אונזער אחריות צווישן גויים

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

אונזער אחריות צווישן גויים

תגובהדורך בבל » זונטאג מאי 21, 2017 1:22 am

יעדער גוטע אדער שלעכטע זאך וואס אונז טוען קען/האט האט א אפעקט אויף די יהדות החרידות
ווען די דרייסט זיך למשל צווישן ספאנישע גויים אין זיי פירן זיך אויף נישט שיין /נארמאל. טראכט'סטו אז אלע מעקסיקאנער זענען שלעכט מן־הסתם גייען זיי נישט אין סקול אדער נישט קיין גוטע חינוך הגם זיי פארטרעטן נישט אלע ספאנישע גויים די זעלבע פארקערט ביי די נעקסטע ארבעט האסטו גוטע עקספיריענס מיט א אנדערע גרופ מעקסיקאנער זיי גריסן דיך שיין העלפן דיך באדאנקען דיךוועסטו צוביסלעך טושן דיין מיינונג. די זעלבע ביי שחורים וכדומה
ווען אינץ גייען אין גאס מיט די חסידישע קליידונג באמערקט מען אינץ פון א מייל ווייט
די גוי וואס די ברעיןוואשט זיין מיינונג איבער אינץ מיט גוטן אדער ח''וו פארקערט קען זיין א דזשורי/ דיסטריקט אטערני /אין א מאכטפולע גאוורמענט פאזיציע די גוי וואס די האסט זיך אריינגעכאפט אין זיין לעין נאכן שטיין 5 מניט פארן עקזיט אין די אנדערע גויים וואס זעהן עס קען זיין א צייטונג שרייבער אדער סתם א אינטערנעט שרייבער אדער איינער וואס האט א שטארקע השפעה אויף זיינע חברים אדער סתם א וואטער וואס קען זיכן א העצערישע גרופע זיך צו צוקלעבן
אנשטאט זאגן אז די עסקנים טיען נישט גיט זיי כאטש די וואס טיט אין דיין פריוואטע לעבן
לאז אריין א גוי אין דיין ליין
באדאנקט זיך ווען ער העלפט דיך
וכדומה
פארביר וויפל די קענסט עם צי העלפן אין די האסט די זכיה צי מאכן א קידוש השם
ניץ די 5 שו''ע צי טוישן זייערע מיינונג לטובתינו
ביים גיין שאפונג . ביים זוכן פארקונג.
ביים גייען חוה''מ האלטן
פורים
טריי נישט צוריקצוגעבן ריטערנס נאר באין ברירה אין אנטשולדיגט זיך
אויב ח''וו די האסט שוין אויפגערעגט /געטאן א אומרעכט א גוי בעט אים איבער

אויפן עראפלאן אסאך גויים זעהן בהקוץ די ערשטע מאל א יוד. פאר שחרית האב אנזעניש ער מעג אויך ניצן די פרווייטע שטיבל . פרעג א דיין פארדעם וואס צי טיען אויב מען געט דיך א נישט גוטע סיט 400 פאר אויגן קיקן אויף דיר אויב מען הייבט זיך שפעטער. ביים זיך וואשן. ביים אנטיען די טלית. די סטוערט 'ס וועלן זיך אנהאלטן אבער די נעקסטע פלייט א חסידישער משפחה וועט פליען אין בעטן עפעס וועט ער אויסגיסן די גאנצע כעס אויף זיי. טו נישט א מצוה הבא בעבירה
ביים גיין צי שטאטישע אפיסעס
וכ

די נעבעך גוי וואס ארבעט מיט דיר וואס גייט קיינמאל נישט זיין פרעזידענט. זיין זין קען יארן ארום וואטן/ העצן/ fbi /דזשורי/ דזארדש /אנפלוס אויף מענטשן /רעפארטער /ערוועלט ווערן / וכדומה /אין אפילו ווערן פרעזידענט אין לך אדם שאין לו שעה די אדער דיינע קינדער שכנים קרובים ידידום קענען בענעפיטן וואס די האסט איינגעפלאנצט
זאג נישט אז זיי האבן אינץ עניוועי פיינט הלכה בידיע שעשו שונא ממילא מעג איך זיי שטוסן אין שפייען. אויף די עסקנים זאגסטו אז זיי מאכן א חילול השם אין ווען עס קומט צו דיר נעמסטו אפיר די הלכה בידוע . ביסט אין גלות % 80 צי100% קענסטו טושן זיין מיינונג צי ווערן מחסידי אומות העולם
דיינע מעשים האט א וועליא פון 50 1000$ $ אין אפילו איבער א מיליאן. אויף געזעצן /טובת פאר אנדערע יודן /קארט קעיסעס / גזירות ח''וו /אדער סתם ווייניגער אנטיסעמיטן קיק אויף גאווענער פאטאקי א יוד האט אים געטיען א טובה עד היום האט מען נאך הנאה פון דעם להבדיל עד דעי פון ראקלענד קאנטי איך בין זיכער אז א יוד האט אים פיין מסדר געווען ליידער די וועליא ליידער איז אין די מיליאנען ווי אויך אלע וואטערס אין דעמאקראטיע זענען א חלק פון די גאוורמענט א אוהב ישראל קען נישט טיען אסאך אויב די וואטערס זענען אנגעהעצט אינץ דארפן כסדר צוקומען צי זייערע חסדים זיי זענען בעל בחירה אין די קענסט מיט דיין בחירה זיי דרייען זייער בחירה
( אויב איינער קען בעסער מסדר זיין /מוסף זיין /אראפלייגן די ארטיקל זאל ער עס אראפשרייבן אין איך וועל עס בעז''ה פעסטן דא )


א גרויסע יישר כוח פארן העלפן /אינוועסטירן אין/כלל ישראל
לעצט פאראכטן דורך בבל אום זונטאג מאי 21, 2017 10:02 am, פאראכטן געווארן 11 מאל סך הכל.

מטעמים
שר ששת אלפים
תגובות: 6054
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » זונטאג מאי 21, 2017 1:31 am

איך עגרי מיט בבל (מיט וועם?) איבער זיין אפשאצונג.


אייביג אייביג דארף מען גריסען, דאנקען און געבן רעספעקט פאר די גוי ווייל דו קענסט קיינמאל נישט וויסען וואספארא טובה איין גוטע באצואינג קען אמאל ברענגען.
אבער אונז פארלאז מיר זיך אויף הרב שיף הרב נאדלער מיט הרב גאלדמאן - קרעדיט צל עובר

אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2894
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm

תגובהדורך יהודי » זונטאג יולי 23, 2017 2:00 pm

א וויכטיגע נקודה
טראמפס שטארקייט איז ער האט אייך אין בוידעם!
אין א חלק פון זיין פלאן איז ממש דאס, יעדע שני וחמישי א כאפצעם

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3338
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

תגובהדורך יידישע קהילות » זונטאג יולי 23, 2017 2:38 pm

מסכים 100%. והרבה יותר ממה שכתבת יש להתבונן בנושא חשוב זה.
הלוואי ווען די ראשי ישיבות וואלטן דאס אריינגהאקט אין די תלמידים'ס קעפ.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

לייבל שטילער
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 19, 2016 5:15 pm

תגובהדורך לייבל שטילער » זונטאג יולי 23, 2017 2:40 pm

האב איך נישט געוויסט אז לאבין דרייט זיך דא! (כ'ווערטל נאר, באמת א וויכטיגע נקודה)
סייג לחכמה שתיקה....

קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

תגובהדורך קאטשקע אויפן וואסער » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 1:35 pm

אמאל ארויסקומענדיג פון costco, נאכן אפלאדענען מיין פולן וועגעלע אין קאר אריין, האב איך אין אכט גענומען אז דער נאנסטער פלאץ וואו מען קען צוריקלייגן די וועגעלעך אינעם פארקינג לאט, איז היפש ווייט, האב איך עס איבערגעלאזט צווישן די קארס.
מה עשה הקב"ה?
יענער רגע איז דורכגעפארן א גוי און שרייעט ארויס פון פענסטער: פארוואס לייגסטו נישט צוריק דיין וועגעלע אויפן פלאץ? האב איך זיך פארענטפערט, אז איך האב עס צוריקגעלייגט פון וואו איך האב עס גענומען.
ער האט עס נישט אנגענומען, טענה'נדיג: But you are a Rabbi!
והדברים נוקבים.

למעשה קוקט דער גוי אן יעדן הוט-און-רעקל-איד ווי א 'ראביי', ממילא מוזן מיר ביהעיוון לפנים משורת הדין.
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 1:42 pm

איך בין געווען די וואך אין א גויאישע געשעפט ווי איך האב געדארפט אנקומען צו א געוויסע טובה פון אן ארבייטער וואס האט איר נישט געשמעקט צו טאן, און האט דאס געטאן מיט א ברוגז'דיגע מינע, איך האב געשפירט אז דאס איז בלויז דערפאר ווייל איך בין א איד. אבער איינמאל איך האב געגעבן א טיפ האט זיך די גאנצע צוגאנג געטוישט.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

זייער קלוג
שר חמש מאות
תגובות: 580
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:30 am

תגובהדורך זייער קלוג » פרייטאג נובעמבער 30, 2018 3:27 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:איך בין געווען די וואך אין א גויאישע געשעפט ווי איך האב געדארפט אנקומען צו א געוויסע טובה פון אן ארבייטער וואס האט איר נישט געשמעקט צו טאן, און האט דאס געטאן מיט א ברוגז'דיגע מינע, איך האב געשפירט אז דאס איז בלויז דערפאר ווייל איך בין א איד. אבער איינמאל איך האב געגעבן א טיפ האט זיך די גאנצע צוגאנג געטוישט.

זייער א שיינע מעשה אבער איך האלט אז דאס גייט שוין אריין אין די חלק פין מאני טאקס
אתה חונן בעט מען נאכאלץ

אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר האלף
תגובות: 1760
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

תגובהדורך נו גוט נו שוין » מוצ"ש דעצמבער 01, 2018 11:50 pm

סאו וואט? פארוואס האט יעקב געשיקט פארן גרויסן ברודער אזויפיל מתנות???
מאני טאלק'ס.......פון דארט קומט דאס ווארט
נו גוט נו שוין זאל זיין אזוי
אז ס'גייט נישט ווי מ'וויל, וויל מען ווי ס'גייט

בבל
שר האלף
תגובות: 1792
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 25, 2016 4:34 pm
לאקאציע: הייליגע שטעטל

תגובהדורך בבל » זונטאג נובעמבער 24, 2019 10:01 am

פון די אשכול עס ברענט א פייער פון האס

Kosher Travel האט געשריבן:איך נישט וואס מוסף צו זיין, צו אלעס וואס איך האב שוין געשריבן מערערע מאהל. אבער איך קען מיך דאך נישט איינהאלטן.

- הלכה הוא בידוע איז alive and strong. מען האט אונז פיינט, פשוט ווייל מיהר זענען אידן. דער גוי האט פיינט דער איד, דער פרייער איד האט פריינט דעהם ארטאדאקס, און דער מאדערען ארטאדאקס (נישט אלע ח"ו), האלטן די חדרדים און חסידים פאר צירוקגעבליבן. וואס קענען מיהר טוהן? דאווענען, און האבן אהבת ישראל. גענוג וואס מען האט אונז פיינט פון אינדרוסען. טייערע אידן, לאמיהר ארויסווייזן אהבת ישראל. פאר איעדן איד. און אוואדאי פאר די צובראכענע אידן וואס דרייען זיך צווישן זיך.

- פיהר זיך אויף נארמאל! ניין, איהר דארפט נישט אויפהערן טוהן נארמאלע זאכן, ווייל וואס וועט דער גוי זאגן. איהר מעגט האבן מער ווי צוויי קינדער, א דאגי מיט א קעצי. אבער מעשוגענע זאכן דארף מען נישט טוהן!!! ווען דער גוי האלט דיהר אפן די טיהר אין פאלעסעיד מאלס, זאג איהם ישר כח! יא, זאג ארויס, מיטן מויל, הויעך און העפליך, מיט א שמייכל, Thank You!. טראכט נישט דאן, בשבילי נברא העולם והם לא נברא אלא לשמשיני... קוק וויאזוי גדולי ישראל האבן זיך אויפגעפיהרט! עס איז באקאנט אז הרב גרינוואלד, וואס לעבט אין תורה, ווען ער האט געוואינט אין א אפראטמענט בילדינג אין ווילאמסבורג, האט ער געהאלטן די עלעוועיטער טיהר ווען א מאמע מיט א קערידזש איז געקומען, און ער האט געגעבן א שאקל מיטן קאפ. א מוסטער פון א איד וואס האט זיך געהיטן די אויגן, און אין דער זעלבער צייט געהאט אהבת ישראל מיט גמילות חסד!

- מאך א קידוש השם ווי איהר גייט! צו דאס איז אין שפיטאל, צו דאס איז אין מאל, צי אין מאטאר וויקעל. סקיפ נישט די ליין! איי דער גוי טוט עס אויך? דער גוי האט נישט קיין אחריות פון כל ישראל ערבים זה לזה!

איך האב געהאט אסאך צו טוהן מיט נישט אידן, און ב"ה, איך קען זאגן אז איך האב געמאכט א קידוש השם! מער ווי איין מאהל, האט מען געזאגט פאר מיין ווייב מיט מיהר, "מיהר האבן נישט געוויסט אז די חסידים זענען פלעינע נארמאלע, און נאך זייער גיטע מענטשען". איך רעדט דא פון א judge, court officers, social workers, ועוד, ועוד. מאך זיכער, אז ווען איהר האט שוין יא אן אפיר מיט נישט אידן, אז זיי זעהן, אז די אלע סאושעל מידיע וואס פיטערן זיי, איז ליגענט, און נישט ח"ו, אז זיי זאלן זעהן אז עס איז אמת.

לעבט באשיידן. מען איז דאך אין גלות. רייס נישט אויף די אויגן.

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:15 am

זאג דיין ווייב זאל נישט אין יעדע געשעפט ווי זי גייט איינקויפן ארומצוגיין פרעגן יעדן אינו יהודי וואס זי טרעפט אן you work here????

דרייוו נארמאל.

רעד צום באנק טעלער אדער דאקטער רעסעפשאניסט ווי גלייך יענער איז א ביזנעס עקזעקעטיוו.
מיטל-קלאס רעפרעזענטעטיוו.

אוועטאר
זזה
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 18, 2017 12:04 pm

תגובהדורך זזה » זונטאג נובעמבער 24, 2019 11:25 am

בבל האט געשריבן:יעדער גוטע אדער שלעכטע זאך וואס אונז טוען קען/האט האט א אפעקט אויף די יהדות החרידות
ווען די דרייסט זיך למשל צווישן ספאנישע גויים אין זיי פירן זיך אויף נישט שיין /נארמאל. טראכט'סטו אז אלע מעקסיקאנער זענען שלעכט מן־הסתם גייען זיי נישט אין סקול אדער נישט קיין גוטע חינוך הגם זיי פארטרעטן נישט אלע ספאנישע גויים די זעלבע פארקערט ביי די נעקסטע ארבעט האסטו גוטע עקספיריענס מיט א אנדערע גרופ מעקסיקאנער זיי גריסן דיך שיין העלפן דיך באדאנקען דיךוועסטו צוביסלעך טושן דיין מיינונג. די זעלבע ביי שחורים וכדומה
ווען אינץ גייען אין גאס מיט די חסידישע קליידונג באמערקט מען אינץ פון א מייל ווייט
די גוי וואס די ברעיןוואשט זיין מיינונג איבער אינץ מיט גוטן אדער ח''וו פארקערט קען זיין א דזשורי/ דיסטריקט אטערני /אין א מאכטפולע גאוורמענט פאזיציע די גוי וואס די האסט זיך אריינגעכאפט אין זיין לעין נאכן שטיין 5 מניט פארן עקזיט אין די אנדערע גויים וואס זעהן עס קען זיין א צייטונג שרייבער אדער סתם א אינטערנעט שרייבער אדער איינער וואס האט א שטארקע השפעה אויף זיינע חברים אדער סתם א וואטער וואס קען זיכן א העצערישע גרופע זיך צו צוקלעבן
אנשטאט זאגן אז די עסקנים טיען נישט גיט זיי כאטש די וואס טיט אין דיין פריוואטע לעבן
לאז אריין א גוי אין דיין ליין
באדאנקט זיך ווען ער העלפט דיך
וכדומה
פארביר וויפל די קענסט עם צי העלפן אין די האסט די זכיה צי מאכן א קידוש השם
ניץ די 5 שו''ע צי טוישן זייערע מיינונג לטובתינו
ביים גיין שאפונג . ביים זוכן פארקונג.
ביים גייען חוה''מ האלטן
פורים
טריי נישט צוריקצוגעבן ריטערנס נאר באין ברירה אין אנטשולדיגט זיך
אויב ח''וו די האסט שוין אויפגערעגט /געטאן א אומרעכט א גוי בעט אים איבער

אויפן עראפלאן אסאך גויים זעהן בהקוץ די ערשטע מאל א יוד. פאר שחרית האב אנזעניש ער מעג אויך ניצן די פרווייטע שטיבל . פרעג א דיין פארדעם וואס צי טיען אויב מען געט דיך א נישט גוטע סיט 400 פאר אויגן קיקן אויף דיר אויב מען הייבט זיך שפעטער. ביים זיך וואשן. ביים אנטיען די טלית. די סטוערט 'ס וועלן זיך אנהאלטן אבער די נעקסטע פלייט א חסידישער משפחה וועט פליען אין בעטן עפעס וועט ער אויסגיסן די גאנצע כעס אויף זיי. טו נישט א מצוה הבא בעבירה
ביים גיין צי שטאטישע אפיסעס
וכ

די נעבעך גוי וואס ארבעט מיט דיר וואס גייט קיינמאל נישט זיין פרעזידענט. זיין זין קען יארן ארום וואטן/ העצן/ fbi /דזשורי/ דזארדש /אנפלוס אויף מענטשן /רעפארטער /ערוועלט ווערן / וכדומה /אין אפילו ווערן פרעזידענט אין לך אדם שאין לו שעה די אדער דיינע קינדער שכנים קרובים ידידום קענען בענעפיטן וואס די האסט איינגעפלאנצט
זאג נישט אז זיי האבן אינץ עניוועי פיינט הלכה בידיע שעשו שונא ממילא מעג איך זיי שטוסן אין שפייען. אויף די עסקנים זאגסטו אז זיי מאכן א חילול השם אין ווען עס קומט צו דיר נעמסטו אפיר די הלכה בידוע . ביסט אין גלות % 80 צי100% קענסטו טושן זיין מיינונג צי ווערן מחסידי אומות העולם
דיינע מעשים האט א וועליא פון 50 1000$ $ אין אפילו איבער א מיליאן. אויף געזעצן /טובת פאר אנדערע יודן /קארט קעיסעס / גזירות ח''וו /אדער סתם ווייניגער אנטיסעמיטן קיק אויף גאווענער פאטאקי א יוד האט אים געטיען א טובה עד היום האט מען נאך הנאה פון דעם להבדיל עד דעי פון ראקלענד קאנטי איך בין זיכער אז א יוד האט אים פיין מסדר געווען ליידער די וועליא ליידער איז אין די מיליאנען ווי אויך אלע וואטערס אין דעמאקראטיע זענען א חלק פון די גאוורמענט א אוהב ישראל קען נישט טיען אסאך אויב די וואטערס זענען אנגעהעצט אינץ דארפן כסדר צוקומען צי זייערע חסדים זיי זענען בעל בחירה אין די קענסט מיט דיין בחירה זיי דרייען זייער בחירה
( אויב איינער קען בעסער מסדר זיין /מוסף זיין /אראפלייגן די ארטיקל זאל ער עס אראפשרייבן אין איך וועל עס בעז''ה פעסטן דא )


א גרויסע יישר כוח פארן העלפן /אינוועסטירן אין/כלל ישראל

wow agree 100 %
ווען דו קויפסט
אין any major store דורך די לינק
שפארסטו  אפאר פראצענט בחינם



https://www.my-bestgift.com

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1269
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג נובעמבער 24, 2019 12:19 pm

[quote="ר' יום טוב"]זאג דיין ווייב זאל נישט אין יעדע געשעפט ווי זי גייט איינקויפן ארומצוגיין פרעגן יעדן אינו יהודי וואס זי טרעפט אן you work here????

אה סאיז געווען דיין ווייב וואס האט מיך געפרעגט אין גראסערי צו איך ארבעט ווייל איך בין געווען אן די הוט און רעקל?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], מטעמים און 15 געסט