אפטיקל אילוזשען!

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11037
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 7:48 pm

לכתחילה היינט איז פורים?
איך האב א גוטע עצה פאר דיר וויאזוי צי מאכן געלט קאנטאקט מיר אין אישי..
עניוועיס לאמיר דאך טרייען.... o-h?e
אפאר פראגעס נאר
1)ביים קלאצן אויפן פינטל דארף מען נאר זען רויט? אדער אויך קוקן אויפן בילד נאר קוקן אין צענטער
2)ביים קוקן אויף די ווייסע אביעקט קען דאס זיין א ווייס זאך אויפן סקרין? אדער עס מוז זיין למשל א ווייסע פאפיר? די וואנט ביי מיר אין אפיס איז אףף ווייס
3)ווילאנג דארף מען קוקן אויף די ווייסע אביעקט...?
4)ווי דארף מען בלינקן? און ווי דארף מען קוקן נאכן בלינקן?
5)......

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 8:01 pm

לכתחילה עס איז געלאנגען.

מען דארף זיך אינגאנצען קאנצענטרירן "פארקלאצען" אויף דעם רויטן פינטעל, נישט ארום לויפן מיט די אויגן.
לעצט פאראכטן דורך טייבעלע אום דאנארשטאג ינואר 03, 2013 8:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 8:07 pm

מיר האטעס גראדע אויס געקוקט ווי איינער פונעם הייליגן עצי חיים'ס קינדער, קיינער האט נישט געמערקט? אפי' נאכן אזוי לאנג קלאצן דערויף?
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 8:07 pm

הערשט יעצט באמערקט אז דו שרייבסט אז מ'דארף בלינקען שנעל, העמער פראבירן נאכאמאל, אי"ה מארגן וועט זיין די ריזאלטס.
אגב, איז דאס א חלק פונעם שיעור אין פיזיקס? (אדער אפשר גאר די בחינה...)

גראדע מיר קוקט עס אויס ווי דער סאקמאר רב זצ"ל,
אריין אין על הצדיקים פארום, אשכול בילדער פון גדולי ישראל ווער ווייסט. 
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 8:17 pm

זעהט אויס אז די אילוזשען איז אז פאר יעדן קוקט די בילד אויס ווי אן אנדערן.

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 8:22 pm

ווען מען קוקט אויף די ווייסע שטח דעמאלט בלינקט שנעל מיט די אויגען, און איהר וועט זעהן בשעת'ן בלינקען די בילד כדבעי,
נישט אז מען דארף נאכדעם צוריק גיין און קיקען אויף דעם בילד צו זעהן די בילד קאלירט.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
נשמה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4711
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובהדורך נשמה » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 8:54 pm

איך האב עס געטון און געזען דעם רבין אזוי פון די ליפט דאס איז א ראיה אויף פליישיגע אויגן אפילו איך זעה עס קלאר און איך האלט קלאר אז דער אמת איז אזוי דעסט וועגן איז עס אן אילוזין ביי מיר האט עס געארבעט אין די טינקל ווען נאר די סקרין האט געשיינט וראיתי את התמונה פורחות באויר על הלבנות וסגרתי עיני ופתחתי אותו והנה הצורה עדיין עומדת במקומה כמקודם ומאיר נגד עיני באור צח ומצוחצח כשאין מתחתיו שום אמת לראייה הזה. וכך ראיתי בזה אחר זה במהירת נפלא והיה לפלא
לעצט פאראכטן דורך נשמה אום דאנארשטאג ינואר 03, 2013 9:18 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
אין אני מסכים בשום פנים ואופן לשום דבר, ולשום דברי ציונות, וואס ווערט דא געזאגט דורך סיי וועמען אדער דורך מיר אליין, פארקערט ווי ס'שטייט אין דעם סאטמאר רבינ'ס ספרים.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 9:00 pm

טייבעלע האט געשריבן:לכתחילה עס איז געלאנגען.

מען דארף זיך אינגאנצען קאנצענטרירן "פארקלאצען" אויף דעם רויטן פינטעל, נישט ארום לויפן מיט די אויגן.

אוי טייבעלע טייבעלע ביסט א גרויסער ערליכער איד!! האסט דאך מיך געראטעוועט, דער עולם האט געמיינט אז כ'מאך פורים.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 9:02 pm

יאפ, וואונדערבאר!

עס האט געארבעט, נאך טייבעלע'ס ערקלערונג.

(מען זעהט דעם בילד וויאזוי עס קומט נארמאל, ווייסע בארד וגו')
רבינו שאג בקול גדול וגו'

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 9:06 pm

דער תהילים איד האט געשריבן:יאפ, וואונדערבאר!

עס האט געארבעט, נאך טייבעלע'ס ערקלערונג.

(מען זעהט דעם בילד וויאזוי עס קומט נארמאל, ווייסע בארד וגו')


נישט נאר די ווייסע בארד, נאר די ראזע באקן, פאר וועס עס קען די פול קאליר ווערסיע פון דעם בילד.

עס איז וואנדערליך ביז גאר...
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 9:21 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:הערשט יעצט באמערקט אז דו שרייבסט אז מ'דארף בלינקען שנעל, העמער פראבירן נאכאמאל, אי"ה מארגן וועט זיין די ריזאלטס.
אגב, איז דאס א חלק פונעם שיעור אין פיזיקס? (אדער אפשר גאר די בחינה...)

גראדע מיר קוקט עס אויס ווי דער סאקמאר רב זצ"ל,
אריין אין על הצדיקים פארום, אשכול בילדער פון גדולי ישראל ווער ווייסט.

"פאני יו שולד עסק", כ'האב עס נישט געטראכט פאר דעם, אבער באמת האט עס צוטין מיט "זען" וואס איז געווארן שיין אויסגעשמועסט דארט.

דע בילד איז די געהעריגע בילד, נאר יעדע קאליר פארקערט. למשל דאס פארשטייט יעדער אז די פארקעקרטע פון שווארץ איז ווייס, סא די פנים וואס איז באמת ווייס זעהט מען שווארץ, און די בעקיטשע ווס איז באמת שווארץ זעהט מען ווייס, די בארד וואס איז ווייס זעהט מען שווארץ.

אהער אלע אנדערע קאלירן האבן אויך א פארקערטע, למשל די פארקערטע פון רויט איז גרין, און פארשטייט זיך אז די פארקערטע פון גרין איז רויט.

למעשה ווען די אויגן נעמען אריין א בילד, איז די "שווארץ אפעל" אזוי ווי א לענס פון א קעמרע, און ער "פרינט ארויף" די בילד אויף א פלאץ אין די בעק פון די אויג, אזוי ווי די פילם אין די אמאליגע קעמרעס, און פון דארט פארט עס צום מוח.

למעשה טאקע פונקט ווי א פילם אמאל איז געווען א "נעגעטיוו" כשמו כן הוא, פארקערט פון פאזעטיוו, וואס מיינט יא אדער גראד וכדו', מיינט נעגעטיוו ניין אדער פארקערט, און אויף די נעגעטיוו איז די בילד געווען פארקערט, סיי די אויסשטעל און סיי די קאלירן, פונקט ווי אויף די בילד וואס כ'האב דא געלייגט, און פון דעם האט מען געמאכט א געהעריגע בילד.

איז למעשה ווען איינער זעהט עפעס, ווערט עס ארויף געפרינט פון אונטערען אויג, ווי פריער געשריהן, און טאקע פונקט ווי א פילם, ווערט עס דארט געפרינט "פארקערט"!! און די מח דרייט עס צוריק אויס.

נאך א זאך, פונקט ווי ווען מען קוקט אויף די זין, וועט מען זעהן אזוי רויט-בלוי אפי' ווען מען קוקט אוועק דערנאך, ווייל עס ווערט כאילו אריינגעברענט אים די אויג די לעכטיקייט פון די זון, אזוי אויך ווען מען קוקט אויף עפעס א לאנגע צייט שטארק, בלייבט פאר עטליכע סקונדען די בילד "אריינגעברענט אין די פילם אינטערען אויג, סא אפ' מען קוקט אוועק, וועט מען עס נאך זעהן אפאר סקונדען.

און וויבאלד מען בלינקט שנעל, אין די ערשטע קליינע חלק סקונדע פאר די מח דרייט עס איבער איז עס דאך אויף די פילם פארקערט, און דא איז די בילד פארקערט, איז עס אין די אויג גראד! סא אז מען בלינקט אסאך און שנעל, איז עס פונקט ווי ווען מען פארט שנעל און עס איז דא א צוים, אוןאפי' די צוים האט שטעקענעס, וואס וען מען שטעלט זיך אפ, וועט מען נישט קענען זעהן פונקטליך אינטערען צוים, ווייל די שטעקענעס שטערען עטוואס, אבער אז מען פארט שנעל,וועט מען נישט זעהן די צוים, נאר זעהן אינטערען צוים, וואס עס איז דא דארט, כאילו די צוים איז נישט דארט, ווייל עס איז צו שנעל פארן מח, און די מח שטעלט צוזאם וואס ער זעהט "צווישען" די שטעקענעס פון די צוים.

די זעלבע איז דא, אינאמת'ן וואלט מען נישט געקענט זעהן די געהריגע בילד, ווייל עס ווערט גלייך "צוריקגעדרייט" אין מח, צום פארקערטן בילד, אבער וויבאלד מען בלינקט שנעל, "זאמעלט זיך איין די אלע "חלקים" סקונדעס, און מען זעהט די בילד.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 9:25 pm

Wow, Wow, Wow, Wow, Wow, Wow, Wow, Wow, Wow,

אין מילים
עס שרייעט ארויס: מה רבו מעשיך ד'
חכמה עמוקה שאין לה קץ
תכלית הידוע שלא נדע

אוועטאר
טייבעלע
שר עשרת אלפים
תגובות: 10173
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 11, 2012 4:00 pm
לאקאציע: ביי אלאסקא

תגובהדורך טייבעלע » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 9:27 pm

איך מיין עס איז לאוו דוקא א ווייסער שטח, דאכט זיך אז עס ארבעט אויך אויב עס זאל זיין סיי וועלעכער סאליד קאליר, נישט געמישט מיט אנדער פארבען.

קען זיין אויף ווייס וועט עס זיין ד'בעסטע.
יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
1teibele@birdlover.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 9:31 pm

האמער שוין אסאך גרסאות.

דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה, חידושי תורה, שווארצע בענדער, סאטמאר רב, סאקמער רב, א זין פון קדושת יו"ט (מן הסתם האט ער דאס געמיינט) ועוד

כ'מיין אז מען זאל מאכן א אנקעטע!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6353
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

תגובהדורך דער תהילים איד » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 9:36 pm

ווייסעך וואס האט געשריבן:Wow, Wow, Wow, Wow, Wow, Wow, Wow, Wow, Wow,

אין מילים
עס שרייעט ארויס: מה רבו מעשיך ד'
חכמה עמוקה שאין לה קץ
רבינו שאג בקול גדול וגו'

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 10:33 pm

איז עס נאר ביי מיר? נאך בערך פינף סקונדעס קלאצן אויפן בילד, נעמט זיך בילד אוועק שפאצירען פון אינטער די אויגן עס נעמט זיך טאנצן,

אנדערע קענענן יא קלאצן דערויף?

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:38 pm

בלינקענדיג בליצ-שנעל אין די ווייסע טשיטעך אריין האב איך טאקע געזען דעם רבין זכותו יגן על כל ישראל במלוא זיותו והדרותו וקאלירתו אבער פון שנעל בלינקעניש בין איך געווארן אזוי דיזי אז דאס קאפ דרייט זיך מיר נאך יעצט...
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » דאנארשטאג ינואר 03, 2013 11:57 pm

לכתחילה, דיין הסבר איז מבהיל הרעיון (די אויסדריק קומט דא אריין?), כ'האב נאכנישט געהאט קיין צייט דורכצוליינען דיינע שיעורים אין פיזיקס, אבער יעצט האסטו מיר גוט אנגערייצט.
גיימער זיך זעצן לערנען....
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

מומחה עצום

תגובהדורך מומחה עצום » פרייטאג ינואר 04, 2013 12:11 am

לכתחילה ס'איז געוואלדיג, פאר א מינוט האט זיך מיר געדאכט אז איך זעה דעם רבי'ן ביי מיר אין אפיס

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » פרייטאג ינואר 04, 2013 1:05 am

לכתחילה אריבער האט געשריבן:האמער שוין אסאך גרסאות.

דברי יואל, ויואל משה, על הגאולה, חידושי תורה, שווארצע בענדער, סאטמאר רב, סאקמער רב, א זין פון קדושת יו"ט (מן הסתם האט ער דאס געמיינט) ועוד

כ'מיין אז מען זאל מאכן א אנקעטע!


ניין, איך זעה דארט דעם ר' יואל'ישן
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

אוועטאר
וויכטיג מאכער
שר עשרים אלפים
תגובות: 20710
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

תגובהדורך וויכטיג מאכער » פרייטאג ינואר 04, 2013 2:29 am

ווען מ'קוקט פשוט און גראד זעהט מען א בילד וואס קוקט אויס ענליך צו ר' יקתואל יודא טייטעלבוים הי"ד א ברודער פונעם בירך משה, אבער ווען מ'פאלגט די אינסטראקשנס פון לכתחילה זעהט מען זיין פעטער, דעם בעל דברי יואל...

אויב איינער קוקטעס אויף א לעפטאפ/בלעקבערי אדער עני אנדערע כלי וואס איז גרינג צו בייגן, זאלער בייגן דעם סקרין צו זיך אביסל, און קוקן דעם בילד פון די לינקע זייט אויבן... אלעס וואס איז שווארץ ווערט ווייס און אלעס וואס איז ווייס ווערט שווארץ...

בדיעבד, דו ביסט שלעכט... איין מינוט, לאמעך בייגן דעם סקרין... אה, יעצט זעה איך גראד... לכתחילה, דו ביסט בעסער וואו גוט!
הכונו ל'מעמד אדיר איום אסיפת ה''ניקס'' לטוהר המחנה!!!

אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 11037
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
לאקאציע: בקרוב אין וואשינגטאן

תגובהדורך פאטאקי08 » פרייטאג ינואר 04, 2013 12:07 pm

אך בין סתם נייגעריג צי טייבעלע מיט תהילים יוד מיט ווייסעך וואס שוינען סתם לכתחילה צי עס איז יא דא עפעס דא צי זען.....

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » פרייטאג ינואר 04, 2013 12:12 pm

פאטאקי, דאס איז שוין סתם רישעות... אביסל רחמנות אויף לכתחילה...

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » פרייטאג ינואר 04, 2013 12:16 pm

יא איך האב אויך געזען נאך טייבעלעס אינסטרוקשענס

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » פרייטאג ינואר 04, 2013 12:19 pm

פאטאקי08 האט געשריבן:אך בין סתם נייגעריג צי טייבעלע מיט תהילים יוד מיט ווייסעך וואס שוינען סתם לכתחילה צי עס איז יא דא עפעס דא צי זען.....

קענסט לאכן אבער דאס איז עמעזניג
פאלאו וואס לכתחילה האט געהייסן, מיט טייבעלעס אינסטרוקשענס, וועסטו זעהן וואונדער.
תכלית הידוע שלא נדע


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: derech eretz, שמש און 19 געסט