שיעורי השקפה דורך "פרדס שלמה"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » זונטאג נובעמבער 26, 2017 5:23 pm

צוגעלייגטע
640480910_640x360.jpg
640480910_640x360.jpg (28.81 KiB) געזעהן 728 מאל
bunker 4.JPG
bunker 4.JPG (14.1 KiB) געזעהן 737 מאל

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 908
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » זונטאג אוקטובער 07, 2018 3:51 pm

האט אפשר איינער דעם נומער פון הרב יחזקאל קויפטייל פון משכן יחזקאל און פרדס שלמה?
ביטע אין אישי. א דאנק
איך קוק אויס פארצייטיש?!... געב עס א שטיק צייט און דיינע קינדער זענען אויך "פארצייטיש"!...

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג אוקטובער 07, 2018 4:52 pm

הלשון האט געשריבן:
תן חיוך האט געשריבן:אבער דאס איז זיכער אז רובא דרובא וואס ער זאגט איז זאכן וואס מען לייגט אין ברסלב א דגוש..
אני הקטן האב אמאל געהערט א דרשה פון אים אין אומאן ווי ער האט אלעס ארויסגעזאגט פון ספרי ברסלב, און אפאר וואכן שפעטער הער איך די זעלבע דרשה אין ב״פ ארויסגעזאגט פון אנדערע ספרים ובפרט ספרי האדה״ז.

הוא אשר דברנו, ס'קוקט עפעס אויס ווי מען זוכט צו באהאלטן מקור מחצבתו


אין גיוס שפראך רופט מען דאס: ציידי נפשות
אין יד לאחים שפראך הייסט דאס: מיסיאנערן


אזאנע שטותים צוזאם צורעדן! איך קען א אינגערמאן וואס איז שוין נאנט מיט אים יאארן און האלט זיך פאר א תלמוד אבער האט נישט קיין שום שייכות צו ברסלב.
אוודאי איז קלאר אז הרב בונקער איז ברסלב אבער צוזאגן אז ער איז אויף א מיסיע צו פארשפרייטן עפעס א ספעציפישע אידילאגיע און נאך האבן די חוצפה עס אנצורופן ״מיסיאן״ איז א חוצפה שאין כדוגמתו. עניוואן וואס קען הרב בונקער און ליינט די ווערטער דא וואלט אים די בלוט ארויף אין קאפ.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג אוקטובער 07, 2018 4:54 pm

גערכט. מאכסט עס מער ווי ס'איז.

א סאטמארע רעדנער האט זיינע יסודות געבויעט פון סאטמאר. א סקוויראר פון מאור עינים וכו' און ס'מיינט נישט קיין מיסיע

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:06 pm

כ'ווייס נישט וואס כ'האב די זכי' אז מען האט פריש אויפגעוועקט אן אלטע תגובה וואס איז געשריבן געווארן בערך א יאר צוריק...

אבער אז מען רעדט שוין... משל אחד מני אלף.

דער סאטמארער רעדנער האט טאקע נישט קיין מיסיע אז איך זאל דאווענען ראש השנה אין זיין רבי'נס ביהמ"ד, דער בעלזער רעדנער אויך נישט - אבער, דער ברסלעווער משפיע האט יא [99.99%] א מיסיע אז איך זאל דאווענען ראש השנה ביין זיין רבי.

גלוי וידוע רבות בשנים: אלע זענען פיין און הייליג, אבער חב"ד און ברסלב זענען גאר שטארק אין די ליין פון וואשן מוחות.

והנלע"ד כתבתי.

גילוי דעת: איך האב הרב בונקער קיינמאל נישט געזעהן אדער געהערט. געשריבן באופן כללי.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

פאראויס
שר חמש מאות
תגובות: 725
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 01, 2015 8:56 pm

תגובהדורך פאראויס » זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:24 pm

קיינמאל נישט געהערט און 99% זיכער. כ'הער.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:25 pm

הלשון האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס כ'האב די זכי' אז מען האט פריש אויפגעוועקט אן אלטע תגובה וואס איז געשריבן געווארן בערך א יאר צוריק...

אבער אז מען רעדט שוין... משל אחד מני אלף.

דער סאטמארער רעדנער האט טאקע נישט קיין מיסיע אז איך זאל דאווענען ראש השנה אין זיין רבי'נס ביהמ"ד, דער בעלזער רעדנער אויך נישט - אבער, דער ברסלעווער משפיע האט יא [99.99%] א מיסיע אז איך זאל דאווענען ראש השנה ביין זיין רבי.

גלוי וידוע רבות בשנים: אלע זענען פיין און הייליג, אבער חב"ד און ברסלב זענען גאר שטארק אין די ליין פון וואשן מוחות.

והנלע"ד כתבתי.

גילוי דעת: איך האב הרב בונקער קיינמאל נישט געזעהן אדער געהערט. געשריבן באופן כללי.


כ׳האב פשוט יעצט די ערשטע מאל געזעהן איינער זיך דערוואגן צו רעדן מיט חוצפה אויף אזא חשובע איד. הוי זהיר בגלחתן.

איך הער אסאך זיינע דרשות (כאטש איך קען אים נישט פערזענליך) און ער האט נאך קיינמאל דערמאנט אפילו א ווארט וועגן ראש השנה אין אומאן וכדו׳.

לגבי דיין נקודה פון מוח וואשן, להוי ידוע דער בעש״ט ותלמדיו זענען אלץ ארומגעגאנגען פארשפרייטן חסידות פאר די המון עם. דאס ווערט אויך גערופן מוח וואשונג?

דיין גילוי דעת ברענגט נאר שטערקער ארויס די ביליגקייט פון אינטערייסן א זאך פארן בכלל אריינקוקן אין די נושא.

אנטשולדיגט פאר מיין שארפע שפראך. האסט מיך באמת אויפגערעגט מיטן רעדן אזאלכע דברי זלזול אויף גאר א ערליכע איד, א אמת׳ע ירא שמים.

גילוי דעת: איך האב נישט די מינדעסטע שייכות מיט הפצת ספרי חב״ד אדער ברסלב.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:30 pm

איך וויל פאררעכטן.
לעצט פאראכטן דורך מחשב אום זונטאג אוקטובער 07, 2018 6:20 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הוי 'מחשב'...

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:34 pm

מחשב האט געשריבן:קענסטו זיינע פריוואטע גילויים אויכעט??

א גאר מאדנע יוד איז ער זיכער, פאר די וואס ווייסן וואס טוט זיך הונטער די קוליסן.

ער האט אבער לכאו' נישט קיין אגענדע פון הפצה פון תורת ברסלב, ווי עס קוקט אויס. אפשר אנדערע חשבונות, ווייס איך נישט.


איך ווייס נישט פין זיינע פריוואטע גילייום. איך קען אים נישט פערזענליך.

איינער וואס לעבט א העכערע לעבן ווי דיר און על צד אז ער האט זוכה געווען צו עפעס וואס דו האסט נישט, ווערט ער נישט מאדנע וועגן דעם.

אדרבה, אויב ווייסטו מער פון זיינע מדריגות, זאל דער עולם אויך וויסן.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:42 pm

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:איינער וואס לעבט א העכערע לעבן ווי דיר.


יא, העכער ווי מיר זיכער. איך וויל טאקע וויסן מער איבער דעם, ווייסטו עפעס פון זיין "העכערן" לעבנס שטייגער?? א 'בעל כשרון' מאכט נישט איינעם פאר א 'צדיק', פאר אני הקטן האט ער עפעס נישט געכאפט, איך קען גראדע באשטיין יא צו וויסן, פון זיין "עבודה", און בעיקר פון זיינע "יונגע יארן", פאר ער האט זיך אריינגעלאזט אין די קבלה פעלד און באקומען אנהענגער.
לעצט פאראכטן דורך מחשב אום זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:51 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הוי 'מחשב'...

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:47 pm

אלצווייסער: נישט געוויסט אז זאגן אויף א חשובע משפיע אז ער באלאנגט קיין ברסלב הייסט חוצפה און זלזול...

אדרבה, ביטע טוה מיר א טובה, צייג מיר אן וועלכע אנדערע דברי זלזול איך האב געשריבן, כדי צו קענען מתקן זיין.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:55 pm

הלשון האט געשריבן:אלצווייסער: נישט געוויסט אז זאגן אויף א חשובע משפיע אז ער באלאנגט קיין ברסלב הייסט חוצפה און זלזול...

אדרבה, ביטע טוה מיר א טובה, צייג מיר אן וועלכע אנדערע דברי זלזול איך האב געשריבן, כדי צו קענען מתקן זיין.


זאגן אויף א איד וואס איז משפיע ברבים פשוטע אמונה אז וואס ער טוט רופט מען אין אונזער שפראך צידי נפשות אדער מסיאן מיינט זלזול אויפן שטערקסטע פארנעם.

דער איז נאו טו וועיז אבאוט איט.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג אוקטובער 07, 2018 5:57 pm

מחשב האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:איינער וואס לעבט א העכערע לעבן ווי דיר.


יא, העכער ווי מיר זיכער. איך וויל טאקע וויסן מער איבער דעם, ווייסטו עפעס פון זיין "העכערן" לעבנס שטייגער?? א 'בעל כשרון' מאכט נישט איינעם פאר א 'צדיק', פאר אני הקטן האט ער עפעס נישט געכאפט, איך קען גראדע באשטיין יא צו וויסן, פון זיין "עבודה", און בעיקר פון זיינע "יונגע יארן", פאר ער האט זיך אריינגעלאזט אין די קבלה פעלד און באקומען אנהענגער.


איך קאן נישט ענטפערן פין אייגענע עקספיריענס אבער איך קען אידן וואס קענען אים שוין פאר 20 יאר ווען קיינער האט נאכנישט געוויסט פין אים און זיי האבן געזאגט גרויסע זאכן אויף אים.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג אוקטובער 07, 2018 6:00 pm

איך האב געשריבן אז הענגן אנאנימע צעטלעך איבער א שבת/דרשה, אן די עכטע אינדענטיטעט פון די רעדנער איז מעשה "ציידי נפשות". אבער ווי קומט אריין זלזול תלמידי חכמים וכו'?

איך האף אז דו פראבירסט מיר נישט צו דערציילן אז הרב בונקער בכבודו ובעצמו שטעלט אויס די נוסח און מהלך פון די פראפעגאנדע מודעות, אויב יא איז אונזער שמועס געשלאסן
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

מחשב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » זונטאג אוקטובער 07, 2018 6:03 pm

איך וויל פאררעכטן.
לעצט פאראכטן דורך מחשב אום זונטאג אוקטובער 07, 2018 6:21 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הוי 'מחשב'...

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג אוקטובער 07, 2018 6:10 pm

הלשון האט געשריבן:איך האב געשריבן אז הענגן אנאנימע צעטלעך איבער א שבת/דרשה, אן די עכטע אינדענטיטעט פון די רעדנער איז מעשה "ציידי נפשות". אבער ווי קומט אריין זלזול תלמידי חכמים וכו'?

איך האף אז דו פראבירסט מיר נישט צו דערציילן אז הרב בונקער בכבודו ובעצמו שטעלט אויס די נוסח און מהלך פון די פראפעגאנדע מודעות, אויב יא איז אונזער שמועס געשלאסן


ווייל דו האסט אים נישט געקענט און נישט געוויסט אז ער, אין פריוואטע לעבן, איז א ברסלבער הייסט דאס אנאנימע צעטלעך אן ״אויפדעקן די עכטע אידענטיטעט״?

איר זאלסט מיר מוחל זיין, אונזער שמועס וואלט זיך קיינמאל נישט געדארפט אנהייבן.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג אוקטובער 07, 2018 6:12 pm

מצדי האסטו גע'פועל'ט - מיזט נישט ציען די שמועס ווייטער.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 738
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » זונטאג אוקטובער 07, 2018 6:16 pm

ער דערמאנט קיינמאל נישט קיין ווארט פון ברסליו
ער האט קיינמאל נאכנישט גערעדט אין אמעריקא איבער די ווארט אומאן

ס״ה איז ער דא צו אריינברענגען א געשמאק און חיות אין אידישקייט

האסט הנאה פון זיינע שיעורים? דאן הער אים
האסט ליב אנדערע מגידים דאן הער מה שחפץ ליבך

פון דא ביז אינטערייסן מענשטן , פאסט נישט פאר דעם פארום
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג אוקטובער 07, 2018 6:22 pm

מחשב האט געשריבן:איך קען גראדע עטליכע יודן וואס זענען געווען פון זיינע נאנטע אנהענגער, ס'איז געווען ביי זיי דעם 'הביאני המלך חדריו', און זיי זענען פון דארט אוועק, מיט אסאך שטאף, נישט ח"ו עפעס וואס איז מגרע זיינע מעלות, אבער אינטערעסאנטע ענינים.


איך ווייס באמת נישט צו וואס דו באציעסט זיך אבער דאס אז מענטשן זענען אוועקגעגאנגען מיינט גארנישט, ספעציעל אז דו זאגסט קלאר אז ס׳איז נישט געווען צוליב זאכן וואס זענען מגרע פין אים.

וואס איך קען זיך פארשטעלן אז דו רעדסט פון זאכן וואס זיי האבן געהאלטן אז ער דמיון׳ט און אויף דעם איז ווייטער די תירוץ אז איך ווייס נישט, און זיי ווייסן אויך נישט. מ׳קען פונקט אזוי אננעמען אז עפעס האט ער יא וואס זיי זענען אביסעל צו ערדיש צו גלייבן אין דעם.
איך זאג אן השערה, נישט אז איך ווייס אזוי.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 27 געסט