גרייט אייך רבותי, "ווערמין סופריום" יר"ה פאר פרעזידענט 2016!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

גרייט אייך רבותי, "ווערמין סופריום" יר"ה פאר פרעזידענט 2016!

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 6:18 pm

אויב האט איר גע'חלום'ט אויף דאונעלד טראמפ אדער בען קארסאן אז זיי גייען אפראטעווען אמעריקע און איר צוריק-שטעלן אויף די פוס דאן קענט איר חלום'ן ווייטער, דאס פאלק האט שוין געזאגט איר מיינונג, ווערמין סופריום. די גאנצע קלינטאן, סענדערס, רוביאו, דשינדעל און בוש, דאס איז אלעס גוט פאר א ווערטל, זיך אונטערצוהאלטן אין שווערע צייטן. דער ריכטיגער ווארשיינליכער צוקונפטיגער פרעזידענט פון די פאראייניגטע שטאטן (אין צוגאב פון פארטא-ריקא, גואם, מיט אמעריקאנער מיליטערישע אנוועזענהייט אין גוואנטאנאמע בעי קיובא און נאך שבע ועשרים ומאה מדינה) איז גאר א מאן מיט סאך העכערע אמביציעס, און צום וויכטיגסטענס, סאך בעסערע טשאנסען ווי סיי וועלעכע אנדערע קאנדידאט אויף די קורץ-זיכטיגע מידיע ליסטע.

באקענט אייך מיט אונזער צוקונפטיגער פרעזידענט. דער סאמער מאן וואס איז ערווארטעט אום חנוכה שנת תשע"ז למספרינו אנצופירן מיט דער מעמד הדלקת הנרות אין ווייסן הויז, מיט נאך פארשידענע וויכטיגע פרעזידענטליכע פונקציעס במשך'ן יאר.

Vermin Supreme 2016.jpg
Vermin Supreme 2016


יא, איר זעהט גוט, דער מיטן שטיוול אויפן קאפ. אז מ'האט די שכל אין קאפ טראגט מען דארטן די שטיוול.

פרעזידענט סופריום איז נישט קיין נייער פנים אין אמעריקאנעם פאליטיק, ער איז ברייט באקאנט דורכאויס דעם לאנד. צום ערשטען און העכסטן מיט זיינע גאר נאנטע באציאונגען מיטן נוא יארק'ן מעיאר דשימי מעקמילאן וואס קען אגב שטארק אריינשפילן לטובת אחינו בני ישראל האבענדיג א רעפיוטאציע פון רייכע באקאנטשאפט מיט די נוא יארקער פאליטישע שטאט טאטעס.

President Supreme with NYC Mayor Jimmy McMilan.jpg
President Supreme with NYC Mayor Jimmy McMilan


Supreme and Jimmy.jpg
Supreme and Jimmy


מערקט אין לעצטן בילד דעם גרויסן ציין בערשטל וואס ווערט געהאלטן דורכן פרעזידענט אליינס. איינס פון זיינע שטערקסטע קאמפיין פארשפרעכונגן איז צו האלטן דעם אמעריקאנעם פאלק -- גרויס און קליין -- פאראנטווארטליך צו פוצן זיך די ציין מידי יום ביומו אהן קיין תירוצים.

בעיקר לויפט ער אונזער פרעזידענט אויף א ליבערטעריען/אנארכיסטישע פלאטפארם. די קאנסטיטוציע איז ביי אים קודש קדשים, בפרט -- פארשטייט-זיך -- די צווייטע אמענדמענד וואס פארלאנגט פון יעדער רעכטדענקיגער בירגער זיך צו באוואפענען ביז צו די געפוצטע ציין מיט אלע סארט מיליטערישע ביקסן על כל רעוועלוציע שלא תבוא. א גאנצע ספעקטאקעל האט זיך אפגעשפילט די פארגאנגענע נאוועמבער דעם 20'סטן ווען אונזער פרעזידענט האט זיך געגרייט, צוזאמען מיט זיינע פילע שטיצער, צי פיילן פאפירען אין א נוא העמפשיר קאורט באוואפענט מיט זיינע כלי זיין (איין גאן איז אים זאגאר געווען אנגעהאנגן אויף זיין קאפ-שטיוול) פונקט דעם טאג וואס איינער בען קארסאן האט מחליט געווען אויך זיך אנצוריקן מיט א מיליטער פון די סיקרעט סערוויס וואס האבן פארבאטן פרעזידענט סופריום מיטצונעמען מיט זיך זיינע פילע ביקסן אין קאורט בילדונג.

נאך א וויכטיגע קאמפיין אישו ביי די ווערמין טיקעט איז טיים טרעוועל. דער סופריום רעגירונג גרייט זיך אריינצווארפן וויפיל געלט ס'לאזט זיך נאר אויסצוטרעפן די ריכטיגע מעטאדן צו ברענגן טיים טרעוועל, די טעכניק פון צוריקגיין אין צייט צוריצוועגס. די העכסטע ציל זיינער זאגט אונז מר. סופריום איז אנצוקומען ביז אדולף היטלער'ן אליינס און אים אומברענגן בעוד מועד. לאמיר האפן.

נישט אז פרעזידענט ווערמין שטייט שמאל אדער איז אנגעוויזן אויף אונזערע שטימען. ס'איז אבער אלעמאל איינגענעם צו האבן געשטימט פארן געווינער. אלזא אויב האט איר שוין בטעות אפגעמאכט פאר אן אנדערע פון די שוואכערע קאנדידאטן איז ראטזאם איר זאלט איבערטראכטן אייער באשלוס. אויב איז אייך דאונאלד טראמפ צום הארצן וועגן זיי אויסגעשפראכענקייט, נישט מורא האבענדיג צו זאגן קלאר וואס ליגט אים אויפן צונג, זיי אויסזעהן, דאן האט איר א סאך א בעסערע קאנדידאט, ווערמין סופריום!!

איז אפשר בערני סענדערס אייער קאנדידאט וועגן זיין איבערמידליכע איבערגעגעבענקייט צו לייזן די גלאבאל-ווארעמונג פראבלעם, נאט אייך איינער וואס זאגט צו סאך בעסערע פלענער פארן צוקונפט. ווען פרעזידעט סופריום נעמט איבער דעם אפיס זאגט ער צו די רעגירונג זיינע וועט געבן איטליכע אמעריקאנער בירגער א פערדל צו רייטן און שלעפן פעקלעך און מער וועט קיין אמעריקאנעם נישט בייפאלן אזא משוגעת ווי נוצן געזאלין-פרעסער אטאמאבילן והיה שלום.

אויב וואלט איר געשטימט פאר הוקאבי, קלינטאן אדער בוש ווייל זיי זענען שוין יארן אין פאליטיק, דאן געדענקט אז סופריום שטייגט זיי אלע איבער. דאס איז שוין זיין פערדע סוקסעפולע פרעזידענטליכע קאמפיין.

האט איר געטראכט פון בען קארסאן, פון טעד קרוז, קארלי פאוירינא, אוי גאט אין הימל! דער ווערמין סופריום איז דאך אזוי גוט, אין אזא ריכטיגע צייט, נאך ווי שטייגט ער זיי אלע איבער. גיבט אים נאר א טשאנס און אמעריקע וועט שוין קיינמאל נישט זיין די זעלבע.



מר. ווערמין סופריום פיילט פאפירן פאר פרעזידענטשאפט אין נוא העמפשיר צוזאמן מיט דר. בען קארסאן. קוקט און האט הנאה (COPY)

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10806
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 6:21 pm

זאפטיג! דאנקע!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4197
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 6:24 pm

לכאורה האט געשריבן:זאפטיג!

גא"מ, האסט א פיינע שריפט!
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 6:27 pm

פרעזידענט סופריום אין נוא העמפשיר קאורט אריינגעבענדיג פאפירן צו לויפן פאר פרעזידענט אין די 2016 וואלן
President Supreme in NH Court 11-20-2015.jpg
President Supreme in NH Court 11-20-2015

מערקט אויפן טיש א סעמפל פון דר. בען קארסאן'ס מח. איינע פון ווערמין סופריום'ס קאמפיין פארשפרעכונגען איז צו "מאכן די זאמביס שפירן א שלעכעטע טעם אין בען קארסאן'ס מח

Vermin Supreme Filing Papers.jpg
Vermin Supreme Filing Papers.In NH Court

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 6:39 pm

why is he not on the debate stage ?

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11805
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 6:42 pm

חחח. ער טוישט אמאל שטיוול אדער דאס איז עס?

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 665
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 7:23 pm

@כעלעמערמגיד ער איז א גוטע קאנדידאט פאר דיין שטאט...

וואס מיר ווינדערט ווי אזוי האט כעלעם זוכה געווען צו אזא געשליפענער מגיד מיט אזא רייכע שפראך? וואויל איז ענק כעלעם...

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 7:27 pm

חחח, מען דארף נאר האבען 150 מענטשען זאלען זיך קאמיטען מו וואוטען פאר עמען.

ווער איז אריין?
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 7:30 pm

דאס א זיסע טעמע, און נאך א זיסערע שריפט!!

ווינדערט מיר ווי ער קען האלטן די שטייפקייט פון די שטיוול אזוי די גאנצע צייט!! מיינע שטיוועל וואס איך האב אנגעטאן אויפן קאפ און א פראבע צו כ'זאל זיין פון זיינע שטיצער, האט זיך זאפארט צוזאמענגעלייגט!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

בוידעם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5220
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 18, 2011 6:15 pm
לאקאציע: אויבן אויפן בוידעם

תגובהדורך בוידעם » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 7:56 pm

כעלעם, אייזן שטארק דיין שריפט.

-------
די מיינונגען אין אמעריקע זענען שארף צוטיילט וויאזוי צו באקעמפן אייסיס, קאנטרעלירן די הימלן, אדער באטס אן די גראונד.

פרעזידענט סופרריום האט די לעזונג:
באטס אן די העט!!!

#סופריום פאר פרעזידענט 2016!
(באמת קען ער לויפן פאר פרעזידענט 2004 נאכן צוריקגיין מיט צייט.....נו שוין א קשיא אויף א פאלעטישאן)
?I DON'T CARE, DO YOU

אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2180
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

תגובהדורך פלטיאל » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 8:53 pm

זיס!! מיר גלייכן דיין שריפט!
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!

אוועטאר
green
שר האלף
תגובות: 1550
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:49 pm
לאקאציע: בין השמים ובין הארץ

תגובהדורך green » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 9:03 pm

זיס ווי בוטסעס

משוגע מאכט וואקסן שטיוול אויפן קאפ

שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2487
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

תגובהדורך שאהן הענניטי » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 10:51 pm

מעגליך איבערצולייגן די קליפ? דאנק פאר די ארטיקל, נהניתי

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 718
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 11:54 pm

ער איז פיין משוגע אסאך בעסער פון טראמפ!! ישר כח כעלעם'ר מגיד!!!!

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 12:01 am

@כעלעמער מגיד,
איר זענט דאך הייליג גערעכט, פארוואס דוקא טראמפ, ווערמין סופריום דארף זיין מער דראמאטיש.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 12:02 am

כעלעמער דיין באריכט איז שוין באלד בעסער ווי דעם גאנצן קאמפיין זיינער, זאפטיגער שפראך.

יעצט קען מען עפענען אן אנקעטע פאר וועמען וואלט איר געשטימט, ווערמין סופרים אדער דזשימי מעקמילען?...
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 12:07 am

חחחחחח!!!! ציקער זיסע שריפט!!!

ביסט סופריום'ס צווייפל...

אוועטאר
יואב בן צרויה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3255
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 9:11 pm

תגובהדורך יואב בן צרויה » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 1:34 am

אזא מאדנע צייט צו לעבן..?

טענקס כעלמי. באטעמט און געשמירט געשריבן.

אוועטאר
אויסגערעכנט
שר ששת אלפים
תגובות: 6827
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 9:50 pm

תגובהדורך אויסגערעכנט » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 4:00 am

אוי ווען משוגע מאכט ווען קליין וואלט ער זיך דערטראנקן און זיין אייגענע שפייכטץ...

גיי ווייסט ווי ער האט נאך כוח צו גיין אזוי לאנג מיט דעי בוטס אויפן קאפ קען אפשר זיין ער טוט דאס צו דעמאנסטרירן "נאו בוטס אן דע גראונד"

כעלעמער שכוח עס האט מיר געקאסט א לאך
איטס עי ביזנעס דואינג פלעזשור וויט יו...

קרעדיט: כ׳געדענק נישט.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5359
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 8:51 am

אסותא האט געשריבן:חחחחחח!!!! ציקער זיסע שריפט!!!

ביסט סופריום'ס צווייפל...

איך טענה שוין לאנג אז די קאנדידאטען האבן אזוינע געלונגענע פארטרעטער דא, און די פארמעסט וואלט גווען א סך מער קאלירפול ווען מען האט ווען די פארטרעטער אלס די קאנדידאטן.

קענסט דיך פארשטעלן א דעבאטע פון צווייפעל, יואב, כעלעמער, אויסגערעכענט... ביי איין טיש??? טראמפ, קרוז, און סופריום, רוביא קענען דאך ענדערש שרייבן די תגובות פאר די דעבאטע דא..??

שוין, עולם הפוך ראיתי..

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 9:49 am

גוט

כעלעמער, איך האב א פראבלעם מיט טראמפ איצט, אפשר ליגט דא מיין ישועה, וואס איז דעם סאפריומס מיינונג בנוגע טשיינע? מוסלעמס?

כעלעם'ר מגיד
שר מאה
תגובות: 194
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2011 4:01 pm
לאקאציע: חופק"ק כעלעם ד'אמעריקא יצ"ו

תגובהדורך כעלעם'ר מגיד » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 10:02 am

קענסט דיך פארשטעלן אז ווען גאנץ אמעריקע זעצט זיך ארויף אויף די פערדעלך, וועלעכע מיטל-מזרח מוסלעמענער וועט בכלל מאכן דעם וועג קיין אמעריקע? אפילו די מעקסיקאנע אנטי טראמפ אימיגראנטן וועלן ענדערש בלייבן וואו זיי זענען. וויאזוי פלאנט טשיינע צו שיקן סחורה קיין אמעריקע? מיט פליענדיגע פערד און שליטנס?

איך זאג אייך, איין מאל די וואלן זענען פאראיבער קען אמעריקע פארגעסן פון אלע אירע צרות. נישטא מער קיין טעראריזם, קיין גלאבאלע אנווארימונג, קיין אוטסארסינג, אומלעגאלע אימיגראנטן. גאנץ אמעריקע וועט זיין איין גרויסע ברייטע לאנגווייליגע ווילדערניש מיט מאכטפולע לאנגע גאנס שיסענדיג איינער דעם צווייטן הין און צוריק בלויז פארוואס נישט.

"ווערמין סופריום" פאר פרעזידענט 2016!!!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 10:48 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:דאס א זיסע טעמע, און נאך א זיסערע שריפט!!

ווינדערט מיר ווי ער קען האלטן די שטייפקייט פון די שטיוול אזוי די גאנצע צייט!! מיינע שטיוועל וואס איך האב אנגעטאן אויפן קאפ און א פראבע צו כ'זאל זיין פון זיינע שטיצער, האט זיך זאפארט צוזאמענגעלייגט!!

געהאט די זעלבע פראבלעם! דאס איז קלאר נישט קיין פשוטע בוצעס!

פיין האב איך הנאה געהאט. יישר כח מגיד.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 10:55 am

זאפטיג ארטיקל דאס, גראדע האב איך א בילד פון עטליכע יאר צוריק, די בארד און שטיוול זענען לענגער געווארן זייט דעמאלטס...

wiki_vermin_supreme_01-teser.jpg

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דינסטאג דעצמבער 15, 2015 10:57 am

דאס איז נאך ווארשיינליך אלץ גאוערנער.. נו, א פרעזידענט טראגט גרעסערע שטיוול אויפן קאפ.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 20 געסט