זכרונות פון די נישט ווייטע פארגאנגענהייט (בילדער)

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

השפעות
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

תגובהדורך השפעות » דינסטאג יולי 31, 2018 12:37 am

פון די זכרונות.... ווי די ביהמ"ד פלעגט זיין א שטיק רויעך וואלקן, ביי די קאווע פלאץ, פון די פילע רויכערער, וואס איז נאך דאן געווען געזעצליך צו רייכערען במקום רבים.

השפעות
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

תגובהדורך השפעות » דינסטאג יולי 31, 2018 12:42 am

אז מ'רעדט שוין פון רייכערן, דערמאנען מיר זיך פורים אלס קינד ווי מיר פלעגן אריינגיין אין גראסערי ביי די קארנער אין קויפן א פעקל MARLBORO פאר א קנאפע $2....
(יעדע גראסערי האט דאן געקענט פארקויפן... פאר קינדער אויך... פאר בלויז $2)

בדרך אגב: יעמאלט האבן קינדער אויך געקענט רוהיג איינקויפן וויינען & ספרעי פעינט....

אויך האט מען געקענט אין די מ' יארן פארשאפן אין די געשעפטן אזא רויטע לעלא לעקטער... און עס לייגן אויפן דאך פון קאר אדער ביים פענסטער, און דאדורך דעם האט מען שוין געהאט די פולער רעכט צו פארן ראנג וועי און דורכפארן רויט לייט....

אוועטאר
איש האשכולות
שר האלף
תגובות: 1108
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

תגובהדורך איש האשכולות » דינסטאג יולי 31, 2018 12:49 am

אחת ואחת האט געשריבן:
השפעות האט געשריבן:געדענקט איר אז אין ברוקלין האט מען נישט געדארפט דיילן די עריע קאוד?

מען קען נאך אלץ

אפסטעיט קען מען, נישט אין סיטי.

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג יולי 31, 2018 1:40 am

זאלץוואסער האט געשריבן:
ביטע ברענגט נאך , עס קומט מיר טרערן פון געגועין

גא''מ די נאסטאלגיע איז גרויס

דערבארומדיג'ער
שר חמש מאות
תגובות: 736
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דינסטאג יולי 31, 2018 1:43 am

פארבינדן האט געשריבן:יעעהה... נער הייתי גם נזקתי, געדענק מער ווען כ'האב געוואלט איינמאל פאר אלעמאל פרובירן די מיסטישע club soda מיט די אויסגעהארוועטע 35 צענט, און ביטערליך אנטוישט געווארן ווען ס'איז געקומען פשוטע סעלצער...

ווייל די האסט געדריקט אויף די קנעפל CLUB SODA . אזוי איז עס געווען עכ''פ אין מיין שוהל

yalah
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 7:09 pm

תגובהדורך yalah » דינסטאג יולי 31, 2018 2:20 am

ראפאט קראמפלי האט געשריבן:
זאלץוואסער האט געשריבן:נעעע געדענקסט נישט גוט. די קאפ האט געדארפט אליינס ארויספאלן פון די מאשין און זיך שטעלן גראד.

מ'פלעגט אריינלייגן א קוואדער, און די קאפ איז געקומען און געלאנדעט, און דערנאך האט זיך גלייך גענומען גיסן סירופ, און נאכדעם געז, און נאכדעם וואסער, און נאכדעם וואס אימער נאך אינגרידיענטס.

מאכט זיך אז די קאפ פאלט קרום האט מען געדארפט זיין געשיקט פון נאטור אויס שנעל איבערצודרייען און שטעלן גראד, ווייל אויב נישט איז געווען בושות...

50 צענט האט מען געצאלט ווען די וועלט האט זיך שוין מאדערנעזירט... חחח


איי איי זכרונות....

וויפיל גלעזלעך האב איך גענומען פון די מאשינען.. מ'האט אריינגעשטעקט די האנט פון אונטן אויף ארויף ביז מ'איז אנגעקומען צו די גלעזעלעך און א שלעפ געטאן איינס...


זעה צו באצאהלן די גניבה.
בלייב נישט שטעקן. גיי פאראויס!

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » דינסטאג יולי 31, 2018 10:43 am

איש האשכולות האט געשריבן:
אחת ואחת האט געשריבן:
השפעות האט געשריבן:געדענקט איר אז אין ברוקלין האט מען נישט געדארפט דיילן די עריע קאוד?

מען קען נאך אלץ

אפסטעיט קען מען, נישט אין סיטי.

האבט פרובירט? איך האב פרובירט און עס האט געארבעט
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

השפעות
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

תגובהדורך השפעות » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 7:43 am

די אמאליגע מהלך פון אנקומען צו די סארדין פישלעך...
צוגעלייגטע
Untitled.jpg
Untitled.jpg (10.05 KiB) געזעהן 848 מאל

השפעות
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

תגובהדורך השפעות » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 7:45 am

פארוואס פלעגט מען אמאל איבערדרייען די קאפל ווען ס'האט גערעגנט?

השפעות
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

ווען די ניקלעך האבן געהאט א חשיבות....

תגובהדורך השפעות » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 8:09 am

דאס האט יעדער געטראגן אין טאש...
צוגעלייגטע
Untitled.jpg
Untitled.jpg (7.26 KiB) געזעהן 837 מאל

אוועטאר
maybeeynot
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: אויף דיין סקרין

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 9:13 am

השפעות האט געשריבן:פארוואס פלעגט מען אמאל איבערדרייען די קאפל ווען ס'האט גערעגנט?

נאך היינט אויך ביי גי קינדער
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19619
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 9:18 am

השפעות האט געשריבן:פארוואס פלעגט מען אמאל איבערדרייען די קאפל ווען ס'האט גערעגנט?

פאר די סיבה פארוואס מ'האט נישט געקענט לייגן יענע קאפלעך אין וואש מאשין.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

השפעות
שר מאה
תגובות: 100
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:53 am

תגובהדורך השפעות » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 2:53 pm

farshlufen האט געשריבן:
השפעות האט געשריבן:פארוואס פלעגט מען אמאל איבערדרייען די קאפל ווען ס'האט גערעגנט?

פאר די סיבה פארוואס מ'האט נישט געקענט לייגן יענע קאפלעך אין וואש מאשין.


יא!
די קאפלעך זענען געווען געמאכט פון אזא סארט סאמעט וואס ווערט גלאנציג און חרוב פון נאסקייט, וועגן דעם האט מען עס איבערגעדרייט.

די היינטיגע קינדער וואס דרייען עס נאכאלץ איבער, איז מנהג אבותינו בידינו...

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16268
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 2:58 pm

השפעות האט געשריבן:די אמאליגע מהלך פון אנקומען צו די סארדין פישלעך...

דערנאך האט מען געבארט אין די טישן...

ALS-Refuah
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 4:51 pm

פושקע

תגובהדורך ALS-Refuah » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:33 am

די חדר פושקע וכדו' פלעגט מען קענען פארמאכן און עפענען מיט א שליסל.

אזוי ליגט עפעס אין זכרון א שליסל וואס מ'פלעגט פארשפארן די גרויסע 2'טע טיר אריינקומענדיג אין שטוב, (אולי האט מען עס גערופן די גנב שליסל?).
איך קען נאך עד היום נישט פארשטיין וואס האט די שליסל אויפגעטוהן, ווי ס'ליגט אין קאפ האבן אלע הייזער געהאט די זעלבע שליסל?!

ALS-Refuah
שר העשר
תגובות: 33
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 16, 2017 4:51 pm

רעגן היט

תגובהדורך ALS-Refuah » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:36 am

אמאל - פאר די מעיל'ס - האט יעדע בחור געדארפט האבן א רעגן היט, פאר שבת ווען ס'רעגנט.
וואס דאס פלעגט מען לכאורה ירשנ'ען פון די עלטערע ברידער.
אויב האט מען נישט געהאט קיין רעגן היט, פלעגט מען איבערלאזן די היטן אין בית המדרש...

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

ווען די ניקלעך האבן געהאט א חשיבות....

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 9:17 am

השפעות האט געשריבן:דאס האט יעדער געטראגן אין טאש...


א וויץ פון דעמאלט
צווי פליגען האבען געוואינט אין עטרת חי' זאל
איין שיינעם טאג זאגט איינער " איך כאפ זיך אריבער קיין תורה ויראה אויף פארט העמילטאן
זעהן ווי עס זעהט אויס דארט "
עס האט געדויערט א משך זמן ביז ער איז צוריק
"וואס איז געשעהן?"
איך האב געזעהן ווי א פוילישער זוכט א מטבע געבען פאר א נצרך בין איך געווען נייגעריג
און צי מיין שלימזל האט עס זיך ציגעמאכט אויף מיר
און עס האט געדויערט ביז יעצט ער זאל עס נאכאמאל עפענען

מארמאראש
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:57 am

קעצי גלעזער

תגובהדורך מארמאראש » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 1:22 am

דאס איז געווען זייער א נארמאלע ברילן אין די מ' יארן
צוגעלייגטע
2017016-eyeglasses-front-view.jpg
2017016-eyeglasses-front-view.jpg (18.46 KiB) געזעהן 404 מאל

מארמאראש
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:57 am

די בעל'בתישע ברילן...

תגובהדורך מארמאראש » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 1:28 am

אין די מ' יארן...
צוגעלייגטע
s-l1600 (1).jpg
s-l1600 (1).jpg (96.29 KiB) געזעהן 402 מאל

מארמאראש
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 05, 2016 8:57 am

די חסידישע גלעזער אין די מ' יארן

תגובהדורך מארמאראש » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 1:44 am

לאכט נישט! דאס פארקויפט זיך היינט פאר US $649.00

א שאד כהאב מיר נישט צוזאמגעקויפט דעמאלט א סטאק דערפון...
צוגעלייגטע
s-l1600 (3).jpg
s-l1600 (3).jpg (211.98 KiB) געזעהן 395 מאל

פראהביטש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 377
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

תגובהדורך פראהביטש » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 8:28 am

די מעדיקעיד גלעזער פלעגן האבו א גרויסע D אויף די צוויי זיייטן
אייינער מיט א בילד רערפין?

אוועטאר
אחת ואחת
שר חמש מאות
תגובות: 895
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: איך קום שוין

תגובהדורך אחת ואחת » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 11:12 am

מארמאראש האט געשריבן:לאכט נישט! דאס פארקויפט זיך היינט פאר US $649.00

א שאד כהאב מיר נישט צוזאמגעקויפט דעמאלט א סטאק דערפון...

יא אבער מיט די געלע קאליר ווייס איך נישט אויב איינער וואלט עס געקויפט
ווען דו ביסט גערעכט ביסטו גערעכט

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 12:46 pm

אחת ואחת האט געשריבן:
מארמאראש האט געשריבן:לאכט נישט! דאס פארקויפט זיך היינט פאר US $649.00

א שאד כהאב מיר נישט צוזאמגעקויפט דעמאלט א סטאק דערפון...

יא אבער מיט די געלע קאליר ווייס איך נישט אויב איינער וואלט עס געקויפט

אויך דארף מען שרייבן אין די דיסקריפציע

Was used for ear picking

און קיינער העט דאס קויפן
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

אוועטאר
א מחי'
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

תגובהדורך א מחי' » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 12:53 pm

מארמאראש האט געשריבן:אין די מ' יארן...

בילד

יא יא! די סטייל (ברידשעס..) קומט שוין צוריק

נו וואדע
שר חמש מאות
תגובות: 712
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מיטוואך אוגוסט 15, 2018 1:02 pm

נאך פון די אמאליגע זכרונות ווען ר' אברהם'עלע שטיינמעץ ע"ה פלעגט שטיין דארט אין קאווע שטיבל לעבן בית קויפמאן אין ראדני יעדן שבת צופריה מיט די קאווע און אריינגיסן אין יעדעם'ס גלעזל אקוראט ס'זעלבע מאס קאווע

אך און וויי ווער ס'האט גענומען אליינס
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], דברים אלו, מי חכם און 13 געסט