נעשענעל הוטן פליען טאג‎

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

נעשענעל הוטן פליען טאג‎

תגובהדורך שנאפס » דינסטאג מארטש 29, 2016 10:42 am

ביי א פרעס קאנפערענס נעכטן נאכט מיט גאווערנאר פאטאקי און סטעיט סענעטאר עריק עדעמס איז אויסגערופן געווארן היינט די נעשענעל הוטן פליען טאג, און זיי האבן געווארנט אז ס'קען געשען א צונאמי‏ פון הוטן

לכבוד דעם געהויבענעם טאג האט מען נעכטן נאכט און היינט צופרי געזען צענדליגער הוטן פליען אין די לופטן אפצוצייכענען דעם היסטארישן טאג

די טראק דרייווערס טוען אויך סעלעברעיטן דעם טאג דורך אריבערפארן אויף די הוטן וואס ליגן אויפן ראוד און ווערן נאכגעלאפן דורך די ציושעטע מאסן' "עס איז געווען אינקרעדיבל"‏ זאגט א טראק דרייווער וואס האט געבעטן נישט צו ווערן אידענטיפיצירט, "איך בין געפארן אויפן בי קיו אי און דער הוט איז מיר געקומען אונטער די רעדלעך ממש ווי געוואונטשן," דער טראק דרייווער איז נחשד צו זיין א מיטגליד אין די 'הוט איז טו דעם היי' פארטיי

א ווארטזאגער פון די קרויס הוט געשעפט גיבט איבער אז זיי ערווארטן היינט א פלייץ פון קאסטומערס, און זיי שטעלן צו נאך א לאקאציע ביי די מצה בעקערי וואו מ'וועט קענען גיין בלאזן די הוטן

ריפארטינג לייוו ליע קארנער ראדני, שנאפס פאר קנ"א
kraitchmah עט גימעיל

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3257
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » דינסטאג מארטש 29, 2016 10:54 am

חחחח!! פיין!!
אזאנס צובלאזן??

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דינסטאג מארטש 29, 2016 10:56 am

ווען איך ווייס ווען אז עס איז נעשינעל הוט פליען טאג וואלט איך ווען נישט געדארפט רויט ווערן נעכטן ביים נאכלויפן מיין הוט...


חחחחחחח, גוטע ארטיקל!!!

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » דינסטאג מארטש 29, 2016 10:57 am

שיגענע מענטשן... און אויב וויל איך נישט אנטיילנעמען אין דעם נהפ"ט ברויך מען וועגן דעם שיסן מיין הוט מיט כח??
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג מארטש 29, 2016 10:57 am

אוי ווי געבלאזן.... ביי מיר אבער איז די הכנה צום גרויסען טאג גרעסער ווי די טאג אליינס... מיין היו איז שוין נעכטן געפלויגן... היינט האב איך עס דערווייל פארמיטן, ב״ה.
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מארטש 29, 2016 11:14 am

דאס קומט ענק אלע אלס אן עונש פאר'ן נישט גיין מיט א קוטשמע, ביינוז איז מען געגאנגען דערמיט ביז שריפת חמץ...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3115
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

תגובהדורך שמאטע » דינסטאג מארטש 29, 2016 11:48 am

@KolHaolam: lalaland: An hours-long standoff ends with squashing of a hatjacker who diverted on fresh air from a teenagers head on the way from Cairo shull to Cyprus Grocery, and took hatstages.

This is @real_shmate reporting live on Forkosh cor. Buchinger.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

אוועטאר
פאפקארן
שר מאה
תגובות: 125
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 25, 2011 4:00 pm

תגובהדורך פאפקארן » דינסטאג מארטש 29, 2016 4:13 pm

דאס הייסט אין יודיש
"היט" ענד ראן------------

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג מארטש 29, 2016 4:54 pm

שאלה: מעג מען האלטן די הוט אין די האנט אין אזא טאג?
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

נודה לך
שר האלפיים
תגובות: 2820
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2015 5:47 pm
לאקאציע: אינעם אויבערשטענס הענט

תגובהדורך נודה לך » דינסטאג מארטש 29, 2016 4:57 pm

אויסגערעכנט האט געשריבן:אוי ווי געבלאזן.... ביי מיר אבער איז די הכנה צום גרויסען טאג גרעסער ווי די טאג אליינס... מיין היו איז שוין נעכטן געפלויגן... היינט האב איך עס דערווייל פארמיטן, ב״ה.

דאס מיינט אויסגערעכענט!!
איך דאנק און לויב השי"ת אויף די גרויסע חסדים וואס ער טוט מיט מיר יעדע מינוט

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » דינסטאג מארטש 29, 2016 4:59 pm

שנאפס! ;l;p-

ווען גייט זיין נעשענעל גארבעדז-קען פליען טאג?
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5925
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דינסטאג מארטש 29, 2016 10:10 pm

נודה לך האט געשריבן:שאלה: מעג מען האלטן די הוט אין די האנט אין אזא טאג?



קוקט אויס דו וואוינסט אין וויליאמסבורג....

(א ביטער געלעכטער)
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
ויתן לך
שר האלפיים
תגובות: 2241
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 03, 2011 4:35 pm
לאקאציע: ביים סידור'ל פאר הבדלה

תגובהדורך ויתן לך » דינסטאג מארטש 29, 2016 10:42 pm

חאגע אפיציעל געענדיגט
אמונה בטחון גאולה

אט אזוי
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 5:49 pm

תגובהדורך אט אזוי » דינסטאג מארטש 29, 2016 10:58 pm

איך ווייס נישט פארוואס איך ראל פאר געלעכטער ווען איך זעה איינעם נאכלויפן זיין הוט אזש די מילצן פלאצן

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג מארטש 29, 2016 10:59 pm

גארנישט גענדיגט. איך האב געמיינט אז איך האב מיר שוין נעכטן גע׳פטר׳ט, אבער למעשה האט היינט עפעס פאסירט און עס איז מיר בייגעפאלן פיר קשיות.

די ערשטע קשיא איז: זייט ווען קען א היט זיך אויפהייבן און אוועק שפאצירען....

די צווייטע קשיא איז : זייט ווען דארפ די גאדער מיין היט....

די דריטע קשיא איז: ווי אזוי איז מיין געהעריגע שטאפענע היט געווארן אזוי נידריג ווי א פלאטשיגע ביבער היט....

די פערטע קשיא איז: פארוואס בין איך אזוי פארשעמט.....


נאר די תירץ איז עבדים.... נאא... די עכטע תירץ איז אז עס איז געקומען א ווינט..... און אראפגעווארפן מיין היט אויפן ראוד.... און עס איז געקומען א טרעילאר, און עס איבערגעטרעטן מיין היט... און איך גולם האב עס צוריק אנגעטון....יעצט פארשטייסטע מיין קינד???

איין ציגעלע.... איין ציגעלע....

שלושים יום קודם החג....
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג מארטש 29, 2016 11:01 pm

אט אזוי האט געשריבן:איך ווייס נישט פארוואס איך ראל פאר געלעכטער ווען איך זעה איינעם נאכלויפן זיין הוט אזש די מילצן פלאצן

א אונטערסאנטע זאך האב איך אויפגעפאסט אז די היטן ווייסן אז ווען איך לויף עס נאך רעכטס... גייט זי לינקס.... און ווען איך גיי לינקס... לויפט ער רעכטס....
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
שאינו יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5128
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

תגובהדורך שאינו יודע » דינסטאג מארטש 29, 2016 11:21 pm

ווי זענען די עסקנים ?
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!

אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 29, 2016 4:59 pm

תגובהדורך חאצקל פרייליך » דינסטאג מארטש 29, 2016 11:34 pm

האט דאך שוין יענקל מילער געזאגט פאר איינעם וואס האט אים געזאגט ס'איז א קליינע וועלט, זאגט ער כ'האב אויך אזוי געמיינט ביז ווען כ'בין אמאל נאכגעלאפן מיין הוט אויף לי עווניו...

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך מארטש 30, 2016 6:03 am

איך גיי צוריק צום פוילישן דאשיקל...

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 985
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מיטוואך מארטש 30, 2016 11:06 am

SPUSMN האט געשריבן:שנאפס! ;l;p-

יויש איז דאס געווען א טאג! דער האנט טוט מיר שוין וויי פון דאס האלטן אין דער הייעך, האט איר געזען דעם איד מיטן בריעף קעיס אין איין האנט, געהאלטן די היט מיט די צווייטע האנט, דאס בין איך געווען. די סוף פון די מעשה איז געווען אז מיין סעלפון האט זיך דעמאלט צודריזעלט און צו מיין מזל האט איך פינקט געמאכט א כאפטשו און געדארפט א טישו.

ביינאכט האבן מיר געמאכט א זיצונג אלע עסקנים און הויכע מינעסטארן אז מען דארף אויף קומען מיט עפעס א פלאן זאפארט. מיר האבן אדורך געשמועסט פארשידינע פלענער ארויף און אראפ, ענדליך צוויי אזייגער האט זיך די מיטינג געשלאסן מיט א פלאן וואס וועט האפענטליך זיין א חצי ישועה.

hat.jpg
hat.jpg (19.29 KiB) געזעהן 2708 מאל

הוט קרעדיט: אנעים, איך האף עס איז נישט ©
הה"ד עס פעלט אים א שראפל

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » מיטוואך מארטש 30, 2016 11:38 am

דאס איז דאך א פענסי הוט. וויאזוי טוט מען אזאנס מיט א ביבער הוט?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך מארטש 30, 2016 12:30 pm

א נייעם עצה איז זיך אנצוטאן מיטן פלאסטישן געמויזעכטס הנקרא "רעגן מאנטל".
בעסטע אין א שלאקס רעגן ווען אמאל פלעגט מען האלטן אין איין האנט אן אויסגעדרייטן שירעם און אינעם צווייטן האנט די סעלפאון און מיטן האלז דער שאל, נו וואס טוט זיך מיטן הוט - שוין לאנג נישט אויפן קאפ (ווער רעדט נאך פון ארויפשטופן דער גלעזער פונעם שפיץ נאז ממש א קאטאסטראפע...).

ראש העיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:45 am

תגובהדורך ראש העיר » מיטוואך מארטש 30, 2016 12:35 pm

געלאזט מיין הוט אין די אויטא, זיך מוציא געווען מיט קוקן און אבזערווירן די סצענע.
שנהי' לראש ולא לזנב, נישט זיין קיין שוואנץ און נוצן דעם קאפ..

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך מארטש 30, 2016 1:36 pm

כאכא שנאפס..
דאס איז אלעס נאר געווען א הקדמה צו פרייטאג אפריל פאאלס למספ' ווען עס קומט די עיקר נעשאנעל הוטן טאג מיט ווינט גאסט פון 40 מפ"ש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך מארטש 30, 2016 3:42 pm

עריק עדעמס האט שוין זיבן פרעסע קאנפערענסן געסקעזשועלט ביז פרייטאג, אבער ס'מעגליך אז ער וועט באווייזן אריינצושטופן נאך איינס צו קענען אדרעסירן די פרייטאג'דיגע הוטן טאג
kraitchmah עט גימעיל


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 28 געסט