש'ניק » מאנטאג ינואר 08, 2018 4:40 pm

ב"ה

יענער אינדערפרי איז גארנישט געווען אנדערש ווי א יעדן אינדערפרי, ווען דער הויכגעשעצטער דוקס ליכטנשטיין האט זיך אויפגעוועקן פון זיין באקוועמען געלעגער, אין זיין קעניגליכער פאלאץ אינעם שטאט וויען, פלינקערהייט האט ער זיך אנגעטוהן זיינע פראכטפולע מאנדורען, און אריינגעשפאנט אינעם סאלאן פונעם פאלאץ מיט געמאסטענע טריט, ווען פלוצלינג איז ער שטיין געבליבען...

עפעס פעלט אינעם פאלאץ, האבן זיינע אויגען גלייך באמערקט

און א קלאפ האט פארפעלט זיין הארץ ווען ער האט באמערקט וואס עס פעלט איהם...

די טייערע דאמעסקי פורהענגן, וואס ער האט געלאזט אויפנייען פאר שווערע געלטער, האבן שטענדיג געהאנגן אין פאלאץ, ציגעבנדיג צי די מלכות'דיגע אויסקוק פון פאלאץ, זייענדיג פראכטפול און קינצליך אויפגענייט ביי די מערסטע מומחים אין די געביט, און האט שטענדיג פארכאפט די אויגען פון די באזוכער.

און אט דאס איז נעלם געווארן...

די שאק פונעם דוקס האט זיך גאר שנעל געטוישט מיט א כעס, אויף דער וואס האט געהאט די העזה זיך צי איינברעכן אין פאלאץ, און גנב'נען די טייערע מייסטער ווערק.

ווי אלע מאל איז די פארדאכט גלייך געפאלן אויף די אידן, ווארום די "ארענטליכע" קריסטן זענען נישט חשוד אויף גניבה...

דער דוקס האט שנעל געהייסען רופען די ראשי הקהילה, און זיי באפוילען צי אויסרופען אין די שוהלען זאפארט, אז ווער עס ווייסט פון די גניבה, זאל זיך שנעל מעלדן...

***

דער אידישער קהילה אין שטאט פראג איז געפארן על מי מנוחות, דער בליעהנדער קהילה, וואס האט געציילט אין איהר חכמים וסופרים, און איז געווען פון די גרעסטע אידישע קהילות אין יענע יארן, האט דאן געהאלטן בלויז עטליכע יאר נאך די פטירה פון זייער גרויסע רבי די מהר"ל זי"ע, און איז טאקע און די פארגאנגעהייט געווען מלומדי צרות, אבער איז געכאפט געווארן אומגערישט ווען די משמשים אין די שוהלען האבן אויסגערופען אז דער דוקס האט באפוילען אז ווער עס וויסט איבער די גניבה זאל זיך זאפארט מעלדן.

די גזירה האט צעשוידערט די אידן, פארשטייענדיג די משמעות אז זיי זענען פארדעכטיגט אין די גניבה, און ווער וויסט וואס דאס קען זיי נאך אנברענגן...

המשך יבא מיד בל"נ בעזהי"ת

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » מאנטאג ינואר 08, 2018 5:40 pm

ר' יוסף שפאצירט זיך געמיטליך אין די גאסן, אלעס ארום זעבט איהם אויס רואיג, גארנישט וואלט איהם ווען נישט געדארפט פארדעכטיגען וועלעכר צרה ערווארטעט איהם...

גייענדיג האט ער זיך באגעגענט מיט צוויי מיליטער לייט, וואס האבן איהם אפגעשטעלט, און האבן מיט א פיפיגער פיסק אנגעטראגן א געוואלדיגער מציאה...

זיי האבן איהם גענטמען אין א זייט און געוויזען הערליך אויג פארכאפענדע פארהאנגען, און איהם אנגעטראגן עס צי אפקויעפן, פאר א ביליגער פרייז, ר' יוסף טיין האט תמימות'דיגערהייט עס אפגעקויפט, נישט באמערקענדיג די בייזוויליגער בליקן, געמישט מיט שפאס וואס האבן איהם נאך באגלייט אהיים.

פריילכערהייט האט ער עס אהיים גענומען, און געהאלטן ביי זיך אינדערהיים, ביז ער האט אין יענעם טאג געהערט דער משמש פון שוהל, רבי חנוך בן רבי משה אלטשולר אויסרופען איבער די גניבה, און ער האט באלד פארשטאנען אין וועלכער פאסקע ער איז אריין געפאלן...

ר' יוסף פארשטייענדיג וועלכער צרה דאס קען נאך ברענגן האט זיך שנעל געמאלדן צום משמש, פארציילענדיג איבער די גניבה וואס ער האט בשגגה אפגעקויפט פון צוויי מיליטער לייט.

דערציטערטערהייט האט ר' חנוך שנעל זיך געוואנדן צום ראש הקהל רבי יעקב תאומים, און זיי האבן באשלאסן זאפארט צי אפגעבן די גניבה, ר' יעקב איז שנעל אריבער צי דער דוקס'ענס ממונה אין שטאט, און איהם אפגעגעבן די גניבה, פארציילענדיג די גאנצע מעשה, דער ממונה האט באלד גענומען די גניבה מיט א פארשטענדעניש, און מיט א פריינטליך פנים אהיים געשיקט.

דער ראש הקהל איז אהיים צעפרידענערהייט, מיינענדיג אז די גזירה איז פאריבער...

אבער נישט...

פארזעצונג קומט בל"נ, אויב מען וועט זיין וואויל...

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2120
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג ינואר 08, 2018 7:23 pm

חזון-איש'ניק האט געשריבן:
פארזעצונג קומט בל"נ, אויב מען וועט זיין וואויל...


מיר וועלן זיין וואויל
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » מאנטאג ינואר 08, 2018 7:27 pm

פליז אונז זענען אזוי וואויל מיר ווארטען
וואס?? נעילה, מנחה, האסט שוין געדאווענט מנחה?
(קרעדיט ארי אבראמאוויטש @מסטעריע)

אוועטאר
משה11
שר חמישים ומאתים
תגובות: 285
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » מאנטאג ינואר 08, 2018 8:55 pm

יעצט צום אנהויב (אויב עס וועט גיין ווייטער, נישט ווי די אנדערע וואס זענען איינגעשלאפן)
וויל איך פארשלאגן אז אפשר זאל מען מאכן א עקסטערע אשכול פאר קאמענטארן
אזוי אז מען זאל קענען ליינען אן ווערן איבער געהאקט?!
חותן שואל את החתן שלו: מה לקנות לך? ש"ס או שעון?
החתן: תקנה לי אייפון… יש בו גם ש"ס וגם שעון…
החותן: אז תחזיר את הכלה - הבת שלי! יש מספיק בנות באייפון…

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דינסטאג ינואר 09, 2018 2:27 am

שוין, אז ענק זענען וואויל, געגאנגען...

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דינסטאג ינואר 09, 2018 2:34 am

דער ראש הקהל רבי יעקב זיצט ביי זיך אינדערהייים,פארנומען מיט קהל'ס געברויכען, רואיג אז די דאגה פון די גניבה איז שוין ב"ה פאריבער, ווען פלוצלינג טועהן הילכיגע קעפ רין טיר, איבער האקן זיין רואיגקייט...

ביים טיר זענען געשטאנען שלוחים פונעם שטאט'ס הערשער, און אויפען הערשער'ס באפעהל, איהם דרינגענד איינגעלאדענט צי קומען באזוכען די הערשער.

רבי יעקב האט באזאגרטערהייט געשפאנט צום הערשער, און ווען ער איז אנגעקומען אהין, איז איהם א שוידער אריבער אלע זיינע ביינער...

דער הערשער פון שטאט, א פארשוין מיט'ן נאמען ראדאלף וואלשטיין, איז געווען א באקאנטער בארבארישער הערשער, א שרעקליכער כעסן, וואס האט געפירט זאכן נישט דורך געטראכט, לויט זיין צעהיצטער געמיט, אזוי אויך איז ער נישט געווען באקאנט אלס צי א גרויסער אידן פריינט.

ווען דער דוקס'ענס ממונה האט איהם פארציילט איבער די גניבה וואס עס איז אפגעגעבן געווארן דורך די אידן, האט דער הערשער גלייך געטראפן א פאטענציאל צי פייניגען די אידן, און האט שנעל געלאזט רופן דער ראש הקהל רבי יעקב תאומים.

מיט א פלאמעדיגע רויטער פנים האט דער הערשער אויפגענומען ר' יעקב, און איהם שטרענג איינגעמאלדען אז ער ווערט באשולדיגט אין די גניבה, און ער וועט אויף איהם אויס פירען טויט שטראף ה' ירחם, חוץ אויב ביז פיר און צוואנציג שעה ברענגט ער אריבער דער איד וואס האט איהם געברענגט די גניבה.

רבי יעקב איז אהיים דערשראקענערהייט, און א טאג דערויף איז ער צוריק געקומען צום דוקס, ציזאמען מיט דער משמש רבי חנוך, רבי חנוך האט פארציילט פארן הערשער אז א איד, וואס ער איז באשוואוירען נישט צי פארציילען זיין נאמען, האט איהם דאס געברענגט, אבער יענער איז נישט די גנב, נאר צוויי מיליטער לייט האבן איהם דאס פארקויפט.

דער הערשער האט נישט געוואלט אננעמען די טענה, און האט יעצט גענומען רבי חנוך אין געפענגעניש אנשטאט רבי יעקב, און האט אויף איהם גוזר געווען מיתה בתליה, ה' ירחם.

דער הערשער איז אבער ארויף אויף די שפירען פון רבי יוסף טיין, און האט איהם באלד ארעסטירט, באפרייענדיג דערביי רבי חנוך, דער הערשער האט גוזר געווען אויף רבי יוסף א טויט שטראף דורך הענגען, ציזאמען צוויי הונגעריגע כלבים וואס וועלן שטטין דערביי, ה' ירחם.

די גאנצע שטאט איז דערציטערט געווארן הערנדיג די שוידערליכע גזירה, כל המקום אשר דבר הערשער מגיע אבל גדול ליהודים בכי ומספד, ספעציעל איז רבי חנוך געווען אויפגעשוידערט שפירענדיג אז דער אורטייל איז אויף זיין געוויסען, און מען האט באלד אנגעהויבען מיט שתדלנות.

הכסף יענה את הכל... און רבי חנוך מיט אלע פרנסי העיר זענען אריין צי דער הערשער אין פראבירט איהם צי משחד זיין, דער רשע האט דאן געזאגט אז ער איז גרייט צי באפרייען ר' יוסף אין אויסטויש פאר די פאנטאסטישע סומע פון צען טויזענט זהובים!, דער הערשער האט דאן ציגעלייגט א רשעות'דיגער תנאי, אז דער געלט דארף געברענגט צי איהם און צען עקסטערע שיסלעך, ווען אין יעדער שיסעל איז דא טויזענט זובים, אבער... אין קליינע קופערנע מטבעות.

דער הערשער האט געקלערט אז די אידן וועלן נישט קענען שטיין אין דעהם, און אזוי ארום וועט ער קענען אויספירען זיין רשעות'דיגער אורטייל, אבער אנטוישט איז ער געווארן ווען די אידן האבן צי איהם געברענגט די גאנצע סומע געלט, ער האט ווייזט אויס ארינטער געשאצט די אידישע דרייסטקייט צי העלפן אן אנדער איד, און נאכן ארבעטן שווער, ווען די גאנצע קהילה איז געווען פאראייניגט, און יעדער האט געגעבן וואס נאר זיי האבן געהאט, און נאכן ארום לויפען צי טוישען די געלט אויף קופערנע מטבעות, האבן זיי געברענגט די גאנצע נויטיגע סומע.

דער הערשער האט מיט זיין אכזריות דאן צוריק געוויזען די אויסלייז געלט, און ער האט געזאגט אז ער וועט נאר אננעמען די געלט, טאמער די פרנסים וועלן שלעפן די געלט אין זעקלעך אויף זייער פלייצע, דער גאנצער לאנגע וועג פון זייערע וואוינונג ביז צי דער שטאט ראט געביידע, און באגלייטונג פון פאליציי, וואס זאלן זיכער מאכן אז זיי שלעפן דאס טאקע ווי אזוי עס דארף צי זיין...

ענדליך ווען די געלט איז טאקע געברענגט געווארן ווי אזוי דער הערשער האט געוואלט, איז שוין געווען ערב שבת בין השמשות, אין דער דאטום פון כ"ב טבת שנת ה'שפ"ג, און ר' יוסף איז דאן אויסגעלייזט געווארן, צום פרייד פון אלע אידן, והעיר פראג צהלה ושמחה.

ספעציעל האט זיך אויף דעהם געפרייט דער משמש רבי חנוך, וועלכער האט יענעם טאג כ"ב טבת געמאכט א יום טוב פאר זיין משפחה לדורות, להודות ולהלל לה' אויף די גרויסע נסים, און א נאמען געגעבן "פורים פארהענגען", על שם ה'פארהאנגען', און ער האט אראפ געשריבען א ספעציעלע מגילה, מיט'ן נאמען "מגילת פורי הקלעים", ווי ער שילדערט די גאנצע נס, און ער האט באפוילען זיין משפחה אז אין דעהם פורים זאל מען ליינען די מגילה, לדורות.


459.jpg
מגילת פורי הקלעים
459.jpg (220.94 KiB) געזעהן 970 מאל

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » דינסטאג ינואר 09, 2018 2:41 am

ווען אונז זענען ציגעוואוינט צי ליינען אלטע מעשיות, אין די מחנים בוקס צי סיי ווי, זענען מיר ציגעוואוינט צי עפעס א דראמאטישע נס, ווי א מלאך ווייס געקליידעט האט זיך אנטדעקט צום הערשער, אדער דער פריץ איז מיסטעריעז קראנק געווארן, וכו'.

די מעשה האט אן אייגענארטיגקייט, ווען טראך די אידן זענען אזוי אויסגעקוועטשט געווארן דורך די רשעות'דיגער הערשער, און טראץ מען האט נישט געזעהן אין איהם קיין מפלה, האבן זיי זיך נישט צוריק געהאלטן פון קובע זיין א יו"ט אויף דעהם וואס א איד איז געראטעוועט געווארן.

ווייל די עצם ראטעווען א איד, און איהם אויסלייזען איז גענוג א חסד פונעם אייבירשטען, טראץ עס איז בתוך ההסתר.

אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2007
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

תגובהדורך אַבּערוואַס » דינסטאג ינואר 09, 2018 3:21 am

געוואלדיג!!
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1375
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג ינואר 09, 2018 8:51 am

זייער אינטערעסאנט!!

ייש"כ
זוכט איר דוי?

אוועטאר
טויגליכער איד
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 13, 2016 9:17 pm
לאקאציע: אין אינדעזיין אדער פאטאשאפ

תגובהדורך טויגליכער איד » דינסטאג ינואר 09, 2018 9:02 am

דונש האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט!!

ייש"כ

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2975
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג ינואר 09, 2018 10:01 am

WOW א געוואלדיג סיפור, ייש"כ חזונישניק! געוואלדיג און געשמאק בשיעור חזו"א!

אוועטאר
קענדי'ס
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובהדורך קענדי'ס » דינסטאג ינואר 09, 2018 10:11 am

טוגליכער איד האט געשריבן:
דנש האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט!!

ייש"כ

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1349
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » דינסטאג ינואר 09, 2018 11:18 am

קענדי'ס האט געשריבן:
טוגליכער איד האט געשריבן:
דנש האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט!!

ייש"כ
קום אריין קלאר

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דינסטאג ינואר 09, 2018 11:23 am

שכח, זייער שיין.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1681
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג ינואר 09, 2018 4:57 pm

א דאנק.
באלאנגט דאס נישט אין זכור ימות עולם? אדער עכ"פ א לינק אהין?

פ' לך לך
שר חמש מאות
תגובות: 868
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דינסטאג ינואר 09, 2018 8:21 pm

PDF?

אוועטאר
קליינטשיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 473
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 11, 2017 2:31 pm

תגובהדורך קליינטשיגער » דינסטאג ינואר 09, 2018 9:30 pm

אינטערסאנט און גוט אראפגעלייגט.

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: ביים גמרא

תגובהדורך מקווה איד » דינסטאג ינואר 09, 2018 9:35 pm

גרעיט דזשאב, אונז האבן טאקע זייער הנאה אבער איך פארשטיי נישט פארוואס איינער ווי דיר מיט אזא גוטן שפראך זאל עס טוען בחינם. איך זאג דיר גיי ארויס און גרויסען
וואס?? נעילה, מנחה, האסט שוין געדאווענט מנחה?
(קרעדיט ארי אבראמאוויטש @מסטעריע)

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4397
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך ינואר 10, 2018 10:05 am

א שיינע מעשה, און הערליך שיין אראפגעשריבן.

יישר כח!

בייגעלייגט א פדף פון די באשרייבונג.



ווי אויך האבן מיר אויפגעזוכט די ארגינעלע העתקה פון די גאנצע מגילה, עס געפונט זיך אין "עטרת צבי - ספר היובל למלאות שבעים שנה להחכם ג. וכו'"

להנאתכם!
מגילת פורי הקלעים - פירהענג פורים.pdf
(232 KiB) דאונלאודעד 59 מאל
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

קלוגער
שר חמש מאות
תגובות: 620
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

זייער שיין, שכויעך!

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2120
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מיטוואך ינואר 10, 2018 3:01 pm

געוואלדיג א שיינע מגילה
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » מיטוואך ינואר 10, 2018 4:28 pm

נא_שכל האט געשריבן:א שיינע מעשה, און הערליך שיין אראפגעשריבן.

יישר כח!

בייגעלייגט א פדף פון די באשרייבונג.
מגילת פורי הקלעים - די געגנבטע פארהאנג..pdf



ווי אויך האבן מיר אויפגעזוכט די ארגינעלע העתקה פון די גאנצע מגילה, עס געפונט זיך אין "עטרת צבי - ספר היובל למלאות שבעים שנה להחכם ג. וכו'"

להנאתכם!
מגילת פורי הקלעים - פירהענג פורים.pdf

א ריזען דאנק

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

תגובהדורך בדרך אפשר » דאנארשטאג ינואר 11, 2018 5:56 pm

אזוי ווי יעדער מאל א געוואלדיגער ארבעט יישר כח!!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט