כשהם יורדים, יורדים עד לעפר

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

כשהם יורדים, יורדים עד לעפר

תגובהדורך שמאטע » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 3:13 pm

"טאטע שיק מיר הויזן" איז א באקאנטע פראז ביים היימישן ציבור. אבער די דאזיגע ווערטער האבן א גאר אנדערע באדייט ביי מיסטער "איוואן ז'וואנימיר קיטאק".

מיסטער 'קיטאט' איז א 'קראעישאן" בירגער און א הומען רייטס אקטיוויסט וואס העלפט שטענדיג ארויס וואו אימער ער קען. 

דעם דעצעמבער 9 האט דער פרעזידענט'קע פון "קראעיזשע" (Croatia) "קאלינדא גראבאר קיטאראוויטש‏" פרעזענטירט א "הומען רייטס אויסצייכענונג" פאר מיסטער "קיטאק" במעמד רעפארטערס און משפחה.

נאכן מעמד האט זיך דער גאנצער עולם אויסגעשטעלט פאר ‏א 'פאטא-אפ'. מיסטער קיטאק, דער פרעזידענט, און נאך, בשעת מיסטער קיטאק האלט דעם גרויסען (20X36) אויסצייכענונג. 

אבער דאן.... 

אוי א בראך... בשעת דער גאנצער עולם שטייט שוין מיט די ציינער פרעזענטירט צו די קאמערע, האט זיך פליצלונג גגעהערט א "טלינג קלינג, בזזשש".. 

די פארזאמעלטע קוקן זיך ארום, און אט... אט ... דערזעהט מען אז מיסטער קיטאק האט זיך געטראפן אנעם הויזן!!.... #גרעוועטי העז וואן עגען!.

די בזיונות זענען געווען "עד לעפר, ועד בכלל"... עולם גולם האט שוין נישט געדארפט צוקומען צום פאטאגראפירער'ס "סעי טשיזז" דערקלערונג, ווארום זיי האבן אזאנס געלאכט אז נאר...

די פרעזידענטקע איז אים צוהילף געקומען און איבערגענומען דעם אויסצייכענונג און עס אנגעהאלטן פאר אים אז מיסטער קיטאק זאל זיך קענען "מסדר זיין" כדבעי און די "צערעמאניע" זאל קענען אנגיין אומגעשטערט...

* * *

ווי עס שטעלט זיך ארויס (נאך א גרינטליכע קנא אויספארשונג) האט מיסטער קיטאק געהאט "אביסל א גרעסערע" הויזן אויף זיך. און אן די סופארט פון שלייקעס, אדער א פאסיק האט ער אנגעברענגט אויך זיך אזא מאדנע געלעכטער-דערשטיקענדע עפיזאד בפני עם ועדה. 

צי-ניק-ער זאגן אז דאס האט ער געטוען דירעקט, אלס א מעטאד צו ברענגען אווערנעס צו די "פענטס אףף דעי" פון ניו יארק סיטי, אין וועלכע טויזענטער משוגעים דרייען זיך ארום אינמיטען ווינטער אן קיין הויזן אויף די גאסן פון ניו יארק ואין פוצה פה און-מען-פראסקעט!!!. מיסטער קיטאק האט געצילט צו אויפוועקען די מענטשהייט אז מען זאל זיך נעמען אין די האנט אריין און עפעס טוען צי היילן די מאדנע פארשוינען/פארשוינטעס... 


געוויסע אויס-שטאפיר געשעפטען האבן אויסגעניצט די מידיע דעקונג פונעם עפיזאד צו דערמאנען מענטשען אז "הגם מיר האבן שוין גע'לאנדעט אויף די לבנה, בלייבט אבער גרעוועטי אייביג א טרעט‏ פאר די "הומען ראסע". סאו, האנדעלט אייך איין א פאסיק. אדער - אין ערגסטען פאל - כאטש שלייקעס!"

זייט נישט קיין צועק לשנפל! החכם עיניו בראשו! 
כשהם יורדים, יורדים עד לעפר...‏


_________ 
דיס איז שמאטע, ריפארטינג לייוו פון אין די הויזן. 

#טאטע_שיק_מיר_(קלענערע)_הויזן!‏
צוגעלייגטע
HELP!!.jpg
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 3:23 pm

איך ליין עס אזוי מיט אן ערענסטקייט... ווען פלוצלינג

בילד

and the laughter could be heard all the way down to the Bronx...
לעצט פאראכטן דורך מומחה עצום אום דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 3:34 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
אויסערן מיניסטער
שר האלף
תגובות: 1196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 03, 2014 9:19 pm
לאקאציע: אינעם ווייסן הויז

תגובהדורך אויסערן מיניסטער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 3:31 pm

חחחח!!! יורדים ביז ווי?
די ווינדער פון די נאטור מה רבו מעשיך ה'

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 4:12 pm

נתלאחלאחתי... (כזה :lol:)

שמאטע איז פאר דע בוקס!
הק' איש ימיני

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 4:13 pm

אוי אוי אוי אוי.... ווי האלט מען דאס אויס!!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מילין_יקירין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 27, 2013 1:57 pm

תגובהדורך מילין_יקירין » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 5:42 pm

זאג אים אז עטליכע דשעלי דאונטס וועלן אים שיין צופאסן די הויזן...

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3686
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 7:31 pm

גערעכטער האט געשריבן:נתלאחלאחתי... (כזה :lol:)

שמאטע איז פאר דע בוקס!
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11806
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 7:39 pm

פאר די קעפל אליין קומט זיך דיר א רוק..

חחח

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5411
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 9:03 pm

דאס איז נישט פון היינט, דער האט געהייסען איוואן אלס קינד ער איז געוועהן אינזער לאנטש רום מענעזשער.

ער האט שוין געווארפען ערענסטע און שטרענגע בליקען אויף דער ערד, זעהט אויס ער האט עס ערענסט געמיינט! קודם זעה איך אז אלע זאכען וואס מען האט געזאגט אויף אים איז געוועהן אמת.

ער האט א ווייב און קינדער און ווען ער פארט צוריק איז ער א ריזיגע עושר און יעדער קיקט אויף אים? אראפ ! דאס איז די איינציגסטע דיפרענס.

א דאנק שמא עטי
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

הבוחר בטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 494
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 12, 2015 3:31 pm

תגובהדורך הבוחר בטוב » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 10:12 pm

אמער איך זעה דאך קלאר א פאסיק אויפן בילד, קען זיין דאס איז די לשון רבים 'יורדים' סיי די הויזן און סיי די פאסיק.

עניוועי יישר כח פארן צושפרייטן מיינע לעפצן.

אוועטאר
פר בן בקר
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 03, 2015 11:42 pm

תגובהדורך פר בן בקר » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 10:49 pm

א שטארקע חיזוק איז מיר געווען דאס צו זעהן.
אסאך מאל מיינט מען אז מ'האלט שוין ביים ארגגסטן, זעה איך דא אז ווי לאנג מיין הויזן זענען נאך אויף מיינע לענדן קען נאך זיין ארגער.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2558
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דאנארשטאג דעצמבער 10, 2015 11:10 pm

רעבוינע שעלוילעם, ווי נעמט מען די אחריות צו מאכן א יוד אזוינס לאכן???
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » זונטאג דעצמבער 13, 2015 10:46 am

אוי שמאטע!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

תגובהדורך טעגלאש » זונטאג דעצמבער 13, 2015 4:39 pm

וואףף לאכט מען דא, אלעס לאכט, אפילו די פירהענג

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג דעצמבער 13, 2015 4:42 pm

בנפול ... אל תשמח!
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » זונטאג דעצמבער 13, 2015 6:00 pm

איינער האט דא א פאסיג? ניין, נישט פאר מיין הויזן... נאר איבערצולייגן דעם שמאטע... אזאנס? כ'האב שיעור יורד געווען עד לעפר פון דעם אשכול...

טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

תגובהדורך טעגלאש » זונטאג דעצמבער 13, 2015 6:35 pm

ידיד, שיק אריין די בילדער

home
שר חמישים ומאתים
תגובות: 382
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 20, 2012 10:23 pm

תגובהדורך home » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 1:06 am

גיט

אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3348
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 16, 2012 12:15 pm

תגובהדורך צווייפעל » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 1:10 pm

חחח


-----

עטליכע טיפס איר זאלט דאס נישט מיטמאכן, און אריינפאלן צו @שמאטע אין מויל.

1) שלייקעס, באבייכעלטע מענטשן ברויכן נוצן שלייקעס, ווארום ביי ברייטערע באשעפענישן האלט זיך דער סטראפ אויפן לויזן בויך, (די בויך איז דאך גרעסער ווי די היפביין), און מיט איין צו טיפע אטעם קען זיך די הויז אויסלייזן, און נידערן, - א פארמער הויז איז רעקאמענדעט (דזשאמפער).

2) גייט מיט גאר א לאנג רעקל, דענסמאל, אפילו די הויז פאלט, איז עס נישט מערקבאר, ווילאנג מען שטייט אויף איין פלאץ.

3) די וואס גייען אין שיך און זאקן (שווארצע זאקן), קענען גיין אן הויזן בכלל, ווי פיל ערליכע אידן וואס משום קדושה יתירה גייען זיי אהן הויזן בכלל, (מיט א שטענדיג פארמאכט רעקל), איך קען עטליכע.

4) ווען איר פאזט פאר א בילד, מאכט זיכער צו זיצן.

5) אין די ווינטער קענט איר גיין מיט די ווארימע לאנגע גאטשעס, דאס קען דינען אלס בעקאפ און פאל פון א הויז פאל (גענוי ווי א מצה רעדל), און איינוועגס וועט איר זיין ווארעם.

און פאל פון א פאל, נעמט זיך אליין צו לאכן דערפון, רויט ווערן, מאכט נאר גרעסער די שמחה פון די ארומיגע, און שרייבט אליין די ארטיקל אויף איי וועלט, ווארט נישט אז שמאטע זאל זיך נעמען צו אייערע ביינער.

אוועטאר
מענטשעלע
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 26, 2015 2:37 pm
לאקאציע: נישט דאס פלאץ...

תגובהדורך מענטשעלע » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 2:13 pm

:lol: גוט
החותם בדמע...
א געוועזענע טראמפ שטיצער.

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 894
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 2:32 pm

חחחח!!! ליצים!!! שמאטע, צווייפיל, מיט די גאנצע הויזנגעזונט...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 2:41 pm

צווייפעל האט געשריבן:
און פאל פון א פאל, נעמט זיך אליין צו לאכן דערפון, רויט ווערן, מאכט נאר גרעסער די שמחה פון די ארומיגע, און שרייבט אליין די ארטיקל אויף איי וועלט, ווארט נישט אז שמאטע זאל זיך נעמען צו אייערע ביינער.

יו דו חכם... כאפסט טאקע נישט אז דער הויזלאזער איבערוואגיגער איז שמאטע זעלבסט? ער באנוצט זיך דא מיט דיין עצה טובה אליינס צו באשרייבן די זאך...
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

יאנקעל פעדראטשיק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3303
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובהדורך יאנקעל פעדראטשיק » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 2:47 pm

די וועלטליכע מידיע האט נישט ארויפגעברענגט אזא שמייכעל ביים ליינען די נייעס ווי ביים ליינען די נייעס שמאטע סטייל,

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5260
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 3:00 pm

צווייפל...
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » מאנטאג דעצמבער 14, 2015 3:01 pm

האב איך שנעל געליינט צווייפעל'ס תגובה כדאי צו וויסן וויאזוי זיך צו פארהיטן פון בושות מיט די הויזן, האב איך אבער געכאפט בושות ביים אויסשיסן אין פאבליק ווי א נאר... האסט אפשר אפאר טיפס פאר דעם אויך?


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Gibbs און 26 געסט