ה' אייר

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

ה' אייר

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג מאי 05, 2014 11:39 am

אשמו בגדו

מרד מרדו

עלינו עמדו

בערמה זדו

מלבם בדו

באומות גודדו

החומה רדו

התורה צדו

החרדים חרדו


ביום המר

ה' אייר

זקן ונער

מלאי צער

חרב מתער

יצאה לבער

הכריזו בשער

ניאוץ וכפ"ר

ביום הנמהר


תפלתינו בקול

לאדון הכל

סלח ומחול

לנו ולכל

בני ישראל

ונזכה להגאל

מספדי למחול

הרשעה יפול

ויבנה זבול

במהרה אמן

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » מאנטאג מאי 05, 2014 11:48 am

ייש"כ פאר'ן ארויסברענגען די אידישע הרגשים אין אזא ביטערע טאג וואס האט געטראפען דעם כלל ישראל נעבעך אזא עונש מיט א מלוחה שאינו נאכל מחמת מלחו,
ייש"כ מי מלח
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » מאנטאג מאי 05, 2014 11:53 am

געוואלדיג!

וועלכע נוסח פון סליחות גייט אויף א ניינער?

אוועטאר
מצב כללי
שר האלפיים
תגובות: 2763
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

תגובהדורך מצב כללי » מאנטאג מאי 05, 2014 11:59 am

מייסטער ווערק.

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מאנטאג מאי 05, 2014 12:21 pm

ישר כח זאלצי, זייער שיין.
איך בין באמת נייגעריג צו אידן דא שפירן זיך עכט צובראכן דעם טאג.
נישט זיך לאזן נארן אבער.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מאי 05, 2014 12:33 pm

ישר כח זאלצי, זייער שיין.

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מאנטאג מאי 05, 2014 12:34 pm

קרעפטיג, און וויפיל אידן שפירן צובראכן למשל אין די דריי וואכן אדער אין די ניין טעג ?

ס'פעלט אונז ליידער דער הרגש אויפן צער השכינה אויפן העדר מלכות שמים, ס'איז נישט אונזער שולד אבער, דאס איז דער לב האבן וואס וועט זיין פאר ביאת המשיח, והסרותי מכם לב האבן ונתתי לכם לב בשר, דאס איז א חלק פון די נחת רוח וואס דער רבוש"ע האט פון אונזער שוואך דור.

איך פלעג אסאך יארן פאסטן אין דעם טאג, און דער מנין ויחל באשטייט פון א שיינעם ציבור אידן מתענים.


-----
זאלצי, זייער שיין, פרעכטיג און קלאסיש, רירנד און פאעטיש. א פראפעסיאנאלע מייסטערווערק.

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » מאנטאג מאי 05, 2014 12:38 pm

נישט קיין ספק אז מיר אלע שפירן זיך צובראכן אין דעם טאג. מיר ווייסן אז דער טאג האט גורם געווען דאס דער גלות זאל זיך ציעהן אזויפיהל לענגער.

אויב די שאלה איז צו מיר גייען ארום מיט שק ואפר? ניין! ליידער זענען מיר שוין אין גלות אזוי לאנג אז דער נשמה שבמח דיקטירט נישט דעם לב שבגוף.

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מאנטאג מאי 05, 2014 12:41 pm

גערעכט דעפרעסט, פיינע ווערטער, כ'האב עס געפרעגט ווייל כ'האב גארנישט געשפירט,ס'איז פונקט ווי נעכטן.
פיינט האב איך זיי און איך וואלט זיי געוואלט זען אויסגעריסן (לייען איינמאל מן המיצר אדער ילדי תימן) אבער די רוחניות'דיגע חלק ווייטאג איז ליידער פארטעמפט.
און די ניין טעג גראדע שפיר איך יא א ווייטאג און תשעה באב קומט מיר טרערן.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 05, 2014 12:51 pm

זייער שיין זאלץ! און זייער טרויעריעג אויך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

וואס
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 20, 2007 8:57 am

תגובהדורך וואס » מאנטאג מאי 05, 2014 1:15 pm

זייער שיין זאלץ וואסער, אויב מ'קען זאגן "שיין"
קרעפטיג האסט א פוינט, אבער וואס קען מען טון, מ'איז פארהארטעוועט.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג מאי 05, 2014 1:22 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:זייער שיין זאלץ! און זייער טרויעריעג אויך.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

קרעפטיג האט געשריבן:גערעכט דעפרעסט, פיינע ווערטער, כ'האב עס געפרעגט ווייל כ'האב גארנישט געשפירט,ס'איז פונקט ווי נעכטן.
פיינט האב איך זיי און איך וואלט זיי געוואלט זען אויסגעריסן (לייען איינמאל מן המיצר אדער ילדי תימן) אבער די רוחניות'דיגע חלק ווייטאג איז ליידער פארטעמפט.
און די ניין טעג גראדע שפיר איך יא א ווייטאג און תשעה באב קומט מיר טרערן.

כ'בין נישט קיין בעל מדריגה בכלל ליידער - מען האפט אויף בקרוב - אבער נאכן זעהן די בילד פון די צערעמאניע נעכטען ביים כותל, און מיט א טראפעלע מחשבה, האט מיר היינט ביי "ולירושלים עירך", און ביי "את צמח דוד", געשטאכען ווי שפיזן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 893
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » מאנטאג מאי 05, 2014 1:29 pm

טרעפליך. פאעטיש. קורץ. שארף. און צו די פונקט.

אייזן זאלצי!

וואס א לאנגע דרשה קען נישט טון, קען צוויי ווערטער טון. אויב זאלצי שרייבט עס.

אוועטאר
דרךהמלך
שר האלף
תגובות: 1109
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2012 11:38 am
לאקאציע: על הדרך

תגובהדורך דרךהמלך » מאנטאג מאי 05, 2014 1:31 pm

קרעפטיג האט געשריבן:גערעכט דעפרעסט, פיינע ווערטער, כ'האב עס געפרעגט ווייל כ'האב גארנישט געשפירט,ס'איז פונקט ווי נעכטן.
פיינט האב איך זיי און איך וואלט זיי געוואלט זען אויסגעריסן (לייען איינמאל מן המיצר אדער ילדי תימן) אבער די רוחניות'דיגע חלק ווייטאג איז ליידער פארטעמפט.
און די ניין טעג גראדע שפיר איך יא א ווייטאג און תשעה באב קומט מיר טרערן.


דאס איז לכאורה ווייל עס איז דא הלכות אין די טעג, אטאמאטיש ווערט דער מענטש נתעורר צום זמן, אבער אויב וואלט נישט געווען קיין שום הלכות נוהג אין די דריי וואכן, ווער זאגט דו וואלסט געשפירט אנדערש ווי ה' אייר

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » מאנטאג מאי 05, 2014 1:33 pm

קרעפטיג האט געשריבן:ישר כח זאלצי, זייער שיין.
איך בין באמת נייגעריג צו אידן דא שפירן זיך עכט צובראכן דעם טאג.
נישט זיך לאזן נארן אבער.

איך פארשטיי נישט דעי שאלה, פילע מנינים אידען פאסטען היינט מרוב צער ויגון, אוודאי איז נישט יעדער דערביי צו שפירען דעם אידישער הרגש, אבער יעדער וואלט זיכער געווען סך מער צופרידען און אויפגעלייגט ווען נישט דעי רשעי ארץ קומען אויף מיט זייער פינסטערע פלאן.

אז די ביסט נישט טרויעריג אויפען 'עצם' חורבן, דאן קלאג אויף דעם אליין (חדושי הרי''ם)
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מאנטאג מאי 05, 2014 1:44 pm

א ייש"כ

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » מאנטאג מאי 05, 2014 1:50 pm

חסיד נלהב האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:ישר כח זאלצי, זייער שיין.
איך בין באמת נייגעריג צו אידן דא שפירן זיך עכט צובראכן דעם טאג.
נישט זיך לאזן נארן אבער.

איך פארשטיי נישט דעי שאלה, פילע מנינים אידען פאסטען היינט מרוב צער ויגון, אוודאי איז נישט יעדער דערביי צו שפירען דעם אידישער הרגש, אבער יעדער וואלט זיכער געווען סך מער צופרידען און אויפגעלייגט ווען נישט דעי רשעי ארץ קומען אויף מיט זייער פינסטערע פלאן.

אז די ביסט נישט טרויעריג אויפען 'עצם' חורבן, דאן קלאג אויף דעם אליין (חדושי הרי''ם)

פארשטייסט פשוט נישט די שאלה ? איך האב פרובירט צו זיין אמת'דיג מיט מיר אליינס, כ'האב מיר דערטראכט אינמיטן עסן פרישטאג אז איך שפיר נישט אנדערשט ווי נעכטן.
כ'האב אבער א הנאה אז מיר האבן דא אזעלעכע געהויבענע בעלי מדריגה וואס דערהייבן נישט אזא גשמיות'דיגע קשיא.
לעצט פאראכטן דורך קרעפטיג אום מאנטאג מאי 05, 2014 2:01 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » מאנטאג מאי 05, 2014 1:55 pm

קרעפטיג האט געשריבן:
חסיד נלהב האט געשריבן:
קרעפטיג האט געשריבן:ישר כח זאלצי, זייער שיין.
איך בין באמת נייגעריג צו אידן דא שפירן זיך עכט צובראכן דעם טאג.
נישט זיך לאזן נארן אבער.

איך פארשטיי נישט דעי שאלה, פילע מנינים אידען פאסטען היינט מרוב צער ויגון, אוודאי איז נישט יעדער דערביי צו שפירען דעם אידישער הרגש, אבער יעדער וואלט זיכער געווען סך מער צופרידען און אויפגעלייגט ווען נישט דעי רשעי ארץ קומען אויף מיט זייער פינסטערע פלאן.

אז די ביסט נישט טרויעריג אויפען 'עצם' חורבן, דאן קלאג אויף דעם אליין (חדושי הרי''ם)

פארשטייסט פשוט די שאלה ? איך האב פרובירט צו זיין אמת'דיג מיט מיר אליינס, כ'האב מיר דערטראכט אינמיטן עסן פרישטאג אז איך שפיר נישט אנדערשט ווי נעכטן.
כ'האב אבער א הנאה אז מיר האבן דא אזעלעכע געהויבענע בעלי מדריגה וואס דערהייבן נישט אזא גשמיות'דיגע קשיא.

איך בין די זעלבער מגושם ווי דיר, נאר איך האב פשוט געמיינט אנצוצייגען אז עס איז ווי יעדע תענית און דערהויבענע זמן וואס טייל זענען באמת מיט די דערהויבענקייט צו טרויער פינעם זמן און טייל פרובירען זיך צופאסען צום אידישען הרגש.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג מאי 05, 2014 1:58 pm

יישר כח זאלצי פאר שיינעם סליחה.

הרב דעפרעסט, זייער ריכטיג געענטפערט.

און לגבי דער חילוק ביז די 9 טעג, לויט ווי הרה"ק מסאטמאר זי"ע האט געזאגט וואלט מען בימי חז"ל באשטימט א יום תענית אין דעם טאג, אבער היינט איז נישטא דער כח קובע צו זיין אזא זאך. אטאמאטיש מיינט דאס אז ס'נישטא קיין "חיוב" צו שפורן וואס אין דעם טאג האט פאסירט, נאר עס איז אזוי ווי איינער וואס האט א געוויסע טאג פארלוירן 10 מיליאן דאללער (און פארבליבן א יורד), קיינער הייסט אים נישט געדענקען אבער ער וועט עס נישט פארגעסן. והבן.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5099
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » מאנטאג מאי 05, 2014 2:04 pm

ש'כח
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג מאי 05, 2014 2:06 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'בין נישט קיין בעל מדריגה בכלל ליידער - מען האפט אויף בקרוב - אבער נאכן זעהן די בילד פון די צערעמאניע נעכטען ביים כותל, און מיט א טראפעלע מחשבה, האט מיר היינט ביי "ולירושלים עירך", און ביי "את צמח דוד", געשטאכען ווי שפיזן.

און נאכן זעהן ווי 14 פרויען זענען אויסגעוועהלט געווארן צו צינדן די פאקל, 13 שיקסעס און איין טאכטער פון הרב עובדיה, שטעכט דער שפיז נאכמער. ווי קאן א א"ג חרדישע פרוי זיין א טייל פון א גרופע אויסדערוועהלטע שיקסעס, און צינדען פאקלען צו די קול פון געזאנג דורך חיילים וחיילות?! א שטיק סטרא דטומאה, עצם מעצמם. רח"ל.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

atmybest
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 22, 2012 3:33 pm

תגובהדורך atmybest » מאנטאג מאי 05, 2014 2:08 pm

ס'איז א בושה און א חרפה אז מיר טוען גארנישט.
מיר וואלטן אלע געדארפט גיין פראטעסטירן היינט קייגן דעם קאנסולאט, און אויסגעשרייען אונזער וואי געשריי!

נערוועזער
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 13, 2008 1:33 pm

תגובהדורך נערוועזער » מאנטאג מאי 05, 2014 2:13 pm

לכאורה דארף זיין זייער גרינג צו פילן א ווייטאג ה' אייר און אפילו זאגן דריי מאל תחנון.

ווען מ'טראכט אריין אז דאס איז דער גרינדוג'ס טאג פון א מדינה וואס איז געבויעט אויף אונזערע עלטערענס בלוט.

רק בדם תהיה לנו הארץ האבן די פינסטערע גרינדערס געשריבן, גייט דאך די בלוט ארויף אין קאפ פון די בלוטיגע מדינה !! פאסטן דארף מען ווען.

זאלץ וואסער ישר כח.

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 23, 2013 1:41 pm

תגובהדורך חסיד נלהב » מאנטאג מאי 05, 2014 2:20 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:כ'בין נישט קיין בעל מדריגה בכלל ליידער - מען האפט אויף בקרוב - אבער נאכן זעהן די בילד פון די צערעמאניע נעכטען ביים כותל, און מיט א טראפעלע מחשבה, האט מיר היינט ביי "ולירושלים עירך", און ביי "את צמח דוד", געשטאכען ווי שפיזן.

און נאכן זעהן ווי 14 פרויען זענען אויסגעוועהלט געווארן צו צינדן די פאקל, 13 שיקסעס און איין טאכטער פון הרב עובדיה, שטעכט דער שפיז נאכמער. ווי קאן א א"ג חרדישע פרוי זיין א טייל פון א גרופע אויסדערוועהלטע שיקסעס, און צינדען פאקלען צו די קול פון געזאנג דורך חיילים וחיילות?! א שטיק סטרא דטומאה, עצם מעצמם. רח"ל.

זי איז ליידער געווארען ערוועלט אינאיינעם מיט די מרשעת פון די מזרחי פארטיי שקד אלס איינע פון די ''66'' אויסדערוועלטע נשים פון מדנ''י פאר זייער צוהעלפן צו מישען די פרומע מיט די פרייע ר''ל.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: איש חשוב, הרב_שלום, טעם וריח, טשיפקא, נעגלוואסער און 19 געסט