שיעורי השקפה דורך "פרדס שלמה"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג ינואר 05, 2016 5:43 pm

Tomorrow,Wednesday!

Mega Nittel
Event!
at Pardes Shlomo!

Featuring
Rabbi Rietti
“Life After Death - People Share their Experiences!”
Rabbi Yosef Shimon Bleier
"7 ways to have success in Life!"

Rabbi Zecharia Wallerstein
"The Making of a Leader!"

Tomorrow Wednesday Jan 6th
Due to Major Event it will be in different location!

Anshe Sfard 4502 14th Ave.



815pm - 11:15pm
(Marriv 8:00 and Marriv after shiurim)

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 3:30 pm

לכבוד הרב פרדס שלמה משכן יחזקאל,

איך ווייס שוין אז עס גייט פארקומען א טעלעקאנפרענס מיט רב פסח קראהן און רב יונתן ריעטי, איך ווייס שוין אויך אז מען קען הערן א שיעור בחנם פון 20 מינוט, אויך ווייס איך שוין אז רעגעסטראציע פארמאכט זיך היינט ביינאכט (פאר די עקסטענשען). פעלט נאך עפעס וואס איך ווייס נישט? אויב נישט פליז רוף מיך מער נישט.

א דאנק למפרע

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1434
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 4:40 pm

יע, צוויי מאל א טאג אויפן סעל 5 מאל אינדערהיים,
זוכט איר דוי?

יאנקל
שר חמש מאות
תגובות: 702
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

תגובהדורך יאנקל » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 6:16 pm

ווי אזוי קען מען אפהאקן מיט זיי ??. די חברה קאלן מיר אויף די סעל 10 מאל א טאג און 20 מאל אינדערהיים ביטע הערט אויף

לייב ירק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 264
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 17, 2014 9:13 pm

תגובהדורך לייב ירק » דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:07 pm

לויט ווי איך פארשטיי איז ווער עס ריפט נאר איינמאהל פרדס שלמה האטליין באקימט יעצט פאון קאלס אידן און ביהמײד האבן זיך זייער אפגערעדט ער טיט א טעות מענטשען ווערן אפסעט טיט דאס די פארקערטע וואס ער וויל

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » זונטאג נובעמבער 26, 2017 12:40 pm

-
צוגעלייגטע
BUNKER 2.JPG
BUNKER 2.JPG (33.79 KiB) געזעהן 1118 מאל

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2308
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » זונטאג נובעמבער 26, 2017 2:35 pm

Rabbi Bunker will give a shiur tonight in Williamsburg in Galante shul at 10.00 pm in the evening. 287 Hewes Street

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2756
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג נובעמבער 26, 2017 2:59 pm

פארוואס שטייט נישט אויף קיין איינע פון די מודעות אז ער איז א ברסלב'ע משפיע?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג נובעמבער 26, 2017 3:02 pm

הלשון האט געשריבן:פארוואס שטייט נישט אויף קיין איינע פון די מודעות אז ער איז א ברסלב'ע משפיע?

שטייט אויך נישט אז ער איז א בן-גרים

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2756
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג נובעמבער 26, 2017 3:04 pm

ער איז טאקע א גר?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג נובעמבער 26, 2017 3:05 pm

הלשון האט געשריבן:ער איז טאקע א גר?

שמעתי כן אתמול על הוריו, איני יודע אם אמת או לא

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג נובעמבער 26, 2017 3:51 pm

אויף א בעלזא אדער פאפא משפיע דארף מען אויך שרייבן אז ער איז א בעלזער אדער פאפא'נער משפיע?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג נובעמבער 26, 2017 3:55 pm

נא_שכל האט געשריבן:אויף א בעלזא אדער פאפא משפיע דארף מען אויך שרייבן אז ער איז א בעלזער אדער פאפא'נער משפיע?

אם הסחורה שלו ממולח עם תבלין בלזאית, או פאפונאית, בודאי שצריך לפרסם, כהלכות כל המאכלים שצריכים לכתוב עלי' האינגרידיענטס...

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2177
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » זונטאג נובעמבער 26, 2017 4:01 pm

יהיה כן האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:ער איז טאקע א גר?

שמעתי כן אתמול על הוריו, איני יודע אם אמת או לא

ער איז טאקע א ברעסלאווער ?

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2756
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג נובעמבער 26, 2017 4:02 pm

געווענליך וועט מען נאר באהאלטן יענעמ'ס אידענטיפיקאציע, נאר ביי איינע פון די צוויי

1) מען וויל נישט דער המון עם זאל וויסן

2) זיין נאמען איז וועלט בארימט, און זיין טייטעל איז אירעלעווענט

דא רעדט מען פון אייינער וואס פראוועט צום ערשטן מאל א "שבת מרומם" אין וויליאמסבורג. די נאמען איז ביים רוב ציבור נישט באקאנט. מען מאכט א אומגעווענליכע ווינט מיט שרייעדיגע פלאקאטן צו כאפן דעם ציבור. אז מען שרייבט נישט ווי ער באלאנגט, קוקט אויס ווי מען וויל נישט שרייבן.

(כ'קלער לענ"ד, אפשר וואלט עס מונע געווען פון געוויסע אהין צו גיין. וואס קלערסטו?)
לעצט פאראכטן דורך הלשון אום זונטאג נובעמבער 26, 2017 4:13 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג נובעמבער 26, 2017 4:08 pm

קען זיין אז לויט הלכות משפיעים איז די הלכה אז "צריך לפרסם", אבער במציאות "לא נהגו כן". כ'האב נאך קיינמאל נישט געזען שטיין אויף ר' מנשה ישראל "המשפיע הבעלזאי" על אף ער זאגט כסדר נאך פון די בעלזא רבי'ס, וכן לא ראיתי כותבים כן על שאר משפיעים. כנראה זהו דין מיוחד למי שטעם מספרי ברסלב.

ובעיקר הנושא, שמעתי אז ער האט נישט גערעדט פון ברסלב, און ער רעדט נישט געווענדליך פון ברסלב, ער האט אינקארפערעידט איך זך פון אסאך חסידות'ער, און ער רעדט דברים של טעם זייער גוט אראפגעלייגט. ווי אויך זאגט מען אז ער איז זייער גרויס אין קבלה ושאר חכמות (וואס ער רעדט נישט פון דעם ברבים...)

טייל הייבן זיך די אויגן ברעמען ווען ער רעדט, ער רעדט זייער ברייט און הומאריסטיש און מיט היינטיגע משלים, הן בעניני עבודה, והן בעניני חינוך ושלום בית.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2756
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג נובעמבער 26, 2017 4:17 pm

נא_שכל האט געשריבן:ובעיקר הנושא, שמעתי אז ער האט נישט גערעדט פון ברסלב, און ער רעדט נישט געווענדליך פון ברסלב

כ'האב נישט קיין השגה פון וואס ער האט גערעדט...

אבער צו זאגן אז "געווענליך" רעדט ער נישט פון ברסלב, איז מיר אינטרעסאנט.
א שנעלע זוך אויפ'ן גוגל הדור, האט מיר צוגעפירט צו א קאלעקציע פון מזל טוב שילדן, וואס זענען געהאנגן ווען ער האט חתונה געמאכט פאריאר. נאט אייך עטליכע דערפון
צוגעלייגטע
111.JPG
111.JPG (86.24 KiB) געזעהן 935 מאל
110.JPG
110.JPG (150.07 KiB) געזעהן 935 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2756
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג נובעמבער 26, 2017 4:19 pm

נאך
צוגעלייגטע
116.JPG
116.JPG (183.6 KiB) געזעהן 928 מאל
117.JPG
117.JPG (194.78 KiB) געזעהן 928 מאל
121.JPG
121.JPG (145.82 KiB) געזעהן 928 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2756
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג נובעמבער 26, 2017 4:21 pm

איך האב נאך 10 שטיק פון ברסלב'ע מוסדות און ארגאניזאציעס (אבער די סייט מאכט מיר פראבלעמן עס ארויפצולאדענען)
צוגעלייגטע
114.JPG
114.JPG (198.04 KiB) געזעהן 926 מאל
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
שכל הישר
שר מאה
תגובות: 173
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2014 1:28 pm

תגובהדורך שכל הישר » זונטאג נובעמבער 26, 2017 4:29 pm

ער פאר זיך איז א ברסלאווער
סנישט קיין שום סוד ובפרט טוט ער פארן ר״ה קיין אומאן

ער האט אן אייגענע קהילה אין ביתר מיט א חסד- בית התבשיל

שמעתי אז ווען ער איז אין אמעריקא פארקויפט ער דירעקט נישט ברסלאווער תורות צוליב דעם וואס ביי טייל איז עס נישט מקובל און זיין מטרה איז ס״ה צו דערנענטערן צום אייבערשטן און נישט צו שאפן מאך חסידים פאר ברעסלעוו

זיינע שיעורים ליגן אויף פרדס שלמה און פארקויפן חסידות מתלמידי בעש״ט אויף אן אופן שווה לכל נפש

ער איז א ריז אין קבלה און שרייבט א פירוש אויפן זוהר וואס ״עוז והדר״ גייט ארויסגעבן

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4624
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » זונטאג נובעמבער 26, 2017 4:38 pm

ר' הלשון מ'דארף נישט ברענגן אזעלכע שטארקע ראיות פון טאוועלעך ביי זיין חתונה. כ'האב נישט געזאגט אז ער איז נישט קיין ברסבלבר, נאר אז ווען ער רעדט זיינע שיעורים (בעיקר נישט פאר ברסלבע, נאר פאר אנדערע, צו במסגרת פרדס שלמה אדער אנדערע אויפטריטן) רעדט ער נישט פון ברסלב, כ'האב אים ס"ה געהערט עטליכע מאל אויפן טעלאפאן (פאר די ימים טובים) כ'האב נישט געהערט קיין ווארט ברסלב, נאר אביסל חב"ד.

***
נאך איינער מיט שכל הישר האקט...
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2756
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג נובעמבער 26, 2017 4:50 pm

אינטערעסאנט. אלעס איז מעגליך.

געווענליך, אבער ארבייט עס נישט אזוי. א ברסלב'ער איז משפיע פונעם נחל נובע....

---

ס'דערמאנט מיר פון דער אנהייב-תקופה פון הרב קלוגער, ווען ער האט נאך [לפנים] זיך פאררופן אלס הולך בדרך חב"ד, פארגעלערנט דעם אלטן רבי'נס ספרים, און גע'טענה'ט אז ער קומט גאר מחזק אינגעלייט זאלן ווערן שטעקערע חסידים ביי זייער קרייזן

דאס האט אנגעהאלטן אזוי, ביז ער האט געהאט זיינע חברה אין טאש. דאן האט מען פלוצלונג געטוישט צו ספרי מוהר"ן, און די רעסט איז היסטערי...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » זונטאג נובעמבער 26, 2017 4:54 pm

די הויכשטאפלערישע פראזן און לשונות וואס ער הענגט ארום אין די גאנצע שטאט 'השבת שישנה לך את חייך' ... בלינקט עפעס רויט....

אוועטאר
תן חיוך
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 11:54 am
לאקאציע: צפת

תגובהדורך תן חיוך » זונטאג נובעמבער 26, 2017 4:57 pm

הלשון האט געשריבן:אינטערעסאנט. אלעס איז מעגליך.

געווענליך, אבער ארבייט עס נישט אזוי. א ברסלב'ער איז משפיע פונעם נחל נובע....

---

ס'דערמאנט מיר פון דער אנהייב-תקופה פון הרב קלוגער, ווען ער האט נאך [לפנים] זיך פאררופן אלס הולך בדרך חב"ד, פארגעלערנט דעם אלטן רבי'נס ספרים, און גע'טענה'ט אז ער קומט גאר מחזק אינגעלייט זאלן ווערן שטעקערע חסידים ביי זייער קרייזן

דאס האט אנגעהאלטן אזוי, ביז ער האט געהאט זיינע חברה אין טאש. דאן האט מען פלוצלונג געטוישט צו ספרי מוהר"ן, און די רעסט איז היסטערי...


בונקער און קלוגער איז הימל און ערד...
אבער דאס איז זיכער אז רובא דרובא וואס ער זאגט איז זאכן וואס מען לייגט אין ברסלב א דגוש..
אני הקטן האב אמאל געהערט א דרשה פון אים אין אומאן ווי ער האט אלעס ארויסגעזאגט פון ספרי ברסלב, און אפאר וואכן שפעטער הער איך די זעלבע דרשה אין ב״פ ארויסגעזאגט פון אנדערע ספרים ובפרט ספרי האדה״ז.
הכל לטובה!

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2756
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » זונטאג נובעמבער 26, 2017 5:03 pm

תן חיוך האט געשריבן:אבער דאס איז זיכער אז רובא דרובא וואס ער זאגט איז זאכן וואס מען לייגט אין ברסלב א דגוש..
אני הקטן האב אמאל געהערט א דרשה פון אים אין אומאן ווי ער האט אלעס ארויסגעזאגט פון ספרי ברסלב, און אפאר וואכן שפעטער הער איך די זעלבע דרשה אין ב״פ ארויסגעזאגט פון אנדערע ספרים ובפרט ספרי האדה״ז.

הוא אשר דברנו, ס'קוקט עפעס אויס ווי מען זוכט צו באהאלטן מקור מחצבתו


אין גיוס שפראך רופט מען דאס: ציידי נפשות
אין יד לאחים שפראך הייסט דאס: מיסיאנערן
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 13 געסט