שמחת בית שלעפשיץ

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

שמחת בית שלעפשיץ

תגובהדורך מאנ-יימער » פרייטאג ינואר 31, 2014 11:25 am

גרעיטאר שלעפשיץ/אייוועלט- נאך וואכן וואס אלטערנעיט סייד פארקינג איז כסדר סוספענדעד אין ניו יארק סיטי און דער עולם דרייט זיך ארום צובראכן אז מ'באקומט מער נישט די אזוי באליבטע פארקינג טיקעטס האט די וואך א פרייד ארומגענומען חסידי שלעפשיץ ווען ס'איז אנגעקומען א פריוואטע דעפעשע פונעם רבי'ן מיט א פערזענליכע פארקינג טיקעט און א פארלאנג אראפצוקומען פערזענליך צום הירינג אן קיין אפציע צו פייטן די טיקעט.

מיט גרויס פרייד גרייט מען זיך צום פערזענליכן שמחה פון בית שלעפשיץ אזש מ'קען טאפן די שמחה אין די לופט בלא בלא בלא, זאל איך דא קאפי פעיסטן אלע הוילע אויסדריקן וואס מ'שרייבט אין די צייטונגען ביי יעדע רבישע חתונה? נאו וועי, דא רעדט מען נישט פון קיין געמאכטע מעשיות, דא פילט מען אן אמת'ע פרייד אינערליך ווי ס'וואלט געווען א אייגן שמחה, דער שלעפשיצער רב איז באקאנט צווישן אונז אייוועלט חברים מיט זיין גאלדן הארץ און געלונגענעם פעדער פון וואס מיר האבן כסדר הנאה ווען ס'צוגיסט זיך דא אויפן וועלטעל, ער ברענגט כסדר ארויף א שמייכל אויף די לעפצן ווען מ'ליינט נאר זיינס אן ארטיקל, ווער רעדט נאך פון זיין פערזענליכקייט וואס ווער ס'קען אים ווייסט אז אזאנס איז נישט דא קיין סאך, באמת יעדנס פריינט, און אז ער גרייט זיך צו זיין פערזענליכע שמחה וויאזוי זאל מען זיך נישט מיטפרייען?

זינגט אלע צוזאמען... אשרינו אשרינו אשרינו שיש לנו רבי כזה... ש שלע שלעפ שלעפשי שלעפשיץ!!!!

BfK_N1JIIAEXfqq.jpg


מער נייעס און אפדעיטס וועלן נאכפאלגן.

לכה רבינו לקראת כלה.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
אוזן שומעת
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 5:04 pm

תגובהדורך אוזן שומעת » פרייטאג ינואר 31, 2014 11:34 am

דער שטריימל איז גרייט, פליז גיב דעם גאנצען סדר...................

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » פרייטאג ינואר 31, 2014 12:25 pm

simchas.jpg


טעסטינג טעסטינג
מען בעהט אלע סדרנים: ביטע גייט אראפ איינער פונעם אנדערענ'ס שיך

אלע סדרנים ווען געבעטן זיך איינצומעלדן גענוג פרי אז מען זאל קענען האלטן פארקינג פאר די וואס ברויכן עס
ווער עס האט סיי וועלעכע מעלדונג אדער לאזונגען זאל ביטע אהער שלענגלען זיינע ווערטער
אזוי אז מען וועט קענען דא זעהן ווען און ווער עס וועט טאקע אהערשטעלן וואס.

די קרוינען ווערן שוין צוגעגרייט
די ביר ווערן שוין געקאכט
די איבריגע וועלן ווארטן - דאסמאל אן שפאנונג
ווייל שפאנונג איז זיך געגאנגען צולייגן צום חתונת רבינו מ'שלעפשיץ

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » פרייטאג ינואר 31, 2014 12:27 pm

מזל טוב שלעפשיץ.

מאנ-יימער מאך נאר זיכער אנצופילן דעם ענוועלאופ מיטן פארלאנגטן סכום באצייטענס.
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » זונטאג פאברואר 02, 2014 4:31 am

מזל טוב מזל טוב
איז דאס עפעס פורימדיגס אדער דאס איז ממש ערענסט??!!

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » זונטאג פאברואר 02, 2014 2:39 pm

מכטי1 האט געשריבן:מזל טוב מזל טוב
איז דאס עפעס פורימדיגס אדער דאס איז ממש ערענסט??!!


האסט שוין אמאל געזען איינעם חתונה האבן פאר א דזשאוק?

סלאטפינע
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 12, 2014 2:01 pm
לאקאציע: אין סלאטפינע

תגובהדורך סלאטפינע » זונטאג פאברואר 02, 2014 4:25 pm

אליעזר גרינפעלד האט געשריבן:
simchas.jpg


טעסטינג טעסטינג
מען בעהט אלע סדרנים: ביטע גייט אראפ איינער פונעם אנדערענ'ס שיך

אלע סדרנים ווען געבעטן זיך איינצומעלדן גענוג פרי אז מען זאל קענען האלטן פארקינג פאר די וואס ברויכן עס
ווער עס האט סיי וועלעכע מעלדונג אדער לאזונגען זאל ביטע אהער שלענגלען זיינע ווערטער
אזוי אז מען וועט קענען דא זעהן ווען און ווער עס וועט טאקע אהערשטעלן וואס.

די קרוינען ווערן שוין צוגעגרייט
די ביר ווערן שוין געקאכט
די איבריגע וועלן ווארטן - דאסמאל אן שפאנונג
ווייל שפאנונג איז זיך געגאנגען צולייגן צום חתונת רבינו מ'שלעפשיץ


עס איז צוגעגרייט פארקינג פאר אלע וואס ווילן מיטטיילן די שמחה! איין קאר פער פאמפ איבער די בארא פארקע גאסן!

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » מאנטאג פאברואר 03, 2014 10:18 am

אליעזר גרינפעלד האט געשריבן:
מכטי1 האט געשריבן:מזל טוב מזל טוב
איז דאס עפעס פורימדיגס אדער דאס איז ממש ערענסט??!!


האסט שוין אמאל געזען איינעם חתונה האבן פאר א דזשאוק?

שטייט נישט אין ערגעץ דא אז איינער האט חתונה, נאר ברמיזא...

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » מאנטאג פאברואר 03, 2014 11:48 am

נאך וויפיל מאל זאגן דעם רמז גייסטו כאפן?

קומסט מיר פאר ווי יענער
נאך 10 מאל זאגן כאפ איך אויפ'ן ווינק ;l;p-

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15201
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מאנטאג פאברואר 03, 2014 11:53 am

די רעדיאס וועט מען טיילן אינעם מאביל ביים קארנער

די סדרנים פינס וועלן נישט פארטיג זיין אין צייט נאך א טעות פונעם קאארדינעיטער, עס הייסט יעצט אז אלע סדרנים וועלן אויסטוהן איין ערמל פון די בעקיטשע כדי מען זאל זיי קענען גרינג דערקענען

פרטים יבואו
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » מאנטאג פאברואר 03, 2014 1:04 pm

ווי איך פארשטיי איז דאס געווען די איגרות הראשונים....
צוגעלייגטע
wedding reminde2r.jpg

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג פאברואר 03, 2014 3:29 pm

די קהילה'ס וועבזייטל ווערט רענאווירט לכבוד די שמחה.

http://shlepshitz.com/

Capture.JPG
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » דינסטאג פאברואר 04, 2014 2:22 pm

קול רנה וישעה באהלי שלעפשיץ.

תלמידי וחסידי שלעפשיץ איבער דער גארער וועלט גרייטן זיך בשמחה ובחדוה צים געהויבענעם שמחה בבית שלעפשיץ וואס וועט אי"ה פארקומען ברוב פאר והדר כ"ב אדר ב' אין די פראכטפולע זאלן פין אימפריעל.

א שמחה בבית שלעפשיץ איז נישט נאר א שמחה פאר חסידי שלעפשיץ עס איז א שמחה פאר גאנץ כלל ישראל ווייל אין קהילות שלעפשיץ איז נישטא אזא זאך ווי זאגן פאר א צווייטן איד ניין, יעדער וואס קומט נאר אריין טרעפט זיך דאס פלאץ און ווערט אויפגענימען דורך די רב הקהלה מיט כבוד אז דער מענטש פיהלט גאר ווי ער טיט גאר א טובה פארן רב מיטן זיך אנשליסן אין די קהילה.

אבער פאר תלמידי וחסידי שלעפשיץ האט די שמחה נאך א העכערע באדייט ווי באקאנט האט זיך קהילות שלעפשיץ געגרינדעט פאר א קנאפע פאר יאר צוריק נאכדעם וואס די רב האט איינגעזעהן אז עס פעהלט זיך וויכטיג אויס אזא קהילה וואס יעדער איד זאל זיך פיהלן באקוועם האט ער באשלאסן אריינצושפרינגן אין די פאריעקט און אויסגעשריגן מיט א עזות דקדישה בקול גדול "מי לה' אלי" און אזוי מיט דעם געשריי האט זיך געגרינדעט קהל עדת שלעפשיץ.

אנגעפאנגען האט זיך עס מיט א הייפעלע אידן עס האט זיך געפיהלט ממש ווי איין משפחה,
אבער היינט צוטאגס איז זיך די קהילה צו וואקסן און חסידי שלעפשיץ ציילט זיך שוין אין די גאר הויכע נומערן, טראך דעם שנעלן וואוקס מאכט די רב זיכער אז יעדער חסיד זאל זיך שפירן באקוועם און די רב האט אינזין יעדע חסיד באזינדער יעדער פיהלט ממש ווי ער איז דער איינציגסטער שלעפשיץ חסיד,
פארדעם וועט מען קיינמאל נישט הערן איינעם זאגן איך בין א שלעפשיץ חסיד ווייל יעדער מיינט אז ער איז גאר דער איינציגסטער שלעפשיץ חסיד.

ווי די עסקנים געבן איבער לייגט מען אריין איבערמידליכע כוחות און צוגרייטאגן פאר די שמחה אז די שמחה זאל זיין א סוקסעס .

די עסקנים ווענדן זיך צי אנ"ש אז יעדער זאל פראבירן אריינצונעמן ווי מער געסט כדי די חסידים וואס קומען פין איבער דער גארער וועלט זאלן האבן ווי איינצושטיין דורכאויס די שמחה .

ווי אויך געבן די עסקנים איבער אז מען ארבייט זייער שווער אויסצושטעלן די זאל וואס מען האט ספעציעל אפגעדינגן לכבוד די גרויסע חתונה עס זאל קענען אקאמעדירן דעם גרויסן ציבור וואס איז ערווארטעט זיך צו באטייליגן.

שישי ושמחו בשמחות שלעפשיץ!!

אוועטאר
גראדער
שר האלף
תגובות: 1097
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 01, 2009 6:06 pm
לאקאציע: אין די הויזן
פארבינד זיך:

תגובהדורך גראדער » דינסטאג פאברואר 04, 2014 2:23 pm

ווי איך הער פלאנט מען צו קומען פון אלע עקן וועלט, אזש פון ארץ הקודש...
אז מען קען גיין גראד \ וואס דארף מען גיין קרים--- נו, לעטס גאו...

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » דינסטאג פאברואר 04, 2014 5:21 pm

גראדער האט געשריבן:ווי איך הער פלאנט מען צו קומען פון אלע עקן וועלט, אזש פון ארץ הקודש...

מען זוכט א וואלנטיר זאל גיין אויפנעמען דעם עולם אין עיר-פארט

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » דינסטאג פאברואר 04, 2014 5:31 pm

ווי די עסקנים געבן איבער וועט די פינס פאר די סדרנים יא זיין גרייט אין צייט
די סעמפל איז נארוואס ארויס פון פרעס....‏

אין אנדערע נייעס!
‏ די שלעפשיצע ליעזאן צו די פאליציי גיבט איבער אז ער ארבייט זייער שווער צו באקומען די נויטיגע ‏פערמיטן פארן אויסשטעל פונם גיגנאטישן זאל וואס וועט ספעציעל אהערגעשטעלט ווערן צו קענען ‏אקאמאנדירן די פלייץ פונם ציבור וואס איז ערווארטעט פון איבער די גארער וועלט
פרטים יבואו...
צוגעלייגטע
Photo_02.jpg

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » דינסטאג פאברואר 04, 2014 5:32 pm

ווען איז די חתונה פאר א גוט יאר?
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » דינסטאג פאברואר 04, 2014 5:35 pm

חסיד אמיתי האט געשריבן:ווען איז די חתונה פאר א גוט יאר?

קוק אביסל ארויפציר
חברינו זארג_נישט האט שוין געשריבן

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » דינסטאג פאברואר 04, 2014 5:37 pm

א געוואלד יט צייט נאך....
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

splinter
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 21, 2009 4:45 pm

תגובהדורך splinter » דינסטאג פאברואר 04, 2014 5:39 pm

חסיד אמיתי האט געשריבן:א געוואלד יט צייט נאך....

די מיינסט אז די אלע הכנות ביי אזא רבי'שע חתונה גייט צופיס און איין מינוט?

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » דינסטאג פאברואר 04, 2014 5:40 pm

פשוט איך האב געוואלט איבערבלאזען מיין שבתדיגע היט
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 818
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » דינסטאג פאברואר 04, 2014 5:41 pm

יעצט וועל איך עס שוין ענדירש טוען נאך פורים
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 29, 2010 3:49 pm

תגובהדורך זארג_נישט » דינסטאג פאברואר 04, 2014 6:30 pm

אליעזר גרינפעלד האט געשריבן:
גראדער האט געשריבן:ווי איך הער פלאנט מען צו קומען פון אלע עקן וועלט, אזש פון ארץ הקודש...

מען זוכט א וואלנטיר זאל גיין אויפנעמען דעם עולם אין עיר-פארט


מען בעהט טאקע אז ווער עס קען גיין אויפנעמען דעם עולם אין עירפארט זאל זיך מעלדן צי די עסקנים

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3757
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » דינסטאג פאברואר 04, 2014 7:04 pm

איין זאך כאפ איך נישט ווער איז דער שמעון שווארץ וואס חתמ'עט אויפען הזמנה -דער צד שכנגד?
בד"וו אויב זיכט מען נאך א בדחן אויף צו ריפען דעם רבי'ן שליט"א בין איך נאך אוועיליבעל( דא טא עי קענסעלעיטשאן)....
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » דינסטאג פאברואר 04, 2014 7:11 pm

א גראם מיט טעם האט געשריבן:איין זאך כאפ איך נישט ווער איז דער שמעון שווארץ וואס חתמ'עט אויפען הזמנה -דער צד שכנגד?
בד"וו אויב זיכט מען נאך א בדחן אויף צו ריפען דעם רבי'ן שליט"א בין איך נאך אוועיליבעל( דא טא עי קענסעלעיטשאן)....


מען טאר נישט זאגן א רביס נאמען
זאג נאר - אויסרופן דעים רבין - עניטיים!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 14 געסט