"ברוקלין של קודש" דאקומענטאציע פון חרדיש'ן לעבנסשטייגער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג ינואר 08, 2018 4:14 pm

איז טאקע קרית יואל די ארעמסטע שטאט אין אמעריקא?

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג ינואר 08, 2018 4:17 pm

מער צים סוף פילם, דער איד מיטן טלית איינגעוויקעלט, זעהט אויס ווי הגאון ר' ישראל חיים הורוויץ גאב"ד קיט"ל מאנטשעסטער וראחוב ב"ב

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » מאנטאג ינואר 08, 2018 4:18 pm

יא
לחם לשובע האט געשריבן:איז טאקע קרית יואל די ארעמסטע שטאט אין אמעריקא?

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 601
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » מאנטאג ינואר 08, 2018 4:20 pm

שטיגליץ האט געשריבן:יא
לחם לשובע האט געשריבן:איז טאקע קרית יואל די ארעמסטע שטאט אין אמעריקא?


לויט די צענסוס
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1304
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » מאנטאג ינואר 08, 2018 4:25 pm

לחם לשובע האט געשריבן:מער צים סוף פילם, דער איד מיטן טלית איינגעוויקעלט, זעהט אויס ווי הגאון ר' ישראל חיים הורוויץ גאב"ד קיט"ל מאנטשעסטער וראחוב ב"ב

ר' אשר ברייער

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » מאנטאג ינואר 08, 2018 4:29 pm

לא לנו האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:מער צים סוף פילם, דער איד מיטן טלית איינגעוויקעלט, זעהט אויס ווי הגאון ר' ישראל חיים הורוויץ גאב"ד קיט"ל מאנטשעסטער וראחוב ב"ב

ר' אשר ברייער
צוגעלייגטע
Screenshot 2018-01-08 16.27.15.png
Screenshot 2018-01-08 16.27.15.png (569.29 KiB) געזעהן 1529 מאל

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19469
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 08, 2018 4:52 pm

און איר ווייסט וואס דער איד טוט פאר פרנסה?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג ינואר 08, 2018 4:53 pm

farshlufen האט געשריבן:און איר ווייסט וואס דער איד טוט פאר פרנסה?

פיצא סטאר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

למדן וחסיד
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 25, 2017 9:07 am

תגובהדורך למדן וחסיד » מאנטאג ינואר 08, 2018 7:27 pm

לחם לשובע האט געשריבן:יעדער לאנד האט זיך טאקע איהר יצה"ר'עס, גשמיות און פראסטקייט איז די אמעריקאנער יצה"ר, און אפילו ביי די אוה"ע איז דאס באקאנט, און ווי עס גוי'שט זיך, אידיש'ט זיך, די נארמאלע מענטשן אין אמעריקא ווייסן דאס, און די מגידים רעדן דערפון, אבער אייך איז א שאד די ויכוחים, ענק נעמען די ויכוחים אלס איידעאליגיש, מען קען חלילה נישט מסכים זיין צי די אמת אז... ווייל אויב יא חלילה... א דעבאטע איז נאר שייך ווען איינער וויל וויסן די אמת, אבער אויב די אמת איז קלאר פאר ווער עס וויל וויסן, און ווער עס וויל נישט וויסן גייט זיך עקש'נען קאפ אין וואנט, איז פשוט נאריש צי דעבאטירען.

;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » מאנטאג ינואר 08, 2018 10:41 pm

שאלה להרב יואל ראטה ומה שהשיב מעניין מאוד

תוכן השאלה‎
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,

איר זאלט מיר מוחל זיין פאר'ן פרעגן, אויב איר קענט מיר ערקלערן פארוואס איר האט געגעבן אן אינטערוויו פאר די פרייע מידיא פראגראם "ערוץ שתים" פון ארץ ישראל, אין די צייט וואס איר געבט נישט קיין שום אינטערוויוס פאר קיינעם, אפילו פאר גאר חרדישע און ערליכע אויסגאבעס וואס ווילן האבן אן אינטערוויו פון אייך. איך קען דאס באמת נישט פארשטיין.

א גרויסן יישר כח.

ברוך

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎
בעזרת ה' יתברך

יום ה' פרשת שמות, י"ז טבת, שנת תשע"ח לפרט קטן



לכבוד ברוך נרו יאיר

איך האב ערהאלטן אייער בריוו.

איך האב זייער הנאה צו ענטפערן אויף די שאלה וואס איר פרעגט, ווייל איך וויל מען זאל וויסן די מעשה וואס האט דא פאסירט.

צום ערשט זאלט איר וויסן אז דאס וואס איך געב נישט קיין אינטערוויאס וכו' דאס איז ווייל מוהרא"ש זכרונו לברכה האט מיר כמה פעמים געזאגט אז איך זאל קיינמאל נישט געבן קיין אינטערוויאס, און איך זאל נישט האבן קיין מגע ומשא מיט די מידיע וכו' (חוץ איין מאל האט מוהרא"ש מיר יא געהייסן רעדן, ואין כאן המקום להאריך).

דאס וואס עס האט יעצט פאסירט וכו', דאס האט זיך אזוי געפירט אן מיין ווילן; איר פארשטייט אליינס, אז אויב איך געב נישט קיין אינטערוויאס פאר קיין איין צייטונג, אפילו א פרומע וכו', האב איך דאך זיכער נישט געוואלט געבן פאר זיי אן אינטערוויא. און וויבאלד חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שקלים יד:): "אָדָם צָרִיך לָצֵאת יְדֵי הַבְּרִיּוֹת כְּדֶרֶך שֶׁצָּרִיך לָצֵאת יְדֵי הַמָּקוֹם", אזוי ווי עס שטייט (במדבר לב, א): "וִהְיִיתֶם נְקִיִּים מֵה' וּמִיִּשְׂרָאֵל", נאך שטייט (משלי ג, ד): "וּמְצָא חֵן וְשֵׂכֶל טוֹב בְּעֵינֵי אֱלֹקִים וְאָדָם", וועל איך אייך פארציילן וואס דא האט פאסירט.

איר דארפט אליינס פארשטיין אז א איד טאר נישט האבן קיין שייכות מיט די פרייע מידיע וואס זוכן צו באשמיצן די ערליכע אידן אין ארץ ישראל, זיי זוכן ווי זיי קענען אפשפעטן פון אידן וואס זיצן און לערנען זייער גאנץ לעבן, זיי זוכן ווי זיי קענען אויסרייסן די תורה; ביי זיי איז א תלמיד חכם אן איבעריגע זאך, און די ישיבות און כוללים זענען איבעריג, דערפאר שפעטן זיי פון די תורה רחמנא לצלן.

דער אייבערשטער האט מיר מזכה געווען צו געבן שיעורים פאר אידישע קינדער שוין איבער צען יאר, דאס זענען שיעורים אין אמונה, עצות און חיזוק פון דעם הייליגן רבינ'ס ספרים. די שיעורים זענען פאר די בחורים אין ישיבה; אויך זענען אנוועזנד ביים שיעור בחורים וואס לערנען נישט אין ישיבה, בחורים פון אנדערע ישיבות און בחורים וואס ארבעטן; אויך באטייליגן זיך ביי די שיעורים אינגעלייט וואס ווילן הערן אביסל חיזוק אויף עבודת השם וכו'; די שיעורים זענען פאר ווער עס וויל קומען הערן.

איין טאג זענען ארויפקומען אין ישיבה צוויי אינגעלייט און איך האב זיי געגעבן שלום; זיי האבן מיר געפרעגט צי זיי קענען קומען צום שיעור וואס איך געב פאר די בחורים, זאג איך זיי: "אודאי קענט איר קומען, יעדער קען קומען צו די שיעורים", זאגט מיר איינער פון זיי אין אידיש, אויפן צווייטן, וואס קען נישט קיין אידיש: "ער ארבעט פאר די מידיע און ער וויל רעדן מיט אייך", זאג איך אים: "זייט מיר מוחל אבער איך רעד נישט צו קיין שום מידיע", זאגן זיי מיר: "בסדר, דעמאלט וועלן מיר קומען הערן די שיעור, און אליין באשרייבן וואס מיר זעהן".

למעשה, איין טאג אינמיטן שיעור קומען אריין א גאנצע חברה מיט גרויסע מייקס, גרויסע קעמרעס און גרויסע ווידיאו מאשינען, עס איר מיר פשוט שלעכט געווארן, אבער איך האב ממשיך געווען מיט די שיעור און מיט די ניגונים אזוי ווי יעדן טאג. נאכן שיעור קומט דער אינגערמאן צו צו מיר זאגענדיג אז ער האט זייער הנאה געהאט, ער וויל נאר מאכן א בילד מיט מיר. נאכדעם זאגט ער מיר אז ער וויל מיר פרעגן א שאלה; איך האב נאך נישט געכאפט וואס דא גייט פאר, איך האב נישט געכאפט אז איך ווער אפגעכאפט און יעדעס ווארט וואס איך רעד ווערט רעקארדירט, ביז איינער האט מיר געזאגט שטילערהייט אין די אויער: "ראש ישיבה, געבט זיך אכטונג, ווייל מען כאפט אייך אפ יעדעס ווארט וכו'".

ווען איך בין אהיים פון ישיבה און זיך מתבודד געווען מיין גאנצן טאג מיטן אייבערשטן, האב איך ערשט געכאפט וואס דא איז געשען וכו'; איך האב זייער געבעטן דעם אייבערשטן אז עס זאל נישט ארויסקומען פון דעם א חילול השם, איך האב פארציילט פארן אייבערשטן די גאנצע מעשה בפרטי פרטיות, אז איך האב נישט געוואלט רעדן מיט אים, און בשעת מעשה האב איך נישט געכאפט וואס זיי ווילן פון מיר, איך בין דא פשוט געפאלן א קרבן פאר זיי; איך האב זייער אסאך געבעטן דעם אייבערשטן אז זיי זאלן נישט נעמען מיינע ווערטער צו שטעכן ערליכע אידן. דאס אלץ שרייב איך אייך פשוט אלץ (במדבר לב, א): "וִהְיִיתֶם נְקִיִּים מֵה' וּמִיִּשְׂרָאֵל".

דער אייבערשטער זאל העלפן אז עס זאל נישט ארויסקומען קיין מכשול דורך אונז, עס זאל נאר גרויס ווערן דעם אייבערשטנס נאמען אויף די גאנצע וועלט, אלע זאלן תשובה טון, און זיך צוריק קערן צום אייבערשטן.
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג ינואר 09, 2018 2:26 am

איך האב פארציילט פארן אייבערשטן די גאנצע מעשה בפרטי פרטיות,

א מין אויסדרוק

אוועטאר
משהזוךמיר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4989
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 3:24 pm
לאקאציע: איך קען נישט אויסזאגן ווייל משה וועט מיך קענען טרעפן

תגובהדורך משהזוךמיר » דינסטאג ינואר 09, 2018 3:04 am

:wink:
נאכאמאזל ער האט אים דערציילט, אזוי ווייסט ער...

#נעבעך
Get your facts first, then you can distort them as you please.

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » דינסטאג ינואר 09, 2018 3:05 am

לחם לשובע האט געשריבן:
איך האב פארציילט פארן אייבערשטן די גאנצע מעשה בפרטי פרטיות,

א מין אויסדרוק

אוודאי ווייסט דער באשעפער אלעס און מען ברויך איהם נישט פארציילן, אבער ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום באשעפער ווי צו א טאטע און זיך אויסרעדן און פארציילן בפרטי פרטיות כאילו ער כביכול האט נאכנישט געוויסט, ברענגט עס צו א מוראדיגע נאנטשאפט און קשר מיטן באשעפער.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג ינואר 09, 2018 7:21 am

שטיגליץ האט געשריבן:
לחם לשובע האט געשריבן:
איך האב פארציילט פארן אייבערשטן די גאנצע מעשה בפרטי פרטיות,

א מין אויסדרוק

אוודאי ווייסט דער באשעפער אלעס און מען ברויך איהם נישט פארציילן, אבער ווען א מענטש געוואוינט זיך צו צו רעדן צום באשעפער ווי צו א טאטע און זיך אויסרעדן און פארציילן בפרטי פרטיות כאילו ער כביכול האט נאכנישט געוויסט, ברענגט עס צו א מוראדיגע נאנטשאפט און קשר מיטן באשעפער.

לא ראינו לרבותינו זאלן זיך אזוי פירען, און זיכער נישט זיך צי אזוי אויסדרוקען, קען זיין ברסלב.

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג ינואר 09, 2018 8:42 am

נו שוין, פון דעבאטע'ס איבער ארץ ישראל VS אמעריקא גייט מען יעצט אריבער גיין צו דעבאטעס איבער ברסלב VS אנדערע חסידות.

איך מיין אז מ'קען שוין סטאפן
זוכט איר דוי?

אוועטאר
Amazing
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

תגובהדורך Amazing » דינסטאג ינואר 09, 2018 9:15 am

דונש האט געשריבן:נו שוין, פון דעבאטע'ס איבער ארץ ישראל VS אמעריקא גייט מען יעצט אריבער גיין צו דעבאטעס איבער ברסלב VS אנדערע חסידות.

איך מיין אז מ'קען שוין סטאפן

די סיבה פארוואס איך האב אס הער געברענגט איז, היות די עולם האט טענות פארוואס אנ''ש האבן קאפערירט מיט יאיר שרקי, האב איך דאס געברענגט אז לפחות איינער האט ער פארנארט.
אז די אחראים האלטן פאר נעשט פאסיג זאל עס געמעקט ווערט
א'מונה ב'טחון ג'עלט

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1420
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג ינואר 09, 2018 9:20 am

עמעזינג איך האב גראדע הנאה געהאט אז דו האסט עס געברענגט ער ענפערט זייער גוט לדעתי

נארוואס, מאנכע הייבן יעצט אן מדייק זיין יעדעס ווארט וואס ער שרייבט כאילו מ'ווייסט נישט פון ווי זיין שפראך קומט,

לאז לויפן און פארטיג, ווילסט רעדן פון ברסלב. ס'איז דא גענונג אנדערע אשכולות
זוכט איר דוי?

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1278
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

ברוקלין של קודש -דריטער טייל

תגובהדורך פריילעך אידל » דינסטאג ינואר 09, 2018 5:38 pm

און צום לעצט...

דער דריטער אין די סעריע (די פערטע האבן מיר געלייגט פון אנפאנג) א שפאציר אין B&H, פון דארט קיין וואל סטריט, צו נפתלי מאסטער שר"י פון יאפעד, ביז קאנסטראקשן ארבייטער, אלעס איבער חרדים אין דער ארבעטס קראפט.

צילוב תקנות המקום האבן מיר אויסגעשניטן א גאנצן חלק ווי מרס פרייער, די ריכטערין ווערט אינטערוויא'עד.

הויכע רעזעלוציע https://www.dropbox.com/s/srd6rffblxjj7 ... 2.mp4?dl=0

שוואכע רעזעלוציע https://www.dropbox.com/s/pblaltbtwvihf ... 2.mp4?dl=0

https://drive.google.com/file/d/1qsYEY5 ... sp=sharing

אלע חלקים צוזאמען קענט איר זעהן אין דעם פאלדער.
לעצט פאראכטן דורך פריילעך אידל אום דינסטאג ינואר 09, 2018 7:30 pm, פאראכטן געווארן 5 מאל סך הכל.
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
לחם לשובע
שר האלף
תגובות: 1867
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 01, 2016 4:20 am

תגובהדורך לחם לשובע » דינסטאג ינואר 09, 2018 5:44 pm

מעכטיגע שכויעך

ר' יום טוב
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דינסטאג ינואר 09, 2018 6:47 pm

בינעך געווען יענעם פארטאגס 5:45 אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י, ווי דער גבאי המקום האט נישט געקויפט זיינע לאקשן און אים פארטריבן בשן ועין.
קאקאש קעיק איז פיין, ביז מ'שלונגט דאס אראפ.

אוועטאר
shimon7323
שר חמש מאות
תגובות: 643
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דינסטאג ינואר 09, 2018 6:49 pm

ריזיגע יישר כח.
שכח = פארגעס
יישר כח = איז וואס מען ניצט צי באדאנקען איינעם

יונה
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 19, 2010 11:45 pm

תגובהדורך יונה » דינסטאג ינואר 09, 2018 8:11 pm

ער זאגט אז אין חוץ לארץ האט אים קיינער פארטריבן. א חלק פון די ריקארדינג אין ביהמ''ד קוקט אויס געכאפט פון די ווייבערשול, די חלק איז היכל התורה האבן זיי געמוזט מאכן בפובמי' עס קוקט אבער נישט אויס ווי איינער פון די אנוועזענדע האבן זיי באמערקט ווייל אלע לערנען נאטירליך.

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג ינואר 09, 2018 8:34 pm

משהזוךמיר האט געשריבן::wink:
נאכאמאזל ער האט אים דערציילט, אזוי ווייסט ער...

#נעבעך

איך בין מוחה אויף די בזיון תלמיד חכם. איך בין נישט ברסלב. אבער אין ברסלב איז יא זייער א גרויסער ענין צו רעדן צו השי"ת. נו... מען ברויך נישט אוועקמאכן ווייל ער איז נישט ווי דיהר.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2131
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג ינואר 09, 2018 8:38 pm

Kosher Travel האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן::wink:
נאכאמאזל ער האט אים דערציילט, אזוי ווייסט ער...

#נעבעך

איך בין מוחה אויף די בזיון תלמיד חכם. איך בין נישט ברסלב. אבער אין ברסלב איז יא זייער א גרויסער ענין צו רעדן צו השי"ת. נו... מען ברויך נישט אוועקמאכן ווייל ער איז נישט ווי דיהר.

ס'האט מיר גראדע אויך זייער נערווירט דעם אויסדרוק "דערציילט פארן באשעפער".
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
Kosher Travel
שר חמש מאות
תגובות: 992
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » דינסטאג ינואר 09, 2018 8:50 pm

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
משהזוךמיר האט געשריבן::wink:
נאכאמאזל ער האט אים דערציילט, אזוי ווייסט ער...

#נעבעך

איך בין מוחה אויף די בזיון תלמיד חכם. איך בין נישט ברסלב. אבער אין ברסלב איז יא זייער א גרויסער ענין צו רעדן צו השי"ת. נו... מען ברויך נישט אוועקמאכן ווייל ער איז נישט ווי דיהר.

ס'האט מיר גראדע אויך זייער נערווירט דעם אויסדרוק "דערציילט פארן באשעפער".

דיך נערווירט איז איין זאך... העש טעג נעבעך אויף א ראש ישיבה איז א צווייטע זאך. בזיון תלמיד חכם איז קיין קינדער שפיהל. אפילו ווען ער איז אנדערשט פון דיהר.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
ביטע אנטשולדיגען, אונזער מאנסי, ניו יארק אידישע דירעקטארי שלאפט איצט. אפשר וועט ער זיך אויפוועקען אסאך בעסער ווי פריער. אפשר נישט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט