שיעורי השקפה דורך "פרדס שלמה"

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

שיעורי השקפה דורך "פרדס שלמה"

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג אפריל 29, 2014 12:41 pm

כ'האב היינט צום ערשטן מאל באגעגענט מיט א מודעה מטעם א אירגון וואס רופט זיך "פרדס שלמה" וואס מעלדט איבער פארשידענע שיעורים אויף די נושא פון "השקפה"
עס איז מיר געווען היפש אינטערסאנט איבערהויפט ווען כ'האב געזעהן די נעמען פון די וועלכע גייען רעדן ביים היינטיגן סעסיע פון שיעורים.
דאכט זיך אז די עצם געדאנק פון אזוינע שיעורים איז א חידוש און די חסידישע וועלט,
האט איינער שוין געהערט פון זיי?
אדער האט זיך שוין איינער משתתף געווען ביי זייערע שיעורים,?
ביטע שרייבט אייער רעקאמנדאציע איבער די שיעורים.

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3187
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » דינסטאג אפריל 29, 2014 12:48 pm

ווער זענען די רעדנער'ס?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג אפריל 29, 2014 1:00 pm

דאס איז פון די פאוסטער וואס זיי האבן אויפגעהאנגן היינט:


ר' יוסף מזרחי "סיפור אישי"
ר' יונתן ריאטי בנושא "די שפראך לשה"ק"
ר' חיים רוזענפעלד "שמחת החיים"

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג אפריל 29, 2014 5:29 pm

איך בין שוין געזעסן גראדע ביי א פאר שיעורים פון פ"ש וואס ווילסטו וויסן?

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג אפריל 29, 2014 8:12 pm

איך וויל וויסן, ווער איז דער עולם וואס קומט און וואספארא סארט דרשות איז דא דארט?

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג אפריל 29, 2014 8:46 pm

ס'זיצן דארט אין אלגעמיין געהעריגע חסידישע בארא פארקע יונגערלייט!

הרב מלאך האט שוין גערעדט דארט, רעביי שעפער פון די שמוס, מזרחי, וכו'

זייער רייכע געשמאקע "ספיטשעס"

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דאנארשטאג מאי 22, 2014 1:46 pm

היינט זענן געהאנגן געוווארן פלאקאטען איבער א פרישע "פרדס שלמה אווענט פון דרשות
עס וועלן אויפטרעטן
הרב יום טוב גלאסער פון א"י וואס איז באוויסט מיט זיינע סעמינארן
דר. הרב דוד גוטליב -מ'וועט קענען פרעגו שו"ת אויפן פלאץ
הרב יונתן ריאטי

העמיר גיין און כ'האף כ'וועל הנאה האבן.

אינטערסאנט פארוואס מען מאכט עס נישט נאך און אנדערע אידישע געגענטער..

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מאנטאג יולי 07, 2014 9:09 pm

כהאב היינט געזעהן אז מארגען גייט ווידער זיין א סעריע פון שיעורים דורך פרדס שלמה
עס גייען אויפטרעטן:
הר"ר אליהו בערגשטיין
הרב דוב פינסון
הר"ר יונתן שיפל
האט איינער עני אינפא אויף די מארגענדיגער רעדנערס?

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1848
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג יולי 07, 2014 10:12 pm

מר' גרין וויזוי האסטו הנאה געהאט ביי די פריעדיגע שיעור?

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מאנטאג יולי 07, 2014 11:21 pm

.
צוגעלייגטע
IMG-20140706-WA0063.jpg
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מאנטאג יולי 07, 2014 11:36 pm

fiena nieas האט געשריבן:מר' גרין וויזוי האסטו הנאה געהאט ביי די פריעדיגע שיעור?


געווען זייער שיין
די איצטיגע רעדנערס זענען נייע וממיילא וויל איך הערן פיד בעק פון אנדערע

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך יולי 09, 2014 10:42 am

געווען נעכטן ביי די דרשה פון ר' בערגשטיין
געווען זייער אינטערסאנט.

אגב האטמען אויסגערופען אז זיי פלאנען צו עפענען צענטערן און אלע היימישע געגענטער, כולל מונסי, לעיקוואד וכו'

1. איז איינער געווען ביי די אנדערע 2 דרשות און האט וואס מיטצוטיילן?
2. האט איינער זייער אימעיל אדרעס ווי מ'קען זיך אויפסיינען צו באקומען אופדעיטס?

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » מיטוואך יולי 09, 2014 10:50 am

אפשר זאגסטו אביסל מער וועלכע השקפה מען רעדט דארט?
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך יולי 09, 2014 11:42 am

שמעק_טאביק האט געשריבן:אפשר זאגסטו אביסל מער וועלכע השקפה מען רעדט דארט?


השקפה בדרך התורה דורך מגידים, אן אריינמישען שיטות פון חסידות וכדומה, די מטרה איז צו ברענגן יסודות אין השקפת החיים וואס די היימישע עולם האט קיינמאל נישט געהערט בעפאר

עפ"ר זענען די דרשות אויף ענגליש צוליב וואס די רעדנערס וואס רעדן אויף השקפה [אומפארטייאישע השקפה] זענען עפ"ר ענגלישע רעדנערס.
עס האבן שוין אויך גערעדט עטליכע אידישע מגידים ווי ר' פישל שעכטער מיט ר' אברהם מלאך אבער 90 % איז ענגליש.

לאו דוקא
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 18, 2012 12:11 pm

תגובהדורך לאו דוקא » מיטוואך יולי 09, 2014 1:33 pm

פרדס שלמה איז ביזנעס אדער א ארגעניזאציע?
למאי נפק"מ?
צו מ'קען הערן די דרשות ערגעץ ווי אויף קול הלשון וכדו'?

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

נומער פון פרדס האטליין

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך יולי 09, 2014 2:27 pm

לאו דוקא האט געשריבן:פרדס שלמה איז ביזנעס אדער א ארגעניזאציע?
למאי נפק"מ?
צו מ'קען הערן די דרשות ערגעץ ווי אויף קול הלשון וכדו'?



לזכות את הרבים

וויבאלד זיי ווילן מזאל קומען לייוו מאכן זיי נישט קיין אפעציעלע ריקארדינג
אבער זיי האבן א האטליין און צומאל לייגן זיי אויך ארויף די דרשות וואס מען הערט לייוו

די נומער איז
718-480-5222
לעצט פאראכטן דורך מר. גרין אום דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:53 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מיטוואך יולי 09, 2014 4:11 pm

מר. גרין האט געשריבן:צוליב וואס די רעדנערס וואס רעדן אויף השקפה [אומפארטייאישע השקפה] זענען עפ"ר ענגלישע רעדנערס.

להערה בעלמא, סאטמארע אידן זענען מקפיד אויף פארטייאישע השקפה, פונעם חתם סופר'ס פארטיי ולמעלה בקודש.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2999
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

תגובהדורך קהת » מיטוואך יולי 09, 2014 11:54 pm

איך באקום אימעילס פון זיי דורך דעיע אימעיל אדרעס

pardesshlomonewsletter@gmail.com
Normal is just a setting on the washing machine

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דאנארשטאג יולי 10, 2014 12:21 am

מר. גרין האט געשריבן:די מטרה איז צו ברענגן יסודות אין השקפת החיים וואס די היימישע עולם האט קיינמאל נישט געהערט בעפאר

אויב ס'האט ביז היינט קיינמאל נישט אויסגעפעלט צו הערן די יסודות אין השקפה, וואס איז יעצט געשעהן?
איך רייס זיי חלילה נישט אונטער, ס'האט מיר נאר אויסגעקוקט מאדנע, די געדאנק פון א פרישע השקפת החיים וואס מ'האט נאך ביז היינט נישט געהערט ביי אונז
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג יולי 10, 2014 3:03 am

מר. גרין
די נומער ארבעט נישט ביי מיר
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19963
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:06 am

ס'שמעקט עפעס פרעמד.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:44 am

שוועמל האט געשריבן:מר. גרין
די נומער ארבעט נישט ביי מיר


כזעה כהאב געהאט א טעות אין די נומער די ריכטיגע נומער איז"
718-480-5222

נתנדב ע"י משכן יחזקל
---
אדרבה וואלט מען געדארפט עפענען א אשכול מיט א ליסטע מיט אלע שיעורים וואס מען קען הערן אויפן האטליין [ זיי האלטן אצינד ביי #14}

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דאנארשטאג יולי 10, 2014 10:28 am

הלשון האט געשריבן:
מר. גרין האט געשריבן:די מטרה איז צו ברענגן יסודות אין השקפת החיים וואס די היימישע עולם האט קיינמאל נישט געהערט בעפאר

אויב ס'האט ביז היינט קיינמאל נישט אויסגעפעלט צו הערן די יסודות אין השקפה, וואס איז יעצט געשעהן?
איך רייס זיי חלילה נישט אונטער, ס'האט מיר נאר אויסגעקוקט מאדנע, די געדאנק פון א פרישע השקפת החיים וואס מ'האט נאך ביז היינט נישט געהערט ביי אונז


אז די פרעגסט מיט א איידעלקייט וועל איך מסביר זיין בקיצור:
אין פלעטבוש אין אין נאך מקומות איז שוין איינגעפירט פאר יארן לאנג שיעורים און השקפת החיים דורך די בארימטע ארגון שיעורי תורה העולמי [משא"כ אין ב.פ. אין וויליאמסבורג ברענגן זיי נאר שיעורים בהלכה ובאגדה]

לאמיר קודם איבערגיין שטייטערהייט פארוואס עס איז נישט געוען ביז היינט"
1. צוצושטעלן אזא פרויקט פאדערט זיך שעות פון ארבעט צוטרעפן די ריכטיגע רעדנערס וואס האבן די קוואלעפיקאציע צו קענען געבן השקפה שיעורים וואס דאס רעכענט אריין:

א. זיין א ערליכע איד מיט אלע פירושים.
ב. קענען דעליווערן יסודות פון אידישקייט, ד.מ. רעדן איבער עקרי ויסודי הדת, אדער צומאל ברענגט מען א גר אדער ב"ת וואס פארציילט זיין לעבענס געשיכטע און ברענגט אריין אין די צוהערער א חיזוק און אמונה.
ג. די בעל דרשן "מיז" אויך זיין איינער וואס קען אראפלייגן א שיעור אן אריינמישען סיי וועלכע ענין אדער שיטה וואס איז נישט איינשטימיג ביי גאנץ כלל ישראל, און כוועל מסביר זיין נאכאמאל- אז די נישט נאר דארף די שיעור זיין אין אויסדריקליכע יסודי הדת נאר אפילו די מעשיות און משלים וואס מען פארציילט בשעת'ן שיעור מיז זיין אויסגעהאלטן ביי אלע צוהערער צוגלייך אן מאכן איינעם פילען אומבאקוועם.

2. די בעלי דרשנים זענען ע"פ רוב רעדנערס אויף ענגליש וויבאלד עס איז דא א מאנגעל און רעדנערס וואס זענען שטימיג מיט אות "ג" וואס כהאב דערמאנט, אויף ענגליש איז אויך דא א גרעסערע אויסוואל צוליב וואס עס איז דא פילע דרשנים פון ישיבת אש תורה וכדומה וואס קענען אראפלייגען די עקרי הדת פונקט ווי מ'לערענט פאר די וואס ווייסען פון גארנישט פון אידישקייט.- מכח זה קאסט עס פיל טייערער צו ברענגן די פראפעסיאנאלע רעדנערס, וואס מ'זעהט זיי נישט קיין סך רעדן אין די גאס.
3. מען ברענגט נאר רעדנערס וואס זענען פראפעציאנאלע רעדנערס, ד.ה. זיי ווייסן וויאזוי אינטערצוהאלטען א עולם. ואסביר אין די ברייטע וועלט איז אנגענומען אז איעדער וואס וויל ווערן א רעדנער גייט צו הדרכה וויאזוי צו קאמיוניקירען מיט די צוהערער און מאכן אז די צוהערער זאלן זיין אויפגעלעבט און אינטערגעהאלטן בעת די שיעור, ביים היימישן עולם איז עס נישט אזוי איינגעפירט [טאקע דערפאר שלאפן מענטשן איין- און וועגן דעם האט זיך לעצטענס געפענט מכון "להשפיע" אויסצולערנען די גויאישע טאקטיקען וכו']- וועט עטס טאקע באמערקן אז ביי די דרשות על אף עס ענדיגט זיך צומאל 12:30 אויפדערנאכט, זענען אלע אויפגעלעבט און קיינער שלאפט נישט איין אינדערמיט וואס דאס איז די דעמאנטע פרינציפט.- למעשה האבן שוין אויפגעטרויטן עטליכע אידישע רעדנערס וואו ר' פישל שעכטער און ר' אברהם מ. מלאך וואס זיי זענען פאסיג מיט די כללים.
--
פארוואס פעלט עס אויס? פארוואס איז עס נישט געווען ביז היינט?

1. אזא שאלה פרעגט מען נאר אויף א שלעכטע זאך, קיינער וועט נישט פרעגו אזא שאלה ווען עס קומט ארויס א נייע גוטע פראדוקט.
2. מען האט עס בעצם געדארפטאייביג האבן און ווער ווייסט וויפיל אידישע נשמות וואלטן נאך געווען צווישן אינז ווען מ'באקט ווען אריין די ריכטיגע יסודות און עקרי הדת וואס עפ"ר רעדט מען נישט אין די היימישע מוסדות.
3. צו פארשטיין קלארער העמיר ברענגן היסטאריע, די דור פון די מלחמה איז געווען געבויעט מיט די אמאליגע כללים און מהאט געלעבט מיט א פשטות און מיט א צופרידענקייט, די קינדער האבן געהאט אסאך מער צמימות ווי די היינטיגע קינדער און מ'האט נישט געפרעגט קיין קשיות [ ..] מיט אסאך ס"ד איז אויסגעוואקסן א שיינעם דור פון ערליכע אידן, די מישוג פון נושרים און OFF THE DERECH איז נישט געווען בנמצא, היינט איז א אנדערע וועלט, די קינדער האבן נישט די אמאליגע תמימות, זיי פרעגן קשיות [און מ'קען שוין נישט שרייען אפיקורת אזוי ווי אמאל] און עס איז געווען א גרויסע חלל און די וועלט פון אויסלערנען די נייע דור וואס מיינט "אידישקייט" און וואס מיינט זיין א "איד". יא, די קינדער ווייסן שוין חסידות מיט סיפורי צדיקים אבער זיי ווייסן נישט די עקרי הדת!
איך וועל נעמען א דוגמה, פרדס שלמה האט א רעדנער וואס הייסט ר' יונתן ריאטי, ער האט א שיעור וואס רופט זיך TIMELINE ווועלכע מען האט שוין עטליכע מאל געהערט אין פרדס שלמה, אבער די חידוש איז אז על אף ער רעדט אויף ענגליש האבן כמעט אלע מנהלים פון ב.פ. געבעטן פון פרדס שלמה אז זיי ווילן אים ברענגן צו געבן די שיעור און זייערע חדרים!

אויב איינער האט עפעס אנצופרעגן אדרבה ואדרבה אבער ביטע זיך האלטען אויפן ריכטיגען טאן
א דאנק

אוועטאר
Alien
שר חמש מאות
תגובות: 823
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:54 pm
לאקאציע: אין מיין UFO

תגובהדורך Alien » דאנארשטאג יולי 10, 2014 10:52 am

מר גרין. זייער שיין מסביר געווען. איך גלייב זיי מיינען נאר גוטס, און טוען באמת אויף. זאלן זיי זוכה זיין ווייטער אויפצוטיען.

למעשה תהילים איד זאגט א שטארקע פוינט. א סאטמארע חסיד( אדער לאו דוקא סאטמאר) דארף טראכטען צו וואלט זיין רבי - אדער רבי זי"ע - געוואלט זיינע חסידים זאלן דארט גיין.

איך טראכט אז סאטמאר זאל טאקע אויך מאכן אזעלעכע שיעורים, מיט גוטע בעלי דרשנים. ס'וואלט געווען א גרויסע תועלת.
Alien
פה לבנה יצ"ו

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דאנארשטאג יולי 10, 2014 11:01 am

Alien האט געשריבן:מר גרין. זייער שיין מסביר געווען. איך גלייב זיי מיינען נאר גוטס, און טוען באמת אויף. זאלן זיי זוכה זיין ווייטער אויפצוטיען.

למעשה תהילים איד זאגט א שטארקע פוינט. א סאטמארע חסיד( אדער לאו דוקא סאטמאר) דארף טראכטען צו וואלט זיין רבי - אדער רבי זי"ע - געוואלט זיינע חסידים זאלן דארט גיין.

איך טראכט אז סאטמאר זאל טאקע אויך מאכן אזעלעכע שיעורים, מיט גוטע בעלי דרשנים. ס'וואלט געווען א גרויסע תועלת.


א. א יעדער בעל דרשן וואס ווערט דארט געברענגט ווערט קודם איבערגעקוקט דורך די רבנים פון פרדס שלמה.
ב. לאם איך אייך פרעגן א שאלה, צו וועלכע שיעור וואלט א סאטמערער חסיד געמעגט גיין איידער די עקזיסטענס פון תורת הבעל שם טוב?
עס הערט זיך לאכעדיג אבער די נמשל איז זייער פשוט: מען רעדט דארט נאר עקרי הדת - אויפן תרי"ג מצוות וממיילא זעה איך נישט פארוואס עס זאל זיין א חילוק צווישן פארטייען
אחוץ אויב די וועסט מיר זאגן אז דיין רב האט עס נישט מאשר געווען דאן דארפסטו פאלגן דיין רב, אבער סתם זיך דאכטען צו די רבי ז"ל וואלט געלאזט האט באמת נישט קיין פשט. [ אין די רבי ז,ל צייטן איז נישט געווען די היינטיגע מצב פון נושרים ווי אויבן דערמאנט אויף דעם שטייט "חנוך לנער ע"פ דרכו]


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יש מזל און 21 געסט