כרחם אב על בנים - איך בין דיין קינד דו ביסט מיין טאטע!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

רעזולטאטן
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 12:50 pm

כרחם אב על בנים - איך בין דיין קינד דו ביסט מיין טאטע!

תגובהדורך רעזולטאטן » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 5:25 pm


אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 5:35 pm

Unbelievable
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 5:56 pm

נישטא קיין ווערטער!

זייענדיג נאנט צו אזא קעיס האב איך געוויינט!

ווער עס פארשטייט פארשטייט!!
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

וימאןX3
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

תגובהדורך וימאןX3 » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 5:58 pm

יאך געדענקט נאך יואלי און זיין שווערע צייטן ארום וואנדערן, באט אויב איינער קען מסביר זיין וואס ער וויל דא און וואס איז דאס קרבתנו??

א דאנק

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 6:00 pm

אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

וימאןX3
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 5:04 pm

תגובהדורך וימאןX3 » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 6:05 pm

וואס א חילוק האט געשריבן:שוין דא אן אשכול
viewtopic.php?f=6&t=28157&p=1149944#p1149944

איך האב געזען די אשכול, מען שרייבט נישט דארט מה זה קרבתנו, וואס זיי טוען. פליז אויב קענסט מיר זאגן און בקיצור.

אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע: ניי קרוינהייטס

תגובהדורך וואס א חילוק » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 6:07 pm

אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6786
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » מיטוואך דעצמבער 16, 2015 6:06 am

יאפ טרערן רינען ווען יואלי רעד
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

טייטל
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » מיטוואך דעצמבער 16, 2015 9:11 am

רעזולטאטן האט געשריבן:דברים היוצאים מן הלב


דיין קליפ איז עפעס צו שוואכע רעזעלאושען, מען הערט נישט אזוי קלאר וואס ער זאגט, דא האסטו בעסערע:
https://copy.com/9NQO8zoWJcJsAiDT

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך דעצמבער 16, 2015 9:51 am

שוין געוועזן:

farshlufen האט געשריבן:יואל'י, איך טרער
זאגסט דאך מער
דארט ווי עס איז לעהר
ולמבין די
דיין משל איי איי
כ'שפיר דעם וויי
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
פערפעקט
שר האלף
תגובות: 1938
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 31, 2010 5:41 pm

תגובהדורך פערפעקט » מיטוואך דעצמבער 16, 2015 4:48 pm

יאפס ער האט מיר פארגאסן מיינע טרערעלעך,
wow שוין לאנג נישט געוויינט.
Definition of perfect: as good as it is possible to be

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » דאנארשטאג דעצמבער 17, 2015 4:02 pm

פערפעקט האט געשריבן:יאפס ער האט מיר פארגאסן מיינע טרערעלעך,
wow שוין לאנג נישט געוויינט.

אוועטאר
די דיזיינער
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 28, 2015 10:36 pm
לאקאציע: Brooklyn

תגובהדורך די דיזיינער » מיטוואך דעצמבער 23, 2015 8:32 am

This week's Moment
צוגעלייגטע
IMG-20151223-WA0001.jpg

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » מיטוואך דעצמבער 23, 2015 10:23 am

יואלי איז אלל אווע"ר די וואך, אויך אויפ'ן פראנט פעידז"ש פון עמי, און פארשטייט זיך אז דאס אלעס קומט נאך א גאר סוקספעלן וואך אויף יוטוב, וואטסעפפ, וכו', און דא ביינוז אויף דראפבאקס און קאפי.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 110
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך דעצמבער 23, 2015 7:25 pm

האב איך מיר יעצט געמאכט צייט צו דורכליינען דעם מאמענט מיט יואלי לעבאוויטש (איך קום נישט אן געווענליך פאר שבת אדער מוצאי שבת) , איך זיץ און איך בין גערירט ביז די טיפענישן פון מיין נשמה . יואלי׳ס מיטמאכענישן, און די מיטמאכענישן וואס קינדער פון גע׳גט׳ע עלטערן גייען אריבער, גיסט זיך ארויס פון צווישן די שורות אז מ׳קען אויסגיין.

אוועטאר
verveist
שר חמש מאות
תגובות: 963
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 09, 2010 7:41 am

תגובהדורך verveist » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 7:22 am

זיך נישט געקענט איינהאלטען געקויפט, אבער נישט דאס האמיר געמיינט, אפילו געהאט אביסעל ע״נ פון זייערע הנחה

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 8:39 am

וואס איז דער תוכן וואס ר' יואל'י ברענגט דארט ארויס?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

שלך לחמך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2014 6:19 pm

תגובהדורך שלך לחמך » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 9:44 am

יואלי יואלי, עס קימט דיר א מעדאל.
די האסט גענומען דיין מערסטע באהאלטענע געפילן און ארויס געלייגט און פאבליק, אבי צי העלפן אנדערע זאלן עס נישט דורך גיין,

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2372
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תגובהדורך פארבינדן » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 9:47 am

יעצט אויסגעהערט... עס רייסט שטיקער...
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 7:21 pm

אן אריינגיין אין די עצם ענין, באלאנגט טאקע דער שמועס אין פובליק פאר אלע קינדער מיטצוהאלטן?
און נאך אזאך פיין א קינד דארף א טאטע, אבער פארדעם איז מען יעצט מבזה די מאמע?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

תגובהדורך לטב עביד » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 8:48 pm

נא_שכל האט געשריבן:אן אריינגיין אין די עצם ענין, באלאנגט טאקע דער שמועס אין פובליק פאר אלע קינדער מיטצוהאלטן?
און נאך אזאך פיין א קינד דארף א טאטע, אבער פארדעם איז מען יעצט מבזה די מאמע?

יא דאס באלאנגט אין פאבליק דירעקט פאר די קינדער זיי צו אויפקלערן אז זיי דארפן א טאטע וואס אין רוב אזעלכע פעלער כאפן זיי אליינ'ס נישט,

ווער טשעפעט די מאמע דא? א מאמע וואס האלט צוריק די קינדער פון האבן א טאטע זענען זיי זיך ווערט א טשעפע און זאלן זיי האבן פרעשור צו לאזן די קינדער האבן זייער טאטע,

און בעצם איז דאס געצילט אויף די עסקנים ווי אין געווענליכע פעלער קען די מאמע גארנישט טון נאר מיט די הילף פון עסקנים.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 11:32 pm

לטב עביד האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:אן אריינגיין אין די עצם ענין, באלאנגט טאקע דער שמועס אין פובליק פאר אלע קינדער מיטצוהאלטן?
און נאך אזאך פיין א קינד דארף א טאטע, אבער פארדעם איז מען יעצט מבזה די מאמע?

יא דאס באלאנגט אין פאבליק דירעקט פאר די קינדער זיי צו אויפקלערן אז זיי דארפן א טאטע וואס אין רוב אזעלכע פעלער כאפן זיי אליינ'ס נישט,

ווער טשעפעט די מאמע דא? א מאמע וואס האלט צוריק די קינדער פון האבן א טאטע זענען זיי זיך ווערט א טשעפע און זאלן זיי האבן פרעשור צו לאזן די קינדער האבן זייער טאטע,

און בעצם איז דאס געצילט אויף די עסקנים ווי אין געווענליכע פעלער קען די מאמע גארנישט טון נאר מיט די הילף פון עסקנים.

ווער האט אפגעמאכט אז דאס באלאנגט אין פאבליק און מ'דארף גיין דירעקט צו די קינדער? דער מאמענט? איז דאס א אידישער מהלך?

און מ'קען מיינען אז די "עסקנים" האבן נישט בעסער וואס צו טון, סתם פאר רשעות זיך צו געפעלן פאר די מאמע'ס גייען זיי און האקן אלעמאל אפ די קינדער פונעם טאט'ן. רוב מאל ארבייטן די עסקנים מיט די גוטהייסונג פון רבנים וואס זענען אינוואלווד אין די קעיסע"ס, און זיי האבן איינגעזען אז פאר'ן (אידיש'ן) תכלית און פארן (גשמיות'דיגן) וואוילזיין פונעם קינד, איז גוט אז ווען ער איז קליין זאל ער האבן סטאבילטי און נישט האבן שייכות מיט'ן טאטען. יא אוודאי איז דא עקסטערעמע פעלער ווען ס'בלויז רשעות, אבער פארדעם ברויך מען נאכנישט גייט מאכן א ויצעקו און אלע אזעלכע קינדער זאלן ווערן צומישט (דאס איז ס"ה וואס דאס קען אויפטון).

און לגבי וואס די פרעגסט ווער טשעפעט א מאמע? פארשטיי איך נישט וואס די שרייבסט גלייך נאכדעם, אז ס'קומט זיך איר א טשעפע, אדער אדער ...

יא ווען איינער גייט ארום ברבים רעדן אז זיין מאמע האט עם דאס און דאס געטון ווען ער איז געווען קליין (על אף זי האט געמיינט לויט איר דעמאלטס'דיגע פארשטאנד דאס בעסטע פאר עם) איז מבזה זיין מאמע ברבים און ער פארגיסט איר בלוט (ס'איז א בחינה פון "... מקלה ... ואמו וכו'").
און דער באטרעפנדע קעיס איז בכלל נישט דומה צו אנדערע, ס'געווען סאך ערגער, ואכמ"ל, ואין לדון מזה לשאר קעיסע"ס.

עכ"פ וואס כ'וויל בעיקר ארויסברענגען איז, אז סך הכל האט אייינער געמאכט א ווארימע קליפ, און עולם גולם טאנצט נאך "ואמר כל העם אמן ואמן", מווערט איבערגענומען פון גרויס (פראנקפוטער אין עמי) ביז קליין (עמי וכו') אן טראכטען א מינוט אז ס'דא נאך א זייט און בס"ה האט איינער געמאכט א קליפ יעצט.

ס'געקומען צו א מצב אז די קליפ מאכער'ס פירן דער טעמע פונעם טאג אפילו ביי היימישן עולם, און דאס קעוועטש מיך.

ובזה יצאתי ידי חובת מחאה......
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 11:40 pm

ס׳דא ליידער א גרויסע פראצענט פון קעיסעס וואס מען ווייזט נישט די קינדער פאר די עלטערן נאר צוליב רשעות, טריץ, עגא. און די קליפ שניידט שטיקער פון די וואס זענען עוסק אין די שלעכטע מעשים.
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 11:48 pm

נא_שכל, כ'האב געהאט א ענדליכע געפיל. טאקע דא אסאך פעלער ווי עס איז פשוט שלעכטיקייט און טריץ, אבער ליידער אויך דא פעלער ווי נישט.

א שווערע דילעמע.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4559
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 20, 2015 6:57 pm

תגובהדורך בן נון » דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 11:55 pm

יואלי׳ס קליפ רייסט שטיקער. אבער דער מאמענט וואלט עס ווען נישט געדארפט מאכן פאבליק פאר קינדער.
איך פרעג נישט ווייל איך וויל אפפרעגן, איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לאנדאן שטופער, ממה נפשך און 12 געסט