שלום עליכם חשוב'ע צדקה זאמלער

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

שלום עליכם חשוב'ע צדקה זאמלער

תגובהדורך ניק ניק » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 8:11 pm

שלום עליכם א איד פון אויסלאנד מאכט אייך באקוועם, איר האט שוין ווי איינצושטיין? איר האט צו עסן? אז נישט רופטסט מיך אן און מ'וועט אייך בעזר ה' צושטעלן אש"ל מלא פון שענסטן און פון בעסטן אמעריקן סטייל.
אבער פאר מ'גיימיר ווייטער לאמיך אייך קודם באדאנקן פארן זיך אנשטרענגן מיר צו קומען מזכה זיין מיט מצוות צדקה, שטעלט אייך פאר איך דארף אייך אויפזוכן איבער די גאנצע וועלט צו ערפילן מיין חיוב, איז אלזא א דאנק אייך.
איר וועט אודאי נישט ברוגז זיין אויב איך וויל זאגן אפאר הערות, איך וועל פראבירן עס צו מאכן בקיצור נמרץ.
1. ווען איך האלט אינמיטן שמו"ע, קר"ש, אדער בין תפילה של יד וראש לא די וואס איך געב נישט קיין צדקה, נאר איך מאך מיך בכלל נישט וויסינדיג, איך ווייס דאס קען צומאל ווייטוהן א מענטש, סא בעט איך אייך פון פאראויס ביטע קומט נישט אין די צייטן. (אן אריינצוגיין אין די היתר פון הרב הרפנס באמצע קרי"ש, איך וויל נישט מיקל זיין און פערטיג.)
2. אויך ווען איך האלט אינמיטן אנטוהן די גארטעל אדער צאמלייגן די טלית אדער סיי וואס מיינע צוויי הענט זענען פארנומען ביטע קומט צירוק שפעטער, איך וועל אייך אי"ה אויפנעמען בסבר פנים יפות.
אגב, איך פארשטיי אז די סיבה פארוואס מענטשן קומען אמאל נאך געלט אינמיטן שמו"ע איז פשוט ווייל זיי זענען בעבדתיה טרוד און זיי באמערקן אינגאנצן נישט ווי איך האלט, אלזא אן עצה טובה איז צו אלעמאל קומען נאר אונמיטן פסוקי דזמרה אדער קדושה דסידרה.
3. איך בין נישט קיין מאלטי-טעסקער, אויב ווילט איר זאגן אפאר ווערטער, ביטע הויעך! קלאר! און קורץ! איך האב עס אליינס אויספראבירט איך בין געגאנגן נאך געלט און געמורמעלט אדער גארנישט געזאגט און אן אנדערס מאל האב איך געזאגט הויעך קלאר און קורץ, "א חתן פון ירושלים עיר הקודש" די 6 ווערטער האבן געברענגט אסאך שענערע נדבות, די עולם איז זייער ווארעם פאר אזאלעכע צוועקן, ס'איז פשוט אום-מעגליך אפצושטעלן דאס דאווענען אויסצוהערן יעדן איינעם, אז מ'זאגט אויף אן אופן אז מ'זאל עס הערן אפי' אין מיטן טראכטן פון עפעס אנדערש ברענגט עס ריזאלטאטן.
4. פאר גרעסערע נדבות דארף מען רופן מיין סעקרעטאר... ערענסט גערעדט פארוואס זאלט איר אויסגעבן ענערגיע אויף א מענטש וואס איר ווייסט נישט צו ער האט בכלל געלט, ס'איז דא צובאקומען "עשירים ליסטע'ס" אין אלע אידישע געגענטער, און ספעציעלע "משולחים דרייווער" וואס קענען זיך אויס ווען צו גיין צו וועם און וויאזוי, פרעגט אייך נאך און גענוסט דערפון געזונטערהייט.
5. נעמט נישט פערסאנעל וואס איך שרייב דא ווייל איך ווייס אז נארמאלע מענטש'ן טוהן דאס נישט, אבער איר קענט איבערגעבן פאר די ****נארמאלע, אז די אמעריקאנע טיפשים זענען נישט אזאלכע טיפשים ווי ער מיינט, און ער זאל נישט פראבירן קומען איינמאל פון די זייט טיש און איינמאל פון די זייט טיש וכדומה ענליכע טיפשית'ער.

פאר איך ענדיג די רייד וויל איך אייך זאגן תם ולא נשלם, ס'איז דא אסאך גאר גוטע און פיינע אידן און פראגראמען וואס איר קענט הנאה האבן, פרעגט אייך נאר נאך און מ'וועט אייך העלפן מיט וואס מ'קען.

און צום שלוס וואונטש איך אייך איר זאלט מצליח זיין און קומען און גיין לחיים ולשלום, און מאכן אסאך אסאך געלט אן קיין בזיונות און איר און אונז זאלן אלע געבענטשט ווערן בכל מילי דמיטב עד ביאת גואל צדק אמן.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 9:40 pm

יווו האט ער דיך אויפגערעגט......

ערענסט גערעדט, זייער גערעכטע פוינטס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2586
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 9:52 pm

ווען די חברה לייענען ווען אייוועלט...
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 9:53 pm

איך האב הנאה ווי אזוי די ברענגסט ארויס דיינע פויטס אבער דו וואטשט אויף די כבוד פין די געלט גייערס

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3757
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 10:14 pm

אביסעל צו שארף לדעתי,באט איי פיהל יאהר פעין....
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג נובעמבער 11, 2014 10:39 pm

@ ניק ניק, אלע אייערע נקודת זענענן נאר גוט פון אייער point of view..
איר זענט ביי אייך אין שטוב, איר האט א בעט ווי אהיים צו גיין יעדע נאכט, איר האט אייער ווייב און קינדער צו די האנט, וכו׳

אבער קיקענדיג פינעם משלוח׳ס בליק זענט איר ראנג...
זאג, האסט שוין אמאל פראבירט צו וואקען פינף טעג אין א צי? די ווייסט אז דער משלוח וואקט נאך געלט צופרי און ביינאכט נאון סטאפ!
זאג, די האסט שוין אמאל פראבירט צו זיין אויף געסטעריי 1 וואך אין א צי? די ווייסט אז דער משולח איז אויף געסטעריי חדשים?
זאג, האסט שוין אמאל ח״ו אויף קיין שום איד נישט געזאגט געדארפט אנקימען לידי מתנות בשר ודם פאר יענעם קוואדער?
זאג, די האסט שוין פראבירט פאר איין חודש נישט צו האבן דיין מאטראץ/קישן/עסן/קאוטש/היים/פריוואטקייט וואס עס איז דיר באקוועם?

להוי ידוע אז דער משולח בשעת ער קימט צו דיר האט ער שוין פארלוירען די מענטשליכע געפילען, ער איז שוין מוחל די בושות.. אבער ער האלט שוין נאך וואכען זיך בעטען פאר א דאלער, ער האלט שוין נאך וואכען פון וואקן און גיין נאך געלט, ער האלט שוין נאך וואכען נישט האבן די בעסיקס וואס א מענטש דארף צום לעבן..בשעת ער שטייט ביי דיין פלאטץ זעט ער שוין נישט קיין טלית קיין גארטעל און קיין פארנימענע הענט, און ער הערט שוין נישט קיין קריש״מ.. עס איז עולם חשוך בעדו.. ער גייט אן ווי א ראבאוט, און ער וויל ווי פריער באקימען די דאלער און זיך זען ביים נעקסטען מענטש.. דיינע כללים פון מענטשליכקייט רעדט בכלל נישט צו אים ווייל ער איז שוין לאנג נישט קיין מענטש, ער האט שוין פון לאנג - נעבעך - פארלוירען די מענטשליכע געפילן.
לעצט פאראכטן דורך מחותן אום מיטוואך נובעמבער 12, 2014 3:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 12:53 pm

מחותן ביזט 100% גערעכט, אלזא זאג מיר וואס דארף איך טוהן ווען איינער שטייט און קלאצט אויף מיר אינמיטן שמו"ע אדער בין תפילה יד וראש מיט אן אויסגעשטעקטע האנט?
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 1:06 pm

רחממות האבן אינערליך אויף דעם איד, און אים שענקן א ווארעמען בליק, ווייזען אז די פארשטייסט זיין צער און די האסט מיטגעפיל..


רוב אידן וואס קימען פון אר"י זענענן עכטע בעלי רחמנות וואס מחמת טלטול הדרך און די שווערקייט פון גיין אזוי לאנג אין א צו נאך געלט און פון די עמשענעול פרעשור וואס זיי האבן וועלענדיג עט-ליסט אריינכאפען נאך א דאלער פארלירען זיי זיך אביסל..

איך האב מיר געמאכט א מנהג צו געבן דעם דאלער מיט א שמייכעל און אנווינטשען ביי א חתונה "זאל עס זיין בשעה טובה ומצלחת" איך געב דעם געפיל אז איך האב א געפיל פאר אים.. איך האב שוין צענדליגער מאל געזען ווי די געלט גייער האבן גאר שטארק הנאה דערפון..

# אשרי "משכיל" אל דל, מען דארף טיען מצוות צדקה מיט שכל, עס איז א עקסטערע חיוב.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1660
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 1:08 pm

אפי' ווען מען קען נישט גיבען, זאלסטו האבען רחמנות, און שרייבען ארטיקלען, פארשטייט זיך.

...

מחותן יא זייער גוט
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 1:09 pm

כ'שפעקוליר ארויס צי פרינטן צוויי קאפיעס פון די ערשטע תגובה פון דעם אשכול, איינס אויפהענגען אויפן טיר פון דרויסן, און איינס ארויף קלעבן אויפן טלית בייטל.....

ערנסט גערעדט, כמוטשע מיך אלס ארום מיטן פראבלעם פון די לאו פון לא תאמץ ולא תקפוץ, אויב האב איך אין טאש עפעס געלט, און מאיזה סיבה שיהיה האלט איך נישט יעצט ביים געבן.... עפעס א היתר???

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 1:18 pm

יהיה כן האט געשריבן:כ'שפעקוליר ארויס צי פרינטן צוויי קאפיעס פון די ערשטע תגובה פון דעם אשכול, איינס אויפהענגען אויפן טיר פון דרויסן, און איינס ארויף קלעבן אויפן טלית בייטל.....

ערנסט גערעדט, כמוטשע מיך אלס ארום מיטן פראבלעם פון די לאו פון לא תאמץ ולא תקפוץ, אויב האב איך אין טאש עפעס געלט, און מאיזה סיבה שיהיה האלט איך נישט יעצט ביים געבן.... עפעס א היתר???

געהערט ביי א שיעור כללי אז די איסור איז נאר אויב איז דער עני אנגעוויזן ספיציעל אויף דיר, צו מחמת קורבה צו מחמת ווייל א צווייטער קען נישט געבן וואס דו קענסט, משא"כ ווען ער גייט סתם ארום איז נישט דא די איסור, כך שמעתי און איך נעם נישט קיין אחריות.
אגב א דאנק פאר די קאמפלימעט.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 2:17 pm

כהאב אמאל געפרעגט הרה"ק מספינקא זצ"ל וואס איך זאל טוהן ווען א איד קומט צו מיר נאך געלט און כהאלט און מיטן דאווענען און כהאב אים נישט וואס צו געבן.

האט ער מיר גענטפערט אז איך זאל אים ווייזן מיט די הענט אווי צו זאגן אז איך האב נישט און עס אים ווייזן מיט גרעסטן מאס הכנעה נישט אזוי וואו צו זאגן גיידער שוין פון דא דו נודניק.

און נאכדעם האט ער צוגעלייגט אז איך זאל מיך אייביג וויסענדיג מאכן פשוט אלס מענטשליכקייט אים צו ווייזן אז איך פיהל מיט מיט אים נאר איך האב פשוט נישט יעצט.

און אזוי פיר איך מיך טאקע.

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2641
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 02, 2014 1:24 am

תגובהדורך סמארט גאי » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 2:34 pm

מענין לענין
וואס איז דער פשט פון דעם "א חתן פון א"י", expect ער טאקע פון מיר א שענערע נתינה פון דאס וואס איך געב פאר דעם חתן פון argentina ? אדער וויליאמסבורג ?

איז דא איינער וואס געבט טאטע איין פעני מער וועגן דעם ??
נישט די מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן, נאר דיין "פירוש" אויפן מציאות קאנטראלירט דיינע געפילן
ס'איז בידך צו טוישן דיין מהלך המחשבה, און אזוי ארום זיך באשיצן פון ווערן אפעקטירט פון די -טיילמאל- אומאנגעמע געשעענישן וואס דאס לעבן ברענגט מיט זיך

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 2:38 pm

כי יש אומרים שעניי ארץ ישראל יש להם דין 'עניי עירך' הקודמים לשאר עניים

SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12854
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

תגובהדורך SPUSMN » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 3:08 pm

סמארט גאי האט געשריבן:מענין לענין
וואס איז דער פשט פון דעם "א חתן פון א"י", expect ער טאקע פון מיר א שענערע נתינה פון דאס וואס איך געב פאר דעם חתן פון argentina ? אדער וויליאמסבורג ?

איז דא איינער וואס געבט טאטע איין פעני מער וועגן דעם ??

געווענליך ווען איינער זאגט "א חתן פון ארץ ישראל" איז ער דער חתן, און טייל לייגען צו "וואס מאכט זיך אליין חתונה". דער נאטור פון א מענטש איז אז ער גיבט מער פאר א זאך וואס ער זעהט און שפירט מיט.

דערפאר לייגען אנדערע צו "מאכט שוין חתונה די זיביטע קינד". דאס מיינט חובות על גבי חובות.

מחותן, זייער גוט אראפ געלייגט דער צד העני; זאלסט טאקע קענען געבען מיט א ברייטקייט און מיט א שמייכעל.

מאנכע רעדען זיך אפ איבער משולחים, "פארוואס אהער" און "פארוואס אהין", "זאל ער גיין וואוינען אין חצור" וכו' וכו'. דער ערשטע זאך דארף מען זיך אריין לייגען אין זיינע שיך; און אויב מען קען נישט, זאל מען אים כאטש דן זיין לכף זכות אז ער איז נישט סתם א שנארער.
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 3:12 pm

סמארט גאי האט געשריבן:מענין לענין
וואס איז דער פשט פון דעם "א חתן פון א"י", expect ער טאקע פון מיר א שענערע נתינה פון דאס וואס איך געב פאר דעם חתן פון argentina ? אדער וויליאמסבורג ?

איז דא איינער וואס געבט טאטע איין פעני מער וועגן דעם ??

יא, איך געב מער פאר א חתן פון ארץ ישראל, קודם כל ווייל סאיז אים אסאך שווערער ווי פארן אמעריקאנער, צווייטנס, ווי ערווענט, געווענליך איז עס דער חתן אליינס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4895
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 3:13 pm

ניק ניק האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:כ'שפעקוליר ארויס צי פרינטן צוויי קאפיעס פון די ערשטע תגובה פון דעם אשכול, איינס אויפהענגען אויפן טיר פון דרויסן, און איינס ארויף קלעבן אויפן טלית בייטל.....

ערנסט גערעדט, כמוטשע מיך אלס ארום מיטן פראבלעם פון די לאו פון לא תאמץ ולא תקפוץ, אויב האב איך אין טאש עפעס געלט, און מאיזה סיבה שיהיה האלט איך נישט יעצט ביים געבן.... עפעס א היתר???

געהערט ביי א שיעור כללי אז די איסור איז נאר אויב איז דער עני אנגעוויזן ספיציעל אויף דיר, צו מחמת קורבה צו מחמת ווייל א צווייטער קען נישט געבן וואס דו קענסט, משא"כ ווען ער גייט סתם ארום איז נישט דא די איסור, כך שמעתי און איך נעם נישט קיין אחריות.
אגב א דאנק פאר די קאמפלימעט.

לפי''ז ווען מגייט ארום פאר א צווייטן, אדער פאר א מוסד איז נישט דא דער פראבלעם?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מיטוואך נובעמבער 12, 2014 3:24 pm

סמארט גאי האט געשריבן:מענין לענין
וואס איז דער פשט פון דעם "א חתן פון א"י", expect ער טאקע פון מיר א שענערע נתינה פון דאס וואס איך געב פאר דעם חתן פון argentina ? אדער וויליאמסבורג ?

איז דא איינער וואס געבט טאטע איין פעני מער וועגן דעם ??

אין סאטמאר בעיקר איז ביי מיר אין זיכרון, אז די רבי שרייבט אז מיטן געבן געלט קיין ארץ ישראל, איז מען יוצא יושב ארץ ישראל.... קען זיין כ'חלום.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט