איך בין נישט געפארן אין קאנטרי!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

איך בין נישט געפארן אין קאנטרי!

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג יולי 08, 2013 2:07 pm

(געשריבן ארגינעל פארן אויסגאבע "מי מנוחות #2")


גלייבט מיר בנאמנות, זייער שווער איז מיר אנגעקומען צו שרייבן די דאזיגע ווערטער, נישט גרינג איז געווען שלום צו מאכן מיטן מצב אז דאס יאר פארן מיר נישט אין קאנטרי. און לאז מיך מיר מער מסביר זיין.

יעצט בעת איך שרייב די שירות זיץ איך מיר אויפן בענקל ביי מיר אין אפיס, עס איז דאנערשטאג פרשת בלק, למספרם, יוני דעם צוואנציגסטן, און א רואיגקייט איז אויסגעשפרייט אויפן האריזאנט, מער סעפיציש דא אין אפיס. עס הערשט א שטיקלייט דא, די געווענליכע גרודער פון אלע סוחרים, די סעילסלייט וואס זיכן געווענליך צו פארקויפן אדער ווילן אפנעמען זייער געלט זענען נישט צום האבן היינט. די קוויטשעדיגע שמוסערייען און שטילע געלעכטער פון די אריבער א מנין מוידן-סעקרעטארן הערט מען נישט, אלעס איז איינגעהילט אין א שטיקלייט.

וואס גייט פאר? ס'איז נישט קיין יום טוב היינט, די באנק איז געהעריג אפען און ס'איז ווייט נישט קיין גויאישער חאגא וכדו', די אפיס איז ליידיג פאר די זעלבע סיבה פארוואס די גאס איז פול געפאקט. דער עולם פארט היינט אין קאנטרי!

קומענדיג פון די גאס קען מען בלויז זאגן אז עס איז א מחזה הוד! אן ערהאבן בילד וואס עס טוט זיך אפ אויף די גאסן פון וויליאמסבורג דעם היינטיגן דארנערשטאג. אזוי פרי ווי זיבן אזייגער זענען שוין צענדליגער בודזשעט טראק'ס געווען צוזייט און צושפרייט איבער יעדע ווינקל פון וויליאמסבורג. מענטשן האבן שוין ארויסגעלייגט זייער עטליכע צוואנציג אייער-באקסעס נעכטן נאכט און געשטעלט א בחור'ל אלץ שומר כדאי נישט צו פארפאסן דעם טראק נאכדעם וואס ער איז געווארן אויסגעקליבן צו זיין פון די ערשטע פעקלעך אין טראק, אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז ער ברויך רחמי שמים מרובים אז זיינע חפצים זאלן בלייבן נארמאל און נישט ווערן צודריקט צווישן די פעקלעך פון די 15 אנדערע משפחות וואס גייען אויך שיקן זייער זעק און פעק מיט דעם טראק.

דער דרייווער פונעם טראק מיט זיינע צווייי ערלים וועלעכע ער האט געטראפן מיט גרויס מיה האבן א באזונדערע פראבלעם, די באקסעס האט ער גאנץ פיין מסדר געווען איינע אויף די אנדערע, נאך אלעם מאכן אלע פירמע'ס די זעלבע סייז אייער-באקסעס. די זעק און בעגס מיט די דאכענעס און קישענעס געט ער א ווארף ארויף אויבן העכער די באקסעס און ס'איז דארט פיין מסודר, אבער דא שטעקט ער זיך אן אין א פראבלעם! דער אורח שיקט אויך ארויס א קליינער טישל מיט צוגעשטעפטע בענק דערצו פאר די קינדער צו שפילן די קלעי אין קאנטרי. די סייז דערפון איז עפעס נישט ארויף און נישט אראפ, עס צושטערט די גאנצע סדר פון די אייער באקסעס. ער געט דאס א ריק צו די זייט און מ'פארט צום נעקסטן משפחה...

ווי די סדר איז, ער שטעלט זיך דאבל פארקט אויף וואלעבאוט סט. אפצונעמען די פעקלעך פון א דריטע משפחה, דערווייל מאכט ער א טראפיק פון דא ביז דינוב און כמעשיהו בראשונה שלעפט מען אייער באקסעס, אלעס וואלט געגאנגען כשורה ווען נישט דער גאסט שיקט מיט א קליינע פרידזשידער און צוזאמלייג בעט! אלזא וואו גייט מען דאס לייגן??

ווידער אין גראסערי האט שוין נעכטן אויסגעזעהן ווי ביים יריד אין געשעפט לכבוד פסח. ביים רעדזשיסטער שלענגלן זיך לאנגע רייעס מיט וועגענער, עטליכע פער קאסטומער, קאנטרי-פארער האנדלן איין אלעס אין באלק! לעפלעך, גאפלעך, בעקעלעך, טוילעט פאפיר, סאדע און פליגן כאפער'ס. בכלל האט די גראסערי אין די סיזען מער פארמעסי און הארדווער חפצים ווי דורכאויס דעם יאר. און אויפן גאס זיצן די מענער אין קאר און וווארטן אנצופילן דעם טראנק מיט אלע געצייג. הלוואי איז מען מיט דעם פארטיג מיטן גראסערי - טראכט ער צו זיך, א שאד נאר אז זי זיצט אפ אין די קאנטרי גראסערי א האלבן טאג "דארפסט פארשטיין, שווימען מאכט זייער הונגעריג" איז זי אלעמאל מסביר און ווען איך קום ארויס אויף שבת איז די ערשטע זאך אויף די ליסטע - באצאלן די גראסערי ביל ווייל ס'איז אריבער די מאס.

אנצוקומען צו די סאוט געגענט פון וויליאמסבורג האב איך יא גענומען מיין קאר, און דווקא אזוי האב איך זיך אריינגעלייגט אין פלאנטער אריין. עס האט מיר גענומען אריבער א האלבע שעה בלויז ארויפצופארן בעדפארד פון אונטן ביז ארויף. באסעס פון יעדע סארט פירמע, היימישע און נישט היימישע שטייען ביי יעדן צווייטן ווינקל און נעמען ארויס משפחות צום קאנטרי. הגם דער אינגערמאן האט שוין אנגעפילט אריבער א האלבע פיר-און-צוואנציג-פיסיגער טראק מיט אייער באקסעס, מיט דעם אלעם איז אים געלונגען אצופילן א גאנצן אינטערשטן טראנק פונעם באס! ס'דא וואס קענען דאס אויך. די באס דרייווער וואס קענען זיך נישט אויס מיט אינזער געגענט זייען אן א טרעפיק אז אלעס קומט צו אפשטעל!

אויב איז דאס נישט גענוג. די קעמפס!... (כ'מיין נישט גארנישט, סארי) היינט טראגט מען די פעקלעך אין די קעמפס. צוויי גאסן בין איך שוין דורכגעפארן היינט וואס עס איז אינגאנצן אפגעשלאסן מיט אייזערנע בעריקעד'ס ווייל שפעטער קומט דא אן א גרויסן טרעילער און די קינדער גייען יעדער שאפן א הענד-טראק פון זיין נענסטער גראסערי געשעפט און מ'גייט זיך אהערשלעפן מיט די שאכטלן. אבער דא איז שוין גאנץ אינטערסאנט צו שטיין. בלויז צו זעהן די פולע גראפיקס וואס ליגט אריינגעלייגט אין די צעטלעך - וועלעכע זענען ארויפגעקלעבט אויף די קינדער'ס באקסעס צו מעלדן זייער נאמען און בּאָנק-נומער אין גרויסע בוכשטאבן - האט זיך שוין געלוינט דא צו שטיין.

אויף א צווייטע גאס זעה איך גראדע אז אלע קינדער האבן די זעלבע ערליי צעטלעך, זעהט אויס אז עס איז פארטיילט געווארן אין חדר דורכן מנהל, און עס שטייען שוין נישט קיין נעמען בלויז בּאָנק-נומערן. אזוי אויך ווערט יעדע באזונדערע בּאָנק-נומער געלייגט אויף א באזינדערע סקי"ט און דערנאך ווערט דאס אזוי אנגעלאדענט אויפן לאנגן טרעילער. אנשטאט אז אן ערל זאל דאס אריינשיסן די 53 פיס טיף אריין מיט די האפענונג אז עס וועט נאך גאנץ בלייבן ביזן גרייכן זיין בעט אין קעמפ.

אבער וואס א מינוט און שעה עס גייט פארביי ווערט די גאס שיטערער און ליידיגער אז צוריקקומענדיג צו מיר אין אפיס האב איך שוין געהאט פארקינג פאר מיר און אלע מיינע מיטארבייטער! א חידוש אין וויליאמסבורג בכלל און אויף מיין גאס בפרט! און דערצו איז דאס א דאנערשטאג ווען אלטערנעטסייד פארקינג געזעצן זענען אין פולער עפעקט.

אבער ס'איז ווייט נישט אזוי בא'טעמט דער עסק. איך שפיר זיך ממש ארויסגעפאלן, איבערגעבליבן. איבערגעבליבן אליין אין די שטאט... פון צווישן מיינע מיטארבייטער בין איך קלאר אין די מינאריטי. פון די 12 אינגעלייט זענען 9 געפארן אין קאנטרי. אויף איין בלעקבערי גרופע מיט זיבן חברים בין איך דער סאמער איינציגסטער צוריקגעבליבענער אורח פון צווישן זיי אלע!

היינט זענען נאך אלע געשעפטן אפן, אבער נישט אויף צו לאנג.. אין די קומענדיגע פרייטאג'ס און זינטאג'ס זענען די פארבליבענע וויליאמסבורג'ע אידן און א פארהאקטע געטאו. גראסערי'ס און רעסטוראנטן זענען פארהאקט, אפגערעדט פון הארדווער סטארס און קליידונג געשעפטן. צו קויפן א באטל מילך און זעקל ברויט דארף איך גיין ביזן אנדערע עק שטאט און טרעפן א איד וואס האט נישט ווי אהינציגיין אפילו אויפן וויקענד און זיצן אינדערהיים איז ביי אים אויך נישט קיין עסק אלזא האלט ער זיין געשעפט אפן.

מיינע קינדער.... איי... מיינע קינדער. איך מאך שוין נישט חוזק אז נאר צוליב זיי גייט מען אין קאנטרי. זיי גייען ממש קריכן אויף די גלייכע ווענט (וועא"מ) דורכאויס דעם זומער. די שכינים מיט וועמען זיי שפילן זיך איבער'ס יאר זענען ממש אלע אין די רייע געפארן אין קאנטרי, אפילו די עטליכע משפחות ארום די אנדערע גאס מיט וועלעכע מיין גרויסער האט אנגעקניפט נאנטע באציאונגען האבן זיך אויך היינט ארויסגעשליידערט און געמאכט דעם פיר שעה'גן וועג ארויף צו די בערג.

אט הייבט זיך אן די יערליכע דזשאב פאר די שטאט-געבליבענע. מיין חבר משה בער רופט מיך אן פרעגן אויב איך בין אין וויליאמסבורג, "זיכער" ענטפער איך. בעהט ער מיר א טובה אז ער האט פארגעסן א בעג מיט וויכטיגע חפצים וואס זיין ווייב ברויך אויף שבת, ער איז געפארן גלייך פון זיין ארבייט און דאס מיז אנקומען צו אים. ער זאגט מיר אז זיין שוואגער יענקל פארט ארויס מארגן פרייטאג נאך די ארבייט, איך זאל אים צוריקרופן אביסל שפעטער ווען איך קען גיין צו זיין הויז און ער וועט מיר גיבן גענויע אנווייזונגען וויאזוי און וואס צו נעמען און דאס איבערגעבן פאר זיין שוואגער מארגן ווייל ער גייט זיך געפערליך יאגן און נישט האבן קיין צייט דאס אפצונעמען ביי מיר.

אפילו דער גמ"ח עסקן פון מיין שוהל וועלעכע פארט גראדע נישט אין קאנטרי, אבער עס האט אים אויך אפעקטירט און ער האט שוין געמאלדן אז די גמ"ח וועט נישט זיין אפן די געווענליכע צייטן ווייל ס'איז נישטא פאר וועמען צו זיין אפן. הגם כ'גלייב אז די דיפאזעט'ס פון מיין הלוואה וועט ער מאכן גענוי ווי ווינטער...

למעשה, נמנו וגמרי אז מיר וועלן נישט זיין אזעלעכע צוריקגעשטאנענע חברה ווי מיר קוקן אויס און די משפחה האט אפגעמאכט אז עכ"פ אויף די וויקענד'ס וועלן מיר אוועקפארן. איז געלויבט צו ג-ט אז דאס וועט אי"ה גיבן ארבייט אויף דורכאויס די וואך בלויז צו טוען די פלאנירונגען – יעדע וואך צו א צווייטע געגענט - און לאמיר האפן אז אויף שבת וועט אלעס זיין גרייט. איין זאך וואס איך האב זיך אבער יא אויסגענומען (אונעם לעצטן זומער אויסגאבע וועל איך איבערגעבן אויב זי האט מיך בכלל אויסגעהערט) אז צו מיין שוואגער אין קאנטרי גיי איך נישט אי"ה.

עס ליגט מיר נאך אין די ביינער ווען מיין שווער און שוויגער האבן זיך צו מיר אריינגעצויגן אין באנגעלוי אויף שבתים. זייער וויקאציע האט זיך שוין אנגעהויבן דאנערשטאג נאכמיטאג, מיין שווער איז ארויסגעפארן די זעלבע צייט ווי מיר פון די שטאט (אזוי אז פריוואטע צייט פאר מיר איז געווען לימיטעד צו די 4 טאג ווען איך בין געווען אין די סיטי און מיין ווייב אין קאנטרי...) געלויבט ג-ט צו שלעכטע דירעקציע'ס וואס מיין שווער טרעפט אלעמאל אן אזוי אז איך בין געוווענליך אנגעקומען א שעה פריער ווי אים אדער עטוואס מער.

שבת האט מיין שווער פארנומען מיין פיינעם אויסלייג בענקל וואס איך האב איינגעהאנדלט און אזוי אויך דאס ביסל לייען מאטריאל. איין זאך וואס ער האט מיר יא איבערגעלאזט איז די פאקסי-פאפס וואס דאס עסט ער נישט, ער זאגט אז ער עקלט זיך.. גיי ווייס, איך זעה נישט מיט וואס מיין שוויגער'ס טאמעטא-דיפ איז בעסער אז דארט עסט ער א פולער טעללער.

געמאכט האט זיך אויך ווען ער האט מיטגעברענגט אן אייניקל אדער שבת נחמי זיין בחור'ל פון קעמפ וואס יענעם שבת האב איך געקלערט פון שלאפן אין שוהל. נישט אז ס'איז געווען אזוי שלעכט, ווייל איך האב גאנץ פיין הנאה געהאט פונעם דרימל ביי קבלת שבת וואס ווען נישט איך בין דער איינציגסטער פארבליבענער זיצער ביי ושמרו וואלט איך נאך יעצט געשלאפן. אלענפאלס, איך האב נאכנישט פארגעסן וואס דאס מיינט און דעריבער נישט געוואלט זיין דער זעלבער אנשיקעניש.

אלזא, איך פאר טאקע נישט אין קאנטרי, אבער נישט געזארגט. מיר וועלן נאך אלץ פארברענגען אין טראפיק אויפן עף.די.אר יעדען פרייטאג און אויפן טראוועי יעדן זינטאג.

א פרייליכן זומער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11037
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » מאנטאג יולי 08, 2013 3:19 pm

;l;p- ;l;p-

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » מאנטאג יולי 08, 2013 3:19 pm

הערליך און זיס...

גראדע גוט צו וויסן, כהאב טאקע פונקט זיך דערמאנט פרייטאג אז כהאב געלאזט אין שטאט מיין המעיל. העמיר רעדן פרייטאג מיטאג אי"ה.
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג יולי 08, 2013 3:28 pm

:grin:
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
משזר
שר האלפיים
תגובות: 2379
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 10:39 am
לאקאציע: בין השמשות

תגובהדורך משזר » מאנטאג יולי 08, 2013 3:44 pm

;l;p-
נישט, איז נישט קיין אפציע...

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9170
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג יולי 08, 2013 3:52 pm

איי איז דאס גוט, פאר דעם אליין האט זיך שוין געלוינט צו ארויסקומען מיט א אויסגאבע.

אוועטאר
בערקא
שר האלפיים
תגובות: 2311
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 03, 2013 7:15 pm
לאקאציע: דא

תגובהדורך בערקא » מאנטאג יולי 08, 2013 4:29 pm

א שטאטישער בין איך נישט, אבער הנאה געהאט האב איך!

אוועטאר
אליעזר גרינפעלד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 8:11 pm

תגובהדורך אליעזר גרינפעלד » דינסטאג יולי 09, 2013 5:47 pm

למעלה משבעים האט געשריבן:איי איז דאס גוט, פאר דעם אליין האט זיך שוין געלוינט צו ארויסקומען מיט א אויסגאבע.

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דינסטאג יולי 09, 2013 5:57 pm

צייטליך ביזט גוט, שרייב אפטער.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג יולי 09, 2013 5:59 pm

פיינע ווערק! טענק'ס.

זאגט מיר איינער, אז ער האט געהערט פון ר' בערי קליין זז"ג, אז ער שעמט זיך נישט אז מען זעהט אז ער איז דער איינציגסטער וואס בלייבט אין שטאט, ווייל....... קיינער איז נישט געבליבען אים זעהן!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

ביזנעסמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 337
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 12:04 pm
לאקאציע: אויף וואקאציע

תגובהדורך ביזנעסמאן » דינסטאג יולי 09, 2013 8:46 pm

זיס!
א דאנק פארן אויפמישן מיינע יוגנט זכרונות...
תורה איז די בעסטע סחורה.

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » מיטוואך יולי 10, 2013 9:29 pm

געליינט און הנאה געהאט, א גרויסן דאנק.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10822
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך יולי 10, 2013 10:21 pm

ענדליך בין איך אנגעקומען דאס צו ליינען אינעם מי מנוחות נומער צוויי, שטארק געקוואלן פון די שוין היינט בארימטע צייטליכ'ע אויסדרוקן און געדאנקן, עס האט זיך געליינט זייער געשמאק, א דאנק.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12465
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » דאנארשטאג יוני 21, 2018 1:30 pm

היי יאר פאר איך יא אי"ה.
א פרייליכן זוממער.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2493
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג יוני 21, 2018 1:34 pm

צייטליך האט געשריבן:היי יאר פאר איך יא אי"ה.
א פרייליכן זוממער.

אזוי פלעין אן קיין לאנגע ארטיקל?

זעהט אויס מ'מוז שוין מאכן נאך א מי מנוחות אויסגאבע
כשמ"ו כן הוא

שמעלקא זאפטיגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3147
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דאנארשטאג יוני 21, 2018 1:39 pm

צייטליך האט געשריבן:היי יאר פאר איך יא אי"ה.
א פרייליכן זוממער.


און ווער זענט איר?

אוועטאר
לאנדאנער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 18, 2017 6:32 pm

תגובהדורך לאנדאנער » דאנארשטאג יוני 21, 2018 4:37 pm

צייטליך האט געשריבן:היי יאר פאר איך יא אי"ה.
א פרייליכן זוממער.


אויב אזוי גייסטע דאך אודאי האבן צייט

שרייבזשע ביטע נאך אפאר אזעלכע ארטיקלען

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » דאנארשטאג יוני 21, 2018 5:03 pm

גיוואלדיג

יצחק ברוך
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 19, 2018 11:05 am

תגובהדורך יצחק ברוך » דאנארשטאג יוני 21, 2018 5:17 pm

צייטליך האט געשריבן:היי יאר פאר איך יא אי"ה.
א פרייליכן זוממער.

לאז אונז נישט דא איבער אליין, בפרט אהן א ארטיקל.
עניהאו גוד לאק וויט יור שווער...
Wall clocks
הערליכע וואנט זייגערס פאר חנוכה מתנות און דאס גלייכן

אוועטאר
נאטורליך
שר חמש מאות
תגובות: 944
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 04, 2006 3:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך נאטורליך » דאנארשטאג יוני 21, 2018 5:56 pm

ווי א ליכטעל וואס צאנקעט מיט א אימפעט פאר'ן זיך אויסלעשן האט היינט - אין א גרינעם דאנערשטאג- דאס אינגווארג אריינמאשירט טיהר און טויער און ענג געמאכט אונזער קליין שוהל'כל, די אזוי אויך שווייס באוואשענע טיש און בענק זענען דורכגעגאנגען א זיכעניש פון דאס קליינווארג נאך די פארבליבענע לקח און ברויפען וואס עטליכע אלטע לייט באהאלטען דורכאויס די וואך אין ספרים שאפע אינטער די בראשית חומשים און היטען דאס אפ מער ווי די פולע פושקעס.
סיז ערב פסח היינט? וואס גייט מען נישט אין כיידער? פרעגט אן עלטערע איד וואס ציווערטעלט זיך "פון הודא נאנאש זענען מיר אין קאנטרי נישט געגאנגען"
פון די פארמאכטע פענטצטער הערט מען דאס אומאויפהערע פאפעריי פון א טראק וואס ווארט מען זאל אים שוין אראפ ברענגן די פעק, ווייניג ווייסט דער שחור אז דאס געזינדל איז נאך אין פעדזשאמעס, לאמיר פארן און זעהן וואס פון די פאריעריגע באנגעלוי איז געבליבן.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1855
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג יוני 21, 2018 9:23 pm

Wowww

נאטורליך בתפארתו... און נאכדערצו אין א קאנטרע אשכול....


העי, לויף מיר נאר נישט אזוי שנעל אוועק, מעהאט אפגעשמועסט אז דו גיבסט קידוש די וואך, ברענג שווארץ ספייסי עונג שבת, מענקא'ס לאקס אין קריעם, שמעלקא'ס הויכע לאקשן קוגל, א פלעשל גלענליוועט.

אה, מאצעשאבעס גיימער שפילן וואלי באלל.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: maybeeynot, האניג, מה שמו, פראהביטש און 25 געסט