בלאט 3 פון 4

געשריבן: מיטוואך ינואר 03, 2018 10:44 pm
דורך ראפאט קראמפלי

געשריבן: מיטוואך ינואר 03, 2018 11:39 pm
דורך Haklal
פאליק האט געשריבן:וואס קען מען טוהן אז עס איז אויט אויף סטייל פאר אינגעלייט אונטער 40 יאר צו גיין מיט א קוטשמע?


ברר................... עס איז פריזינג אינדרויסן


למיר זיך צאם נעמען און עס אדורכברעכן איינמאל פאר אלעמאל

עס איז דא א נדבן פאר די ערשטע 40


איך בין אין פאר א פרי קוטשמע, איך האף אז עס איז נישט די פאפקארן קוטשמע

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:20 am
דורך ליידיג גייער
פארוואס זאל מען נישט גיין מיט אזוינעם,
s-l400 (10).jpg
s-l400 (10).jpg (22.01 KiB) געזעהן 1209 מאל

ס' קאסט באבקעס, ס'ווארעם ס'פליהט נישט אוועק און ס'קומט מיט אויערן שיצער

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 8:33 am
דורך פיצי קעפעלע
פאליק האט געשריבן:וואס קען מען טוהן אז עס איז אויט אויף סטייל פאר אינגעלייט אונטער 40 יאר צו גיין מיט א קוטשמע?


ברר................... עס איז פריזינג אינדרויסן


למיר זיך צאם נעמען און עס אדורכברעכן איינמאל פאר אלעמאל

עס איז דא א נדבן פאר די ערשטע 40

איך פארשטיי נאך אלס נישט פארוואס מען דארף זיך ״צוזאמנעמען״ צו אהנטוהן א קוטשמע. גיי אין געשעפט, קויף איינס און טוה דאס אהן.

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 9:24 am
דורך טוט זיך...?
פיצי קעפעלע האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:וואס קען מען טוהן אז עס איז אויט אויף סטייל פאר אינגעלייט אונטער 40 יאר צו גיין מיט א קוטשמע?


ברר................... עס איז פריזינג אינדרויסן


למיר זיך צאם נעמען און עס אדורכברעכן איינמאל פאר אלעמאל

עס איז דא א נדבן פאר די ערשטע 40

איך פארשטיי נאך אלס נישט פארוואס מען דארף זיך ״צוזאמנעמען״ צו אהנטוהן א קוטשמע. גיי אין געשעפט, קויף איינס און טוה דאס אהן.


ועוד, עס איז דא מער פון 40 יונגעלייט וואסגייען אין קוטשמעס, יעצט איר קענט שוין רואיג גיין דערמיט...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 9:26 am
דורך פיצי קעפעלע
טוט זיך...? האט געשריבן:
פיצי קעפעלע האט געשריבן:
פאליק האט געשריבן:וואס קען מען טוהן אז עס איז אויט אויף סטייל פאר אינגעלייט אונטער 40 יאר צו גיין מיט א קוטשמע?


ברר................... עס איז פריזינג אינדרויסן


למיר זיך צאם נעמען און עס אדורכברעכן איינמאל פאר אלעמאל

עס איז דא א נדבן פאר די ערשטע 40

איך פארשטיי נאך אלס נישט פארוואס מען דארף זיך ״צוזאמנעמען״ צו אהנטוהן א קוטשמע. גיי אין געשעפט, קויף איינס און טוה דאס אהן.


ועוד, עס איז דא מער פון 40 יונגעלייט וואסגייען אין קוטשמעס, יעצט איר קענט שוין רואיג גיין דערמיט...

איך גיי שוין רואיג דערמיט....

געשריבן: זונטאג ינואר 07, 2018 5:20 pm
דורך פריילעך אידל
קודאס צום אינגערמאן אונטער די שלושים וואס כ'האב לעצטנס באמערקט ווי ער האט אנגעטוען א קוטשמע!!!

איך ווייס אז ער דרייט זיך דא, איז כה לחי, נישטא וואס זיך צו שעמען!

געשריבן: זונטאג ינואר 07, 2018 5:38 pm
דורך טיכטיגער
ליידיג גייער האט געשריבן:פארוואס זאל מען נישט גיין מיט אזוינעם,
s-l400 (10).jpg

ס' קאסט באבקעס, ס'ווארעם ס'פליהט נישט אוועק און ס'קומט מיט אויערן שיצער

איך בין מיט אייך!
ווער וועט לאכן? די זעלבע וואס לאכן ווען מיין הוט פליט עטליכע גאסן :lol:

געשריבן: זונטאג ינואר 07, 2018 5:55 pm
דורך ניס קראכער
איך האלט אז מען זעט דאס יאר מער קוטשמעס
אין ליכט פונ'ם עקזעקעטיוו ארדער
אויפצולעזן גלאבעל ווארמינג...

איך רעד לגבי די באַטשי'ס
וואס האבן עס באקומען אין שטאפיר....

געשריבן: זונטאג ינואר 07, 2018 6:35 pm
דורך יעקב צוקערמאן
דע פוינט איז אזוי, די קוטשמע איז סתם בזיונות אן קיין שום נוצן, אפילו די ריכטיגע קוטשמעס באשיצן גאנץ קנאפ פון די קעלט, איך געדענק נאך די צייטן ווען קוטשמעס זענען בכלל נישט געווען קיין פעשאן אבדזשעקט און מען האט דאס געקענט אראפציען ביז צו די רויטע רינענדיגע נאז אראפ. אלנפאלס. היינט צוטאגס, איז דא צוויי אויסוואלן, אדער די פשוט'ע 'קוטשמעס, וואס ווארעמט בכלל נישט, אדער די פענסי קוטשמעס אויפ'ן שפיץ קאפ, וואס איז ווערד א מכה.
אגב, ס'איז מיר געווען אזוי קאלט היינט, בין איך אריינגעקומען אינעם היכל ראזענבערג מיט א דזשעקעט און זיך גענומען איבערטאן אויסטאן דעם דזשעקעט, דעם גרויסן גרינעם שאהל, און אנטאן דעם רעקל און הוט ואס כ'האב געהאלטן אין די האנט. קומט צו א שדכן און בעט זיך צו מיר שטיל: "פליז, מאך מיר נישט שווערער די ארבעט"!!!

געשריבן: זונטאג ינואר 07, 2018 6:36 pm
דורך חסיד אמיתי
פריילעך אידל האט געשריבן:קודאס צום אינגערמאן אונטער די שלושים וואס כ'האב לעצטנס באמערקט ווי ער האט אנגעטוען א קוטשמע!!!

איך ווייס אז ער דרייט זיך דא, איז כה לחי, נישטא וואס זיך צו שעמען!


אויב רעדסטו פום מיר..... ישר כח

איך האב געוויסט אז איך גיי דורך גיין וואס איך גיי טאקע דורך, דאך האב איך אפגעמאכט אז יעבור עלי מה איך האב יעדעם פארפאקט, איך גיי עס איינמאל דורך ברעכען און נאכדעם גייט שוין קיינער נישט געדענקען אז עס איז געוועהן פאני פאר 3 - 4 טעג

גלייבסט מיר? אויב יא לאמיר דיר זאגען עס איז נישט אזוי שווער צו טוען... עס איז סך הכל אפאר חכמים ווי אלעמאל אבער מער ווייניגער די המון עם געבט חיזוק

געשריבן: זונטאג ינואר 07, 2018 6:38 pm
דורך חסיד אמיתי
ניס קראכער האט געשריבן:נו גענדיגט מיט די 8 יאר פון גלאבעל ווארמינג
דער עולם האט זיך צוריק אנגעטוען די קוטשמעס
סאיז פרררררררריזינג אינדרויסן
נעכטן זע איך א אינגערמאן פון 25 -26 יאר מיט א.............קוטשמע
איך האב מיר אויסגעדרייט צו וואנט אין געגעבן א שיס אויס.........

מיינסט איך האב נישט באמערקט? איך וויל דיר זאגען עס גייט מיר נישט אהן , איי עם סארי

סתם פאר נייגער.... איך בין שוין לאנג נישט 25

געשריבן: זונטאג ינואר 07, 2018 7:49 pm
דורך פיצי קעפעלע
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:דע פוינט איז אזוי, די קוטשמע איז סתם בזיונות אן קיין שום נוצן, אפילו די ריכטיגע קוטשמעס באשיצן גאנץ קנאפ פון די קעלט, איך געדענק נאך די צייטן ווען קוטשמעס זענען בכלל נישט געווען קיין פעשאן אבדזשעקט און מען האט דאס געקענט אראפציען ביז צו די רויטע רינענדיגע נאז אראפ. אלנפאלס. היינט צוטאגס, איז דא צוויי אויסוואלן, אדער די פשוט'ע 'קוטשמעס, וואס ווארעמט בכלל נישט, אדער די פענסי קוטשמעס אויפ'ן שפיץ קאפ, וואס איז ווערד א מכה.

מיין קוטשמע ווארעמט א מחיה

געשריבן: מיטוואך ינואר 10, 2018 9:36 pm
דורך כא כא כא
ווייסעך נישט וואס דער יאנקל רעדט! די קוטשמע איז שיין און ווארעמט אמעכאיע!!!
און בעיקר ווען דערוילעם לויפט נאך די היטן אונטערן קאר אינמיטן גאדער... שטיי איך מיט א גראדן ריקן און קוקט מיט שטאלץ... אמאל בין איך געווען די נער און יעצט איז מיין צייט צי לאכן......
חברה! ס'איז ווערט יעדן פעני! ס'האלט די הוט פאר נאך אפאר יאר..

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 12:57 am
דורך פרידן
חסיד אמיתי האט געשריבן:
ניס קראכער האט געשריבן:נו גענדיגט מיט די 8 יאר פון גלאבעל ווארמינג
דער עולם האט זיך צוריק אנגעטוען די קוטשמעס
סאיז פרררררררריזינג אינדרויסן
נעכטן זע איך א אינגערמאן פון 25 -26 יאר מיט א.............קוטשמע
איך האב מיר אויסגעדרייט צו וואנט אין געגעבן א שיס אויס.........

מיינסט איך האב נישט באמערקט? איך וויל דיר זאגען עס גייט מיר נישט אהן , איי עם סארי

סתם פאר נייגער.... איך בין שוין לאנג נישט 25

איך זעה דיין בילד איז פין די תולדות אהרן רבי
העטיך ווען געווען א חסיד אמיתי פין א רבי ווי אלע חסידים גייען מיט א פלאטישיגע היט
אין געהערט צו א פלאטץ ווי מען גייט מער ווייניגער מיט פלאטישיגע אדער שטאפענע היטן, אבער איך גיי א הויכע היט וואלט איך אויך געגאנגען א קוטשמע אפי' זוממער
:lol:

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 1:18 am
דורך איש האשכולות
מ'קען נאך צוריק ברענגען קוטשמעס, ס'דארף זיין נאך אפאר גוט קאלטע ווינטערס אזש דערוילעם זאל פארפרארען ווערן, מ'עטזיך לערנען די הארד וועי...
די זעלבע געדאנקען גאנג ווי זיך אוועקציען פון די שטאט, מ'מופט נישט נאר אויב מ'איז שוין דערשטיקט...

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 2:56 am
דורך משהזוךמיר
אויב דער פותח האשכול מיינט 'יונגערע יונגעלייט', איז דער תי' אז ס'קומט שוין צוריק אריין. נישט לאנג צוריק בין איך געווען ביי א וואכנאכט ווען מיין ערשטע קאזין קומט אריין מיט א שיינעם קוטשמע. א טאג דערויף האב איך געזען נאך א יונגערמאן אין די מיטעלע צוואנציגער מיט א קוטשמע. הקיצור, ס'קומט צוביסלעך צוריק.

אפשר א קאמפיין וואלט געגעבן א גוטן שטופ פאר די מאוומענט.

#מעיק העדס באקוטשמעט עגעין

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 10:26 pm
דורך אדער יא
משהזוךמיר האט געשריבן:אויב דער פותח האשכול מיינט 'יונגערע יונגעלייט', איז דער תי' אז ס'קומט שוין צוריק אריין. נישט לאנג צוריק בין איך געווען ביי א וואכנאכט ווען מיין ערשטע קאזין קומט אריין מיט א שיינעם קוטשמע. א טאג דערויף האב איך געזען נאך א יונגערמאן אין די מיטעלע צוואנציגער מיט א קוטשמע. הקיצור, ס'קומט צוביסלעך צוריק.

אפשר א קאמפיין וואלט געגעבן א גוטן שטופ פאר די מאוומענט.

#מעיק העדס באקוטשמעט עגעין


I WITH YOU זאג'ך לעצטנס עימיצן וואס קוטשמע על ראשו: העט איך זיך ניש געשעמט העט כ' זיך אויך אנגעטון, א"ל אמאל האבך געהאט בושה מיט די צייט וואקסט מען אויס.
און וואס איז מיט חאלאטן אויפן גאס? קאן עס ווערן איינגעפירט או כן?

געשריבן: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:34 pm
דורך מצלמה
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:דע פוינט איז אזוי, די קוטשמע איז סתם בזיונות אן קיין שום נוצן, אפילו די ריכטיגע קוטשמעס באשיצן גאנץ קנאפ פון די קעלט, איך געדענק נאך די צייטן ווען קוטשמעס זענען בכלל נישט געווען קיין פעשאן אבדזשעקט און מען האט דאס געקענט אראפציען ביז צו די רויטע רינענדיגע נאז אראפ. אלנפאלס. היינט צוטאגס, איז דא צוויי אויסוואלן, אדער די פשוט'ע 'קוטשמעס, וואס ווארעמט בכלל נישט, אדער די פענסי קוטשמעס אויפ'ן שפיץ קאפ, וואס איז ווערד א מכה.
אגב, ס'איז מיר געווען אזוי קאלט היינט, בין איך אריינגעקומען אינעם היכל ראזענבערג מיט א דזשעקעט און זיך גענומען איבערטאן אויסטאן דעם דזשעקעט, דעם גרויסן גרינעם שאהל, און אנטאן דעם רעקל און הוט ואס כ'האב געהאלטן אין די האנט. קומט צו א שדכן און בעט זיך צו מיר שטיל: "פליז, מאך מיר נישט שווערער די ארבעט"!!!


לקיים מה שנאמר דאמירן בעלמא.

1) א קוטשמע פליעהט נישט אוועק ווען דער שטערקסטער ווינט בלאזט.
2) עס ווערט נישט קאליע בי א שלאקס רעגן.
3) ס׳מעג אראפ פאלן, א קאר קען עס אפילו איבערפארן, ס׳בלייבט שיין.
4) עס האלט גוט ווארעם.

איך זאג כסדר פאר מיינע קינדער האטס אביסל שכל, טוט אן א קוטשמע, און קוק נישט אןיף די נערישע גאס.

עס פאסט זיי אבער נישט.

געשריבן: מאנטאג ינואר 15, 2018 2:36 pm
דורך רעכטע האנט
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:דע פוינט איז אזוי, די קוטשמע איז סתם בזיונות אן קיין שום נוצן, אפילו די ריכטיגע קוטשמעס באשיצן גאנץ קנאפ פון די קעלט, איך געדענק נאך די צייטן ווען קוטשמעס זענען בכלל נישט געווען קיין פעשאן אבדזשעקט און מען האט דאס געקענט אראפציען ביז צו די רויטע רינענדיגע נאז אראפ. אלנפאלס. היינט צוטאגס, איז דא צוויי אויסוואלן, אדער די פשוט'ע 'קוטשמעס, וואס ווארעמט בכלל נישט, אדער די פענסי קוטשמעס אויפ'ן שפיץ קאפ, וואס איז ווערד א מכה.
אגב, ס'איז מיר געווען אזוי קאלט היינט, בין איך אריינגעקומען אינעם היכל ראזענבערג מיט א דזשעקעט און זיך גענומען איבערטאן אויסטאן דעם דזשעקעט, דעם גרויסן גרינעם שאהל, און אנטאן דעם רעקל און הוט ואס כ'האב געהאלטן אין די האנט. קומט צו א שדכן און בעט זיך צו מיר שטיל: "פליז, מאך מיר נישט שווערער די ארבעט"!!!


איך האב נישט קיין ברירה די ביסט גערעכט.
די היט איז יא ווארעם??
א קוטשמע ווארעמט נישט... ווייסט פארוואס. ווייל מ'האט גענימען די פיינע ווארעמע קוטשמע און געמאכט דעפון א שיינע זאך.
רבותי פארוואס דארף עס זיין סטייליש ??? עס דארף זיין ווארעם.
אויב שיין טו אן דיין היט און שוין.
מ'האט גענימען די באקוועמליכקייטן פונעם ציבור און עס געמאכט פאר א מאסט און א פרעשער

געשריבן: מאנטאג ינואר 15, 2018 2:42 pm
דורך ס'רעגענט ס'גיסט
לגבי די ווארימקייט פונעם קוטשמע ביסטו נישט אינגאנצען גערעכט, געב א קוק
האסט אפילו א שיינע ווייסע לכבוד שבת קודש..

געשריבן: מאנטאג ינואר 15, 2018 3:16 pm
דורך גדלי וואסער שעפער
כהאב ב"ה אנגעטין א קוטשמע חודש כסלו - כבין אינטער די שלושים - כמיז ענק זאגן סאיז א מחי

עיקר מעלה ביי מיר איז - אז דעיס 50% האלטן די היט אין די הענט אין די אנדערע 50% דאס
נאכלויפן אינטער סיטי באסעס אויף בעדפארד... איז געקימען צי אן ענדע

פלאס סאיז פיין ווארעם אין שטארק קאאזי.. יא! סווארעמט ווען מטיט עס אן ווי מברויך - סאיז א מחי

יא כמיז זאגן דעם אמת! די ערשטע וואך האבן
דריי פיר מענטשען פין יעדע פיפציג מענשען

יא די ווייסט גיט.. "דעי זיסע געשמאקע חברה..." געהאט פיל מיט שאלהס
..אין געווען גרייט צי שרייבן אינטערוויאס מיט מיר מיט בילדער שטייטזיך

אבער כהאב עס גענדיגט גאר שנעל אין מיט איין ווארט
"צדיק סאיניש ניי כהאב עס שוין געהאט פאריאר"

אין דא האט זיך עס גענדיגט

כה לחי פאר אלע אנדערע אינגעלייט
"welcome to the Kutshma family"
..חברה דעי ענטפער "סאיז נישט ניי - כהאב עס שוין פין פאריאר" ארבעט ווינדערלעך

הצלחה

געשריבן: מאנטאג ינואר 15, 2018 3:18 pm
דורך פיצי קעפעלע
גדלי וואסער שעפער האט געשריבן:!!!כהאב ב"ה אנגעטין א קוטשמע חודש כסלו - כבין אינטער די שלושים - כמיז ענק זאגן סאיז א מחי

עיקר מעלה" ביי מיר איז אז דעיס 50% האלטן די היט אין די הענט אין די אנדערע 50% דאס"
!נאכלויפן אינטער סיטי באסעס אויף בעדפארד... איז געקימען צי אן ענדע

!פלאס סאיז פיין ווארעם אין שטארק קאאזי.. יא! סווארעמט ווען מטיט עס אן ווי מברויך - סאיז א מחי

יא כמיז זאגן דעם אמת! די ערשטע וואך האבן
3 people out of every 50

יא דעי זיסע געשמאקע חברה...." געהאט פיל מיט שאלהס"
.... אין געווען גרייט צי שרייבן אינטערוויאס מיט מיר מיט בילדער שטייטזיך

!אבער כהאב עס גענדיגט גאר שנעל אין מיט איין ווארט
"צדיק סאיניש ניי כהאב עס שוין געהאט פאריאר"

אין דא האט זיך עס גענדיגט

כה לחי פאר אלע אנדערע אינגעלייט
"welcome to the Kutshma family"
..חברה דעיס ענטפער "סאיז נישט ניי - כהאב עס שוין פין פאריאר" ארבעט ווינדערלעך

הצלחה

Welcome to the family

געשריבן: מאנטאג ינואר 15, 2018 6:41 pm
דורך נודה לך
א גוטע עצה אפשר...
קויפט עס איין דאס יאר הויבט עס אן טראגן נעקסטע יאר און איר קענט רואיג זאגן כהאב עס שוין געהאט פאראיאר...

אנקעטע

געשריבן: דינסטאג ינואר 16, 2018 1:18 am
דורך אזאמעשה
איך האב לעצטענס אנגהויבן אין אכט נעמען אז בערך 90%
אינגעלייט אונטער די 35 וואס גייען קוטשמעס גייען פלאכע היטן. בינעך גערעכט? און די סיבה איז פשוט....