אנטדעקט: די היימישע אניגראם - פנימי

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

אנטדעקט: די היימישע אניגראם - פנימי

תגובהדורך פלטיאל » זונטאג פאברואר 07, 2016 2:59 pm

דער קוטשמיסט

דער קוטשמיסט ווערט ארגינעל גערופן צוליב די שוואנץ-קוטשמע וואס ליגט פראמינענט ארומגעצירט ארום זיינע אויערן, די קוטשמע זיינער שיידט זיך נישט פון אים צו זאל עס זיין אין ביהמ"ד, אינדערהיים צו ביי א שמחה אדער טיי אווענט, שטענדיג הויערט די קוטשמע באפעסטיגט ווי מיט גלא-באקלעפט וואס ענדיגט זיך ארום א פערטל אינטש בעפאר די אויער.

פארהאן קוטשמיסטן וואס וועלן בעפארצוגן די גלאט-האריגע גלאנציגע געוועבעכץ און פארהאן וואס זענען פרא-קראנטשי געשטימט זייענדיג באקליידעט מיט מיט די מיטלאלטער-סטיל פאפקארן-פעטערן קרישקעלעך, עס זענען אויך דא פון די קוטשמיסטן וואס באנוצן זיך מיט די אריינגעבויעטע העכסט טעכנאלאגישע אויערן שיצער וואס איז געמאכט געווארן מיט א ספעציעלע קאסטאם פלאסטישע מאטריאל וואס זאפט איין די היץ פון די ארום און שפייט דאס אויס דירעקט אויפן זוים. די אויערן שיצער איז מייסטערהאפטיג דעזיינט צו באשיצן פון די אויבערשטע האלב אויער ביז אזוי טיף אראפ ווי צווישן איינס-אהאלב און צוויי אינטשעס אונטער לאזנדיג רוב פון די אויער אפן צו די לופטיגע ארום.

געווענליך וועט א קוטשמיסט פארמאגן נאך פיל סייד אפעקטס וואס העלפט אים פולקאם ערגענצן זיין געשטעל פארמאגנדיג עס-עי-עס שיך מיט שטארק פארקניפטע בענדלעך וואס איין עק דערפון ציעט זיך געווענליך אראפ גענוי אונטער זיינע פוס טריט שאפנדיג א קאמישע קאמאדיע סצענע זיך שטרויכלנדיג נאך יעדעס פיפטע טריט, די עס-עי-עס שיך קומט קאסטאם פארמירט אויסגעשטעלט ווי א רונדיגע טעלערל באצייכנט מיט א רייך דעקארירטע ארכיטעקטורעל דיזיין פון טיף איינגעקריצטע שווארצע פינטלעך באגלייט מיט א דיקע שווארצע בארדער, די זוים פונעם שוך באשטייט ביי א באלייפיגע הויכקייט פון ארום פיר ביז פינעף אינטשעס געבנדיג די געשטעל ווי א מיליטעריש-סטיל שטיוול, אפטמאל וועט די ראבער פון אונטן זיך בייגן ביי א שארפקייט פון אכציג דעגרי געוואנדן לויט די פיס אפדרוקן.

ער וועט געווענליך טראגן ווייס-געל-קאלירטע זאקן וואס איז נישט שווער פארן מענטשליכן אויג צו דערשנאפן צוליב וואס דער הויזן זיינע ענדיגט זיך מיט א שארפע פונקטליכקייט א צוויי אינטשעס העכער די שיך לאזנדיג די זאקן צוגעבן צו די רייכע קאמבינאציע.

דער הערינגיסט

דער הערינגיסט איז א אידל וואס טראגט געווענליך א גלאט אפגעשיילטע ביבער הוט וואס שפיגלט אם די פוירפל קאליר ווען עס בייגט זיך צו א געוויסע דעגרי, די בארד זיינע איז פארבינדן מיט א האלב צופליקטע ברוין-געלע ראבער בענד וואס שטעקט ארויס דריי פערטל פונעם בארד צו די פארדערשטע זייט וואס טוט רעפרעזענטירן א 'קנאבל' ועל שמו ווערט גערופן די ברייט בארימטע 'קנאבל בארד', זיין רעקל רעפלעקטירט א מאטע גלאנץ און צוגאב צו סטראטעגישע שמאלץ פלעקן וואס ער פארמאגט אויפן קאלנער.

דער נאמען הערינגיסט שטאמט צוליב וואס א גרויס חלק פון די טיפ ווערן דיאגנאזירט מיט די טרויעריג בארימטע א.ה.ד (אדיקטיוו הערינג דיסארדער) וואס איז כמעט אומהיילבאר לויט פארשידענע ספעציאליסטן, זיי פארמאגן א זעלטן שטארקע גלוסט צו אלע ערליי הערינג אבער ספעציעל די שמאלץ הערינג, ווען עס איז פארהאן א לחיים אין ביהמ"ד זענען זיי ממש ווי היפנאזאטירט, זייער מח ווערט פולקאם אפגעשטעלט און אלעס איז קאנצעטרירט בלויז אויפן שאכטל הערינג, די א.ה.ד סימפטאמען ברענגען ארויף די סלינע אויף די גומען און מאכט דער מענטש פולקאם פאראליזירט מיט א אומהערשבארע רייץ צום שאכטל, ווי נאר דער בעל תפילה ענדיגט עלינו גייט נישט פארביי קיין מילי סעקונדע און זיי זיצן שוין צוגעשמידט צום בענקל אויפרייסנדיג א פעקל 'אייער קיכלעך'.

'שאוול אריין די פישל' – הערט די הייזעריגע געשריי וואס שאלט ארויס ווי נאך א הונגער יאר, מיט גרויזאם-שארפע מאנאוורעס פלאצירן זיי דאס אומשילדיגן פישל אויף א סטאבילע פאזיציע אויפן דאך פונעם קיכל באגלייט מיט א לענגליכן צוויבל פאס און שארן דאס אריין גלייך אינעם האלז אריין וואס ווארט שוין אומגעדילדיג צו אויספירן די הינריכטונג. זיי זענען גאר שטארקע ידענים אין וועלטליכע פאליטיק און פארמאגן א ברייטע וויסנשאפט איבער אויסערן פאליסיס, זיי לאזן הערן זייער שטארקע מיינונג אממערסטנס ביים 'לחיים' טישל ווי עס טוט דיסקוסירט ווערט די לעצטיגע מלחמה אנטוויקלונגען און צו טראמפ וועט יא אדער נישט געווינען די נאמינאציע.

די הערינגיסטן האלטן זיך לאיאל צו א דירעקטע קבלה וואס לויפט אין די משפחה בן אחר בן שוין דורות נאכאנאנד, און דאס איז די אומבויגזאמע שטעלונג אקעגן נעמען סיי וואס פאר א דזשאב, דאס איז פון די קבלות וואס איז בייהרג ועל יעבור און זיי פירן מיט שטאלץ די גאלדענע דינאסטיע ווייטער. זיי זענען בדרך כלל גאר גרויסע עסקנים, זייער נאמען פיגורירט אויף פילע טיי אווענט צעטלעך אין ביהמ"ד – אקעי נישט ממש, נעמליך וויבאלד עס איז נישט עטיש צו ארויסשרייבן די באטרעפנדע נאמען פאר וועם די קאמפיין איז געווידמעט.

דער האלויאיסט

דער האלויאיסט איז א אינגערמאן וואס טראגט א געשניצט שטעכיגע בערדל, קאלט הארטע פיאות וואס איז געווארן איינגעטינקן אומצאליגע מאל אין 'לעמאן דזשוס', א שיף געבויגענע הוט וואס שטייט ווי א הענטשקע אויפן קאפ, שפיציג געבויגענע באנאנע סטיל שיך ארויפגעזיגלט א זילבער-שיינענדע באקל מיט שטאל הארטע קראגן. זיי טראגן מיט זיך מיט א איינגעבויטע העכסט סאפיסטיקירטע אלערט סיסטעם וואס לאזט אוטאמאטיש וויסן פאר די ארומיגע ווען זיי געפינען זיך און די הונדערט פוס רעדיוס, און דאס איז א טיף-ציענד איבלנדע שמעק וואס פארשפרייט זיך אין די לופט צעלן ארום זיי, די שמעק קומט פון א אלטע פערפיום באטל וואס זיי האבן מייסטערהאפטיג ארויסדערווישט פון דאס ווייבס לעדל – פארשטייט זיך נישט האבנדיג די מינדעסטע השגה אז דאס איז א 'לייסאל דיסאינפעקטענט ספרעי' וואס איז געמאכט צו פארטרייבן אינזעקטן.

אין מקווה קומען זיי באוואפנט מיט א ריזן גארבידזש זעקל וואס אנטהאלט א ריזן ארסאנעל אנגעפילט מיט ספרעיס, שאמפוס, זייפן, דיאדערענטס און קריעם וואס דויערט ארום א האלבע שעה זיך צו באקלעפטשען מיט די אלע כעמיקאלן.

דער נאמען 'האלויאיסט' קומט צוליב וואס די מערסט באנוצטע ווארט אין זייער לעקסיסאן איז 'האלוי', האלוי סיז נייעס?, זיי זענען געבענטשט מיט א רייכע פליסיגע אידיש-ענגליש ווערטער בוך, אזעלכע ווערטער ווי 'ליטערלי' און 'אבדזשעקטעוולי' ווערן אריינגעווארפן נאך יעדעס פיפטע פאראגראף צו צייגן זייערע אויסערגעווענליך הויעך וואקעבולערי פארשטאנד.

(בלתי מוגה)
לעצט פאראכטן דורך פלטיאל אום זונטאג פאברואר 07, 2016 5:36 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
שויתי'ניק
שר האלף
תגובות: 1830
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 20, 2011 10:06 am

תגובהדורך שויתי'ניק » זונטאג פאברואר 07, 2016 3:00 pm

פיין פיין... ;l;p-
שויתי השם לנגדי תמיד

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3668
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג פאברואר 07, 2016 3:03 pm

מישע מישע מישענעכנעס אאדער....
האמיר שוין געבענטשט ר"ח און פלטי ברענגט אריין די שמחה, קיעפ עם קאמינג!
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » זונטאג פאברואר 07, 2016 3:09 pm

אוי אוי.. עס טיען וויי די זייטן!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
טרעוולער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

תגובהדורך טרעוולער » זונטאג פאברואר 07, 2016 3:09 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:פיין פיין... ;l;p-

אוועטאר
?אפשרטאקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 26, 2012 6:41 pm

תגובהדורך ?אפשרטאקע » זונטאג פאברואר 07, 2016 3:18 pm

דער פלטיאליסט

ליינט מיט דארשט געשמאקע פלטיאל'ס ארטיקלען, צושמייכלט זיך ביי יעדע דריטע ווארט, און פלאצט אויס ביי יעדע דריטע שורה.

פלטיאל! קיפ איט קאמינג!

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » זונטאג פאברואר 07, 2016 3:23 pm

האלאוי.. א שטיקל הערינג.. איז אויף דיין קוטשמע.. :grin:

טענקס פלטיאל !
איך האף נאר אז די היימישע אניגראם האט מער פון 9 כאראקטערס.
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2179
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » זונטאג פאברואר 07, 2016 4:18 pm

ס'איבריגע וועט האפענטליך נאכקומען...
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10699
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג פאברואר 07, 2016 4:32 pm

אה, גוט האסטו געטוהן מיטן שרייבן בלויז 3 פון די אניגראם, איך וואלט נישט געקענט ליינען ווייטער אנע אטעם...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ר' יעקל
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 28, 2015 11:17 am

תגובהדורך ר' יעקל » זונטאג פאברואר 07, 2016 6:41 pm

פלטיאל האסט מיר גוט געמאכט שמייכלען!
שכח

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » זונטאג פאברואר 07, 2016 8:01 pm

שויתי'ניק האט געשריבן:פיין פיין... ;l;p-
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
מתבונן
שר חמש מאות
תגובות: 934
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: פארמאכט אליינס אין א צימער און זיך מתבונן.

תגובהדורך מתבונן » זונטאג פאברואר 07, 2016 8:46 pm

:grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: און נאך...

פלטי, נאר געענדיגט ליינען וועגן דעם קוטשמיסט, איך קען נישט ליינען ווייטער ווילאנג איך דערכאפ זיך נישט קודם דעם אטעם...
גוט איז נישט דאס ווארט.
טראכט אריין מיט שכל און געפיל...
וויאזוי...? קוק דא.

ווי ליגט דער 'שורש'? - שיעורים בהבנת נפש האדם

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6788
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » זונטאג פאברואר 07, 2016 9:11 pm

פלטי פלטי אוי איך קען נישט אטעמען... הער "שוין" אויך.. נע גיי יא אן מיט די פיינע ווארע
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4659
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » זונטאג פאברואר 07, 2016 9:25 pm

איי איי. אוי.

אוי האב איך געלאכט. שכח.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
ר' יעקל
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 28, 2015 11:17 am

תגובהדורך ר' יעקל » זונטאג פאברואר 07, 2016 10:23 pm

מתבונן האט געשריבן::grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: :grin: און נאך...

פלטי, נאר געענדיגט ליינען וועגן דעם קוטשמיסט, איך קען נישט ליינען ווייטער ווילאנג איך דערכאפ זיך נישט קודם דעם אטעם...
גוט איז נישט דאס ווארט.

חחח!

מתבונן האט דערזען די ווארט אניגראם, און דער האט זיך דערוועקט...נישט קיין ווינדער דער האט זיך אזוי צולאכט...


פלטי, האסט אויסגעוועלט א ריכטיגע קעפל!
לעצט פאראכטן דורך ר' יעקל אום זונטאג פאברואר 07, 2016 10:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג פאברואר 07, 2016 10:36 pm

ר' יעקל האט געשריבן:פלטיאל האסט מיר גוט געמאכט שמייכלען!
שכח
הק' איש ימיני

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11787
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » זונטאג פאברואר 07, 2016 10:40 pm

אויסנאם זאפטיג! אזאנס געלאאאכט

מלה בסלע ודי לחכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 469
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm

תגובהדורך מלה בסלע ודי לחכימא » זונטאג פאברואר 07, 2016 11:12 pm

יישר כח פאר׳ן שרייבן פנימי ווען נישט וואלט איך עס נישט געליינט.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5156
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג פאברואר 08, 2016 9:37 am

חחחח


חחחח


חחחח
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג פאברואר 08, 2016 9:43 am

יוי איז דאס גוט דעסקרייבט אז נאר!

"די הוט וואס שפיגלט אפ א פוירפל קאליר ווען עס בייגט זיך צו א געוויסע דעגרי"... יויששששש!... פארוואס האב איך אלעמאל געמיינט אז נאר איך באמערק עס?...

פלטיאל, זיי ביטע ממשיך מיט די ווייטערדיגע. אבער טאקע נאר בלתי מוגה...

אוועטאר
וועלטניק
שר האלף
תגובות: 1331
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2015 5:27 pm

תגובהדורך וועלטניק » מאנטאג פאברואר 08, 2016 9:56 am

(בלתי מוגה)
-----------------------------------------------------------------------------------------------------------
לעצט פאראכטן דורך פלטיאל אום זונטאג פבואר 07, 2016 5:36 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

פעדלער
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 27, 2015 12:41 pm

תגובהדורך פעדלער » מאנטאג פאברואר 08, 2016 3:54 pm

האלויאיסט : איך בין ליטערלי אבדשעקטעוולי פון דיין וואקעבולערי שפרייך , הערינגיסט: יונגעלע וואגען זאלסטעך נאך איינמאל צו טאן אזוינס,רעדען אויף יודען וואס טוען פאר אנדערע, קוטשמיסט: מטאר נישט טשעפען קיין פרייוואטע מענטשען,שעם אן יו, נישט דאס האט די רבי געמיינט,

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2372
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » מאנטאג פאברואר 08, 2016 9:36 pm

יעה... פלטי עט איז בעסט ;l;p- ;l;p-

פיין געלאכט, א פרייליכן ר"ח אדר
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
יאצמעך
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 4:09 pm
לאקאציע: ביים עם הארץ אין מויל

תגובהדורך יאצמעך » דינסטאג פאברואר 09, 2016 11:43 pm

יוש האב איך געלאכט היינט אריין וואקענדיג און שול זעהנדיג ווי דער קליינער פעשער פון די ערשטע מנין שפרייזט זיינע שנעלע טריט צום טיש ווי די קוים אראפ געלייגטע תיקון ליגט, און ס'איבריגע איז היסטאריע :lol:
איך האף נאר אז קיינער פון דעם וועלטל האט מיר נישט געזען לאכן פון דער הערינגיסט חשש גילו
ביטע נעמט נישט מיין שווייגן פאר א שתיקה כהודאה.

אוועטאר
זיכער יא
שר מאה
תגובות: 237
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 11, 2016 3:37 pm

תגובהדורך זיכער יא » דינסטאג מאי 09, 2017 4:35 pm

פלטיאל האט געשריבן:ס'איבריגע וועט האפענטליך נאכקומען...

יעצט געליינט און גוט געלאכט

ווען קומט עס??

בד"וו מזל טוב פארן שר האלפיים!!!!!!!!!!!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: zibala, קאפ און אקסל און 17 געסט