ה' אייר

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 05, 2014 7:22 pm

קרעפטיג האט געשריבן:ישר כח זאלצי, זייער שיין.
איך בין באמת נייגעריג צו אידן דא שפירן זיך עכט צובראכן דעם טאג.
נישט זיך לאזן נארן אבער.

היינט ביי תחנון געגאסן טרערן, ירושלים ועמך לחרפה לכל סביבותינו.... הבט משמים וראה כי היינו לעג וקלס
אוי טאטע העעעעעעעעעעלף!!!!

זאלצי, דאנק פאר די שיינע פאעם.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג מאי 05, 2014 7:54 pm

נישט צום גלייבן! וואספארא שכרות עס האט אמאל געהערשט.

ליינט א שטיקל "המודיע", גענוי 63 יאר צוריק:
צוגעלייגטע
201159_1956931143_jpg.jpg
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » מאנטאג מאי 05, 2014 8:15 pm

די המודיע האט היי יאר געבעטן משום חילול השם מיטצוהאלטען דעם עמידת דום בשעת מען הערט דעם קול הצפירה פאר ווער עס איז אויפען גאס,

אפגעפינען די מנהגי היום
יום העצמות.jpg



א ציטאט פינעם דרשה פון די טאכטער פון הרב יוסף ז"ל בשעת זי האט געצינדען דעם פאקעל פאר'ן יום אידם


עדינה בר שלום, הוצגה על ידי המנחה, יהורם גאון, כאשה משלבת עדינות ושלום בהליכותיה, ושהביאה לפריצת דרך בעולם התעסוקה וההשכלה החרדים.

בר- שלום אמרה בנאומה, כשקולה נשנק, בטרם הדליקה את המשואה: "אני מתכבדת להשיא משואה זו לכבוד אבי רבי ומורי מרן הרב עובדיה יוסף, שנפטר השנה, ולאור מורשתו אני ממשיכה ביתר שאות ויתר עוז.

לאלפי התלמידים הלומדים במוסדות לחינוך מיוחד, ומשתלבים בחברה ומגיעים להישגים הראויים לציון. לכבודם של אלפי נשות החיל החרדות, שמסייעות בהקמת עולם התורה ומשלבות בין עבודה לבית של תורה.

ולכבוד השתלבותם של אלפי צעירים חרדים בשוק העבודה, הנהנים מיגיע כפיהם, ומקדשים שמים בהליכותיהם, וזה וזה מתקיימים בידם, כמאמר הפסוק: 'יגיע כפיך כי תאכל אשריך וטוב לך




זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מאנטאג מאי 05, 2014 10:19 pm

הרב עובדיה האט געהאט א פאר קינדער וואס געהערען מער צי די מזרחי ווי צי די חרדים

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מאי 05, 2014 11:05 pm

עס איז דא מנהג וואס געציילטע נטורי קרתא האבן זיך איינגעפירט אז בשעת די עמידות דום וואקט מען דירעקט ארום אין א סירקול אין כיכר השבת. איך האב היינט געזען איינעם אז ער איז אזוי שנעל געלאפן וועלענדיג אריינכאפען ווי מער מאל די הקפות אין די צוויי מינוט, די געים גיט שוין אן אזוי אן פאר עטליכע יאר, די מידיא פארדאמט עס און זיי וואקען מיט צעטליך שמייכעלדיג.

איך קען נישט באשליסען.. האט זייער אקט עפעס מיט יודשקייט? אדער עס איז ענדערש א ראקציע צו א אינעליכע דראנג וואס מען דארף היילען מיט מעדעצין?

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג מאי 05, 2014 11:14 pm

מחותן האט געשריבן:עס איז דא מנהג וואס געציילטע נטורי קרתא האבן זיך איינגעפירט אז בשעת די עמידות דום וואקט מען דירעקט ארום אין א סירקול אין כיכר השבת. איך האב היינט געזען איינעם אז ער איז אזוי שנעל געלאפן וועלענדיג אריינכאפען ווי מער מאל די הקפות אין די צוויי מינוט, די געים גיט שוין אן אזוי אן פאר עטליכע יאר, די מידיא פארדאמט עס און זיי וואקען מיט צעטליך שמייכעלדיג.

איך קען נישט באשליסען.. האט זייער אקט עפעס מיט יודשקייט? אדער עס איז ענדערש א ראקציע צו א אינעליכע דראנג וואס מען דארף היילען מיט מעדעצין?

לכאורה בשורש די זעלבע דראנג פון איבערפרעגן דריי מאהל מגל זו? מגל זו? מגל זו?
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מאי 05, 2014 11:17 pm

יענטץ שטייט אין די חז"ל און עס האט טעמים, דאס זעט מער אויס ווי אזא איך ווייס נישט וואס.. עס ברענגט נישט גארנישט, עס זאגט נישט גארנישט, עאון ס האט נישט קיין ציל, און קיין איין רב מנהיג העדה טוט עס נישט.

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » מאנטאג מאי 05, 2014 11:20 pm

מחותן האט געשריבן:יענטץ שטייט אין די חז"ל און עס האט טעמים, דאס זעט מער אויס ווי אזא איך ווייס נישט וואס.. עס ברענגט נישט גארנישט, עס זאגט נישט גארנישט, עאון ס האט נישט קיין ציל, און קיין איין רב מנהיג העדה טוט עס נישט.

אקעי יעצט הער איך וואס אייך באדערט ... אבער פרעגט נישט נאך קיין טעמים ...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דינסטאג מאי 06, 2014 3:20 am

מחותן,
די עמידת דום איז ביום ד' אייר דאס וואס זיי רופן יום הזיכרון (מעמאריעל דעי) אין אנדענק פון געפאלענע צהליסטן.
פארט איז דא ערליכע אידן וואס טענה'ן דאס איז חוקת הגוי און זענען מונע פון דאס טאן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » דינסטאג מאי 06, 2014 9:01 am

די מצב המדינה נאך 66 יאר:
מצב המדינה.jpeg

ואין קונה.jpeg


אז די חרדים וועלן זיך נישט געבן א שאקעל וועט נאך דעס חלילה פאסירען:
בעתיד.jpeg
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

dlb
שר העשר
תגובות: 27
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 02, 2014 7:50 pm

תגובהדורך dlb » דינסטאג מאי 06, 2014 9:35 am

איך פארשטיי נישט איין זאך!?
וואס האט דער עולם אונגעפאקט מיט ה' אייר?
וועגן וואס רעט איר בכלל פון דעם?
גלייבט מיר ווען קיינער וואלט נישט גערעדט דערפון וואלט קיינער נישט געוואוסט! איך האב נישט קיין מושג וועלכע טאג איז Yom Ha'atzmaut אין אמריקע, צו וואס דארף איך וויסן ווען איז אין א"י??
און אויב טוט איר עס וועגן עס וויינט ענק טאקע דאס הארץ!! וואס איז יעדע וואך שבת ווען טויזנטער אידן זענען מחלל שבת בפרסיה (און נישט דווקא אין א"י נאר אין אלע עקן וועלט ליידער!!) אפשר דארף מען מאכן יעדע שבת א סליחות ותענית?
איך מיין אז עס איז א שאד אז מען רעדט בכלל פון אזעלעכע נידריגע זאכן! זיי זענען נישט ווערד צו דערמאנט ווערן אין א היימישע אידישע שטוב!

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » דינסטאג מאי 06, 2014 9:47 am

דער סאטמארער רבי זי''ע האט געזאגט אז ווען די אנשי כנסת הגדולה זענען ווען דא וואלט מען עס קובע געווען אלס יום תענית פאר כלל ישראל, סא גיי זייט אייך מתבונן צוליב וואס חז''ל האבען בכלל קובע געווען געדענקענישען פאר אלע יומי דפורענותא וואס וואלט לכ' שוין לאנג פארגעסן געווארען ווען נישט מיר טוען עס חזר'ן מדי שנה בשנה אז יעצט אין דעם טאג האט יענער רשע זומם געווען פינסטערע פלענער.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2550
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » דינסטאג מאי 06, 2014 10:42 am

dlb האט געשריבן:איך פארשטיי נישט איין זאך!?
וואס האט דער עולם אונגעפאקט מיט ה' אייר?
וועגן וואס רעט איר בכלל פון דעם?
גלייבט מיר ווען קיינער וואלט נישט גערעדט דערפון וואלט קיינער נישט געוואוסט! איך האב נישט קיין מושג וועלכע טאג איז Yom Ha'atzmaut אין אמריקע, צו וואס דארף איך וויסן ווען איז אין א"י??
און אויב טוט איר עס וועגן עס וויינט ענק טאקע דאס הארץ!! וואס איז יעדע וואך שבת ווען טויזנטער אידן זענען מחלל שבת בפרסיה (און נישט דווקא אין א"י נאר אין אלע עקן וועלט ליידער!!) אפשר דארף מען מאכן יעדע שבת א סליחות ותענית?
איך מיין אז עס איז א שאד אז מען רעדט בכלל פון אזעלעכע נידריגע זאכן! זיי זענען נישט ווערד צו דערמאנט ווערן אין א היימישע אידישע שטוב!

וויזוי איס נאר די מימרא פון חזון איש (בערך) כאב נאך מער מורא ווען מ׳וועט עס אנהויבן גלייכן ...
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג מאי 06, 2014 1:58 pm

אנידער דערמיט!... (בני ברק)
צוגעלייגטע
101.jpg
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג מאי 06, 2014 3:21 pm

תחנון - ה' אייר

אין סאטמאר איז אנגענומען אז דער רבי ז"ל האט געזאגט אז מ'זאל זאגן אפילו ביי א ברית, וואס איז בעצם א מילתא דתמיהה, כ'מיין - עשרה בטבת ווען ס'דא א ברית זאגט מען נישט קיין תחנון, אויב עפעס אין יענע צייטן ווען ס'געווען א ווינט צו זאגן הלל, האט דער חזו"א געוואלט ווייזן לאפוקי, ווייס איך נישט

[עד כדי כך אז אויב מ'זאגט נישט, ווערט מען שוין נחשד מיט ציונית, ווער ס'האר געדאווענט פאריאר ה' אייר בערך ביי חצות אין חדר מרדכי אין ביהמ"ד הגדול דק"י, וועט אוודאי געדאנקען די קולות [לייען = פעטש] וואס איז געגאנגען עד לב השמים]

למעשה האט מיר פארציילט א איד, כ'וועל זאגן א נאמען, ר'יוסף שלמה גרינפעלד פון לאנדאן, זיין ברודער האט געלייגט תפילין ביים רבי'ן ה' אייר, און ס'געווען א ברית יענעם טאג אויך [אויב כ'מאך נישט קיין טעות האט ער געדענקט וועלכע ברית אויך], און זיי האבן געדאווענט ביים רבי'ן, און ער געדענקט קלאר ווי די טאג אז מ'האט נישט געזאגט קיין תחנון

ווען כ'האב עס פארציילט פאר ר' אברהם שמחה פר"מ, האט ער גטענ'ט אז ער געדענקט אלע יארן אין ביהמ"ד האבן די עלטערע יודן - ר' חיים הערש יאקאבאוויטש ועוד - מקפיד געווען צו זאגן תחנון
האב איך איהם געזאגט, עפר אני תחת כפות רגליך, אבער נישט אלעס וואס מ'האט געטון אין ביהמ"ד איז געווען א הוראה פון רבי'ן, בפרט ווען א איד איז מעיד אז ער געדענקט פאקערט

גאסט
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 8:23 pm

תגובהדורך גאסט » דינסטאג מאי 06, 2014 3:23 pm

איך האב דאס געהערט פון ר' עקיבא וויינשטאק אויך, אבער איך האב אויך געהערט פון אים אז דער רבי האט געזאגט אז אים וועט קיינער נישט חושד זיין מיז ער נישט זאגן תחנון משא"כ אנדערע

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג מאי 06, 2014 3:25 pm

גאסט האט געשריבן:איך האב דאס געהערט פון ר' עקיבא וויינשטאק אויך, אבער איך האב אויך געהערט פון אים אז דער רבי האט געזאגט אז אים וועט קיינער נישט חושד זיין מיז ער נישט זאגן תחנון משא"כ אנדערע


שוין אידאך קלאר, קיינער וועט היינט נישט חושד זיין אז מ'פרייט זיך מיט די מדינה, וועגן דעם זאגט מען נישט קיין תחנון
דעמאלס איז געווען א גרויסע ווינט, האט מען געמוזט מפיק זיין

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מאי 06, 2014 3:27 pm

דרךהמלך האט געשריבן:תחנון - ה' אייר

אין סאטמאר איז אנגענומען אז דער רבי ז"ל האט געזאגט אז מ'זאל זאגן אפילו ביי א ברית, וואס איז בעצם א מילתא דתמיהה, כ'מיין - עשרה בטבת ווען ס'דא א ברית זאגט מען נישט קיין תחנון, אויב עפעס אין יענע צייטן ווען ס'געווען א ווינט צו זאגן הלל, האט דער חזו"א געוואלט ווייזן לאפוקי, ווייס איך נישט

[עד כדי כך אז אויב מ'זאגט נישט, ווערט מען שוין נחשד מיט ציונית, ווער ס'האר געדאווענט פאריאר ה' אייר בערך ביי חצות אין חדר מרדכי אין ביהמ"ד הגדול דק"י, וועט אוודאי געדאנקען די קולות [לייען = פעטש] וואס איז געגאנגען עד לב השמים]

למעשה האט מיר פארציילט א איד, כ'וועל זאגן א נאמען, ר'יוסף שלמה גרינפעלד פון לאנדאן, זיין ברודער האט געלייגט תפילין ביים רבי'ן ה' אייר, און ס'געווען א ברית יענעם טאג אויך [אויב כ'מאך נישט קיין טעות האט ער געדענקט וועלכע ברית אויך], און זיי האבן געדאווענט ביים רבי'ן, און ער געדענקט קלאר ווי די טאג אז מ'האט נישט געזאגט קיין תחנון

ווען כ'האב עס פארציילט פאר ר' אברהם שמחה פר"מ, האט ער גטענ'ט אז ער געדענקט אלע יארן אין ביהמ"ד האבן די עלטערע יודן - ר' חיים הערש יאקאבאוויטש ועוד - מקפיד געווען צו זאגן תחנון
האב איך איהם געזאגט, עפר אני תחת כפות רגליך, אבער נישט אלעס וואס מ'האט געטון אין ביהמ"ד איז געווען א הוראה פון רבי'ן, בפרט ווען א איד איז מעיד אז ער געדענקט פאקערט

אוי דו דערמאנסט מיך פון די מהפיכה פאראיאר ביי חצות מנין
די מעשה איז געווען, ווייל האדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א האט פונקט פאר א יאר ביי א שמועס דערציילט, אז ער געדענקט ה' אייר תשכ"ז איז געווען א ברית (ער האט געזאגט מיט א נאמען, דאכט זיך ר' בעריש אפפעל'ס זון) און דער רבי ז"ל האט נישט געזאגט קיין תחנון.
דער רבי האט נישט געזאגט אויף הלכה למעשה, און דער רבי אליין האט פאר א יאר אויך געזאגט תחנון הגם ער אליין איז געווען מוהל און סנדק ביי א ברית בו ביום, ער האט עס נאר סתם דערציילט אז דער מנהג איז נישט מקורו פון רבין ז"ל נאר פון א פאר הייסע חסידים.
אויף דעם ארויף האט איינער געוואלט עוואידן דעם מאנטאג תחנון וועלנדיג כאפן עלינו ביי חצות, ועל זה יצא הקצף
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג מאי 06, 2014 3:30 pm

דרך המלך, איך וועל דיר פארענטפערן דיין תמיהה, ביידע מעשיות זענען אמת.

לעצטע יאר איז געווען א ברית ביי אדמו"ר מהר"א שליט"א, און ער האט געזאגט תחנון. נאכן דאווענען האט א איד געפרעגט צו ביים רבין ז"ל איז אויך אזוי געווען, האט ער געזאגט אז ביים רבי'ן פלעג מען זאגן תחנון אפילו אויב עס איז געווען א ברית, אבער ביים מנין פונעם בעל ברית אליינס האט מען נישט געזאגט. (יענער האט געפרעגט א"כ מאי שנא, פארוואס האט די רבי היינט יא געזאגט תחנון אפילו מיטן בעל ברית, האט דער רבי געענטפערט בדרך צחות "חמירא סכנתא מאיסורא"...)

---

מי יודע האקט, דערציילט די מעשה אנדערש, ואני מה ששמעתי אמרתי.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1114
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » דינסטאג מאי 06, 2014 3:33 pm

איך דערמאן מיך יעצט איך האב אויך געהערט די מעשה אזוי ווי תהלים איד
אבער אפאר יאר צוריק האב איך געהערט אז אדמו"ר מהר"א שליט"א האט נישט געזאגט קיין תחנון, כ'מיין ס'געווען תש"ע, ס'קען זיין אזא זאך?

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מאי 06, 2014 3:46 pm

יא תהלים איד, האסט מיר דערמאנט דאס ווערטל פון חמירא סכנתא מאיסורא, איך האב עס אויך געהערט פאר א יאר
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 727
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » דינסטאג מאי 06, 2014 4:27 pm

הנני מצטרף להניקים למעלה ביתר פרטים
שמעתי מהאדמו"ר מהר"א מיט עטליכע יאר צוריק אז אלס יונגערמאן איז ער אמאל ספעציעל געגאנגען צום פעטערס מנין ביום ה' אייר ווען ס'איז געווען א ברית צו זעהן אויב מ'וועט זאגן תחנון, עס איז דאן געווען דער ברית לר' לוי אפפעל הי"ו מקרית יואל בן ר' בעריש הי"ו, און דער רבי האט נישט געזאגט תחנון.
והוסיף הרבי שליט"א שאינו יודע אם בכל פעם לא אמר כשהי' ברית או שאירע דוקא בפעם ההוא אבל בפעם ההיא ברור שכך הי' המעשה
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דינסטאג מאי 06, 2014 4:54 pm

טא פארוואס זאגט מען תחנון ה׳ אייר ביי סאטמער (מוהר״א) ווען עס איז דא א ברית?

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דינסטאג מאי 06, 2014 5:07 pm

ליין איבער, מען האט געזאגט תחנון ביים רבי'ן ז"ל, נאר נישט ביי יענעם מנין.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

מי יודע
שר חמשת אלפים
תגובות: 5750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » דינסטאג מאי 06, 2014 5:14 pm

מחותן האט געשריבן:טא פארוואס זאגט מען תחנון ה׳ אייר ביי סאטמער (מוהר״א) ווען עס איז דא א ברית?

האב מיר דאך שוין געשמועסט אויבן, חמירא סכנתא מאיסורא....
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 14 געסט