וויאזוי העלפן קהילות מיט: "חינוך"?

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

מארמאראש
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:57 am

וויאזוי העלפן קהילות מיט: "חינוך"?

תגובהדורך מארמאראש » דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 12:11 am

וויאזוי העלפן קהילות און מוסדות זייערע תלמידים וחסידים מיט: "חינוך"?

א קהילה בדרך כלל פראבירט צוצישטעלן פאר זייערע מעמבערס פארשידענע ענינים וואס העלפט זיי ברוחניות ובגשמיות, קודם כל א מקום תפלה, שיעורי תורה, חברותות, וכו' וכו' - בכלליות שטעלן אלע צו די אלע הילף, און אזוי גייט עס שוין דורי דורות.

דערנאך איז פארהאן הילף וואס יעדע קהילה פראבירט בפרטיות צוצושטעלן פאר זייערע אנ"ש, וואס איז נישט געווען אזוי אלע דורות, צו ווייל ס'האט נישט אזוי אויסגעפעלט, צו ווייל ס'נישט געווען קיין מעגליכקייט דערצו, אדער פאר סיי וואספארא אנדערע סיבה.

למשל הילף מיט פרנסה, שידוכים, חתונה מאכן, שפארן הוצאות, טעכנעלאגיע, חינוך, שלום בית, דירות, געזונט, עצות וכו'.

יעדע קהילה האט זייערע אייגענשאפטן וויאזוי זיי העלפן זייערע מעמבערס, זה בכה וזה בכה, וואלט געווען א גיטע זאך מ'זאל צוזאמנעמען אויף איין פלאץ אויף וואספארא אופן יעדע קהילה העלפט, אזוי וועט קענען זיין קנאת סופרים... מ'וועט קענען שעפן איידיעס וויאזוי צו פארבעסערן ביי די אייגענע...


בעט מען אז ווער עס ווייסט ביי סיי וואספארא ערליכע קהילה וויאזוי זיי העלפן זייערע מעמבערס בעניני חינוך, מיט וועם מ'זאל זיך קענען אדורך רעדן וויאזוי זיך צו באגיין מיט קליינע קינדער, מיט גרעסערע קינדער, מיט א קינד/בחור וואס האט פראבלעמען ברוחניות או בגשמיות, בלימוד או ביראת שמים וכדו', זאל עס דא מפרסם זיין.

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט