רזא דשבת איהי שבת

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

רזא דשבת איהי שבת

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:50 pm

אההה אההה האלטן מיר ביי כגוונא, שוין באזונגען דעם מזמור שיר שוין באזונגען דעם ה' מלך איצט איז די רייע פאר כגוונא דאינון מתייחדין לעילא באחד.

רבותי, כ'על ענק נישט געבן דא א טיפע קבלה שיעור, ווער בין איך דאס צו טון, כ'ביניש ראוי דערצו, כ'פארשטיי נישט דערצו, און כ'בין א קליין מענטשעלע. נו פרעגט יאכער, וואס יא? וואס הויבסטו אן רעדן ווען דו ווייסט נישט וואס דו וועסט פארטיגן? אהה יאכער, פרעגסטאך גוט. אבער היינטיגע צייטן איז א וועלט פון עין טובה, פון טריסקער, חברה וואס וויסן נישט וואס מיר האבן אמאל פארמאגט, זיי וויסן נישט אז מ'קעניש שרייבן און שרייבן און גארנישט זאגן.... חחחח נאר אנאלאצע.... ס'נעמעסן אריין ווייסן זיי שוין איינמאל, און זיי זענען היינט די מעין חברה ווי מ'רופט דאסס, אבער היות עס דערנענטערט זיך דער עשרים אלפים תגובות, העליכזיך אנשטרענגן און אביסל אויסשמועסן עפעס וואס יעדער אידל קען זיך אויסשמועסן ביים זינגען דעם רזא דשבת.
אופפס זארעכ האט עפעס צו זאגן, וואס? כער נישט וואס דו זאגסט דארט? נישט רעדן דערפון? יא? כ'ערעך נישט. הערזשע מיך אויס זארעכ לעבן, מיר געדענקן נאך די גוטע יארן אינדערהיים, ווען יעדן שיינעם שבת ביסטו צוגעגאנען צום ברעטל, און זיך געלאזט הערן אזש די ווענט האבן מיטגעדאווענט. דערוילעם האט שוין לאנג נישט געהערט עפעס א גוטס, אפשר לייגסטו אראפ דעם רזא דשבת פון פינצ'יקן, הע? אהה אט אזוי זארעכ, זאגסט גוט, גיי ווייטער, ווי ניד מאר אהה אהה "דהא אתאחדת כורסיא יקירא קדישא ברזא דאחד" נו לאמיר הערן דעם ואתתקנת, העכער, אהה איצט הערט מען, יא וואס איז דער ואתתקנת? הע זארעכ, זאג זיי די אינגעווארג, וואס איז מען דא מתקן?

שטייט זיך דער אידעלע אקאורשט נאכן ענדיגן דעם ה' לאורך ימים, ער בענקט און ער ווארט אויפ'ן יום המיוחל לנו, דער טאג וואס ערווארט אונז אידעלעך ווען משיח וועט ערשיינען, דער יום שכולו שבת ומנוחה. און אט זאגט דער בעל תפלה אדער דער יתום דעם קדיש שלום, (וואס ווערט געווענדליך געזאגט מיט אזא זידעטשויבע נעימות'דיגער נוסח. הע מאשקע, האסטו דאס שוין אמאל אויפגעפאסט? מ'קען ממש מיינען איז מ'איז אין טאש קודש ביי דעם קדיש. (וואס באמת'ן אריין האט עס א שטארקע סברא, אויב גייט מען זאגן זוהר, דארף מען דאך אננעמען דעם הייליגן קאמארנער'ס שיטה אז קינדער דארפן אפילו לערנען זוהר (אמער יעדער זאגט דאך עס). (שוין כ'שפאציר דא אריין אין א קאנטערווערסיע.. זייטס מיר מוחל, און אפילו אויב נישט, העט אויך גארנישט געשען.)) א_ווי מ'ענדיג דעם ועל כל ישראל ואמרו אמן. אן ערענסקייט לאזט זיך אראפ אויפ'ן קהל, און מ'הויבט אן זאגן:
"כגוונא דאינון מתייחדין לעילא באחד" פונקט ווי אויבן טוט מען זיך מייחד זיין מיט אחד. (איז אזוי, (ווי איז דרך אגב ווען מ'דארף אים? (פונקט לעצטענס געטראפן ביי א חתונה, כאף אז די טשעק איז דורך...)) ווי געזאגט העלמיר נישט רעדן פון די ענינים פון די ו' קצוות, דאס העליך לאזן טייבעלע ערקלערן במיטב לשונו. אבער בפשטות רעדט מען אז שבת איז אלעס בבחי' אחד. נישט דא קיין פירודים, עס איז נישט דא קיין אנדערע גוונין, עס איז נישט דא קיין שינויים. ווי באקאנט קען מען דאך נישט משיג זיין דעם באשעפער אויף די וועלט נאר דורך די ספירות, וואס איז כביכול עפעס וואס לאזט אז מ'זאל האבן אן השגה פון עפעס העכערס, ווי מ'וועט שפעטער מאריך זיין.) "אוף הכי איהי אתייחדת לתתא ברזא דאחד" דאס זעלביגע דא אונטן ווערט א יחוד פון אחד, "למהוי עמהון לעילא חד לקבל חד" צו זיין אונטן און אויבן גלייך. איי איי איי "קודשא בריך הוא אחד" דער הייליגער באשפער איז איינציג, אחד, כביכול "לעילא לא יתיב על כורסיא דיקריה" דער באשעפער זעצט זיך נישט כביכול אויף זיין שטול - אויפ'ן כסא הכבוד, "עד דאיתעבידת איהי ברזא דאחד כגוונא דיליה" די שכינה הקדושה זאל אויך זיין בבחי' אחד. כגוונא דיליה, איי איינציגער הייליגער זיסער באשעפער, כגוונא דיליה, אזוי ווי כביכול איז איינס, "למהוי אחד באחד" אז עס זאל זיך צוזאמענקומען דער יחוד פון אחד באחד, "והא אוקימנא" און דאס איז וואס מיר האבן איינגעזעצט (מלשון אוקימתא אין די גמרא, (איינער געדענקט נאך דעם ווארט: 'זעצט די גמרא איין' נישט ממש זעצעס, ווי למשל איינער זעצט אן איינעם (נישט וועגן געלט, און אויך נישט זעצעס מיט די פויסט, כאפסט?). ס'איז מער אזא לשון ווי 'שטעלט די גמרא איין' נאר עס זעצט זיך נישט גוט די אויסדרוק, זאגט מען 'זעצט די גמרא איין' (ווער ס'פארשטייט פארשטייט))) "רזא דה' אחד" די סוד פון באשעפער איז אחד "ושמו אחד" און זיין נאמען איז אויך אחד.

אביסעלע צו ערקלערן די הייליגע דיבורים, וועל איך זיך טרויען צו געבן א שטיקעלע שמועס אין חסידות (כ'ווייס? כ'מיין אזוי, וואו איז בני הכלא ווען מ'דארף אים?). ווי באקאנט איז דאך אלעס אויף דער וועלט איין אור, איין ליכטיגקייט. עס איז נישט דא קיין שינויים' אני ה' לא שניתי, ביים באשעפער כביכול איז אלעס איינס, בשורש הכל אחד. נאר וואס דען אין די בריאה פון די וואך, איז דא די צען ספירות, און זאכן ווערן צעשפרייט און צעזייט אויף אלע עקן פון די וועלט. עס איז דא עקן, עס איז דא ארבעט, עס זענען דא אלע סארטן מענטשן, עס איז דא די פיר כוחות פון דומם צומח חי מדבר, אין דעם איז אויך נכלל די ד' עלומות אבי"ע, וכו' וכו', על כל פנים, אלעס וואס איז אפגעטיילט פון צווייטן, קוקט אויס ווי א ריחוק כביכול פונ'ם אין סוף ב"ה.
אלע צרות און יסורים וואס קומט פאר אויף דער וועלט, איז א תוצאה פון די אלע שינויים וואס קומט פאר. ווייל מ'קען זיך דאך אליינס נישט קריגן, און מ'קען זיך נישט אליינס מצער זיין. עס איז דא נאך איינער, און פון דעם פאסירט א מחלוקה'לע. א מענטש ווער נישט געזונט ה"י, ווען איינער פון די ד' יסודות זענען נישט גוט ממוזג, איינס איז זיך מתגבר אויף די צווייטע, וכו' וכו' אלעס וואס קען זיין פראבלעם איז נאך וואס איז דא מער ווי איינס.
אבער אזוי האט דער באשעפער געוואלט, און אזוי וויל ער אונז דערנענטערן צו אים. אבער וואס דארף זיין די ציל ווען מ'זעט יא פראבלעמען? אלעס צוריק מקשר זיין צום ה' אחד, צו גלייבן און וויסן אז אלעס קומט פון אים, און וואס עס קומט פון אים מאתו לא תצא הרעות והטוב, און אלעס איז חסד עליון, ווייל ווי באקאנט איז דאס גאנצע וועלט באשאף געשען ווייל מטבע הטוב להטיב, ווי מבואר אין אסאך ספרים הקדושים, רמח"ל מהר"ל ועוד ועוד. און דאס איז אונזער עבודה.
צדיקים קדושים, וואס זענען געגאנגען מדרגא לדרגא, און זיך ערווארבן זיך צו דערנענטערן צום באשעפער, ווערן ווי באקאנט נכלל באחדותו יתברך. און איבער דעם זעען זיי אלעס מיט קלארע וויזיע, זיי זעען שורשן של דברים, זיי זעען די חסד וואס ליגט אין יעדע זאך. איבער דעם האבן זיי קיינמאל קיין קשיות אויפ'ן רבונו של עולם נישט געהאט, זיי האבן געוואוסט אז אלעס קומט פון דעם אחד יחיד ומיוחד, און אלעס איז דאס בעסטע און דאס שענסטע וואס קען נאר געמאלט זיין פאר א איד אויף דער וועלט. וו באקאנט דער הייליגער תפארת שלמה אויף א פלאץ איז מסביר, אז עס איז נישט קיין חידוש אז צדיקים האבן רוח הקודש, ווייל היות זיי זענען זיך מיט זייער עבודה אויף דער וועלט מתאחד מיט'ן באשעפער, און דארט איז דאך אלעס קלאר, אלעס איז איינס. ממילא זעען זיי וואס קומט און וואס גייט, ווייסן זיי וואס וועט זיין.

שטייט א אידעלע, און ער איז נישט אזוי געהויבן, ער זעט יא שינויים און חילוקים, ער זעט פון איין זייט זאכן וואס זעען אויס שלעכט, ער זעט נישט די חסדים פון באשעפער אין אלע געשעענישן וואס פאסירן אויף דער וועלט. עס איז אים שווער קשיות און שאלות, ער פארשטייט נישט למה עשה ה' ככה? פארוואס קען איך זיך נישט מצמצם זיין ביים דאווענען ווי עס באדארף צו זיין? פארוואס קען איך זיך נישט האלטן צו מיין טעגליכע שיעור אין צייט? פארוואס קען איך נישט מוסיף זיין אין תורה ווי דער אדער יענער? פארוואס בין איך שולדיג חובות פאר מענטשן? פארוואס קען איך נישט האבן קיין גוטער בעל הבית? פארוואס מוטשע איך זיך מיט די חינוך פון מיינע קינדערליך? פארוואס האב איך נישט קיין געלט צו לייגן ברויט פאר מיין שטוב אויפ'ן טיש? פארוואס מוטשע איך זיך מיט מיין שלום בית? פארוואס בין איך נישט געבענטשט מיט אלע גוטע זאכן וואס איך ווארט שוין אזוי לאנג? און נאך און נאך, די ליסטע איז ענדלאז. אבער די סיבה פון די אלע קשיות און שאלות, קומען פון די אלע פארשידענע וועגן פון התגלות וואס דער באשעפער באווייזט זיך אויף דער וועלט. דער באשעפער וויל אז א איד זאל נאך די אלע שאלות וויסן און גלויבן, "ה' אחד" "אני ה' לא שניתי" ווי דער נביא זאגט אין מלאכי, און פירט אויס, "ואתם בני יעקב לא כליתם" איך האב זיך נישט געטוישט זאגט דער באשעפער צו אונז, מיין ליבשאפט צו ענק קינדערליך איז אויך נאך די אלע שוועריקייט וואס איר גייט אדורך, ואתם לא כליתם, ענק וועלן קיינמאל נישט פארלענדעט ווערן, עס וועט קומען די טאג וואס איר וועט דאס אלעס זען עין בעין, "ביום ההוא יהי' ה' אחד ושמו אחד" יעדער וועט זען אז אין יעדע מוטשעניש אין גלות איז געווען א ליבליכע טאטע פון העכער דעם, און געגעבן די ריכטיגע מאס פון די שינוי אז מ'זאל דאס קענען אריבערגיין, און אויסשרייען שמע ישראל ה' אלוקינו ה' אחד.
קומט אבער צוגיין דער שבת קודש, אהה אונז אלע ליגט נאך אין די ביינער דאס וואס דער הייליגער מנחת אלעזר האט געשריגן צו אונז די אמעריקאנער אידן, "שבת איז נאר איינער, עס האט נישט קיין דוגמא" די יסוד וואס א שבת געט פאר א איד איז, אז עס איז איינציג, נישט נאר דאס איז איינציג, נאר אלעס וואס גייט פאר מיט דיר אין די וואך, אלע ציט זיך צו דעם איינציגקייט, צו דעם געטליכקייט וואס יעדער איד שפירט שבת. שבת איז נישט דא קיין מלאכות, מ'ארבעט נישט, עס איז כל מלאכתך עשוי', עס איז מעין עולם הבא, עס איז נישט דא קיין צרות, עס איז נישט דא קיין פראבלעמען. אפילו וויינען אויף א פראבלעם טאר מען נישט, נישט ווייל עס איז אסור, נאר ווייל די פראבלעם איז נישט דא.
נאכ'ן אויסשרייען דעם "צורי ולא עולתה בו" דעם עולם הבא פון "ה' מלך גאות לבש" געט מען אונז אן ערקלערנוג, אט דאס איז דער הייליגער באשעפער, ווען עס קומט צו גיין דער שבת קודש, לעילא לא יתיב על כורסיא דיקריה, כביכול כביכול, ער זעצט זיך נישט אויפ'ן כסא הכבוד, ביז דער קליינער מענטשעלע אין גלות וועט נישט אויסשרייען "והא אוקימנא רזא דה' אחד ושמו אחד" אלעס אלעס אלע פראבלעמען אלעס איז א סוד, די סוד איז אחד, איין איינציגע באשפער שטייט אונטער דעם.

און דאס איז דער "רזא דשבת" די סוד פון שבת איז "איהי שבת" דער שבת אליינס, וואס האט נישט קיין פאר, "דאתאחדת ברזא דאחד" אנדערש ווי די ימי החול וואס האבן א פאר, ניין, שבת זאגט כ'בין איינציג, כ'בין א חלק פונ'ם סוד פון די וועלט. "למשרי עלה רזא דאחד" (כ'האף איך גרייז נישט, וה' הטוב יכפר) אזוי אז יעדער איד זאל זיך קענען אנכאפן אויף דעם שבת, און אריינשיינען דעם סוד פאר די גאנצע וואך.
איז דער זוה"ק ווייטער ממשיך, ווען דו קומסט דאווענען פרייטאג צו נאכטסט זאלסטו וויסן זיין, "צלותא דמעלי שבתא, דהא אתאחדת כורסיא יקירא קדישא ברזא דאחד" אז דורך דיין דאווענען דורך דעם וואס דו שרייעסט אויס און דא זאגסט אז אלעס איז טוב, אלעס וואס דער באשעפער טוט איז גוט, ברענגסטו אז כביכול זאל זיך קענען זעצן אויפ'ן כסא הכבוד. איי "ואתתקנת למשרי עלה מלכא קדישא עילאה" אוי אוי טרערעלעך רינען פון די אויגן, יא די קליינע מעשה וואס דו זאגסט דא, גרייטסטו אן דעם הכסא הכבוד למשרי עלה מלכא קדישא עילאה.

ס'איז נאך ווייט פון פארטיג, פארוואזשע טאקע איז דער שבת אזוי גרויס, אזוי שטארק. די וועלט איז דאך שרעקליך, אזעלכע צרות, אזעלכע ווייטאגן, אלעס ביז שבת קודש, ווייל "כד עיל שבתא איהי אתיחדת ואתפרשת מסטרא אחרא, וכל דינין מתעברין מינה, ואיהי אשתארת ביחודא דנהירו קדישא" ווען דער שבת קומט אריין, לאזט מען איבער אלע דינים, די קדושה שיינט מיט אן אויסערגעווענליכע איינציגע שיין, די שיין וואס איז העכער אלע יסודות, העכער אלע עולמות, "ואתעטרת בכמה עטרין לגבי מלכא קדישא, וכל שולטני רוגזין ומארי דדינא, כלהו ערקין ואתעברו מינה" ווען דאס פאסירט, דאן ווערט כביכול ארומגענומען מיט אסאך קרוינען, אידישע קינדער זענען דאך די בחי' כתר פון כביכול דער הייליגער באשעפער, און דאן די אלע שלעכטס די אלע ביטערנישן וואס האבן זיך אנגעכאפט אויך די אידישע קינדער, אנטלויפן און יאגן אפ צו ווי די שווארצע פעפער וואקסט, "ולית שולטנא אחרא בכלהו עלמין בר מנה" עס עקזיסטירט נישט עפעס אנדערש אויף דער וועלט, ווי דער באשעפער און די אידישע קינדער.
און דאן דאן אידעלע כמים פנים אל פנים "ואנפהא נהירין בנהירו עילאה, ואתעטרת לתתא בעמא קדישא" אידישע קינדער קומען אריין אין שולכ'ל מיט לעכטיגע פנימ'ער, אהה אה מחי' ס'איז שבת קודש, און זיי באקומען אט די זעלבע קרוינען אויף זיי אויך. וואס איז דא בעסערס ווי דעם? "וכלהון" יעדער איד אין וואס פאר א דרגא ער זאל זיך נאר נישט געפינען "מתעטרין בנשמתין חדתין" קריגט יעדער די נשמה יתירה, די געשמאקע שבת'דיגע געפילן, די לעכטיגע שבת'דיגע טישן, די מורא'דיגע שבת'דיגע דאווענען.
"כדין" איצט נאכ'ן הערן וואס דא גייט פאר אויף דער וועלט, וואס דער שבת קודש געט אונז פאר אונזער וואכעדיגע נשמה, פאר אונזער וואכעדיגע גוף "שירותא דצלותא" זינגט זיך שוין דאס דאווענען "בחדוה" מיט א געוואלדיגע פרייד "בנהירו דאנפין" מיט א לעכטיג פנים, "ולומר" עס זאגט זיך פון זיך אליינס
"ברכו את ה' המבורך"

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2223
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:59 pm

ייש"כ אויף די פערל ווערטער
און מזל טוב [בבקשה על להבא] אויף די עלייה לשרים אלף

בא שבת בא מנוחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 20, 2016 7:18 pm

תגובהדורך בא שבת בא מנוחה » זונטאג אוגוסט 13, 2017 8:35 pm

Wow אנריעל... א הערליכע רייכע פעדער...יש׳כ

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » זונטאג אוגוסט 13, 2017 8:59 pm

'האב געוויסט סאכדעס וועטינז ניש אנטוישן... דער סאכדעס אידעך אזא זיס נשמה'לע... קומ'זשע סאכדעס'ל, נאדער דיין קניפ אין בעקעלע, דא האסטו, 'מזל טוב'!! ;l;p-

און די ארטיקל זעלבסט.. אההה... א שבת'ידג פרייטאג צונאכטס אין קאנטרי'דיגע שמעק... די אלע מרעין בישין וועלן גיין וואו די שווארצע פעפער וואקסט... אה!..

און נאך צוריק געברענגט די אלע פון מושב זקינים דא... לאמיר זעהן אויב זיי וועלן זיך טאקע אנריקן דא נאך אזא ארטיקל... האו נאוס?.. (אדער עכ"פ אפשטויבן דעם אלטן ניק :? )
וואס זיי האבן דא געטון איז אזוי ווי איך זאל ווען מאכן א שאוטדאון פאר למשל... אימיגראציע אישוס ~טשארלס שומער 2013

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2546
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:07 pm

מארקד אנריעד, א סאכדעס ארטיקל דארף מען צייט און קאפ.

מזל טוב צום התעלות על גפי מרומי הקרעטשמע, גייסט באקומען א בעסערע טישל...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10388
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג אוגוסט 13, 2017 11:12 pm

מזל טוב שר עשרים אלף! און יישר כח פאר דיין אלטמאדישע עכט קרעטשמע ארטיקל.
ברוך מתיר אסורים - ברוך הטוב והמטיב (זאת חנוכה תשע"ח, שחרור ר' שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין)

אוועטאר
בדרך אפשר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2015 8:20 pm
לאקאציע: על חוט מתוח

מזמור שיר לסאכדעס

תגובהדורך בדרך אפשר » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:31 am

מזמור שיר בקול תודה
אפתח פי בפחד ומורא
להודות ולהוקיר איך שייך
לספרא ודינא בין כותלי המזרח
ה״ה הניק החשוב סאכדעס
יד ימינו של התאחדות
לרגל התמנותו לשר עשרים אלפים
לאחר יגיעה רבה של כתיבת אדומים
ובפרט אשר הואיל בטובו להוריד מזמנו היקר
לפרש וליתן טעם בתפילת השבת בטוב טעם והדר
בכתב ברור מלא חן יעלה צחוק על דל שפתיים
ויה״ר שתזכו להמשיך ולכתוב עוד כפליים
אזוי אויך א שכויח פאר׳ן הנהלה ארבייט וואס איר טוט
לכבוד שבת וועל איך אויף די ארטיקל דריקן פ״פ.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 12:47 am

הרב סאכדעס, א געוואלדיגע ארטיקל

שוין לאנג געטראכט, מ'קאכט אזוי ביי כגוונא, מ'מעג שוין אויך וויסן פשוט פשט פון די ווערטער, און נישט נאר זיך גארגלען מיט התלהבות ביי 'רזא דשבת',

ממש דערפרייט דאס הארץ

געשריבן צום פינטל און גרינג צו פארשטיין פאר יעדן איינעם,
ייש"כ
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:22 am

שוין סאכדעס - ארויסגעשלעפט פון בעט האסטו מיך

אזא'ן ארטיקל שויל לאנג נישט געלייחט (די ח איז בדווקא) זארעכ איז שוין מן הסתם דער איר אייניקל פון אונזער זארעכ
אנדערשט גלייב איך נישט אז דער דאטום וואס דער ארטיקל איז געשריבן = איז אוגוסט 13 2017

עניוועי - סאכדעס עס איז ביי מיר 1סע פארטאגס איך ווייס נישט אויב דער ארטיקל איז ערענסט אדער גאר אויף מיילעך קאהנ'ס ניגון פון כגוונא
עליך מוזן ארויספרינטן אינדערפרישטונדען און ליינען ווי א מענטש

נאדיר א מזל טוב ;l;p-
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

ברסלבהארץ
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 06, 2015 2:12 am

תגובהדורך ברסלבהארץ » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:54 am

איך קען נישט גלייבן! עשרים אלפים???

מ מז מזל מזל-ט מזל-טו מזל טוב......

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר חמש מאות
תגובות: 875
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 1:59 am

בא שבת בא מנוחה האט געשריבן:Wow אנריעל... א הערליכע רייכע פעדער...יש׳כ

גא"מ
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 5:48 am

סאכדעס איז וואן אוו עי קיינד.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 8:16 am

סאכדעס סאכדעס... (בניסוח כד עיל שבתא, כאפסט וואס איך מיין, יא?) וואס דו האסט צוזאמען געקלאפט.... לעילא ולעילא! קיפ איט קאמינג.... איך מיין אז מ'וועט עס דארפן לייענען יעדע פרייטאג נאכמיטאג
דָוִי איז אפגעפונען געווארן!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:12 am

יישר כוח אלע מגיבים, עס איז אן ערהאבן בילד צו זען ווי קינד און קייט האבן זיך געזען זונטאג ביינאכט אום פרייטאג צונאכטס...

עקסטער פאר די וואס נעמען די מיה און הויבן ארויס עפעס פון אינעם ארטיקל, אז כ'זאל הנאה האבן אז מ'האט עס טאקע געליינט. ווייל וואס וויל איך דען? הע? כערניש, כ'וויל דאך אז אידן זאלן זיך דערקוויקן, און א_ווי שמו האט ערווענט, מ'מעג שוין איך וויסן פשט אין די ווערטער.

סענעמעסן אריין, דאס גאנצע פרייטאג צו נאכטס דאווענען איז איין שטיק פייער, איין שטיק ברען, ס'איז ממש נישט דא קיין ווערטער ווי א איד קען זיך אויסגעבן ביי די קאפיטלעך פון לכו נרננה און ווייטער. אפילו די מעריב, וואס עס קוקט אויס די זעלבע ווערטער ווי יעדע מעריב, דאך האט דאס אן אנדער משמעות. שבת איז נישט וואכן, און דאס לערנען מיר טאקע אין דעם כגוונא. אוקיי כ'רעדט שוין דא פאר פייער און פאר אפפער....

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:13 am

וואוילע שעפעלע האט געשריבן:'האב געוויסט סאכדעס וועטינז ניש אנטוישן... דער סאכדעס אידעך אזא זיס נשמה'לע... קומ'זשע סאכדעס'ל, נאדער דיין קניפ אין בעקעלע, דא האסטו, 'מזל טוב'!! ;l;p-

און די ארטיקל זעלבסט.. אההה... א שבת'ידג פרייטאג צונאכטס אין קאנטרי'דיגע שמעק... די אלע מרעין בישין וועלן גיין וואו די שווארצע פעפער וואקסט... אה!..

און נאך צוריק געברענגט די אלע פון מושב זקינים דא... לאמיר זעהן אויב זיי וועלן זיך טאקע אנריקן דא נאך אזא ארטיקל... האו נאוס?.. (אדער עכ"פ אפשטויבן דעם אלטן ניק :? )

חחחח האבעכאנע אז דו האסט געכאפט דעם ריח פונעם ארטיקל. ס'איז טאקע געווארן געשריבן מיט אזא געפיל.

די מושב זקנים קלער איך נישט צו האבן דא, באט יו נעווער קנאו.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:15 am

בדרך אפשר האט געשריבן:מזמור שיר בקול תודה
אפתח פי בפחד ומורא
להודות ולהוקיר איך שייך
לספרא ודינא בין כותלי המזרח
ה״ה הניק החשוב סאכדעס
יד ימינו של התאחדות
לרגל התמנותו לשר עשרים אלפים
לאחר יגיעה רבה של כתיבת אדומים
ובפרט אשר הואיל בטובו להוריד מזמנו היקר
לפרש וליתן טעם בתפילת השבת בטוב טעם והדר
בכתב ברור מלא חן יעלה צחוק על דל שפתיים
ויה״ר שתזכו להמשיך ולכתוב עוד כפליים
אזוי אויך א שכויח פאר׳ן הנהלה ארבייט וואס איר טוט
לכבוד שבת וועל איך אויף די ארטיקל דריקן פ״פ.

בדרך אפשר וועל איך זאגן,
אז דארפסט נישט קלאגן,
קענסט איך די שרייבן פאך,
און קענסט נאך גאר אסאך.
דאנקע פאר'ן מיך באגראמען,
מיך שטעלן אין די הויכע ראמען,
זאלסטו באגליקט ווערן מיט אלעס גוטס
און איצט וועל איך גיין צו שעלעפשיץ...

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:16 am

שמו האט געשריבן:הרב סאכדעס, א געוואלדיגע ארטיקל

שוין לאנג געטראכט, מ'קאכט אזוי ביי כגוונא, מ'מעג שוין אויך וויסן פשוט פשט פון די ווערטער, און נישט נאר זיך גארגלען מיט התלהבות ביי 'רזא דשבת',

ממש דערפרייט דאס הארץ

געשריבן צום פינטל און גרינג צו פארשטיין פאר יעדן איינעם,
ייש"כ

ווי שוין געשריבן אינעם כלליות'דיגן דאנק, האב איך זייער הנאה געהאט פון דיין אנטווארט, זאלסטו טאקע הנאה האבן נאך און נאך.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:18 am

שלעפשיץ האט געשריבן:שוין סאכדעס - ארויסגעשלעפט פון בעט האסטו מיך

אזא'ן ארטיקל שויל לאנג נישט געלייחט (די ח איז בדווקא) זארעכ איז שוין מן הסתם דער איר אייניקל פון אונזער זארעכ
אנדערשט גלייב איך נישט אז דער דאטום וואס דער ארטיקל איז געשריבן = איז אוגוסט 13 2017

עניוועי - סאכדעס עס איז ביי מיר 1סע פארטאגס איך ווייס נישט אויב דער ארטיקל איז ערענסט אדער גאר אויף מיילעך קאהנ'ס ניגון פון כגוונא
עליך מוזן ארויספרינטן אינדערפרישטונדען און ליינען ווי א מענטש

נאדיר א מזל טוב ;l;p-

שלעפשיץ, אההה צ'ולעם אליחעם.... וואס מאכסטו, וואס האט דיך דא געברענגט אין אזא פריע שעה? כ'רעדט גראדע יא צום אלטן ר' זארעכ, ער זיצט טאקע לעצטענס שטיל דארט אויף מזרח, אבער זיין אייניקל קומטעך נאכנישט אין שול....

נע, ס'נישט מיילעכס.... (אין צווייען..) לאז אונז וויסן נאכ'ן פרינט וואסעגעווארן.

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 9:20 am

ברסלבהארץ האט געשריבן:איך קען נישט גלייבן! עשרים אלפים???

מ מז מזל מזל-ט מזל-טו מזל טוב......

גלייב יא, גלייב נישט. חחחח, וואסעדע מממ ממממזזזזללללללללל געקעכעכעץ? עניוועי, טענקס פאר'ן זיך וויסענדיג מאכן.


עין טובה האט געשריבן:סאכדעס סאכדעס... (בניסוח כד עיל שבתא, כאפסט וואס איך מיין, יא?) וואס דו האסט צוזאמען געקלאפט.... לעילא ולעילא! קיפ איט קאמינג.... איך מיין אז מ'וועט עס דארפן לייענען יעדע פרייטאג נאכמיטאג

עין טובה, דיין גוט אויג איז אלעמאל גוט, סשאדט ברוך השם נישט.
זע עס ארויסצפרינטן, קענסט עס נעמען אין שול אויך....

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3429
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 10:58 am

איין הערה נאר אויף "קודשא בריך הוא אחד לעילא לא יתיב על כורסיא דיקריה":

געדענק איך ווען איך האב געלערנט די פירוש המילות פון כגוונא (נאך פאר סאכדעס האט עס מיט אונז געלערנט...) האב איך געלערנט אין זוהר דירעקט, דאכצעך מיט די מתוק מדבש פירוש. אלנפאלס האט די מפרש שטארק ארפאגעריסן דאס וואס די סידורים שרייבן די קאמע פאר" לעילא" זאגנדיג אז לעילא גייט אויף ארויף, אין צוזאמענהאנג מיט קוב"ה.
דָוִי איז אפגעפונען געווארן!

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20315
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 4:30 pm

עין טובה האט געשריבן:איין הערה נאר אויף "קודשא בריך הוא אחד לעילא לא יתיב על כורסיא דיקריה":

געדענק איך ווען איך האב געלערנט די פירוש המילות פון כגוונא (נאך פאר סאכדעס האט עס מיט אונז געלערנט...) האב איך געלערנט אין זוהר דירעקט, דאכצעך מיט די מתוק מדבש פירוש. אלנפאלס האט די מפרש שטארק ארפאגעריסן דאס וואס די סידורים שרייבן די קאמע פאר" לעילא" זאגנדיג אז לעילא גייט אויף ארויף, אין צוזאמענהאנג מיט קוב"ה.

יאך האב עס אויך גראדע אמאל געלערנט מיט'ן מתוק, כ'געדענק אבער נישט דעם אראפרייסן. כ'זע נישט אבער זיין הכרח. אבער ווען בין איך דען? הע? אהה סאכדעס פון היימישע קרעטשמע, כ'דערמאן זיך שוין.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2546
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג אוגוסט 14, 2017 11:11 pm

סאכדעס'ל, ביטע קום וויש אפ מיין סקרין... גערירט די סטרונעס פונעם נפש.

מיין הרגש איז אינעם כגוונא נוסח-ניגון אזוי שטארק, אז ס' קען מאכן די דשאב ביי מער אן די אלע קאמפליצירטע ארמ'ישע ווערטער פונעם הייליגן זוהק וואז כ'פארשטיי ליידער נישט.

אבער די ניגון אליין און ווער רעדט נאך ווען מ' צו פייערט זיך מיט אן הילכיגן קלאטש, דאס וואשט אויס די טיפע פארווייטאגטע קלעמען פון עומק הלב.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 5:02 am

געווארן אזוי איבערגענומען,
וציפרתי כולם לפונדק אחד

יעצט סאכדעס זיי ממשיך כל סדר התפלה
צוגעלייגטע
פירוש על מזמור שיר - ה' מלך גאות לבש - כגוונא פון סאכדעס, אייוועלט.pdf
(183.43 KiB) דאונלאודעד 81 מאל
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1248
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 8:55 am

סאכדעס, איי עם עמעזד! איך האב נישט געוואוסט וואס פאר א כלי איר זענט!

איך זאג שוין כגוונא סאך מער ווי א חצי יובל איך האב אביסל פארשטאנען פירוש המילות, אבער אזוי גוט פארשטיין פשט וואס דער הייליגער זוהר זאגט דא האב איך נישט ביז יעצט!

אוי גייט זיך בעז"ה אנדערש זאגן כגוונא די וואך!

ייש"כ
זוכט איר דוי?
מושענעחנעת אהדער מארבומ בסימכא

ד'רינק ו'ויין נ'אר ש'מחה

בלעטל
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

תגובהדורך בלעטל » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:11 am

ואנפהא און איר פנים, נהירו בנהיר' עילאה, מוסב על השכינה שבת קודש בחי' כסא הכבוד. ואתעטרת לתתא צו די עם קדוש


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט