משוגעת'ן

געשמאקע ארטיקלן און בילדער וכדו'

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

משוגעת'ן

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 1:53 am

משוגעת'ן

נשלח ב-25/8/2005 13:44
דורך: קרעמער


גוט מארגן!

דער אשכול איז ספעציעל געווידמעט פאר משוגעת'ן! יעדער קען דא אריינשרייבן די אייגענע משוגעת'ן, פארשטייט זיך "די זאכען וואס דו אליין ווייסט ביי דיר אז עס איז א משוגעת", ווייל אז נישט, וועסטו דאך נישט וויסן אפילו צו שרייבן דערוועגן.

און אז מען ווייסט שוין אז די געוויסע זאך איז נאר א משוגעת, איז שוין נאר א האלבע צרה...

ווער עס שעמט זיך צו שרייבן פון זיך אליין, קען עס ארויפלייגן אויף "יענעם", דער "יענער" האט שוין אסאך געליטן, עס שטערט אים שוין נישט אז מען לייגט אויף אים אן נאך עטליכע משוגעת'ן.

1. איך קען איינעם (גראדע מערערע) וואס יעדן דאלער גראדן זיי אויס פון קנייטשן און לייגן דאס מיטן פנים ארויף און שטעלן דאס אויס לויט די סדר פון די געלט, הונדערטער'ס פון אונטן, אויפדעם פופציגער'ס, צוואנציגער'ס, צענער'ס, פינף'ערס, און איינזער'ס.

טאמער איר וועט זיי באצאלען הונדערט טויזענט דאלער אין קעש, און איר וועט נישט האבן אכט געגעבן אז די דאלארען זאלן זיין גראד, אויסגעביגעלט, מיטן פנים ארויף, לויטן סדר פון די ווערט זייערע, וועט דאס יענער אליינס טאן, הגם ער גייט דאס דעם קומענדיגן טאג אריינלייגן אין באנק וכדומה, אבער "ביי אים אין רשות קען נישט נעכטיגן צוקנייטשטע, אומאויסגעגראדעטע, אנע סדר'דיגע, דאלארען".

משוגעת אדער נארמאל?

2. אין וועלכע שוהל איך גיי וועל איך אלץ אנטרעפן א נודניק אדער צוויי (געווענליך ממש נעבן מיין זיץ פלאץ) וועלכע קענען נישט לויז ווערן פון די הייליגע דאווענען ווערטער, זיי זאגען איבער און איבער, און קלארער און נאך קלארער (הלואי.. דער מציאות ווייזט אז דאס ערשטע מאל איז נאך געווען די קלארסטע...).

מיינע געהירן פלאצן, און מיינע אייזערנע נערווען ווערן צושמאלצן ווען איך באגעגעגן זיך מיט אט אזא איינעם... נישט איינמאל האב איך יענעם אויפגעמישט א סידור און געוויזן אז עס שטייט נאר איין מאל "למען" ירבו, און נישט "למעעעעעעעע למע למעע למעעע למען למעאהן" (יא, "נישט איינמאל" האב איך דאס געטאן, טאקע "קיינמאל", אבער מחשבה טובה איז שוין מערערע מאל געווען).

3. די וואס מיינען אז די סיידוואלק איז נאר געמאכט געווארן כדי צו האלטן דארט די גארבעדזש קען'ס, אבער שפאצירן ברויך מען אויפן טראטואר!

ס'קען זיין זיי מיינען שמירת עינים וכו', אבער דער אמת איז, אז ווען מען גייט אויפן סיידוואלק קען מען מקיים זיין שמירת ה"גוף" [קערפער] וה"נפש" [זעהל] אויף איינמאל, מען קען זיך היטן די אויגן, און אויך דאס גאנצע גוף. אנדערש איז אבער ווען מען שפאצירט אויפן "גאטער" (שטראז, גאס, טראטואר), דאן ווערן די אויגן אפשר בעסער באהיטן, אבער מען לייגט חלילה אריין דעם גוף אין א סכנה.

איך וואלט שוין לאנג פארגעסן פון די משוגעת, אבער לעצטנס זעה איך יעדן טאג א "גוי" שפאצירן אויפן טראטואר, ער פארנעמט אזויפיל פלאץ ווי א קליינע קאר... און ווען ער גייט, ברויכן זיך אלע קארן ציען אין די זייט כדי נישט צו פאראורזאכן קיין עקסידענט... האב איך זיך דערמאנט אז עס איז א משוגעת וואס מאכט זיך נעבעך ביי אידעלעך אויך (להבדיל).

=

עס זענען פאראן נאך אזויפיל משוגעת'ן, ביי מיר און ביי אנדערע, אבער איך לאז איבער אביסל פאר אייך.

משלים: געמבלינג, זיך פאר'חובות'ן (די צוויי גייען געווענליך אינאיינעם). פונקטליכקייט (יא, דאס קען אויך זיין א פראבלעם...), קארגשאפטן, וכו' וכו'.


נשלח ב-25/8/2005 17:04
דורך: זארעכפעפער


וואס איז דער חילוק פון א מענטש מיט 'מלא מעשוגעת'ן' ביז א ריכטיגער מעשיגענער???

האב איך אמאל געהערט פון א קלוגן איד א ת"ח צוויי זאכן:
1. ביז פינף זעקס משוגעת'ן אז אז א מענטש האט דאס איז דאך נארמאל.
א מענטש מיט זיבן-אכט מעשוגעת'ן איז נאך צום אויסהאלטן.
איינער מיט ניין, איז טאקע מלא מעשוגעת'ן אבער ער איז נאך צום דארעכשטופן בדוחק.
אבער א מענטש מיט צען מעשוגעת'ן דער איז שוין א...
מ ע ש ו ג ע נ ע ר...

2. א יעדער מענטש אין דער וועלט האט זיך זיינע אייגענע מעשיגאסנ. דער פראבלעם איז נאר אז דער מעשוגענער וויל אז דער חבר, שכן און ווער נעשט, זאל אויך האבן אקוראשט די זעלבע מעשיגאסן וואס ער האט, און צו דעם זאל ער זיך צושטעלן, און טאמער כאסוועשאלעם האט זיך פארן חבר פארגלוסט צי האבן אנדערע סארט (ברעכטיגטע) מעשיגאסן, וועט ער איהם דערפאר ארונטעררייסן ביז צום טויט...

***
מיינ מעשיגאס ווייסט איר דאך אלע, איך שרייב לשענקוידעשדיקע ווערטער לויט די אנווייזונגען פון די יִידישע קעלאלעמ.



נשלח ב-25/8/2005 20:10
דורך: קרעמער


לעניית דעתי איז דער חילוק פון א מלא-משוגעת מענטש צי א מאלטי-משוגענער:

דער משוגענער מיינט אז ער איז נארמאל! בעת דער מלא-משוגעת ווייסט ביי זיך אין תוכ-תוכיות אז ער האט מאדנע קאפריזן, אבער ער קען זיך נישט העלפן...

"א שיכור מיינט אז די גאנצע וועלט דרייט זיך".



נשלח ב-26/8/2005 00:45
דורך: not2bz


א יעדע נאכט פאר איך גיי שלאפן פיל איך אז איך מיז קאלן קול מבשר און איך הער אויס די נייעס פון 10:00 און פון 7:00 און נאכדעם שלאפט זיך אזוי פיין (ווער רעדט שוין פון די חלומות)

דאס איז פון מוצאי שבת ביז דאנערשטיג אבער פרייטיג צונאכטס פלעג איך זייער שווער איינשלאפן ביז איך האב מיר אמאל אויסגערעדט פאר א חבר האט ער מיר געגעבן א עצה

מיין ווייב הערט דאך אויך יעדען טאג די נייעס נישט נאר איין מאל אויך נישט פינעף מאל נאר ווען זי האט נישט וואס צו טון קאלט זי ווייל אפשר איז דא פרישע נייעס פרישע גארביטש קענס אדער א פרישע אינשורענס פלאן ביי זילבערשטיין אויף אזוי ווייט אז זי קען שוין זייער גוט נאך מאכען דעם ווידער

האט מיין חבר געזאגט אז ווען איך האלט שוין ביים גיין שלאפן זאל איך זאגן פאר מיין וויב זי זאל אנפאנגן אים נאכצומאכן און אזוי גייט עס טאקע וואך איין וואך אויס זי פאנגט אן קול מבשר אינפארמאציע אין איך געב א זאג איינס (אנשטאט צו דריקן אופן טעלעפאן) און זי פאנגט אן קול מבשר חרידישע נייעס און אזוי ווייטער און וויטער (די אדווערטייזמענטס זאגט צו נישט ווייל עס איז שבת) דערנאך קען מען גיין שלאפן




נשלח ב-26/8/2005 01:45
דורך: קרעמער


איר שיסט צוויי האזלעך מיט איין קויל!

קודם כל האט איר א גוטע שלאף מאשין, און שנית, אזוי פארברענגט איר כאטש צוויי מינוט א וואך מיט אייער חשוב'ע אשת חיל!

אגב, איר וואלט זיך מסתמא געוואונטשן אז ביי אייער ווייב זאל אייביג זיין אזוי, אז ווען איר זאגט "איין" טוישט זי דעם שמועס...




נשלח ב-26/8/2005 06:49
דורך: gishmoker


ביסטו א גליקליכער...

פאר מיין ווייב קען איך זאגן צוויי דריי אפילו פיר מאהל און זי וועט נישט טוישן דעם שמועס....


המקנא אתה בי?




נשלח ב-28/8/2005 10:15
דורך: yankees


אזא שמירת עין'ניק האב איך אמאל שיעור אראפ-געקלאפט. נאכן שארט סטאפ וואס האט אפגעשטעלט די גאנצע ארום. האב איך עם דערזעהן פון די נאהנט און דערקענט פון ישיבה זאג איך עם. בעסער גיי אויפ'ן סיידוואק און קוק אויפן גאדער. ווי גיין אויפען גאדער און קוקען אויפען סיידוואק. ער האט מיך גוט פארשטאנען...



נשלח ב-12/9/2005 21:10
דורך: not2bz


ווייסט איינער פארוואס אין רוב אלטע סדורים שטייט לדוד ה' אורי נאכן יום אנשטאט נאך עלינו?




נשלח ב-12/9/2005 23:51
דורך: קרעמער


פאר די זעלבע סיבה וואס קרבנות איז געדריקט פארן דאווענען בעת רוב עולם זאגט דאס אויפן באס אדער אין דער ארבעט, טייל מחמירים זאגען דאס גאר ביי מנחה (זיי זאגען איבער יעדעס ווארט צוויי מאל, און זענען יוצא פאר שחרית און פאר מנחה).




נשלח ב-13/9/2005 00:02
דורך: בןהרחמן


אז מען רעדט שוין יא פון די אלטע סידורים וויל איך טאקע וויסן פארוואס שטייט יהללו פאר אשרי ובל"צ בשעת ווען מען זאגט דאס נאך אשרי ובל"צ פארן יום.

עס קען זיין אז אמאהל ווען האט עס מתקן געווען איז געווען אזוי די סדר צו זאגן סיי יהללו פאר אשרי ובל"צ און סיי לדוד פאר קוה נאר מיט די צייט האט מען עס ארומגעטוישט, פארוואס ווייס איך נישט, אדרבה ווער עס ווייסט עפעס א מקור זאל מודיע זיין


נשלח ב-13/9/2005 00:09
דורך: יענטאאש


יהללו ארויף, יהללו אראפ, 'בןהרחמן' דער עיקר איז אז דו ביזט דא אויפן פורם.....



נשלח ב-13/9/2005 00:14
דורך: קרעמער


יהללו איז פאר אשרי ובא לציון, ווייל נאך אשרי ובא לציון קוקט שוין קיינער נישט אריין אין סידור.

מילא דער יום קען מען שוין אויסעווייניג, אזוי אויך קוה און עלינו, אבער יהללו?

דערפאר (און צוליב נאך סיבות) האט מען דאס געלייגט פאר אשרי ובא לציון.

והיינו טעמא דשופר, פארוואס מען זאגט לדוד נאך עלינו, און געדרוקט איז עס פאר עלינו, ווייל ביי עלינו זענען שוין אלע סידורים פארמאכט...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
מכטי1
שר חמשת אלפים
תגובות: 5199
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 17, 2011 5:34 am
לאקאציע: צוווישען ערליכע אידען

תגובהדורך מכטי1 » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 3:26 am

געוואלדיג, און וויאזוי שרייבט מען? געשריבען געווארען מיט...יאר צוריק און ס'איז נאך אקוטאל היינט.....

אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1065
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

תגובהדורך פיצי קעפעלע » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 10:01 am

א שיינעם ליקוט קונטרס לכבוד חודש אדר. א פרייליכער חודש אלע מעשיגאסען...

אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

תגובהדורך my_music » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 10:24 am

איך שטעל אויך אויס די סדר פון די געלט, (גראדע נישט איך נאר יענער) הגם ס'דארף נישט זיין מיטן פנים ארויף און שיין אויסגעביגלט, אבער אין א סדר בין איך יא מקפיד ס'זאל זיין, ווייל אזוי קען מען בעסער האלטן חשבון ווען מ'גייט אריין אין גראסערי און מ'וויל באצאלן - וואס רעד איך דא? אין גראסערי באצאלט מען נישט מיט קיין געלט... אקעי ווען מ'גייט אריין אין הארדווער סטאר - ווייסט מען וויפיל ס'איז דא און מ'מוז נישט יעדעס מאל צוברעכן א גרויסער באנקראט און נאכער ווערט דאס בערזל אנגעפילט מיט צוקנייטשטע דאלערס, און ווען משלעפט עפעס ארויס גיסט זיך אלעס אויס אויפן טיש און ברויך אפציילן 70 טאלער אין דאלערס.

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 10:40 am

קרעמער אין דיין ערשטן משוגעת רעדסטו אקוראט פון מיר

אחוץ איין זאך אז איך האלט עס נישט און באנק
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 12:54 pm

my_music האט געשריבן:איך שטעל אויך אויס די סדר פון די געלט, (גראדע נישט איך נאר יענער) הגם ס'דארף נישט זיין מיטן פנים ארויף און שיין אויסגעביגלט, אבער אין א סדר בין איך יא מקפיד ס'זאל זיין, ווייל אזוי קען מען בעסער האלטן חשבון ווען מ'גייט אריין אין גראסערי און מ'וויל באצאלן - וואס רעד איך דא? אין גראסערי באצאלט מען נישט מיט קיין געלט... אקעי ווען מ'גייט אריין אין הארדווער סטאר - ווייסט מען וויפיל ס'איז דא און מ'מוז נישט יעדעס מאל צוברעכן א גרויסער באנקראט און נאכער ווערט דאס בערזל אנגעפילט מיט צוקנייטשטע דאלערס, און ווען משלעפט עפעס ארויס גיסט זיך אלעס אויס אויפן טיש און ברויך אפציילן 70 טאלער אין דאלערס.


:smile: :shock: :lol: :lol:
לעצט פאראכטן דורך שמעק_טאביק אום דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 12:57 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2007 11:13 am

תגובהדורך שמעק_טאביק » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 12:56 pm

שלומי אמוני ישראל האט געשריבן:קרעמער אין דיין ערשטן משוגעת רעדסטו אקוראט פון מיר

אחוץ איין זאך אז איך האלט עס נישט אין באנק


וכן אני נוהג. איך ביגל עס נישט ממש (דערמאנסט מיר פון יענעם וואס פלעגט אויסביגלען זיינע זאקן), אבער שיין אויסגעלייגט, עס מאכט גרינגער צו ציילן שנעלער, ווי עס רופט זיך אויף ענגליש At a Glance.
הפך בה והפך בה דכולה בה!

נאט טו ביזי
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:13 pm

תגובהדורך נאט טו ביזי » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 7:02 pm

שוועמל האט געשריבן:
משוגעת'ן
נשלח ב-26/8/2005 00:45
דורך: not2bz


א יעדע נאכט פאר איך גיי שלאפן פיל איך אז איך מיז קאלן קול מבשר און איך הער אויס די נייעס פון 10:00 און פון 7:00 און נאכדעם שלאפט זיך אזוי פיין (ווער רעדט שוין פון די חלומות)

דאס איז פון מוצאי שבת ביז דאנערשטיג אבער פרייטיג צונאכטס פלעג איך זייער שווער איינשלאפן ביז איך האב מיר אמאל אויסגערעדט פאר א חבר האט ער מיר געגעבן א עצה

מיין ווייב הערט דאך אויך יעדען טאג די נייעס נישט נאר איין מאל אויך נישט פינעף מאל נאר ווען זי האט נישט וואס צו טון קאלט זי ווייל אפשר איז דא פרישע נייעס פרישע גארביטש קענס אדער א פרישע אינשורענס פלאן ביי זילבערשטיין אויף אזוי ווייט אז זי קען שוין זייער גוט נאך מאכען דעם ווידער

האט מיין חבר געזאגט אז ווען איך האלט שוין ביים גיין שלאפן זאל איך זאגן פאר מיין וויב זי זאל אנפאנגן אים נאכצומאכן און אזוי גייט עס טאקע וואך איין וואך אויס זי פאנגט אן קול מבשר אינפארמאציע אין איך געב א זאג איינס (אנשטאט צו דריקן אופן טעלעפאן) און זי פאנגט אן קול מבשר חרידישע נייעס און אזוי ווייטער און וויטער (די אדווערטייזמענטס זאגט צו נישט ווייל עס איז שבת) דערנאך קען מען גיין שלאפן

כ'האב עס פריער באקומען אויף בבמ, כ'טראכט צו מיר אז דו ווערטער זענען מיר עפעס באקאנט, ס'דערמאנט מיר פון היידפארק, יארן צוריק, געהאט אסאך ליידיגע צייט, און טאקע געהערט טעגליך קול מבשר.

א גוגעל סערטש ברענגט מיר צו דעם אשכול, נאכדעם צו די ארגינעלע אשכול ווי עס איז געשריבן געווארן.

ווילענדיג איינער זאל מיטלאכן מיט מיר האב איך עס דערציילט פאר א קרוב מיינער, ענטפערט ער מיר צוריק "שלח לחמך על המים כי ברוב הימים תמצאנו"...

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 7:11 pm

העי שלום עליכם נישט צו פארנומען...

וויזוי גייט עס היינט, דיין ווייב הערט נאך קול מבשר אדער קול באשה?

בד"וו, וויזוי סיינט מען זיך ארויף צו קריגן אלע אייוועלט תגובות אויף בב"מ?
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3056
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

תגובהדורך ווער בין איך? » דאנארשטאג פאברואר 23, 2012 7:44 pm

וועלקאם בעק. זעהט אויס אז היינט ביסטו שוין יא אביסל מער פארנומען..

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » פרייטאג פאברואר 24, 2012 1:35 am

שלום עליכם נאט-טו-ביזי, איך האב עס אויך באקומען פריער אין אימעיל [אינטערסאנט פארוואס עס איז אזוי אינטערסאנט געווען אזש איינער האט געשפירט פאר וויכטיג דאס ארומצושיקן].

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג פאברואר 24, 2012 11:28 am

וועגן יהללו פאר אשר ובא לציון און לדוד נאכן יום, אפשר איז דאס צוליב די ספעשעל פעקעדזשעס וועלכע קומען מיט מיטן סידור, א מאנטאג און דאנערשטאג פעקעדזש ביי די קריאה, א יומא דפגרא/בית האבל (וועלכע באשטייט פון געוואוסע קאפיטלעך תהלים ווי דער יום) פעקעדזש נאכן יום.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » מיטוואך מאי 30, 2012 5:01 pm

איך האב א משוגעת אז איך מוז זאגן פארנט נאכן דאווענען
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » מיטוואך מאי 30, 2012 6:03 pm

איך האב א משוגעת ארייצוסטעפן אין קרעטשמע יעדע האלבע שעה
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
תרגום יונתן
שר חמש מאות
תגובות: 613
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 1:40 pm

תגובהדורך תרגום יונתן » מיטוואך מאי 30, 2012 7:10 pm

איך קען איינעם (גראדע מערערע) וואס יעדן דאלער גראדן זיי אויס פון קנייטשן און לייגן דאס מיטן פנים ארויף און שטעלן דאס אויס לויט די סדר פון די געלט, הונדערטער'ס פון אונטן, אויפדעם פופציגער'ס, צוואנציגער'ס, צענער'ס, פינף'ערס, און איינזער'ס.

טאמער איר וועט זיי באצאלען הונדערט טויזענט דאלער אין קעש, און איר וועט נישט האבן אכט געגעבן אז די דאלארען זאלן זיין גראד, אויסגעביגעלט, מיטן פנים ארויף, לויטן סדר פון די ווערט זייערע, וועט דאס יענער אליינס טאן, הגם ער גייט דאס דעם קומענדיגן טאג אריינלייגן אין באנק וכדומה, אבער "ביי אים אין רשות קען נישט נעכטיגן צוקנייטשטע, אומאויסגעגראדעטע, אנע סדר'דיגע, דאלארען".

גילטי-עז-טשארטשד.

נישט ממש, איך ביגל זיי נישט. אויך לייג איז זיי אויס אין א פארקערטן סדר, די קלענערע פון אונטן און די גרעסערע פון אויבן, אזוי אז ווען מען קנייטשט איין דאס בינטל אויף האלב זעט מען בלויז די קלענערע באנקנאטן. קיין בערזל בין איך אויך נישט גורס, דאס געלט ליגט אין העמד-טאש, נאנט צום הארץ.

אוועטאר
שלומי אמוני ישראל
שר האלף
תגובות: 1406
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 13, 2011 5:04 pm
לאקאציע: אונטער מיין הוט

תגובהדורך שלומי אמוני ישראל » מיטוואך מאי 30, 2012 8:16 pm

תרגום וועלקאם טא די קלאב
אנכי שלומי אמוני ישראל (שמואל ב' כ', י"ט)

אוועטאר
זאלץוואסער
שר האלף
תגובות: 1753
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 6:41 pm
לאקאציע: אין א זאלץ וואסער מעסטל
פארבינד זיך:

תגובהדורך זאלץוואסער » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 9:54 am

איך האב הערשט יעצט באמערקט דעם נושא, וואס איז געשריבן געווארן פאר איך האב נאך געהאט די משוגעת פון שרייבן אויף אייוועלט, אבער איך שפיר אז איך מוז מודיע זיין דעם אמת ובמקום שאין איש ישתדל להיות פיש....

דער אמת איז: און דאס איז באמת דער אמת!!! אז אזוי לאנג ווי א מענטש האט משוגעת'ן בכלל איז ער נישט קיין משיגענער... האט איר שוין אמאל געהערט אויף א משוגענעם מ'זאל זאגן: ער האט אזא משוגעת!? האט איר שוין אמאל בעאבאכט א משוגענעם וואס האט א משוגעת בכלל? איך נישט!!! א משוגענער האט נישט קיין משוגעת'ן פיריאד...

אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7773
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

תגובהדורך ווינקל » דאנארשטאג אוגוסט 30, 2012 1:10 pm

כ'האב א משוגעת אז ווען כ'ווער גערעגט אויף תגובה, קראך איך צו דעם אשכול, און כ'זאג קיינעם נישט אויס דערוועגן.

אוועטאר
אנעים זמירות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3781
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:32 am
לאקאציע: ווען מען זאגט אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין וכו'

תגובהדורך אנעים זמירות » דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2012 8:09 pm

די יודען וועלכע קומען עלעווע אין מקוה און מוזען אליין מאכען השקה just in case קיינער האט נאכנישט געמאכט.
יעדער בשר ודם קען זיך טועה זיין. ואולי אין דברי ההלכות (הרי"ף) בזה נכונים כי אין השלימות בלתי לה' לבדו יתברך ויתעלה ויתנשא שמו יתברך. (ספר הזכות להרמב"ן יבמות כד: מדפי הריף)
די סכנה פון באזוכען כפירה\ליצנות בלאגס


צוריק צו “היימישע קרעטשמע”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 12 געסט