"ברוקלין של קודש" דאקומענטאציע פון חרדיש'ן לעבנסשטייגער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 5:44 pm

ער האט יעצט נישט קיין צייט, עס איז איהם געבוירען געווארן א קינד למזל טוב!!!

דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 6:09 pm

וויפל פראצענט פונעם היימישן עולם [ סאטמאר תולדות אהרן דושינסקי בעלז גער וויזניץ וכדומה ] קומען ארויס שנארן אויף א רעגלמעסיגן אופן?

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2919
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 6:39 pm

א מין אינטעסאנטער ויכוח אויף מציאות׳ער

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 7:20 pm

ווייסע זאקן האט געשריבן:אין אמעריקא איז בה מבוטל די זאך פון גיין אין כולל ממש נאר די וואס האלטען ביים לערנען אדער האבן א שווער וואס האלט זיי אויס קען גיין שטיפען די באנק

און גראדעאען לעיקוואד זיצן הונדערטע יודן מיט 50 און 60 יעריגע אין כולל אין האראווען אויף תורה און עכטע אביונים פאר די וואס ווייסן נישט

אין לעיקוואוד זיצן אלע יונגעלייט אין כולל צען יאר, צו מ'האלט נישט דערביי צו מ'האלט נאך ווייניגער דערביי. איינער ווסא פארלאזט כולל פאר צען יאר ווערט אנגעקוקט נאך ערגער ווי א מחלל שבת, און זיינע קינדער ווערן נישט אנגענומען אין קיין שום מוסד. (אפי' נאך די צען יאר איז אן ארבעטסמאן אראפגעקוקט, אבער אין די צען יאר איז עס ערגער ווי די ג' חמורות).

און דערפאר טאקע ווען מען ווערט ענדליך באפרייט פון תפיסה נעמט מען נקמה פאר די אלע יאר און מען עפנט נישט קיין ספר ווי גרויס די יאר איז.
Get your facts first, then you can distort them as you please.

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 9:08 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:אין לעיקוואוד זיצן אלע יונגעלייט אין כולל צען יאר, צו מ'האלט נישט דערביי צו מ'האלט נאך ווייניגער דערביי.

און דערפאר טאקע ווען מען ווערט ענדליך באפרייט פון תפיסה נעמט מען נקמה פאר די אלע יאר און מען עפנט נישט קיין ספר ווי גרויס די יאר איז.


הוצעת לעז על עדה קדושה, יש ויש.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 9:39 pm

הוצאת לעז אז וואס?
Get your facts first, then you can distort them as you please.

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2116
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 10:23 pm

משהזוךמיר האט געשריבן:הוצאת לעז אז וואס?


'קוואוט' - מען עפנט נישט קיין ספר ווי גרויס די יאר איז - 'אנקוואוט' (כלשון המחנך ר' שאול...).

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1578
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 10:41 pm

שמואל בארג האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן:הוצאת לעז אז וואס?


'קוואוט' - מען עפנט נישט קיין ספר ווי גרויס די יאר איז - 'אנקוואוט' (כלשון המחנך ר' שאול...).

קוואוט באדייט ווען מען לייגט די "צוויי שטרעכעלעך" פון אנפאנג (קוואוט) און סוף (אנקוואוט), א זאך וואס די האסט נישט געטוען... :wink:
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
משהזוךמיר
שר חמשת אלפים
תגובות: 5006
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 10:58 pm

איך האב גערעדט פון דיזע וואס זענען געבליבן אין כולל כדי נישט צו ווערן אויסגעשלאסן פון כלל ישראל, כאטש פאר זיי - און פאר כלל ישראל - וואלט בעסער געווען ווען זיי גייען ארבעטן
Get your facts first, then you can distort them as you please.

פרא-חסיד
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

תגובהדורך פרא-חסיד » דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:07 pm

אין איינע פון די אנגלא אידישע צייטונגען איז געווען באשריבן אמאל די נושא פון ״burnout" דהיינו ״אויסגעברענט״ אז אינגעלייט צווינגען זיך צו בלייבן אין כולל פאר סיבות שונות, און ווען ס׳קראכט, קראכט עס פעסט און מען קען נישט ״אנקוקן״ א אידיש ספר.
סאיז א פסיכילאגישע זאך.

רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

תגובהדורך רופא נפשות » פרייטאג ינואר 05, 2018 12:22 am

א ריזיגן דאנק פאר פרייליך אידל פארן כשר׳ן און ארויפלייגן דעם קליפ. דער אויערשטער זאל דיר באצאלן.

מען ווארט מיט שפאנונג אויף די אנדערע חלקים.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » פרייטאג ינואר 05, 2018 2:22 am

ווער איז דער יונגערמאן וואס רעדט היברעאיש ביי די הפגנה?

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1470
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » פרייטאג ינואר 05, 2018 2:46 am

לחם לשובע האט געשריבן:ווער איז דער יונגערמאן וואס רעדט היברעאיש ביי די הפגנה?

יענקעלע כהן

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » פרייטאג ינואר 05, 2018 12:24 pm

רופא נפשות האט געשריבן:א ריזיגן דאנק פאר פרייליך אידל פארן כשר׳ן און ארויפלייגן דעם קליפ. דער אויערשטער זאל דיר באצאלן.

מען ווארט מיט שפאנונג אויף די אנדערע חלקים.

שעמעדיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 489
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 15, 2013 12:40 pm

תגובהדורך שעמעדיגער » פרייטאג ינואר 05, 2018 12:54 pm

פאראויס האט געשריבן:
רופא נפשות האט געשריבן:א ריזיגן דאנק פאר פרייליך אידל פארן כשר׳ן און ארויפלייגן דעם קליפ. דער אויערשטער זאל דיר באצאלן.

מען ווארט מיט שפאנונג אויף די אנדערע חלקים.
ולראי' בעה"ח ביום הנ"ל ובמקום הנ"ל

בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 726
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובהדורך בענאק » פרייטאג ינואר 05, 2018 1:20 pm

להודיע האט געשריבן:שטעלט אייך פאר הערשל שרייבער עפענט א ברענטש אין תל אביב און ברענגט היימישע אינגעלייט פון בית שמש זאלן דארט ארבעטן. איר ווייסט וואס פארא מחאות און פשקוילים עס וואלט פארגעקומען ?

אבסאלוט!
זעה נאר די פעסטע מערכה וואס מען פירט מיט ארגון "מפתח" וואס איז בס"ה א ארגאניזאציע צו העלפן אינגעלייט טרעפן ארבעט

די וואך האט איינער פון די גדולי הרבנים אין א"י געזאגט א דרשה, און צאמגעקלאפט... מוחה זיין קעדן חיטוטי שכבי, חילולי שבת, ארגון מפתח, און אלע פירצות.

(כבודו הרב במקומו מונח, אבער אז דער ענין ווערט דא דעבאטירט, זאל טאקע מיר איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט)

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג ינואר 07, 2018 1:16 am

בענאק האט געשריבן:
להודיע האט געשריבן:שטעלט אייך פאר הערשל שרייבער עפענט א ברענטש אין תל אביב און ברענגט היימישע אינגעלייט פון בית שמש זאלן דארט ארבעטן. איר ווייסט וואס פארא מחאות און פשקוילים עס וואלט פארגעקומען ?

אבסאלוט!
זעה נאר די פעסטע מערכה וואס מען פירט מיט ארגון "מפתח" וואס איז בס"ה א ארגאניזאציע צו העלפן אינגעלייט טרעפן ארבעט

די וואך האט איינער פון די גדולי הרבנים אין א"י געזאגט א דרשה, און צאמגעקלאפט... מוחה זיין קעדן חיטוטי שכבי, חילולי שבת, ארגון מפתח, און אלע פירצות.

(כבודו הרב במקומו מונח, אבער אז דער ענין ווערט דא דעבאטירט, זאל טאקע מיר איינער מסביר זיין וואס דאס מיינט)

ממילא ביי די ירושלים'ער און די ליטווישע, (די וועלט זאגט אז א טשאלמער האט מורא נאר פון צוויי זאכן פון שקיעה, און ארבעטן...) איז ארבעטן נאך מער טרייף פון חזיר, אבער אז סאטמאר שטעלט זיך צי צי די מערכה, טראץ וואס זייער רבי זי"ע האט געהאלטן אז ארבעטן איז א לכתחילה שבלכתחילה, איז א מילתא דתמיהה

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג ינואר 07, 2018 2:09 am

איך בין נישט באקאנט וואלט איך געוואלט וויסן

וואס פארא סארט ארגעזעשאן איז מפתח

אין וואסערע אינדעסטרי טרייען זיי צו שאפן דזשאבס?

שטופען זיי צו נעמען ארבייט אין מיליטער?

שטופען זיי זיך צו גיין באקומען א דעגרי אין די אקעדעמיס?

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג ינואר 07, 2018 2:27 am

"מפתח" ווייס איך נישט פונקטליך וואס דאס איז, עס איז צי העלפן צישטעלן זשאב'ס פאר חרדים, אויוון אויף זעהט עס אויס גוט, אברע עס איז "מיסודם של ממשלת ישראל וגו'ינט ישראל" בילד ממילא איז שוין נישט פשוט, אבער די דוגמה וואס איך האב אויווען געברענגט, איבער א מחאה וואס האט געהאנגען אין סאטמאר שוהל קעגן א בלעטל וואס האט מפרסם געווען א פשוט'ער ארגענעזאציע וואס העלפט מיט זשאבס איז א גוטע קשיא

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג ינואר 07, 2018 2:39 am

וועלכע ארגעזעשאן איז געווען אין מבשר ואומר?
איך וויל נישט, בארעכטוגען אדער נישט בארעכטוגען פאר איך ווייס נישט וועלכע ארגעזעשאן די מדובר איז
אבער אין א תקופה וואס וואס די רעכטע פילן אז די מדינה ארבייט זיי אויסצומישען מיט די גאס, איז פארשטענדליך אז אמאל וועט מען פירן א מערכה, מיינעדיג אז דאס איז א חלק פין דעם ציל
אגב איז אינטערסאנט דיין וואונדער היות די האסט געשריבן אין די זעלבע אשכול אז במציאות אין אר"י די וואס ארבייטען חרדים העובדים פאלן אין ווערן שוואכער, אויב אזוי וואס איז די קשיא

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » זונטאג ינואר 07, 2018 2:46 am

ווערעצקי האט געשריבן:
חזון-איש'ניק האט געשריבן:
לוינט זיך צי א באזוך געבן ביי די היימישע עולם אין ארץ ישראל, זעהן א חילוק צווישן טומאת ארץ העמים, און אווירא דארץ ישראל, זעהן א עולם ריין פון אייפון'ס און סמארטפון'ס, פון קעמרע'ס און אפילו עס עמ עס און וואטסאפס, קענסט זיך ציפלאמען ביים דאווענען און זיך נישט שעמען, קענסט טרעפן פשוט'ע יונגעלייט, וואס אינטערסירט זיי גארנישט נאר הוויות דאביי ורבא, א ודאי איז דארט נאכנישט די עולם התיקון, אבער די חילוק בין לן ולהו איז ריזיג.


אט די זעלבע פארגראף, שרייב עס איבער אויף די חשובע הונדערטער און טויזענטער בני תורה אין אמעריקע, און דאן זאג מיר וואס איז די חילוק בין לן ולהו.
רוב אמעריקאנע בני תורה - כולל יונגעלייט - מגידי שיעור - מלמדי תינוקות - און אפילו הונדערטער פשוטע ארבעטערס, זענען ריין פון אייפון'ס און סמארטפון'ס, פון קעמרע'ס און אפילו עס עמ עס און וואטסאפס. יא, קענסט טרעפן פשוט'ע יונגעלייט, וואס אינטערסירט זיי גארנישט נאר הוויות דאביי ורבא.
אלזא וואס איז ריזיג די חילוק בין לן ולהו??????????????????

די חילוק איז אזוי,

אמת, אין אמעריקא איז אויך דא פולע לומדי תורה לשמה באמת ב"ה, דער וואס זאגט אז נישט איז א פשוט'ער מוציא לעז, און ב"ה מיר ווייסען די אמת, אבער, דאך איז עס א מיעוט, פולע בני תורה האבן דעהם פראבלעם, אז ווען מען האט א געשמאער שטיקל תורה, און מען וויל עס מיט איינעם דורך שמועסן, פוע מאל טרעפט מען נישט מיט וועהם, נאר אין ספעציפישע שוהלען, קעגן ארץ ישראל וואס מען קען זאגן אז דאס איז א רוב, איך רעד שוין נישט פון די פולע אידן וואס קענען ממש כל התורה כולה וואס דרייען זיך דארט ב"ה, נאר אפילו סתם בני תורה ווי מען האט אויווען געשמועסט איז דאך אויך א געוואלדיגע מעלה.

ממילא אז די רוב איז פון די בני תורה, איז די רוח אין די חרדי'שע גאס אזוי, און די פועל יוצא איז,

אז די שאיפות פון יעדעם איז צי זיין אזוי, אז פולע אידן ווערן בני תורה נאר ווייל די ווינט איז אזוי, און אין אמעריקא ווער ווייסט וואס וואלט ווען געוואן פון זיי.

אז אפילו אזעלכע וואס זענען נישט ממש בני תורה, נאר די מיטעלע, שעמען זיך צי זיין פראסט און מגושם, האבן נישט קיין כלים טמאים, ווייל דאס איז די ווינט, און אויב זיי וועלן פראסט זיין וועט מען זיי אראפ קוקען.

אין ארץ ישראל ווערט די מגושם אראפ געקוקט, און אין אמעריקא איז ער א חלק פון אונז, עכ"פ ער שפירט זיך נישט אראפ געקוקט.

ממילא, איז פולע זאכן וואס עס איז ליידער דא אמעריקא, נישט דא אין אר"י, ווי למשל די 'אינטערן' שפיהלען, ווי פולע היימישע קינדער גייען אהין, און א סך וויסען אפילו נישט וואס איז די פראבלעם, נישטא ביי די היימישע ציבור אין ארץ ישראל.

גרויסע "נישט אזעלכע איידעלע געשעפטן", וואס איז ליידער דא אין אמעריקא, און היימישע יונגעלייט גייען דארט איינקויפען, צימאל אהן א בגד עליון, נישטא ביי די היימישע ציבור אין ארץ ישראל.

לאידך גיסא, די פראטעקשאן וואס מען האט ווען מען גייט ארויס ארבעטן פון די גוי'שע פרייע גאס, איז ליידער זייער שוואך דארט, מען איז דאך איין פאלק, און פוהלע רעדן די זעלבע שפראך, ממילא איז זייער לייכט צי ווערן נשפע פון די פרייע, און נאכדערצו אז מען ווערט אראפ געקוקט דורך די היימישע ציבור, ותוצאותיו מי ישורנה, ה' ירחם.

ממילא די אלע וואס אטאקירען די ארץ ישראל'דיגע ציבור פארן נישט גיין ארבעטען, דארפן אין באטראכט נעמען די פרט.

למעשה, דער יצר הרע שלאפט נישט אין ערגעץ, און אין יעדער פלאץ ארבעט ער אויף אנדערע אופנים, ממילא זאל יעדער ארבעטן אויף זיין יצר הרע, און נישט אויף יענעם'ס, און אז א בן ארץ ישראל רעדט קעגן די אמעריקאנער יצה"ר, אדער פארקערט, איז פשוט זינלאז.

אוועטאר
חזון-איש'ניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 315
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 08, 2017 9:48 am

תגובהדורך חזון-איש'ניק » זונטאג ינואר 07, 2018 2:48 am

"חרדים העובדים" זענען נישט אלע חרדים וואס ארבעטן, נאר א געוויסע שוואכע סעקטע, וואס פאררופען זיך אלס "חרדים העובדים", אנדערע רופען זיי אלס "חרדים החדשים".

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג ינואר 07, 2018 2:51 am

פרידן האט געשריבן:אגב איז אינטערסאנט דיין וואונדער היות די האסט געשריבן אין די זעלבע אשכול אז במציאות אין אר"י די וואס ארבייטען חרדים העובדים פאלן אין ווערן שוואכער, אויב אזוי וואס איז די קשיא

ביסט גערעכט בעצם, אבער איז פירען מערכות קעגן דהם די עצה? א סך וויכטיגער איז צי צישטעלן ערליכע חרדי'שע פלעצער, די רבי זי"ע'ס מהלך איז זיכער נישט געווען זיך צי שלאגן קעגן ארבעטן בפועל.
פרידן האט געשריבן:וועלכע ארגעזעשאן איז געווען אין מבשר ואומר?
איך וויל נישט, בארעכטוגען אדער נישט בארעכטוגען פאר איך ווייס נישט וועלכע ארגעזעשאן די מדובר איז
אבער אין א תקופה וואס וואס די רעכטע פילן אז די מדינה ארבייט זיי אויסצומישען מיט די גאס, איז פארשטענדליך אז אמאל וועט מען פירן א מערכה, מיינעדיג אז דאס איז א חלק פין דעם ציל

ביסט גערעכט אז ווען די טרייפענע מדינה זיכט צי אריינשלעפן פרומע אין די ארבעט'ס קראפט מיינען זיי לכאורה נישט אז זיי זאלן קענען זיך מפרנס זיין, נאר אז זיי זאלן זיך אויסמישען, ה"י, ממילא איז א סך שווערער די קשיא, ווי קען זיין א סאטמארע אידן זאלן משתף פעולה זיין מיט די פילם.

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2051
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 02, 2015 7:37 pm

תגובהדורך פרידן » זונטאג ינואר 07, 2018 3:01 am

די אמעריקראנע יודן נישט זייענדיג דארט האבן מסתמא נישט געכאפט די עומק דערפין, אין צו וואס זי צילן, איך בין זעכער ווען יא וואלט זיי קיינער נישט אריין געלאזט

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלפיים
תגובות: 2358
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » זונטאג ינואר 07, 2018 3:19 am

פרידן האט געשריבן:די אמעריקראנע יודן נישט זייענדיג דארט האבן מסתמא נישט געכאפט די עומק דערפין, אין צו וואס זי צילן, איך בין זעכער ווען יא וואלט זיי קיינער נישט אריין געלאזט

יא, איך בין זיי טאקע דן לכף זכות, אבער זיי זאלן נעמען א לעקציע אויף נעקסטע מאל, און זיך מתנצל זיין ברבים.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: zugurnish, מטעמים און 11 געסט