אינטערנעט א פאקט. איז דא א לעזונג דערצו?
קענדי'ס האט געשריבן:איך וויל וויסן פארוואס מען רודפט בעיסיק פאונס?
ס'דא עני ריסן איך זאל מיזן גיין דוקא צי טעג
און האבן א סטיקער און צאלן $25???
לכאורה איז די סיבה פון די וואס פארלאנגען דאס, כדי אוועקצושטעלן א גדר אז א יעדע טעלעפאן מוז האבן א געוויסע הכשר. כאטש דיין ספעציפישע טעלעפאן איז כשר וישר.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
- shimon7323
- שר האלף
- תגובות: 1001
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
SPUSMN האט געשריבן:דריידל; כ'האב נישט ארויס וואס די זאגסט. וועליכע תקנה האלסטו דארף א תיקון?
מענטשן מאכן א טעות און מיינען אז תקנות מיינט אסר'ן זאכן. די "תקנה" וואס איז דא אז מ'טאר נישט האבן קיין אינטערנעט אן א פילטער איז אן איסור נישט א תקנה. איינער וואס קומט ארויס מיט א פילטער האט ער געמאכט א תקנה.
די פילטערס וואס זענען דא איז זייער א גוטע זאך, יא ס'מאכט פראבלעמן דא דארט און ס'איז אמאל אומבאקוועם אז מ'דארף בעטן מ'זאל עפענען א געוויסע סייט און דאס דארט צייט, אבער איך גלייב אז רוב מענטשן אפרישיעטן די פילטער און די אומבאקוועמליכקייט איז א קלייניקייט וואס מ'איז גרייט צו פארקוקן. טאמער זאל זיין אן ארגענעזאציע וואס צאלט די פילטערס פארט איינער וואס וויל נישט צאלן, וואלט אויך געווען א געוואלדיגע תקנה.
רבנים וואס זענען מעורר אז מ'זאל זיך נישט דרייען אויף די אינטערנעט, ווייל מ'קען זעהן זאכן וואס מ'דארף נישט, און אפילו אויסגעהאלטענע סייטס זענען סתם אזוי מבטל אסאך צייט, טיען א גוטע זאך. אבער מ'טאר נישט מאכן פונ'ם עיקר א טפל, דאס הייסט ווען מ'איז מעורר אויף ביטול זמן דארף מען מדגיש זיין אז ליינען דער איד מיט דער בלאט אדער קול מבשר איז פונקט אזא ביטול זמן ווי די אינטערנעט.
די פראבלעם איז די אינטערשרייבן וואס די מוסדות צווינגן. כאטשיג יעדער פארשטייט די וויכטיגקייט פון פילטערס, האט אבער קיינער נישט ליב צו טון זאכן געצווינגערהייט. ווער ס'וויל זיך ארויסדרייען און נישט האבן קיין פילטער קען עס זייער גרינג טון און ס'איז נישטא קיין וועג אים אפצוהאלטן. ממילא, דער וואס קען באשטיין צו לייגן א פילטער וואלט עס ממילא געטון און דער וואס נישט וועט זיך גרינג אן עצה גיבן. איי וואס דערלייגט מען פון צווינגן? איז די תירוץ אז צווינגן מאכט אז מענטשן באקומען אוטאמאטיש א נעגעטיווקייט דערצו,און דאס איז גורם אז די וואס מ'קען נישט צווינגן למשל, יונגעלייט וואס האבן נאכנישט קינדער אין מוסדות, אזוי אויך בחורים און מיידלעך, וועלן נישט לייגן קיין פילטערס, ווייל אז ער וואקט אריין צו משומר און וויל לאזן אפען געוויסע סייטס וועט מען אים גיבן א הארד טיים. די זעלבע איז מיט זאגן אז פרויען טארן נישט האבן קיין שום אינטערנעט, וואס איז גורם אז דער וואס וויל יא האבן קען עס נישט פילטערן ווייל מ'וועט דאך וויסן אז זיי האבן אינטערנעט.
אינטערנעט דארף זיין אזויווי אלע אנדערע איסורים וואס מ'דארף לאזן די בחירה פאר יעדעם. מ'דארף מאכן שפירן גוט דער וואס האט א פילטער אז יעדער זאל עס וועלן פון זיך אליין, נישט ס'זאל זיין לעול ולמשא. אזוי אויך דארף מען האלטן אין איין דערמאנען און מעורר זיין אויף די חיוב פון שמירת ענים און די חיוב פון מאכן סייגים מ'זאל נישט קומען לידי נסיון אבער דאס דארף געזאגט ווערן בהשכל ובדעת ווייל תפסת מרובה לא תפסת. עלטערן דארפן אויך וויסן אז זיי באגרייפן נישט די עקסטענד צו וואס זייערע קינדער זענען אנגעוויזן אויף די אינטערנעט, און מ'זאל מחשיב זיין ווען איינער לייגט א פילטער נישט ח"ו קלאפן.
נאך א גוטע זאך איז די פרומע סייטס א שטייגער ווי אונזער וועלטל. אזויווי די פריערדיגע רבנים האבן פארשטאנען אז ס'דארף זיין היימישע צייטונגן, אזוי אויך דארף היינט זיין היימישע סייטס צו פארברענגן, און רבנים דארפן מעורר זיין אז מ'זאל זיך נאר דרייען אויף די היימישע זייטלעך. ס'דא א פרומע סייטס ווי מ'קען זעהן נאר אויסגעהאלטענע ווידעאס לויט זייער סטאנדארט (כ'געדענק נישט די נאמען), אזאנע סייטס איז א מאסט.
בקיצור, די פאקט איז אז א גרויסער עולם, מסתמה רוב, ניצט אינטערנעט אפילו שלא לצורך פרנסה און מ'טוט נישט קיין סאך פאר זיי. דאס גייט זיך נישט אויפהערן, פארקערט, אינטערנעט באניצער וואקסט פון טאג צו טאג און ס'פעלט זיך אויס תיקונים לבחור הרע במעיטו
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2731
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
בקיצור הדברים דריידל די ווילסט אז די רבנים זאלן אונז פרעגן וואס זיי האבן צו טוען
דאס איז וואס איך זע פון דיין תגובה
האו באוט אז ווען מען האט געמאכט אלע תקנות איז מען צוגעקומען צו א מסקנא
אז מען האט שוין פראבירט אלע אופנים פון מעורר זיין
אין פשוט ס'איז דא ציבור וואס האלט נישט ביים פארשטיין
אדער האלטן יא ביים פארשטיין
נאר ער גייט עס נישט אויפגעבן ווי לאנג מען הייסט אים נישט
לגבי בחורים אין מיידליך האב איך פאר דיר נייעס אז מען קען היינט דאונלאודן די פילטערס אן אריינטרעטן אין א אפיס
לי יהא אז זיי גייען דיר פאלאוען אין דאס איז א פראבלעם
די אלע האבן אפילו געטרייט צו נעמען פון זיך אליינס א פילטער וואס איז נישט קאנטראלירט א שטייגער ווי K9 ?
בקיצור הדברים גיי איך עני וועי צוריק קומען צו די זעלבע וואס די ווילסט נישט הערן
סאו איך מיין אז סאיז אשאד זיך צו טענען

- למעלה משבעים
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9291
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
דריידל האט געשריבן:די פראבלעם איז די אינטערשרייבן וואס די מוסדות צווינגן. כאטשיג יעדער פארשטייט די וויכטיגקייט פון פילטערס, האט אבער קיינער נישט ליב צו טון זאכן געצווינגערהייט. ווער ס'וויל זיך ארויסדרייען און נישט האבן קיין פילטער קען עס זייער גרינג טון און ס'איז נישטא קיין וועג אים אפצוהאלטן. ממילא, דער וואס קען באשטיין צו לייגן א פילטער וואלט עס ממילא געטון און דער וואס נישט וועט זיך גרינג אן עצה גיבן. איי וואס דערלייגט מען פון צווינגן? איז די תירוץ אז צווינגן מאכט אז מענטשן באקומען אוטאמאטיש א נעגעטיווקייט דערצו,און דאס איז גורם אז די וואס מ'קען נישט צווינגן למשל, יונגעלייט וואס האבן נאכנישט קינדער אין מוסדות, אזוי אויך בחורים און מיידלעך, וועלן נישט לייגן קיין פילטערס, ווייל אז ער וואקט אריין צו משומר און וויל לאזן אפען געוויסע סייטס וועט מען אים גיבן א הארד טיים. די זעלבע איז מיט זאגן אז פרויען טארן נישט האבן קיין שום אינטערנעט, וואס איז גורם אז דער וואס וויל יא האבן קען עס נישט פילטערן ווייל מ'וועט דאך וויסן אז זיי האבן אינטערנעט.
אינטערנעט דארף זיין אזויווי אלע אנדערע איסורים וואס מ'דארף לאזן די בחירה פאר יעדעם. מ'דארף מאכן שפירן גוט דער וואס האט א פילטער אז יעדער זאל עס וועלן פון זיך אליין, נישט ס'זאל זיין לעול ולמשא. אזוי אויך דארף מען האלטן אין איין דערמאנען און מעורר זיין אויף די חיוב פון שמירת ענים און די חיוב פון מאכן סייגים מ'זאל נישט קומען לידי נסיון אבער דאס דארף געזאגט ווערן בהשכל ובדעת ווייל תפסת מרובה לא תפסת. עלטערן דארפן אויך וויסן אז זיי באגרייפן נישט די עקסטענד צו וואס זייערע קינדער זענען אנגעוויזן אויף די אינטערנעט, און מ'זאל מחשיב זיין ווען איינער לייגט א פילטער נישט ח"ו קלאפן.
ענדליך קומסטו שוין צום ווארט. למעשה, כ'האף די פארשטייסט אז דאס אלעס איז גוט צו זאגן פורים אלץ א שיינעם פורים פשעטל. ווייל צום מציאות האט עס נישט קיין שום שייכות.
איך האב מיטגעהאלטן אויף א געוויסן פלאץ ווי א קהילה וואס מאיזה סיבה שהוא האבן זיי געטון ממש ווי דאס וואס די שלאגסט פאר, כסדר געווען דרשות און גאר שטארק מעורר געווען איבער די פראבלעם פון אינטערנעט, און זיי האבן געטון ממש אט וואס די זאגסט, דהיינו זיי האבן קיינעם נישט געצווינגן, אזויפיל יא איינע פון די שאלות וואס זיי האבן געפרעגט ביים זיך איינשרייבן אין מוסד איז געווען צו מען האט א פילטער, און אפי' די תשובה איז געווען ניין אדער אן קיין תשובה האבן זיי אויך אנגענומען.
לפי דיין פשעטל, וואלט לכאורה יעדע טאטע, אין די מוסד געדארפט האבן א פילטער, און יעדע קינד שטיין ווייט פון אינטערנעט, ניין!? צו דעם צילסטו דאך, אז דאס זאל מען טון.
איך וויל דיר נישט אנטוישן, אבער די פאקט איז געווען ממש להיפך, גאר אסאך, אבער באמת אסאך, האבן בכלל קיין פילטער נישט געלייגט! און געוויסע קינדער האבן גאר זיך געהעריג באניצט מיט די אינטערנעט, און פון די וואס האבן שוין יא געלייגט איז עס געווען סתם לשם מצוה בכלל נישט א פילטער וואס פארלאנגט זיך ע"פ דיני תורה כפי פסק הרבנים.
דאס האט מיר געברענגט צום החלטה אז יא! די דעת תורה אז מען ברויך צווינגן דערצו איז ריכטיג! איי צוליב דעם פאלן יחידים אוועק, איז דאך נאך אלץ בעסער ווי די רבים זאל אוועקפאלן.
דריידל האט געשריבן:נאך א גוטע זאך איז די פרומע סייטס א שטייגער ווי אונזער וועלטל. אזויווי די פריערדיגע רבנים האבן פארשטאנען אז ס'דארף זיין היימישע צייטונגן, אזוי אויך דארף היינט זיין היימישע סייטס צו פארברענגן, און רבנים דארפן מעורר זיין אז מ'זאל זיך נאר דרייען אויף די היימישע זייטלעך. ס'דא א פרומע סייטס ווי מ'קען זעהן נאר אויסגעהאלטענע ווידעאס לויט זייער סטאנדארט (כ'געדענק נישט די נאמען), אזאנע סייטס איז א מאסט.
בקיצור, די פאקט איז אז א גרויסער עולם, מסתמה רוב, ניצט אינטערנעט אפילו שלא לצורך פרנסה און מ'טוט נישט קיין סאך פאר זיי. דאס גייט זיך נישט אויפהערן, פארקערט, אינטערנעט באניצער וואקסט פון טאג צו טאג און ס'פעלט זיך אויס תיקונים לבחור הרע במעיטו
ווי קען א רב 'מעורר' זיין זיך צו דרייען סתם אויף די אינטערנעט לשם פארברענגן? יא, אויב פרעגסט אים וועט ער דיר זאגן אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, אבער גאר מעורר זיין זיך יא צו דרייען?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2731
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm
איך טראכט נאר א זייטיגע נאטיץ
שטעלט אייך פאר מען איז אין די היינטיגע וועלט מסדר דעם שולחן ערוך
מיט דעם הלכה אין יענע הלכה
ס'וואלט זיך געטוען טישן אין בענק. מען קען אזאנס נישט טוען מען מוז טוישן די הלכה
דער עולם טוט פשוט נישט אזוי סאו מוז מען זיך רעכענען מיט דעם וואס דער עולם האלט
איך האף אז מען פארשטייט וואס איך וויל...
שטעלט אייך פאר מען איז אין די היינטיגע וועלט מסדר דעם שולחן ערוך
מיט דעם הלכה אין יענע הלכה
ס'וואלט זיך געטוען טישן אין בענק. מען קען אזאנס נישט טוען מען מוז טוישן די הלכה
דער עולם טוט פשוט נישט אזוי סאו מוז מען זיך רעכענען מיט דעם וואס דער עולם האלט
איך האף אז מען פארשטייט וואס איך וויל...
- shimon7323
- שר האלף
- תגובות: 1001
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
דריידל האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:דריידל; כ'האב נישט ארויס וואס די זאגסט. וועליכע תקנה האלסטו דארף א תיקון?
מענטשן מאכן א טעות און מיינען אז תקנות מיינט אסר'ן זאכן. די "תקנה" וואס איז דא אז מ'טאר נישט האבן קיין אינטערנעט אן א פילטער איז אן איסור נישט א תקנה. איינער וואס קומט ארויס מיט א פילטער האט ער געמאכט א תקנה.
די פילטערס וואס זענען דא איז זייער א גוטע זאך, יא ס'מאכט פראבלעמן דא דארט און ס'איז אמאל אומבאקוועם אז מ'דארף בעטן מ'זאל עפענען א געוויסע סייט און דאס דארט צייט, אבער איך גלייב אז רוב מענטשן אפרישיעטן די פילטער און די אומבאקוועמליכקייט איז א קלייניקייט וואס מ'איז גרייט צו פארקוקן. טאמער זאל זיין אן ארגענעזאציע וואס צאלט די פילטערס פארט איינער וואס וויל נישט צאלן, וואלט אויך געווען א געוואלדיגע תקנה.
רבנים וואס זענען מעורר אז מ'זאל זיך נישט דרייען אויף די אינטערנעט, ווייל מ'קען זעהן זאכן וואס מ'דארף נישט, און אפילו אויסגעהאלטענע סייטס זענען סתם אזוי מבטל אסאך צייט, טיען א גוטע זאך. אבער מ'טאר נישט מאכן פונ'ם עיקר א טפל, דאס הייסט ווען מ'איז מעורר אויף ביטול זמן דארף מען מדגיש זיין אז ליינען דער איד מיט דער בלאט אדער קול מבשר איז פונקט אזא ביטול זמן ווי די אינטערנעט.
די פראבלעם איז די אינטערשרייבן וואס די מוסדות צווינגן. כאטשיג יעדער פארשטייט די וויכטיגקייט פון פילטערס, האט אבער קיינער נישט ליב צו טון זאכן געצווינגערהייט. ווער ס'וויל זיך ארויסדרייען און נישט האבן קיין פילטער קען עס זייער גרינג טון און ס'איז נישטא קיין וועג אים אפצוהאלטן. ממילא, דער וואס קען באשטיין צו לייגן א פילטער וואלט עס ממילא געטון און דער וואס נישט וועט זיך גרינג אן עצה גיבן. איי וואס דערלייגט מען פון צווינגן? איז די תירוץ אז צווינגן מאכט אז מענטשן באקומען אוטאמאטיש א נעגעטיווקייט דערצו,און דאס איז גורם אז די וואס מ'קען נישט צווינגן למשל, יונגעלייט וואס האבן נאכנישט קינדער אין מוסדות, אזוי אויך בחורים און מיידלעך, וועלן נישט לייגן קיין פילטערס, ווייל אז ער וואקט אריין צו משומר און וויל לאזן אפען געוויסע סייטס וועט מען אים גיבן א הארד טיים. די זעלבע איז מיט זאגן אז פרויען טארן נישט האבן קיין שום אינטערנעט, וואס איז גורם אז דער וואס וויל יא האבן קען עס נישט פילטערן ווייל מ'וועט דאך וויסן אז זיי האבן אינטערנעט.
אינטערנעט דארף זיין אזויווי אלע אנדערע איסורים וואס מ'דארף לאזן די בחירה פאר יעדעם. מ'דארף מאכן שפירן גוט דער וואס האט א פילטער אז יעדער זאל עס וועלן פון זיך אליין, נישט ס'זאל זיין לעול ולמשא. אזוי אויך דארף מען האלטן אין איין דערמאנען און מעורר זיין אויף די חיוב פון שמירת ענים און די חיוב פון מאכן סייגים מ'זאל נישט קומען לידי נסיון אבער דאס דארף געזאגט ווערן בהשכל ובדעת ווייל תפסת מרובה לא תפסת. עלטערן דארפן אויך וויסן אז זיי באגרייפן נישט די עקסטענד צו וואס זייערע קינדער זענען אנגעוויזן אויף די אינטערנעט, און מ'זאל מחשיב זיין ווען איינער לייגט א פילטער נישט ח"ו קלאפן.
נאך א גוטע זאך איז די פרומע סייטס א שטייגער ווי אונזער וועלטל. אזויווי די פריערדיגע רבנים האבן פארשטאנען אז ס'דארף זיין היימישע צייטונגן, אזוי אויך דארף היינט זיין היימישע סייטס צו פארברענגן, און רבנים דארפן מעורר זיין אז מ'זאל זיך נאר דרייען אויף די היימישע זייטלעך. ס'דא א פרומע סייטס ווי מ'קען זעהן נאר אויסגעהאלטענע ווידעאס לויט זייער סטאנדארט (כ'געדענק נישט די נאמען), אזאנע סייטס איז א מאסט.
בקיצור, די פאקט איז אז א גרויסער עולם, מסתמה רוב, ניצט אינטערנעט אפילו שלא לצורך פרנסה און מ'טוט נישט קיין סאך פאר זיי. דאס גייט זיך נישט אויפהערן, פארקערט, אינטערנעט באניצער וואקסט פון טאג צו טאג און ס'פעלט זיך אויס תיקונים לבחור הרע במעיטו

גיט ארויס געברענגט די נושא
אבער מיינעך אז דער פראבלעם וואס רוב האבן איז דער עיקר מיט די מערכה וואס ווערט היינט ציטאגס געפירט. ווי מען פארבט אפ א מענטש וואס האט בכלל א סמארטפאון אלס א פושע אפילו ער ניצט עס טאקע נאר ווי מען דארף און מיט די ריכטיגע פילטערס.
פארוואס? ווייל די עסקנים פילן אז מען פועלן ביי א סוג אידן צי ניצן א טעבלעט אנשטאט. איי עס איז דא וואס עס איז יא דא א צורך אויפן פאון דייק און א טעבלעט העלפט נישט.
מיט דעם אלעם קומט מען ארויס אז מען זאל עס נישט ניצן דא און נישט דארט ( עם... אפשר נאר אין ארבעט) איי פארוואס דארף מען עס האבן מאביל ווייל מען זאל איהם קענען כאפן ווען עפעס א סיסטעם פון זיין קאמפאני איז געגאנגען שלאפן? תיקו.
און ווען סגעט איהם א קיצל וויל מען היינט ער זאל ארויס גיין ווייט ווייט מחוץ למחנה און געבן א קוק אויף די דריזל וואס ער האט געפילט, נאר צי זעהן אז דער דריזל איז טאקע נישט עפעס מעדזאר אבער די נעקסטע דארף ער אויך קוקן. בקיצור פלעין ענג מאכן פאר די וואס ניצן עס פארוואס זיי מעגן.
SPUSMN האט געשריבן:איז וויאזוי גייען עס גוים בלאקען פאר זייערע קינדער? גייט מען ארעסטירען גויאישע עלטערען וואס גיבען דאס צו זייערע קינדער פאר טשיילד עביוז?
ואגב, ר' שמעון; מזל טוב לכבוד ווערען א שר המאה!
יישר כח.
זאל מען זיי אלע ארעסטירן וועם גייט עס אן.
איך גלייב אז עס וועט אפשר ארויסקומען עפעס פארדעם אבער נישט אזוי שנעל ווי פאר די געהעריגע. ביי די סמארטפאון זענען געווען קאמפאניס אזוי בי ענד עיטש וואס האבן אינוועסטירט אסאך געלט אין צייט איך גלייב שווער אז פאר דער בעסיק גייט זיין איינער וואס וועט שטיפן פאר דע. .
ניס קראכער האט געשריבן:בקיצור הדברים דריידל די ווילסט אז די רבנים זאלן אונז פרעגן וואס זיי האבן צו טוען
דאס איז וואס איך זע פון דיין תגובה
נישט די רבנים נאר די עסקנים, קיינער האט נישט קיין טענות צי די רבנים
האו באוט אז ווען מען האט געמאכט אלע תקנות איז מען צוגעקומען צו א מסקנא
אז מען האט שוין פראבירט אלע אופנים פון מעורר זיין
אין פשוט ס'איז דא ציבור וואס האלט נישט ביים פארשטיין
אדער האלטן יא ביים פארשטיין
נאר ער גייט עס נישט אויפגעבן ווי לאנג מען הייסט אים נישט
דער אשכול רעדט זיך פון די פראבלעם אז אויך דאס וואס מען טוט האט ווייט פון גענוג אויפגעטאן אפילו מיטן הייסן. האבן די וואס מיזן זיך צישטעלן צי א מוסדות אבער ווילן נאר עפעס איין זאך וואס מען לאזט אן אנדערע פאון וכדו.
לגבי בחורים אין מיידליך האב איך פאר דיר נייעס אז מען קען היינט דאונלאודן די פילטערס אן אריינטרעטן אין א אפיס
לי יהא אז זיי גייען דיר פאלאוען אין דאס איז א פראבלעם
די אלע האבן אפילו געטרייט צו נעמען פון זיך אליינס א פילטער וואס איז נישט קאנטראלירט א שטייגער ווי K9 ?
יא איך ווייס פון אזעלכע און דאס ווערט אבער נישט אקצעפטירט און די מוסדות, און ווען ער גייט אריין מאכן עפעס ביי טעג גיט מען איהם די גיהנום
בקיצור הדברים גיי איך עני וועי צוריק קומען צו די זעלעבע וואס די ווילסט נישט הערן
סאו איך מיין אז סאיז אשאד זיך צו טענען
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...
למעלה משבעים האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:נאך א גוטע זאך איז די פרומע סייטס א שטייגער ווי אונזער וועלטל. אזויווי די פריערדיגע רבנים האבן פארשטאנען אז ס'דארף זיין היימישע צייטונגן, אזוי אויך דארף היינט זיין היימישע סייטס צו פארברענגן, און רבנים דארפן מעורר זיין אז מ'זאל זיך נאר דרייען אויף די היימישע זייטלעך. ס'דא א פרומע סייטס ווי מ'קען זעהן נאר אויסגעהאלטענע ווידעאס לויט זייער סטאנדארט (כ'געדענק נישט די נאמען), אזאנע סייטס איז א מאסט.
בקיצור, די פאקט איז אז א גרויסער עולם, מסתמה רוב, ניצט אינטערנעט אפילו שלא לצורך פרנסה און מ'טוט נישט קיין סאך פאר זיי. דאס גייט זיך נישט אויפהערן, פארקערט, אינטערנעט באניצער וואקסט פון טאג צו טאג און ס'פעלט זיך אויס תיקונים לבחור הרע במעיטו
ווי קען א רב 'מעורר' זיין זיך צו דרייען סתם אויף די אינטערנעט לשם פארברענגן? יא, אויב פרעגסט אים וועט ער דיר זאגן אז ס'איז נישט קיין פראבלעם, אבער גאר מעורר זיין זיך יא צו דרייען?
האסט מיך נישט גוט פארשטאנען. רבנים דארפן מעורר זיין אז די וואס דרייען זיך אויפ'ן וועב זאלן קוקן נאר אויף אויסגעהאלטענע סייטס. פונקט ווי צייטונגן וואס מ'איז מעורר אז מ'זאל אכטונג געבן וועלכע צייטונגן מ'נעמט אריין אין שטוב כאטשיג ס'איז בעסער ווען מ' ליינט בכלל נישט קיין צייטונגן
-
- שר האלף
- תגובות: 1400
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
מים שלנו האט געשריבן:גאלדענע פעדער האט געשריבן:@כא כא כא, א מקור אין הלכה ביטע. אז ראיה איז מותר.
סברות האב איך גענוג און נאך פון מיין אייגענע.. און דארף נישט אייערע... כ׳האב גענוג און נאך פון מיין אייגענע סברות און חילוקים להתיר... נגיעות און קולות וואס מיין יצר זאגט מיר אז מען מעג טוהן מיט סברות ברורות גענוג און נאך צו מעגן טוהן וואס איך וויל נאר. ווייל האלא כ׳האב א סברה און חילוק... כ׳האב געבעטן פאר א מקור אין הלכה. יש״כ פארן פארשטיין.
עיין במשנה ברורה סימן עה סעיף קטן ז
נאכגעקוקט. יש''כ גדול פאר די מ''מ. דארף מען מעיין זיין און הערן פון א תלמוד חכם וואס די גדר אין דעם איז. ווי אימער ס'זאל נישט זיין די גדר פון ראיה בעלמא, איז דאך כדי צו צייכענען אז אפי' ראיה בעלמא (נאכאמאל כ'ווייס נישט פונקט וואס דאס מיינט), שרייבט אויך די משנה ברורה אז מענין המוסר זאל מען אפי' אויף דעם - ראיה בעלמא - אויך מחמיר זיין.
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא
- א. טראכטער
- שר האלף
- תגובות: 1349
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 11, 2014 12:54 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1400
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
דריידל האט געשריבן:גאלדענע פעדער האט געשריבן:נישט ריכטיג. נישט לכתחילה מיינט בדיעבד מעג מען יא. א מקור אין הלכה ביטע יש״כ.
נישטא אזא זאך "בדיעבד מעג מען יא". בדיעבד מיינט טאמער האט מען עס געטון, דאן וואס איז די דין.
ווי א צווייטער האט שוין געשריבן. איז דיין שרייבן "נישט לכתחילה" קלאר משמה אז איר האלט אז מען מעג על פי הלכה זיך דרייען אויף די what's app גרופס אפי' ס'איז ביי די רובו דרובה פון זיי דא קליפס און בילדער פון נשים, חתן-כלה בילדער און פאליטיקס קלינטאן וכדו'. און מיט אלע אייערע פשעטליך און דריידלעך. אז ביי מיר קלאר אז איר זענט אויף די גרופס און איר האלט אז מען מעג בדעיבד זיין אויף די גרופס.
איז צוריק צו מיין קשיא, צו ווייסט איר צו ס'איז דא היתר צו דעם, און אויב יא צו ווייסט איר וואס די היתר איז?
נאכאמאל טויזענטע אינגעלייט טוהן פונקט ווי אייך. אבער געוואלד וואס איז די היתר?
נב, כ'האב נישט יעצט די צייט צו צונעמען אייערע תגובות. אבער פון די "נישט לכתחילה" און אלע אנדערע תגובות אייערע דא, איז נראה אז איר נעמט אן זייערע שטארקע קולות. און כ'וואלט אייך געוואלט בעטן איר זאלט אפשר איבערקלערען ביי אייך צו איר זענט נישט אפשר מקיל יותר פון וואס ס'איז אויסגעהאלטען ע''פ הלכה. הצלחה.
מפתחות של זהב
א חסידישע יונגערמאן אן לערנען חסידישע ספרים? זעה דא
- shimon7323
- שר האלף
- תגובות: 1001
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
א. טראכטער האט געשריבן:אינטערנעט א פאקט. איז דא א לעזונג דערצו?
-------------------
יא א פאקט
לעזונג: משומר פילטער וכדו'
שמחת תמיד
יא אבער אפילו אזוי ניצט עס נאר אין דער קאר אדער אין ארבעט.
נישט במקום רבים דהיינו אידישע שאפיניג מאלס אדער שמחת און עני פלאץ ווי עס דרייען זיך א רבים. וכו.. א לאנגע ליסטע דא מיט חתימות פון אסאך רבנים
לאז מיך פיהרן ס'לאנד און דו פיר CNN...
-
- שר מאה
- תגובות: 176
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am
shimon7323 האט געשריבן:א. טראכטער האט געשריבן:אינטערנעט א פאקט. איז דא א לעזונג דערצו?
-------------------
יא א פאקט
לעזונג: משומר פילטער וכדו'
שמחת תמיד
יא אבער אפילו אזוי ניצט עס נאר אין דער קאר אדער אין ארבעט.
נישט במקום רבים דהיינו אידישע שאפיניג מאלס אדער שמחת און עני פלאץ ווי עס דרייען זיך א רבים. וכו.. א לאנגע ליסטע דא מיט חתימות פון אסאך רבנים
וויבאלד עס רייצט אן די קינדער און בחורים וואס זייער עלטערן האבען נישט קיין סמארטפאון.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.
- shimon7323
- שר האלף
- תגובות: 1001
- זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
- לאקאציע: שיך
גאלדענע פעדער האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:גאלדענע פעדער האט געשריבן:נישט ריכטיג. נישט לכתחילה מיינט בדיעבד מעג מען יא. א מקור אין הלכה ביטע יש״כ.
נישטא אזא זאך "בדיעבד מעג מען יא". בדיעבד מיינט טאמער האט מען עס געטון, דאן וואס איז די דין.
ווי א צווייטער האט שוין געשריבן. איז דיין שרייבן "נישט לכתחילה" קלאר משמה אז איר האלט אז מען מעג על פי הלכה זיך דרייען אויף די what's app גרופס אפי' ס'איז ביי די רובו דרובה פון זיי דא קליפס און בילדער פון נשים, חתן-כלה בילדער און פאליטיקס קלינטאן וכדו'. און מיט אלע אייערע פשעטליך און דריידלעך. אז ביי מיר קלאר אז איר זענט אויף די גרופס און איר האלט אז מען מעג בדעיבד זיין אויף די גרופס.
איז צוריק צו מיין קשיא, צו ווייסט איר צו ס'איז דא היתר צו דעם, און אויב יא צו ווייסט איר וואס די היתר איז?
נאכאמאל טויזענטע אינגעלייט טוהן פונקט ווי אייך. אבער געוואלד וואס איז די היתר?
נב, כ'האב נישט יעצט די צייט צו צונעמען אייערע תגובות. אבער פון די "נישט לכתחילה" און אלע אנדערע תגובות אייערע דא, איז נראה אז איר נעמט אן זייערע שטארקע קולות. און כ'וואלט אייך געוואלט בעטן איר זאלט אפשר איבערקלערען ביי אייך צו איר זענט נישט אפשר מקיל יותר פון וואס ס'איז אויסגעהאלטען ע''פ הלכה. הצלחה.
איך האב שוין געשריבן קלאר אויבן וואס מיין מיינונג איז און איך גיי דיר נישט נאכאמאל ענטפערן. נאר דאס יא, כדי מ'זאל עס נישט אננעמען אלץ שתיקה כהודאה וויל איך קלארשטעלן אז די פארדרייסט מיינע ווערטער און דאס וואס די שרייבסט רעפלעקטירט נישט מיין דעה אין די ענינים.
-
- שר מאה
- תגובות: 176
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am
ווי איך זעה, איז דא פארהאן שטארקע חילוקי דעות טאמער די חיוב מטעם מוסדות, רבנים, און עסקנים צי האבען פילטערס העלפט צי נישט. מאנכע האלטען אז דער וואס וויל וועט ווייטער האבען, מ'קען נישט סטאפען קיין מענטשען, און זיי האלטען אז אפילו וואוילע אינגעלייט האבען כלים אנע פילטערס. אנדערע האלטען אז די פילטערס איז א ריזיגע ישועה, און נאר די וואס ווילען בועט זיין פאלגען נישט און האבען כלים אנע פילטערס.
עס זענען דא מענטשען וואס האלטען אז וואס מ'ריפט די ''אינטערנעט מלחמה'' איז א שטארקע הצלחה, און עס זענען דא אנדערע וואס שרייען אז מ'שטייט אין ערגעץ נישט.
איך גלייב נישט אז ס'איז דא א וועג צי אויפווייזען וואס איז מער ריכטיג אויף א כלל'יות'דיגע אופן, יעדער וועט האבען רריות פין וואז ער איז באקאנט, די צווייטער וועט אבער נישט צוליב שעם טוישען זיין מיינונג, וויבאלד ער האט אנדערע מעשיות.
עס זענען דא מענטשען וואס האלטען אז וואס מ'ריפט די ''אינטערנעט מלחמה'' איז א שטארקע הצלחה, און עס זענען דא אנדערע וואס שרייען אז מ'שטייט אין ערגעץ נישט.
איך גלייב נישט אז ס'איז דא א וועג צי אויפווייזען וואס איז מער ריכטיג אויף א כלל'יות'דיגע אופן, יעדער וועט האבען רריות פין וואז ער איז באקאנט, די צווייטער וועט אבער נישט צוליב שעם טוישען זיין מיינונג, וויבאלד ער האט אנדערע מעשיות.
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.
-
- שר מאה
- תגובות: 176
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 01, 2016 9:34 am
גאלדענע פעדער האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:גאלדענע פעדער האט געשריבן:נישט ריכטיג. נישט לכתחילה מיינט בדיעבד מעג מען יא. א מקור אין הלכה ביטע יש״כ.
נישטא אזא זאך "בדיעבד מעג מען יא". בדיעבד מיינט טאמער האט מען עס געטון, דאן וואס איז די דין.
ווי א צווייטער האט שוין געשריבן. איז דיין שרייבן "נישט לכתחילה" קלאר משמה אז איר האלט אז מען מעג על פי הלכה זיך דרייען אויף די what's app גרופס אפי' ס'איז ביי די רובו דרובה פון זיי דא קליפס און בילדער פון נשים, חתן-כלה בילדער און פאליטיקס קלינטאן וכדו'. און מיט אלע אייערע פשעטליך און דריידלעך. אז ביי מיר קלאר אז איר זענט אויף די גרופס און איר האלט אז מען מעג בדעיבד זיין אויף די גרופס.
איז צוריק צו מיין קשיא, צו ווייסט איר צו ס'איז דא היתר צו דעם, און אויב יא צו ווייסט איר וואס די היתר איז?
נאכאמאל טויזענטע אינגעלייט טוהן פונקט ווי אייך. אבער געוואלד וואס איז די היתר?
נב, כ'האב נישט יעצט די צייט צו צונעמען אייערע תגובות. אבער פון די "נישט לכתחילה" און אלע אנדערע תגובות אייערע דא, איז נראה אז איר נעמט אן זייערע שטארקע קולות. און כ'וואלט אייך געוואלט בעטן איר זאלט אפשר איבערקלערען ביי אייך צו איר זענט נישט אפשר מקיל יותר פון וואס ס'איז אויסגעהאלטען ע''פ הלכה. הצלחה.
סימבאל פין א תגיבה ווי מ'רעדט צי זיך, נישט צים צווייטען. אויב עפעס וועקט איר דאך אויף אין אים יעדער דיפענס מעגליך, אז ער זאל נישט זיין אינטערעסירט צי אפילו קלערן צי אראפגיין פין די גרופעס. נאר וואס דען, איר רעדט צי זיך. זעהסט! וואס ער רעדט דארט האט דאך נישט קיין שום תוקף, ער איז א שגץ, גיב נאר א בליק וואס ער טוט, און וואס פארא היתרים ער מאכט אויף. נ'אוודאי בין גערכט! יעצט קען איך ווייטער שלאפען רואיג.
און וואס טוה איך יעצט?
די ביסט אסאך שטערקער פין די אינטערנעט. ווער נישט אינטעמעדירט.
דאקטער האט געשריבן:ניס קראכער האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:דריידל; כ'האב נישט ארויס וואס די זאגסט. וועליכע תקנה האלסטו דארף א תיקון?
ווי איך פארשטיי די תקנה אז רבנים מאכן די תקנות.....
די מציאות איז אז נאר די רבנים ווייסן די אלע פראבלעמען
איך בין מחשיב מיין רב אפילו ער ווייסט נישט ׳אלע׳ פראבלעמען, דו אויך?
דערפרישט אייך מיט אן אויסוואל פון איבער 500 אינספערעישענעל quotes! ווערט אפדעיטעד טעגליך.
http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=25&t=36292

shimon7323 האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:SPUSMN האט געשריבן:דריידל; כ'האב נישט ארויס וואס די זאגסט
![]()
![]()
גיט ארויס געברענגט די נושא
אבער מיינעך אז דער פראבלעם וואס רוב האבן איז דער עיקר מיט די מערכה וואס ווערט היינט ציטאגס געפירט. ווי מען פארבט אפ א מענטש וואס האט בכלל א סמארטפאון אלס א פושע אפילו ער ניצט עס טאקע נאר ווי מען דארף און מיט די ריכטיגע פילטערס.
פארוואס? ווייל די עסקנים פילן אז מען פועלן ביי א סוג אידן צי ניצן א טעבלעט אנשטאט. איי עס איז דא וואס עס איז יא דא א צורך אויפן פאון דייק און א טעבלעט העלפט נישט.
מיט דעם אלעם קומט מען ארויס אז מען זאל עס נישט ניצן דא און נישט דארט ( עם... אפשר נאר אין ארבעט) איי פארוואס דארף מען עס האבן מאביל ווייל מען זאל איהם קענען כאפן ווען עפעס א סיסטעם פון זיין קאמפאני איז געגאנגען שלאפן? תיקו.
און ווען סגעט איהם א קיצל וויל מען היינט ער זאל ארויס גיין ווייט ווייט מחוץ למחנה און געבן א קוק אויף די דריזל וואס ער האט געפילט, נאר צי זעהן אז דער דריזל איז טאקע נישט עפעס מעדזאר אבער די נעקסטע דארף ער אויך קוקן. בקיצור פלעין ענג מאכן פאר די וואס ניצן עס פארוואס זיי מעגן.
יא איך ווייס פון אזעלכע און דאס ווערט אבער נישט אקצעפטירט און די מוסדות, און ווען ער גייט אריין מאכן עפעס ביי טעג גיט מען איהם די גיהנום
בקיצור הדברים גיי איך עני וועי צוריק קומען צו די זעלעבע וואס די ווילסט נישט הערן
סאו איך מיין אז סאיז אשאד זיך צו טענען
גא"מ לדברי ר' שמעון
זייער גיט ארויסגעברענגט וויאזוי ערליכע בעלי בתים פילן זיך נאכן פאלגן די רבנים אין לייגן א פילטער.
הרב למעלה נניח אז די ביסט גערעכט אין מען מוז יא צווינגן צי לייגן א פילטער ווייל ווען נישט וואלט מען נישט געלייגט, אבער נאכן לייגן וואלסטו דאך געדארפט ארויסהויבן דעם פארן טוען וואס מען דארף צי טוען. נישט נאר אז דער סמארטפאון מענטש זאל זיך נישט דארפן באהאלטן אין מייזן לאך נאר ער זאל קענען לייגן זיין סמארטפאון אויפן באלעמער ביים דאווענען
דעס אלעס מאכט אז איך בין עניוועי א בדיעבד יוד פארוואס זאל איך.....( פיר אויס ) ?
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט