זאלן חסידישע אינגעלייט דרייוון בייקס אין די סיטי

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

זאלן חסידישע אינגעלייט דרייוון בייקס אין די סיטי

יא זיכער פארוואס נישט!
277
83%
ניין ס'פאסט נישט, ס'איז א סכנה, וכדומה.
39
12%
איך האב נישט קיין מיינונג
17
5%
 
סך הכול שטימען: 333

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 4:26 pm

מחותן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די צווייטע פראבלעם איז, אז אויב ווערט עס א "נארמאלע זאך" וועסטו נישט קענען אפהאלטן פון די קינדער און בחורים צו דרייווען בייקס, און דאס איז שוין יא א ערנסטע פראבלעם.


צילוב...? ענדיג צו פארוואס.

הגדי האט שוין געזאגט. פארשטייט זיך, מיט א ביגוויל און א סקוטער, קען א קינד גיין ביז די קארנער און צוריק, מיט א בייק פארט ער אין די הרי אררט אריין.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16366
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 5:01 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די צווייטע פראבלעם איז, אז אויב ווערט עס א "נארמאלע זאך" וועסטו נישט קענען אפהאלטן פון די קינדער און בחורים צו דרייווען בייקס, און דאס איז שוין יא א ערנסטע פראבלעם.


צילוב...? ענדיג צו פארוואס.

הגדי האט שוין געזאגט. פארשטייט זיך, מיט א ביגוויל און א סקוטער, קען א קינד גיין ביז די קארנער און צוריק, מיט א בייק פארט ער אין די הרי אררט אריין.

און באמפט אריין אין אלע טאטעס און באבעס

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 5:02 pm

און פייפט מיט זיין נייע פייפער וואס ער האט באקומען פאר אפי-קוימען
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 7:40 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:די מעשה איז אזוי, עס איז צוויי פראבלעמען מיט די בייקס.

קודם איז עס א "קעטש 22", נאר א אויסווארף דרייווט ארום א בייק, און עס וועט נאר ווערן "נארמאל" אויב יעדער וועט דרייוען, אבער קיינער וויל נישט דרייווען, ווייל עס איז נישט נארמאל, בלייבט עס נישט נארמאל....

די צווייטע פראבלעם איז, אז אויב ווערט עס א "נארמאלע זאך" וועסטו נישט קענען אפהאלטן פון די קינדער און בחורים צו דרייווען בייקס, און דאס איז שוין יא א ערנסטע פראבלעם.


1 הוא אשר דברנו זאל עס ווערן "א נארמאלע זאך" מיט די הילף פון די (גאנצע) עולם דא,

2 "אפהאלטן פון די קינדער און בחורים צו דרייווען בייקס" ??? שיין צו זעהן אז די היטסט זיך די אויגן און קוקסט נישט ארויס פון די דלת אמות..... :roll:
הק' איש ימיני

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 9:34 pm

גערעכטער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די מעשה איז אזוי, עס איז צוויי פראבלעמען מיט די בייקס.

קודם איז עס א "קעטש 22", נאר א אויסווארף דרייווט ארום א בייק, און עס וועט נאר ווערן "נארמאל" אויב יעדער וועט דרייוען, אבער קיינער וויל נישט דרייווען, ווייל עס איז נישט נארמאל, בלייבט עס נישט נארמאל....

די צווייטע פראבלעם איז, אז אויב ווערט עס א "נארמאלע זאך" וועסטו נישט קענען אפהאלטן פון די קינדער און בחורים צו דרייווען בייקס, און דאס איז שוין יא א ערנסטע פראבלעם.


1 הוא אשר דברנו זאל עס ווערן "א נארמאלע זאך" מיט די הילף פון די (גאנצע) עולם דא,

2 "אפהאלטן פון די קינדער און בחורים צו דרייווען בייקס" ??? שיין צו זעהן אז די היטסט זיך די אויגן און קוקסט נישט ארויס פון די דלת אמות..... :roll:

האסטו 500 חעברע אנצוהייבן אינאיינעם? קענסטו מצליח זיין, דאס איז געווען מיין פוינט.

קינדער דרייווען טאקע אסאך, אבער נישט אלע. בחורים אין ווילי דרייווען קיינער נישט קיין בייקס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 9:40 pm

באט, הוי מחשב הפסד .. כנגד שכרה, קוק אויף די שטארקע בענעפיטס, ווייניגער טרעפיק, שנעלער אנקומען, פארקינג, טיקעטס, "נישט קוקן אזוי סאך וואס """יענער""" וועט זאגן / טראכטן".., ועוד ועוד, אקעגן די קליינע 'פראבלעמען'(?).
הק' איש ימיני

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 9:43 pm

גערעכטער האט געשריבן:באט, הוי מחשב הפסד .. כנגד שכרה, קוק אויף די שטארקע בענעפיטס, ווייניגער טרעפיק, שנעלער אנקומען, פארקינג, טיקעטס, "נישט קוקן אזוי סאך וואס """יענער""" וועט זאגן / טראכטן".., ועוד ועוד, אקעגן די קליינע 'פראבלעמען'(?).

די אלע פראבלעמען זענען "מאטריאליסטישע" וואס איך האב ערווענט זענען "ספיריטואלע".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 9:48 pm

וועגן דעם?? אההא! איך פארשטיי... אמממ? איך הער...
הק' איש ימיני

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 11:08 pm

לכתחילה, קען זיין איך בין נישט גערעכט אבער במחילת כבודך הרמה, כ'מיין ביזט אביסעל וואן טרעק מיינדעד לגבי נישט אנצונעמען קיין שום נייע זאך אין אונזער קורענט לייפ סטייל.

איך פארשטיי דיך זייער גיט פארוואס דו טראכסט אזוי, ווייל אזוי ביזטו פארזיכערט אז דו טוהסט ריכטיג.

אבער, עפעס באדערט מיר לגבי דעם וועג, יראתי אז דער סיסטעם ארבייט מיט געפוהל אין נישט שכל.

אני מוכן לשמוע אויב איך בין רייט אדער ראונג.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 11:36 pm

"נישט אננעמען קיין שום נייע זאך" איז נישט מיין וועג פון טראכטען, עס איז די וועג פון אונזערע רביס.

עס מוז זיין זייער א גוטע און וויכטיגע סיבה צו טוישען, ע" סקולס פאר מיידלעך. און יא, פשוט אז די סיבה איז ווייל סטאטוס קווא איז זיכערער, געווענדליך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » מאנטאג אוקטובער 27, 2014 11:45 pm

לעקטער אין קארס זענען אויך נייע זאכען מאי שנא בייקס?
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 12:16 am

AHA האט געשריבן:לעקטער אין קארס זענען אויך נייע זאכען מאי שנא בייקס?

יעדע זאך וואס קען אנרירען אידישקייט. די פראבלעם פון בייקס - אגב - איז נישט ווייל עס איז ניי, עס איז פיל עלטער ווי קארס, מיין עלטערפעטער האט שוין געדרייווט א בייק אין האנגערי, אזוי האט ער מיר פארציילט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 2:29 pm

און תשובת ויחי יוסף איז דא א תשובה וועגן א שוחט וואס דרייווט א בייק. (די שאלה איז נאר ווייל ס'מאכט די הענט זיך שאקלען)
הק' איש ימיני

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 2:31 pm

אין סקווירא טארן די שוחטים נישט דרייווען קיין קאר
(א בייק ווייס איך נישט)
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 2:32 pm

פארוואס? 'שוחט משום מאי מחייב' ?
הק' איש ימיני

יאנקעלע קליגער
שר האלפיים
תגובות: 2823
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 30, 2013 5:18 pm

תגובהדורך יאנקעלע קליגער » דינסטאג אוקטובער 28, 2014 2:37 pm

לכאורה א געוויסע גדר פון יראת שמים
איך טראכט נאר אזוי
--
צוריק צום נושא
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » זונטאג נובעמבער 02, 2014 8:21 pm

אזוי ווי איך בין א 'נארמאלע מענטש' פלאן איך נישט צו זיין דער ערשטער 'משוגענער' צו דרייוון א בייק בלויז כדי צו מאכן דרייוון א בייק 'נארמאל' !!!

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » זונטאג נובעמבער 02, 2014 8:28 pm

ליין איבער..
גערעכטער האט געשריבן:אזוי ווי דער ציבור אין די סיטי ציוואקסט זיך בלע"ה און די שטאט וואקסט מיט, מען צישפרייט זיך מער און מער, צו גיין פון איין זייט שטאט צום אנדערן איז שוין א שאלה פון תפילת הדרך.. פון די אנדערע זייט האבן א קאר איז 'יצא שכרו בהפסדו' כידוע, צוליב מאנגל און פארקינג, שווערע טרעפיק, 'אראנדשע קוויטלעך' יעדע שני וחמישי, ועוד. איז אפשר איז געקומען די צייט מ'זאל "אנהייבן דרייוון בייקס" דא אין בארא פארק / וויליאמסבורג וכו' אויף א טאג טעליכן פארנעם, אין יא! חסידישע אינגעלייט מיט בארד און פיאות, למה נגרע פון אונזער ברודער און מאנסי און אין אנדערע שטעט ווי אינגעלייט פארן מיט בייקס צו גיין פון איין פלאץ צום צווייטן.
אלזא לאזט הערן אייער מיינונג אויף די טעמע.

שטייט דא איין ווארט וועגן "מאכן דרייוון בייקס נארמאל"??? כ'מיין אז נישט,

גראדע שטים איך מיט מיט דיין פאוינט. (אויב איינער וואלט ווען גערעדט דערפין דא)
הק' איש ימיני

נודניק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 9:25 am

[quote="יוראפ.[/quote]
און באמפט אריין אין אלע טאטעס און באבעס[/quote]


ווער רעט פין פארן אויפן סיידוואלק?דאס זיכער נישט אויסער דעם איז עס נישט לעגאל אבער צי פארן ביי די זייט פין די ראד האקסטוי נישט אין קיינעם

נודניק
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 9:31 am

גערעכטער האט געשריבן:א רפואה שלימה! מיר שמועסן דא טאקע פון פאראנפארטליכע חסידישע אינגעלייט, און נישט פון שוואר... שיקצ... וואס קוקן נישט ווי זיי פארן בעו"ה..


ווי האסטוי באמערקט אז ביי אינז קיקט מען ווי מגייט-פארט-שפילט?

ביים קראסן איז ממש א חורבן ווי מקיקט נישט ווי מגייט, בעסער ווי מאנהעטן זיכער נישט מענטשן שפראצן ארויס אינמיטן א בלאק פין איין רגע אויפן צווייטן, קינדער זעצן מיט בייקס פאר ווער עס שטייט אין וועג אן די מינאמאלסטע מענטשליכקייט

דעס הייסט פאראנטווארטליך?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16366
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 10:15 am

נודניק האט געשריבן:
גערעכטער האט געשריבן:א רפואה שלימה! מיר שמועסן דא טאקע פון פאראנפארטליכע חסידישע אינגעלייט, און נישט פון שוואר... שיקצ... וואס קוקן נישט ווי זיי פארן בעו"ה..


ווי האסטוי באמערקט אז ביי אינז קיקט מען ווי מגייט-פארט-שפילט?

ביים קראסן איז ממש א חורבן ווי מקיקט נישט ווי מגייט, בעסער ווי מאנהעטן זיכער נישט מענטשן שפראצן ארויס אינמיטן א בלאק פין איין רגע אויפן צווייטן, קינדער זעצן מיט בייקס פאר ווער עס שטייט אין וועג אן די מינאמאלסטע מענטשליכקייט

דעס הייסט פאראנטווארטליך?

אבער צי פארן ביי די זייט פין די ראד האקסטוי נישט אין קיינעם

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3781
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 11:13 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די צווייטע פראבלעם איז, אז אויב ווערט עס א "נארמאלע זאך" וועסטו נישט קענען אפהאלטן פון די קינדער און בחורים צו דרייווען בייקס, און דאס איז שוין יא א ערנסטע פראבלעם.


צילוב...? ענדיג צו פארוואס.

הגדי האט שוין געזאגט. פארשטייט זיך, מיט א ביגוויל און א סקוטער, קען א קינד גיין ביז די קארנער און צוריק, מיט א בייק פארט ער אין די הרי אררט אריין.


אין אירופע וואו מען פארט יא מיט בייקס איז דער פראבלעם נישט פארהאנען. גראדע פלעג איך אמאל רייטען א בייק אין לונדון, וואו עס איז זייער נארמאל, ביז כ'האב געקויפט א קאר און זינט דאן בין איך צו פויל און באקוועם זיך צוריק ארויפצוזעצען. (איך בין אויך צוגעקומען מיט א גוטע 20-30 פונט, אבער שוין...)
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 7:19 pm

אנעים זמירות האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:
מחותן האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:די צווייטע פראבלעם איז, אז אויב ווערט עס א "נארמאלע זאך" וועסטו נישט קענען אפהאלטן פון די קינדער און בחורים צו דרייווען בייקס, און דאס איז שוין יא א ערנסטע פראבלעם.


צילוב...? ענדיג צו פארוואס.

הגדי האט שוין געזאגט. פארשטייט זיך, מיט א ביגוויל און א סקוטער, קען א קינד גיין ביז די קארנער און צוריק, מיט א בייק פארט ער אין די הרי אררט אריין.


אין אירופע וואו מען פארט יא מיט בייקס איז דער פראבלעם נישט פארהאנען. גראדע פלעג איך אמאל רייטען א בייק אין לונדון, וואו עס איז זייער נארמאל, ביז כ'האב געקויפט א קאר און זינט דאן בין איך צו פויל און באקוועם זיך צוריק ארויפצוזעצען. (איך בין אויך צוגעקומען מיט א גוטע 20-30 פונט, אבער שוין...)


גאר גיט געזאגט! (ס'מיר נישט בייגעפאלן די פונט פראבלעם...)
הק' איש ימיני

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 8:35 pm

איך בין נישט אין לאנדאן, און כ'בין נישט פארמישט אין די חינוך דארט צו וויסען צו עס איז נישט קיין פראבלעם, אדער עכ"פ עס וואלט געווען בעסער ווען עס איז ווען נישטא קיין בייקס.

#שווער צו פראוווען א נעגעטיוו.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
גערעכטער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4260
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 29, 2014 6:14 pm
לאקאציע: דא!

תגובהדורך גערעכטער » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 11:15 pm

האלטן מיר שוין ביי ""50"" פאר יא!
אקעגן '7' פאר ניין,
אבער איינעם אויפן גאס מיט א בייק מיט שטאלץ זעהן מיר נאכנישט? איכה???
הק' איש ימיני


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הארסי(פערד) און 32 געסט