עטעטוד!!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1687
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 11:58 pm

א דאנק פאר דעם הערליכן באשרייבונג, גאר א וויכטיגע נושא און זייער שיין אפגעשריבן!

די דאזיגע נושא איז פון די מצוות (אדער עבירות) קלות שאדם דש בעקביו, מיט וואס מ'קען מיט א קליינעם ריר אויפטוען גדולות ונצורות, אדער חלילה פארקערט באגראבן א מענטשנ'ס גאנצע חיות.

דער אמת איז אז קיינער וויל נישט זיין שלעכט, נאר מענטשן זענען פשוט נישט גענוג באוואוסטזיניג וואספארא כח עס ליגט ביי זיי אין די הענט מיט איין קליינעם שמייכעל אדער גוט ווארט, וואס קאסט נישט גארנישט, און ווען מ'נעמט עס אינאכט וואלטן פיל מער מענטשן אכטונג געגעבן דערויף צו געבן אלעמאל נאר גוטע עדיטוט פאר אנדערע.

און דאס איז עפעס וואס דער באשרייבונג ברענגט זייער גוט ארויס, ומי יתן והי' אז ס'זאל אנקומען צו גענוג אידישע אויגן וואס זאלן עס זעהן און דערהערן.

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 12:08 am

פיינע נייעס, דיין פוינט מיט ארץ ישראל איז אייזן! די פראבלעם איז נאר אז די מענטשן וואס לייגן עטיטוד קומען אויך אהן דארט כדי קיינער זאל נישט צוריק לייגן קיין עטיטוד אויף זיי און דאס נעמט אוועק די גאנצע געשמאק פון א ל"ג בעומר רייזע לדוגמא...

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:12 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:שכח פארן פידיעפטן
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 2:15 am

וועלקאם הרב טשולנט קודם א יישר כוח פארן נעמען די מיה און זיך איינשרייבן, דיין שפראך איז געוואלדיג,
איך מיז דיר זאגן האסט זייער גוט ארויסגעברענגט די עטעטוד פוינט.

עס האט מיר פארציילט א חבר מיינע אז ער איז ארימגעגאנגן מיט א איד פין א״י א גרויסער ת״ח נאך געלט אין וויליאמסבורג איין מוצאי שבת קלינגט אים אן דער איד און ער זאגט אים אז ער איז געוואויר געווארן אז א גרויסער עושר וואס וואוינט נישט אין וויליאמסבורג איז יעצ דא און אפשר איז כדי אז אזוי ווי ער פארט שוין מארגן אהיים זאל מען פראבירן ארויף צו גיין צו יענעם עושר נאך געלט,
יא טאקע לאמיר פראבירן האט אים מיין חבר גענטפערט.

זיי זענען טאקע ארויפגעגאנגן צו דעם עושר , זיי קלאפן אן אויפן טיר דער עושר עפענט אויף און דער איד פאנגט אים אן צו זאגן אז ער מאכט חתונה די יאר דעם דריטן קינד און פליצלינג האט זיך דער עושר אויפגעריסן און זיך גענימען שרייען מיט א גראבע שטומע איך בין יעצט אויף וואקאציע דארף איך אויך דא אנטרעפן שנארערס גייט׳ס ענק צו אלע רוחות איך וויל ענק נישט זעהן פאר מיינע אויגן.

דער איד האט זיך נישט פארלוירן און ער גיבט אים א זאג פארן עושר איר ווייסט אז ווען איך גיי ארויפקומען אויף יענע וועלט גיי איך קומען מיט אנגעפילטע באגאזשן מיט ביזיונות און דער כבוד דארטן גייט זיין געוואלדיג אבער ווען איר גייט ארויפקומען אויף יענע וועלט גייט איר קומען מיט אנגעפילטע באגאזשן פון כבוד און די ביזיונות דארטן גייען זיין געוואלדיג.
יעצט האב מיר א גוטע וואך.
זיי האבן זיך אויסגעדרייט און ארויסגעגאנגן.

די נעקסטע צופרי באקומט מיין חבר א טעלעפאן קאל און אויף די אנדערע זייט איז געווען נישט מער נישט ווייניגער ווי דער גרויסער עושר און ער זאגט אים קום שוין אריבער מיט דעם איד כהאב גרייט א טשעק,

זיי זענען אריבער געגאנגן צו דעם עושר און דער עושר גיבט זיי א טשעק פון צען אלפים! און ער האט זיך געבעטן ביי דעם איד אז ער זאל אים מוחל זיין, האט אים דער איד געזאגט מיט קוראזש איך בין דיר מוחל מיט איין תנאי אז דו זאגסט מיר צו אז מער וועט אזא זאך נישט פאסירן,
דער עושר האט טאקע צו געזאגט און דער איד האט אים מוחל געווען.

וואס איך וויל ארויסברענגן איז אז מיט אביסל קוראזש קען מען די אלע עטעטוד חברה שטעלן אין פלאץ נישט קיין חילוק צו ער איז א גבאי אין בית המדרש צו א עושר אדער גאר א פרישער אינגערמאן.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 3:27 am

שכח ר' זארג נישט, כ'האב הנאה געהאט, א פיינע מעשה

אבער נישט יעדער האט די קאנפידענטס, כ'מיין אז א גרויס חלק וואס דארף ציקומען צי יענעם, פילט אזוי אויך אביסל א לעוועל אראפ.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

אוועטאר
שמחת עולם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 31, 2013 7:35 am

תגובהדורך שמחת עולם » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 4:57 am

די טשאלענט ראָט אין די גאסט...

א דאנק אייך פאר די ריכטיגע ווערטער אזוי געשמאק ארויסגעברענגט.
פאר די אלע וואס האבן ליב דעם פסוק
"הוכח תוכיח את עמיתך"

זאלן אויך געדענקן דעם פסוק
"בצדק תשפוט עמיתך"

אוועטאר
עירמאנט'ער
שר האלף
תגובות: 1136
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 16, 2014 11:51 pm

תגובהדורך עירמאנט'ער » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 6:58 am

ועל כולם האט אים אפגעווארט אינדערהיים א מילכיגע סאפער

חחחחחח



א פיינעם געשמאקען פעדער

ישר כח פארן זיך איינשרייבן און פארן אפשרייבן

מען זעהט דאס איז דברים היוצאים מן הלב
ימים ידברו - די טעג וועלן רעדן
מה נענה אנן אבתרייהו

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 8:05 am

קודם כל @טשאלענט שלום עליכם, אזאנס ארטיקל איז טאקע א זאפטיגע טשאלענט... גאר שיין ארויסגעברענגט אן אמתע עניין.

פאר @נודה לך, שכוח פארן פידיעפן.

און @זארג נישט, א פיינע מעשה דאס, שכוח.

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך שלעפשיץ » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 8:28 am

אוי ווי זאגסטו גוט - א שטארקע נקודה
זייער שטארק
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 10:09 am

שוין פאראכטן!
יישר כח נודה פארן pdf 'נודה לך'...
און יישר כח פאר יעדער וואס האט מגיב געווען
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

משגיח תמידי
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:45 pm

תגובהדורך משגיח תמידי » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:40 am

יישר כח פאר מיך אויפמאכן די אויגן

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:26 pm

ייש"כ טשולענט פארן ארויפברענגען די זייער א וויכטיגע נושא און עס אזוי שיין אראפלייגן !
---------
איך וויל נאר צולייגן א נקודה בנוגע די א"י אידן וואס קומען אהער נאך געלט, מ'הערט כסדר נאך אז די א"י אידן רעדן אפ אז מענטשן גיבן נישט אדער מ'גיט נאר קוואדערס וכו', וויל איך נאר אז מ'זאל פארשטיין די אנדערע זייט ,

רוב אידן אין אמעריקא ארבעטן ביטער שווער פאר'ן דאלער און רוב מאל קומט מען קוים אויס מיטן טאג און אסאך מאל בלייבט מען מיט אפילו מיט א דעפיציט, און ס'איז פאר די אידן פשוט נישט מעגליך צו געבן צופיל צדקה אדער גאר קענען זיי בכלל נישט געבן, ס'קומט נישט פון קיין שלעכטקייט חלילה אדרבה יעדער וויל געבן א שיינעם סכום נאר פשוט מ'קען זיך עס נישט ערלויבן און ווען איינער קען נאר געבן א קוואדער פאר אן א"י איד איז עס אים א בושה און פארשטייט זיך אז די בושה איז סך גרעסער ווען ער מוז ליידער ווייזן אז ער האט נישט, אזוי ווייט אז ער שעמט זיך אויפצוהייבן זיין קאפ ער גיט אזא ווייז מיט די הענט אז ער האט נישט און ס'קוקט אויס ווי ער געט דעם איד אן עטיטוד,

כנלפע"ד, והשי"ת יעזור שיהיה לכל אחד פרנסה בהרחבה גדולה ולא יצטרכו זה לזה.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:39 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:איך וויל נאר צולייגן א נקודה ................
וויל איך נאר אז מ'זאל פארשטיין די אנדערע זייט ,

............ און ס'איז פאר די אידן פשוט נישט מעגליך צו געבן צופיל צדקה אדער גאר קענען זיי בכלל נישט געבן, ................. ..

ס'איז נישט אלעמאל וויפיל מ'גיט, גאר אסאך מאל איז וויאזוי מ'נעמט אויף יענעם.
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:42 pm

נו דאס ברענג איך דאך ארויס אז פשוט ער שעמט זיך , קען זיין אז ער דארף זיך נישט שעמען אבער דאס איז די מציאות.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 1:49 pm

טריסקער האט געשריבן:קודם כל @טשאלענט שלום עליכם, אזאנס ארטיקל איז טאקע א זאפטיגע טשאלענט... גאר שיין ארויסגעברענגט אן אמתע עניין.

פאר @נודה לך, שכוח פארן פידיעפן.

און @זארג נישט, א פיינע מעשה דאס, שכוח.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 2:07 pm

יאנקעלע קליגער האט געשריבן:ייש"כ טשולענט פארן ארויפברענגען די זייער א וויכטיגע נושא און עס אזוי שיין אראפלייגן !
---------
איך וויל נאר צולייגן א נקודה בנוגע די א"י אידן וואס קומען אהער נאך געלט, מ'הערט כסדר נאך אז די א"י אידן רעדן אפ אז מענטשן גיבן נישט אדער מ'גיט נאר קוואדערס וכו', וויל איך נאר אז מ'זאל פארשטיין די אנדערע זייט ,

רוב אידן אין אמעריקא ארבעטן ביטער שווער פאר'ן דאלער און רוב מאל קומט מען קוים אויס מיטן טאג און אסאך מאל בלייבט מען מיט אפילו מיט א דעפיציט, און ס'איז פאר די אידן פשוט נישט מעגליך צו געבן צופיל צדקה אדער גאר קענען זיי בכלל נישט געבן, ס'קומט נישט פון קיין שלעכטקייט חלילה אדרבה יעדער וויל געבן א שיינעם סכום נאר פשוט מ'קען זיך עס נישט ערלויבן און ווען איינער קען נאר געבן א קוואדער פאר אן א"י איד איז עס אים א בושה און פארשטייט זיך אז די בושה איז סך גרעסער ווען ער מוז ליידער ווייזן אז ער האט נישט, אזוי ווייט אז ער שעמט זיך אויפצוהייבן זיין קאפ ער גיט אזא ווייז מיט די הענט אז ער האט נישט און ס'קוקט אויס ווי ער געט דעם איד אן עטיטוד,

כנלפע"ד, והשי"ת יעזור שיהיה לכל אחד פרנסה בהרחבה גדולה ולא יצטרכו זה לזה.

אמן!
און דאס טאקע האב איך ארויס געברענגט, אז פארן א"י איד איז אסאך מער ווערד די קוואדער מיט א שמייכעל ווי דער 20'גער מיט עטיטוד.

אגב איך זעה אז מענטשן האבן נישט אזוי פונקטליך פארשטאנען וואס איך מיין ארויסצוברענגען, איך זיך נישט אראפ צורייסן נאר צו עפענען די אויגען אז דער עולם זאל פארשטיין און אפגעבן כבוד איינער פאר'ן צווייטן, אפגעזעהן אויף וועלכע ברענטשעס ער קלאטשט, אדער וועלכע בוטשער ער קויפט וכו' וכו', עס מעג אפילו זיין א מיינונגס פארשידענהייט, אבער מיר זענען אלע בני ק-ל חי און מיר אע האבן נאר איין ציהל, צו מקדש זיין שמו יתברך בעולם דורך מצות ומעשים טובים און דער עיקר בביאת משיח צדקנו במהרה בימינו.

מיר האלטן שוין אט אט דארטן לאמיר עס נישט פארפאטשקענען די לעצטע מינוט
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2423
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 5:27 pm

געקאכט א טשאלענט, אבער א פעפרדיגע...

אוי ווי גערעכט, א אמת'ע און שטארקע נקודה וואס דארף כסדר ווערן געהאלטן פאר די אויגן
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
בעילוםשם
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 11, 2015 8:49 pm

תגובהדורך בעילוםשם » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 8:31 pm

וויכטיגע ריכטיגע נקודה, שיין ארויסגעברענגט.

מיר דארפן זיך מתבונן און פארשטיין יענעמס מצב, און נזהר זיין בכבודם כראוי.

געדענקט, אז די ארץ ישראל'דיגע אידן וואס זענען דא נע ונד און וואלגערן זיך ארום צו שאפן די פאר טאלער, זענען געווענליך אינדערהיים בעל הבית'ישע אנגעזעענע מכובד'יגע/נגיד'ישע אדער תלמידי=חכמים/עובדי ה'/מרביצי-תורה אידן, וואס דא ווערט ער פלוצלינג פארוואנדעלט אין א "שנארער"....

לעומת זה, איז אויך ריכטיג אז די מיעוטי-היכולת צווישן אמעריקאנער אידן זענען אמאל נאך גרעסער רחמנות'ער ווען מיר זענען אויך געדרוקט און מיר האבן נישט די ברירה פון ארויספארן קיין אמעריקע וכדומה.

אבער דאס גיבט נישט קיין רעכט צו מזלזל זיין בכבודן, ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט איז דא גילטיג דער "המפייסו בי"א ברכות".

שטרענגט אייך אן כפי היכולת, און גיט עס מיט א שמייכל, מיט אן אנטשולדיגונג אז איר וואלט גערן געגעבן מער א.א.וו.

הגה: וכן אני נוהג. מ'גיבט די נתינה בסבר פנים יפות, מ'לייגט צו א גוט ווארט, מ'אפפער א טרינק וכדומה.


הוספה:
און דאס זעלבע גייט אוודאי אן בכלליות ביי יעדן אידן - נישט נאר ביי א"י אידן, מיר דארפן ארבייטן אין די טעג צו נוהג כבוד זיין זה לזה, און נישט אראפקוקן און דן זיין יענעם כסדר - נאר דן זיין לכף זכות, מיט א גוט ווארט, א שמייכל, א גרוסן, קען מען צומאל האבן אומגלויבליכע פאזיטיווע השפעה אויף יענעם, וואס קען ממש מהפך זיין יענעמס לעבן מיט אן ערענסטע שינוי לטובה.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3817
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 9:46 pm

ר' טשולענט,

מיט'ן עיקר נקודה פונ'ם אשכול, מען זאל זיין זהיר בכבוד חברים והוי מקבל את כל אדם בסבר פנים יפות, זענט איהר כשר גערעכט א דאנק אייך פאר עס ארויסברענגען אזוי שיין און קלאר.


איך בין אבער חולק מיט געם וואס איהר האט געשריבען - און וואס איז ארויסגעקומען שפעטער פון אנדערע תגובות - אז עס איז א גרעסערע פראבלעם לעצטענס אדער אין אמעריקא.

דער אמת איז אז עס איז אלץ און איבעראל געוועהן פארהאנען מענטשען וואס זענען געוועהן לקוי אין די אויבערדערמאנטע מדה. בעצם איז דאס א זאך וואס יעדער דארף ארבעטען דערויף, נאר ווי ביי אלע מדות, איז איינער מער אויסגעהאלטען אין איין נקודה און א צווייטע אין אן אנדערע נקודה. אפילו אין די משלים וואס דו ברענגסט אלץ פון שליחי מצוה, זענען פארהאנען גענוג און נאך מעשות פארקערט, ווי זיי האבען געגעבען 'עטיטיוד' פאר בעלי בתים (און אפטמאל זענען טאקע זיי שולדיג אין דעם וואס שפעטער זענען בעלי בתים אומגעדולדיג מיט אנדערע).

טא למעשה, מיט'ן עצם נקודה אז מען דארף זיין גוט און בענוה צו יעדעם לית מאן דפליג, אבער צו זאגען כאילו עס איז א פראבלעם בלויז אדער בעיקר ביי איין טייל ציבור איז אומריכטיג.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
דער פאני מענטש
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » מיטוואך אוגוסט 10, 2016 11:16 pm

hi class האט געשריבן:זייער א גוטע נקודה,

טשאלענט האט געשריבן:ווען ער איז אים געגאנגען פרעגן צו ער מעג אויסקלאפן ביי די מנינים כתקנת ביהמ"ד האט ער אים אנגעקוקט מיט א בייזע בליק און אים געזאגט אז א צווייטע 'שנארער' האט שוין געבעטן דעם היינטיגן טאג און חוץ פון דעם איז נישט שיין צו באלעסטיגן די מתפללים...


פאר איינער וואס קומט ארויס די ערשטע מאל און קען נאך נישט די הלוך ילך איז עס זייער שווער, געווענליך די אלע וואס קלאפן אויס קומען שוין ארויס מערערע מאל און באשטעלן זייערע אפויטמענטס נאך פון דארט אפילו א האלב יאר בעפאר צוליב וואס צרכי עמך מרובים,
אגב האב איך אמאל געהערט פון א גרויסע עסקן אז די תקנה איז לתועלת סיי פאר די מתפללים, און נאך מער פאר די געלט גייערס אפילו אויף די מינוט קוקט עס אויס ווי אן עקספענס אבער דעס אז ער ווייסט אז היינט איז זיין טאג גיט אים אן הרחבת הדעת און דאס אליין טוט אים הייבן זיין עטוטוד צו גיין נאך געלט ווייל ער גייט היינט מצליח זיין

אשר ע"כ החכם עיניו בראשו איר ווילט גיין פאר א אויסערארנדליכע צוועק וואס איר האלט אז דער גבאי וועט אייך געבן רשות אויסצוקלאפן, רופט אן דעם גבאי'ן מינימום 24 שעה בעפאר בעסער כאטש א וואך פריער און אוודאי נישט יענעם אינדערפרי אדער א נאכט בעפאר, געווענליך וועט דער גבאי דיר אפילו נישט קענען ענטפערן דעמאלסט


איך האף אז ער האלט זיך נישט פאר hi class

נ.ב. א גרויסע שכח פאר טשאלענט

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2134
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 10:21 am

אן אינטרעסאנטע עפיזאד!

איך בין היינט צופרי געזיצן אין מקוה (נישט אין שויער ח"ו) ווען א איד האט אריין שפאמירט און באגריסט זיין חבר מיט א פרייליכע גוט מארגן, ווען זיין חבר האט אים צוריק געבורטשעט א גוט מארגן אונטער די נאז האט ער זיך אנגערופן 'איך האב פונקט געליינט איבער די נושא פון עטעטוד, וויאזוי א ירושלמי איז חרוב געגאנגען וכו'.

איך בין כמעט רויט געווארן און עס איז שיעור צוגעקומען צו גילוי...
טשאלענט גמ"ח
דער באשעפער איז נאנט צו דיר
פונקט ווי ער איז נאנט צו מיר
דו ביסט געשעצט און אזוי באליבט ביי אים.
אונז האמיר א טאטע איין
נו שריי'זשע דו אליין
דארפסט מיך נישט האבן פאר דעם.

דו בעט און בעט ווייל דער טאטע הערט דיך אויס
(קרעדיט: מיכאל)

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 11:54 am

אהה !! דו ביסט עס געווען דארט אין מקוה .... :lol:

א גרויסן יישר כח פארן ארויפברענגן אזא וויכטיגע נושא, לאמיר האפן זיך צו פארבעסערען און אויפנעמען יעדן יוד שטענדיג בספ"י
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1143
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 12:00 pm

טשאלענט האט געשריבן:אן אינטרעסאנטע עפיזאד!

איך בין היינט צופרי געזיצן אין מקוה (נישט אין שויער ח"ו)

להערה בעלמא
אין מקוה מעג מען אויך נישט זיצן, מ'מעג זיך טובל'ן
--
אריין אין ידיעות התורה

חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1201
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

תגובהדורך חלהדעקל » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 12:05 pm

דרךהמלך האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:אן אינטרעסאנטע עפיזאד!

איך בין היינט צופרי געזיצן אין מקוה (נישט אין שויער ח"ו)

להערה בעלמא
אין מקוה מעג מען אויך נישט זיצן, מ'מעג זיך טובל'ן
--
אריין אין ידיעות התורה


אפשר געזיצן אויפן באנק ביים זיך אנטוהן, אין בור דאכט זיך איז נאך דערווייל נישטא קיין בענקלעך,

אגב דעי מעשה איז שוין די סאור פיקעל צו די טשולענט,,
1 + 1 = חלה דעקל...

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2193
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג אוגוסט 11, 2016 12:59 pm

איך האב גראדע באמערקט ווי די האסט דיך עפעס זייער געיאגט ארויסצוגיין פון מקוה
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט