שמחת בית שלעפשיץ

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
בעל דעת
שר חמש מאות
תגובות: 832
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 11:48 am

תגובהדורך בעל דעת » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 12:02 pm

אנטשאלדיג איך בין אביסעל נאיוו...... איז טאקע דא עפעס א חתונה אדער מען מאכט זיך סתם משיגע?
בכל פגע הריני מורגל להחזיק האמונה, כי לא נעשה דבר ביד המקרה רק על פי השגחתו יתברך, והריני מתאמץ בתפילה להעביר את רוע הגזירה, ולפיכך הריני מתייחס בקרירות להשתדלות (חזון איש אגרות ח"ב קלב)

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 12:22 pm

בעל דעת וואטש אוט די חסידים זענען אויפן וועג מיט זייער שטעקענעס...
יא יא די רבי האט טאקע חתונה, נאו דזאוקס...

אוועטאר
האלץ האקער
שר האלף
תגובות: 1281
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 05, 2012 11:02 am
לאקאציע: דארט ווי דער באשעפער הייסט

תגובהדורך האלץ האקער » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 1:15 pm

בעל דעת האט געשריבן:אנטשאלדיג איך בין אביסעל נאיוו...... איז טאקע דא עפעס א חתונה אדער מען מאכט זיך סתם משיגע?

וגם אני החלומי וואס גייט דא פאר יאך פארשטיי נישט קען מיר איינער מסביר זיין ? אויב נישט דא און פאבליק שיק מיר א אישי איך וועל אייך דאנקבאר זיין
לעצט פאראכטן דורך האלץ האקער אום דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 1:26 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
מיר קיקן מער נישט אויף פאקס.ניוס זינט דעם ביטערן זינטאג כא אדר תשע"ג לע"נ ר' נחמן גלויבער ע"ה בן יו"ט נ"י וז' מרת ריזל ע"ה בת יצחק נ"י ולע"נ בנם
download/file.php?id=50093&mode=view

קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

תגובהדורך קרעפטיג » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 1:18 pm

איך פארשטיי אויך נישט וואס דא טיצעך, כ'האב מיך געשעמט צו פרעגן...

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 1:32 pm

לויט ווי אזוי עס קוקט אויס
די קעפל שרייט שמחת בית שלעפשיץ

ברויך מען וויסן קודם וואס איז דאס שלעפשיץ
נאכער וואס איר ווייסט שוין דאס קענט איר פרעגן ולשמחה זו מה זו עושה.

סי שיינט לויט ווי אזוי אלע תגובות גייען דא אז איינער גייט חתונה האבן
נו וואס האט יענער מיט שלעפשיץ?

ווער קען גיבן א קלארען הסבר?
בטוב טעם ודעת - ביטע ארויסהעלפן?
ביינאונז אין שלעפשיץ העלט מען זיך איינער דעם צווייטער
איך גלייב ביז געציילטע גייט זיין א גוטע הסבר דא!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 2:15 pm

אליעזר גרינפעלד האט געשריבן:לויט ווי אזוי עס קוקט אויס
די קעפל שרייט שמחת בית שלעפשיץ

ברויך מען וויסן קודם וואס איז דאס שלעפשיץ
נאכער וואס איר ווייסט שוין דאס קענט איר פרעגן ולשמחה זו מה זו עושה.

סי שיינט לויט ווי אזוי אלע תגובות גייען דא אז איינער גייט חתונה האבן
נו וואס האט יענער מיט שלעפשיץ?

ווער קען גיבן א קלארען הסבר?
בטוב טעם ודעת - ביטע ארויסהעלפן?
ביינאונז אין שלעפשיץ העלט מען זיך איינער דעם צווייטער
איך גלייב ביז געציילטע גייט זיין א גוטע הסבר דא!

אז מ'ווייסט שוין דאס פארשטייט מען שוין אליינס די גרויסע שמחה אינעם רבינס הויף

אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

תגובהדורך אסותא » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 2:19 pm

האלץ האקער האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:אנטשאלדיג איך בין אביסעל נאיוו...... איז טאקע דא עפעס א חתונה אדער מען מאכט זיך סתם משיגע?

וגם אני החלומי וואס גייט דא פאר יאך פארשטיי נישט קען מיר איינער מסביר זיין ? אויב נישט דא און פאבליק שיק מיר א אישי איך וועל אייך דאנקבאר זיין

אוועטאר
מוזיקאליש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 17, 2013 8:33 pm
לאקאציע: מיט העדפאונס אויפען קאפ

תגובהדורך מוזיקאליש » דאנארשטאג פאברואר 27, 2014 6:39 pm

ביים ערשטען תגובה אויפען טיקעט - הזמנה איז געשטאנען א נאמען אויב קיקט מען גיט
עיין שם היטיב שמ.... ש.....
ויש היכל שאינו נפתח אלא בניגון....

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » פרייטאג פאברואר 28, 2014 11:33 am

אזוי ווי דערוילעם איז דא גוט צומישט וועל מיר פראבירן צו פארשטיין געבן פארן ברייטן ציבור וואס דא טיט זיך.

ווי גייסטו זיין מארטש 24?????

די שוין באקאנטע קשיא הערט מען לעצטענס פרעגן אין אלע שיכטן און קרייזן קליין און גרויס גראב און דאר יעדער פרעגט די קשיא.
די ענטפער איז מען גייט זיין אין די זאלן פין אימפעריל ווי עס גייט פארקומען די איינמאליגע גרויסע היסטארישע געשעהניש ווי די שלעפשיצע רבי אליינס גייט חתונה האבן ברוב טראסק ובעטאראראם.

די שמחה איז אין לשער ביי אינז חסידי שלעפשיץ מען פיהלט עס שוין און מען קען שוין טאפן די שמחה אין די ליפטן.
אז א גאנץ יאר יעדע מינוט איז קהילות שלעפשיץ פיהל מיט שמחה איז עס יעצט אין די טעג פילפאכיג גרעסער ממש מען אטעמט שמחה
א קלייניקייט די רבי האט חתונה.

יא! עס איז קיין וויץ נישט די רבי האט חתונה .

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מוצ"ש מארטש 01, 2014 10:02 pm

אייער לעצטער שורה וואלט געקענט נוטצען א קאמא כזה , .

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » מוצ"ש מארטש 01, 2014 11:17 pm

שלום ר' זארג נישט, שוין לאנג נישט געזעהן.
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » מוצ"ש מארטש 01, 2014 11:42 pm

ווי קען זיין אז עס זענען דא יודן וואס ווייסן ניט בחייכן פון שלעפשיץ צו זאגן? ווי קאן אזאנס פאסירן? רבותי! מען דארף גרויס תשובה צו טון
לעצט פאראכטן דורך בנחיים_שמואלסאן אום זונטאג מארטש 02, 2014 8:44 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » זונטאג מארטש 02, 2014 12:31 am

זארג_נישט האט געשריבן:

יא! עס איז קיין וויץ , נישט די רבי האט חתונה .


יעך בין שוין איגאנצען צומישט...
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
AHA
שר האלפיים
תגובות: 2008
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2011 6:14 pm
לאקאציע: בין פטיש לסדין

תגובהדורך AHA » זונטאג מארטש 02, 2014 12:50 am

אזאנס צו גראמען, א שרעק!
איך גלייב אז אלעס וואס דער באשעפער טוהט איז נאר גוט. בעטן בעט איך אז הראינו השם את חסדיך אפו' מיין באגרעניצטע מוח אין פליישיגע זאל דאס אויך זעהן.

יוחנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 7:22 pm

תגובהדורך יוחנן » זונטאג מארטש 02, 2014 1:07 am

אסותא האט געשריבן:
האלץ האקער האט געשריבן:
בעל דעת האט געשריבן:אנטשאלדיג איך בין אביסעל נאיוו...... איז טאקע דא עפעס א חתונה אדער מען מאכט זיך סתם משיגע?

וגם אני החלומי וואס גייט דא פאר יאך פארשטיי נישט קען מיר איינער מסביר זיין ? אויב נישט דא און פאבליק שיק מיר א אישי איך וועל אייך דאנקבאר זיין

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3823
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » זונטאג מארטש 02, 2014 1:29 am

לטובת די פריצלעך ע'מער ערקלערען...

דער ניק שלעפשיץ, אקא שלעפשיצער רבי, גייט אי"ה חתונה האבען בקרוב, און אלע ידידים לבית שלעפשיץ פרייען זיך מיט.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס

תמהואומר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 448
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 30, 2014 1:47 pm
לאקאציע: נעבן דעם שאינו יודע לשאול

תגובהדורך תמהואומר » זונטאג מארטש 02, 2014 2:59 pm

און היות ס'שטייט שמחו בה' "וגילו" צדיקים, איז נישטא קיין חשש "גילוי"...

אלענפאלס גייט ער טוישן זיין ניק נאך די חתונה
א תם האט אויך עפעס וואס צו זאגן, הער אים אויס מיט געדולד!

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג מארטש 03, 2014 8:18 am

וועט דער רבי זיין מסדר קידושין?
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » מאנטאג מארטש 03, 2014 9:53 am

די רבי וועט ווערן מסודר מיט די קידושין

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » מאנטאג מארטש 03, 2014 10:52 am

אזוי עס ווערט געברענגט פון צדיקים אז ווען עס איז דא א חתונה בבית צדיקים, ווערט נשפע שפע רב פאר כל הנלוים עליהם, פאר אלע חסידים ארום,

דערפאר האט די פעדערעל רעזערוו פון גרעיטער שלעפשיץ פראקלאמירט א ספעציעלע טשארדזש קארד לכבוד די שמחה און מ'העט קענען איינשאפּן אלע השפעות דערמיט.
צוגעלייגטע
credit card smaller.jpg

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » מאנטאג מארטש 03, 2014 11:18 am

ווייסט איינער ווי מ'קען באקומען דעם שלעפשיצער קארטל?????????

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » מאנטאג מארטש 03, 2014 1:44 pm

אין קוויטעל שטוב פון רבינו מ'שלעפשיץ
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דינסטאג מארטש 04, 2014 10:09 am

msp האט געשריבן:אין קוויטעל שטוב פון רבינו מ'שלעפשיץ

דארט ווישט מען עס אדורעך...

אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18004
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

תגובהדורך msp » דינסטאג מארטש 04, 2014 1:49 pm

אמת אבער דער קוויטעלשרייבער האט זיי
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב

אוועטאר
שלעפשיץ
שר האלף
תגובות: 1323
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 17, 2010 1:32 pm
לאקאציע: ביים רבי'ן אין שלעפשיץ
פארבינד זיך:

שמחת בבית רבינו שליט"א

תגובהדורך שלעפשיץ » דאנארשטאג מארטש 13, 2014 6:59 pm

א גוט יאר
א גוט'ן פורים קען מען שוין צוגלייך אנוואונטשען
זאל דער אויבערשטער ענק אלע באשערן מיט כל טוב וטוב אמן

איך וויל מיר דא נעמען די מייק אין די האנט - ביטע זיך אראפזעצן
איר זאלט מיר אנטשולדיגן פארן אייך אויפהאלטן מיט לאנגע מעשיות.

פותחין בכבוד אכסנאי
אזוי איז ידוע
וועל איך דא אויך אזוי טוהן.

צום אלעם ערשט מוז איך מיר באדאנקען פארן אויפהאלטן די סייט
אין אמת'ן אז מען טראכט אריין איז נישט מעגליך צו באצאלן וואס דא ווערט אלץ געטוהן ב"ה

דער ארענדער הידוע בשמו - איך מיין די ניק
איז באוואוסט אלץ העל הבית דא
הגם איך קאן אים נישט אבער איך קען אייך נאר זאגן זיין זכות איז גאר גרויס
אזוי ווי עס ווערט כסדר ארויסגעברענט בפי כל

אין יעדן 3טען אשכול קען מען זעהן ווי דער עולם באדאנקט זיך פאר אים, יעדער וואס ליינט דא
ווער ליינט דען נישט?
מיר אלע האבן הנאה פון די סייט במילא אפי' מיר ווילן שוין יא באצאלן די געלט אבער די צייט איז אוממעגליך צו צאלן.

זאל דער אויבערשטער אים באקליקן מיט כל משאלות לבו לטובה.

די מעלות פון די סייט וועל איך יעצט נישט אזוי שטארק פרובירן ארויסצוברענגען
נאר ממש א קלייניקייט - איך וויל נאר זיך באדאנקען פאר אלע מנהלים, אחראים, וגבאים.
די ארבייט וואס דא טוט זיך אפ איז אין לשער.

איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי די חברה טוהן עס - באמת
אין אנהייב איך האב קיינעם נישט געקענט האב איך געטראכט מן הסתם א באנדע משוגעים אדער ליידאקעס
עס האט זיך ארויסגעשטעלט גאר דאס פארקערטע אויב עפעס זענען זיי די נארמאלע באזעסענע ערליכע יודן
און איך בין דער ליידאק. נו זאל נישט אויסגערעדט זיין.
אבער די חברה ברויכן האלטן א סייט ריין - ריין מ'פאליטיק, לשון הרע וכדומה
אן קיין שום קלער שכרם הרבה מאוד והלואי שיהי' חלק עמהם.

ווי אויך טו איך נישט פארגעסן די אלע ניקים וואס דא גייט פאר
לאמיר געבען א ווארף אריין אזא קליינע פיצי שכח פארן פותח האשכול הזו - מאן יימר עס איז געלונגען ב"ה
אלע מגיבים זענען גארנישט אונטערשטעליג - א שכח אייך
איר האט זיכער משמח געווען אפאר יודן וגם אני בתוכם - יישר כחכם.

*******

אצינדער לאמיך אנהייבן צו רעדן צום זאך
דער עולם זאל נאך אביסל בלייבן זיצען.

דער הייליגער באשעפער האט מיר געגעבן א זכי' (יא אנעים איך וועל פארצייל'ן ווי מער איך טוה זיך מחזק זיין דערמיט)
איך האב באקאנטשאפט געמאכט מיט איינע מחשובי ניקים - ווער עס געדענקט נאך דער ניק "שלומי"

ער האט מיר אנגעגעבן צו ליינען דא אינעם פארום
מען רעדט דא פון אן ערך אומגעפאר 4 - 5 יאר צוריק
ער פלעג רעדן מיט זאפט דא פונעם וועלטעל
איך פלעג ליינען און לאכן זיך רייבענדיג דאס בייכל פונעם געשמאקען עולם דאן.

איך האב זיך איינגעשריבן דאן, ביז מען האט מיר אנגענומען האט גענומען אפאר טאג
די ערשטע ארטיקל האב איך דאן געשריבן - עס איז מיר געווען א היבשע חיזוק די ווארעמע אויפנאמע
וואס איך האב באקומען.

יארן זענען אדורך אצינד איז איי-וועלט פילפאכיג געשטיגן סיי אין צאל אשכולות
סיי אלע ענינים העומדים והעוברים על הפרק

ניקים זענען געקומען ניקים זענען געגאנגען - א שטייגער קרעמער
אבער סע דא אסאך מער - והמבין יבין

דאס איז די סדר העולם ב"ה נאר געזונטערהייט
מען זעהט מאנכע הייבן אן א נייע ארבייט, די צייט ערלויבט זיי מער נישט אזוי ווי אמאל מיט אונז צו וויילן,
אמאל ווערט די שרייבן ווייניגער אזוי ווי גרויזי האט לעצטענס אריינגעווארפן אפאר ווערטער צו פייערען די געפייעראכטס.

מען קען קיינמאל נישט וויסן וואס די סיבה איז פארוואס איינער קומט אדער ווערט פארשוואונדען
ברוך השם איך קען זאגן במלא מובן המילא, דאס מאל גייט עס זיין מחמת שמחה

איך געזעגען מיר נישט - האט נישט מורא
די צייט וועט נאר זיכער ווערן סאך אסאךמער גע'ענגט אריינצופאלן אזוי ווי אמאל.

פארדעם יעצט איידער איך ווער פארנומען האב איך געוואלט דא לאזן וויסן דעם מצב
איך זעה סע דא וואס פרעגן צו סע א וויץ אדער נישט?
וויל איך זאגן - עס איז קיין וויץ נישט!

ווען איינער פון די בני חבורה מאכן א שמחה - פרייט זיך די גאנצע חבורה
אזוי ווען רבינו משלעפשיץ האט חתונה - פרייען זיך אלע חסידים.

סע דא וואס האבן מיר געפרעגט איך אישי צו סע אמת די גאנצע זאך דא,
אויף זייער וואונדער אויב עס איז דא בחורים אויפ'ן וועלטעל דא.

האב איך זיי געזאגט אז יא, אן עלטערער בחור וואס ברויך אביסל לופט איז זייער געראטן
ער זאל נעמען לופט אויף איי-וועלט ווי ענדערש אויף אנדערע פלעצער.

ווי אויך וויל איך דא זאגן פאר אלע עלטערע בחורים וואס זענען דא אדער ליינען דא,
עס איז נישט דא ווי זיך צו יאגן - יא איך האב מיר אויך געיאגט
עס איז זייער גרינג צו זאגו אדער מחזק זיין אנדערע, אבער איך קום שוין פון דארט
ב"ה איך בין שוין פערטיג מיט די בחורישע יארן. (איך קען זיך נישט באציען צו לאנג פאר חיזוק #אנטשולדיגט)
ווי געשמועסט ישועת ה' כהרף עין
איינמאל מען איז געהאלפן פארגעסט מען די ימי הצער.

פארדעם וויל איך טאקע דא דאנקן דעם אויבערשטען ברוב עם, היות דער וואס האט געליינט ביז אהער (אלטע אשכולות)
האט געקענט פארשטיין צווישן די שורות, צו זיין אן אלטער בחור איז נישט פון די בעטעמ'סטע געשעפטן.

וויל איך אויסשרייען שכח באשעפער פארן מיך אויסלייזן פון ענגשאפט, ווי אויך טוה איך בעטן אויף ווייטער,
נאך איין תפילה טאטע - ביטע לייז אויס אלע יודן בגאולה פרטית ובגאולה כללית.

נאך דא אסאך אסאך עלטערע בחורים וואס ברויכן ישועות ונחמות, איך בין זיכער אז דו טאטע האסט זיי נישט געלייגט און די זייט חלילה
טא ביטע טוה שוין מיט אונז חסדים גלוים.

נחזור לענינינו - דא ווירבלט זיך שמחות
מען האלט שוין ביים שוועל אריין צום יו"ט פורים
אריין צום ימי חתונה ושבע ברכות.

איז וויל איך אויסדריקן א שכח פאר אלע וואס האבן געליינט אין מגיב געווען ביז היינט
סיי ווען איך האב יא געשריבן גוט סיי ווען סע האט אריין געוועפט
(סע געווען בכלל איין גוטע ארטיקל אפי?)

אז מען טראכט אריין, זענען מיר דא געזיצן בצוותא חדא -cyber space
געוויס אונטער אלע ניקים מוזן זיין מענטשן
סע קען זיין דאפעלטע ניקים אונטער דאפעלטע מענטשן
נאך אלץ יעדע אות ווערט געדריקט דורך איינעם זיצען אין קלאפן אויתיות
גארנישט געשעהט אליינס.

דורך די אלע יאר באקומט מען א שטיקל געפיל איינער פארן צווייטן (די וואס קענען זיך)
עס איז געווען כמה וכמה קומזיצן - מלוה מלכ'הס
מען פארברענגט אינאיינעם, מען שמועסט, מען זינגט און הרגענייזט
סע טוט זיך א וועלט אינעם וועלטעל.

די גראפיק פארום - די נגינה פארום אין וואס נישט
אפי' אין בית המדרש דא בין איך שוין אריינגעפאל'ן
אונזערע תלמידי חכחמים דא, שרייבערס, אלעס אלעס אלעס
איך מיין ממש יעדעם - מיט יעדעם אינאיינעם ווירבעלט זיך דא שטיקער אינפארמאציע

די קאמידישע ארטיקלן די ערנסטע, אינטערעסאנטע, הערליכע
אלעס אלעס מאכט א דבר השלם, וויפיל הילפ דער עולם העלפט זיך ארויס דא עס איז העכער מיין פארשטאנד
וואס דא גייט פאר.

אי"ה וועט מען ווייטער אנהאלטן די גוטע ארבייט - יעדער אין זיין שטאט קען אויפטוהן איבער די גאנצע וועלט
מען ווייסט נישט אמאל וואס איין גוט ווארט טוט אויף
איך קען מיר נישט איינהאלטן פון שרייבן - הרב גראדער למשל מיט זיינע ארטיקלען
בויעט אויף וועלטן איר הערט גראדער?

שמעלקע טויב? בוזט דא? איר טוט אויף מער וויפיל איר ווייסט אז איר טוט!
אזוי אויך זייער אסאך מענטשן איך האב שוין נישט אזויפיל צייט צו שרייבן מנחה הייבט מיר אן רופן
די הונגער נאגט - אבער איך מיין קאפ לויפט מיר דורך די לעצט פאר יאר דא אויפן וועלטל

די שניי אין ע"א - ווער קען ציילן ןןיפיל אשכולות איז דאן געווען?
די זומערס - די ווינטערס איי איי ווי נעמט מען די יונגע יארן??

עניוועי - עס איז מיר א גרויס פארגענוגען צו זיין אנטייל אין די משפחת איי-וועלט
הגם דער ארענדער וועט מיר נאך שלאגן פארן מאכן זיין סייט א משפחת באט יוא געט די פאונט.

דעריבער האב איך געוואלט דא איינליידענען דעם עולם צום שמחה
וואס וועט פארקומען אי"ה מאנטאג תזריע
יעדער קען דעם דאטום שוין פון פריער
עס וועט מיר זיין א גרויסע פארגענוגען ווען דער עולם דא וועט ערשיינען אי"ה
אוודאי ווער עס קען.
דער וואס האט מיט גילו צוטון, זאל פארשטייטסעך נישט קומען אדער נישט זאגן ווער זיי זענען אויב זיי קומען יא.


יהי רצום שכל נטועות שנוטעים ממך - אייוועלט
יהי' כמותך. נאך גוטע געשמאקע שרייבער
עמיר זיך זעהן שפעטער אי"ה
א גוטע נאכט.
shlepshitz@gmail.com For all your Graphic & Website needs email


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: זעקס און ניינציגער און 12 געסט